בלאט 4 פון 4
נשלח: פרייטאג יאנואר 24, 2014 1:03 pm
דורך טריפל אי
איך אויך האט געשריבן:איך פיר מיך טאקע ארויסצושליידערן די בייבעל אינעם נאכטקעסטל פון די צימער.
דערמאנסט מיר וואס איז פארגעגאנגן ביי מיין בעשוי. אונז זענען אנגעקומען קיין ............. שפעט נאכמיטאג, און מ'האט אריינגעטשעקט אין די האטעל וואס דער פיוטשער מחותן האט צוגעגרייט פאר אונז. פאר מ'איז ארויף צו די שטוב האט מיר מיין טאטע געהייסן בלייבן אין די לאבי פאר א פאר מינוט ביז ווילאנג ער קומט מיר נישט רופן.
פיינעלי האט ער מיר ארויפגעלאזט און ווען איך קום אריין און שטוב האב איך שוין אלעס פארשטאנען. ער האט מיט די בעט קאווערס צוגעדעקט די טעלעוויזיע, און ארויסגעווארפן אדער באהאלטן די בייבל. א רחמנות געוועהן צו קוקן אויף זיין פנים ווען איך האב עם געפרעג וואס עס זענען די צוויי זילבערנע הערנער וואס שטעקן זיך ארויס פון די בעט קאווערס...
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 3:26 pm
דורך אמאל געווען
שבת און האטעל איז גאנץ א פיינע זאך א חוץ דעם וואס פון צייט צו צייט ווערט מען אויסגעשפארט פון די צימער און עס איז א פראבלעם פון חילול שבת
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 3:34 pm
דורך רויטע וואנצעס
יין שרף האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך בין קיינמאל נישט געווען אין א געהעריגע האטעל נאר פאר ביזנעס, פאר פלעזשור בין איך נישט געווען
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך בין געווען אמאל אין א גאר היימישע האטעל, קיינער איז נישט געגאנגן שווימען פרייטאג, האב איך פארשפארט די טיר און געשווימן מיט מיין ווייב. ס'איז געווען עפעס אויסערגעווענדליך געשמאק! (מאחורי?
) די פחד אז מ'גייט מיר פאקען (פ דגוש אוודאי) האט נאר צוגעגעבן צום געשמאק.
האיך יתקיימו שניהם? (ואת"ל שאיינו נעים לילך לחופש אם אשתו (כרוב אנשים...) הא כבר כתב געווען עפעס אויסערגעווענדליך געשמאק!)
וה' יאיר עיני.
[tag]יין שרף[/tag] צ"ל איך בין קיינמאל נישט געווען אין א געהעריגע
גויעשע האטעל נאר פאר ביזנעס
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 3:41 pm
דורך רויטע וואנצעס
נאכן אויספרעגן דעם עולם דא, בין איך ענדליך לעצטענס געפארן צו א גויעשע האטעל אויף שבת מיט מיין ווייב. וואס זאל איך ענק זאגן.. ס'איז געווען אויסערגעווענדליך געוואלדיג, און האלב די פרייז. ניין איך בין נישט געווען יענער מיט די ווייסע זאקן סא הייב נישט אן דמיון'ן אז ס'איז געווען מיך.
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 7:43 pm
דורך מ גפני
אמאל געווען האט געשריבן:שבת און האטעל איז גאנץ א פיינע זאך א חוץ דעם וואס פון צייט צו צייט ווערט מען אויסגעשפארט פון די צימער און עס איז א פראבלעם פון חילול שבת
קענסט לייגן TAPE אויפ'ן צינגעל, וועסט נאך אלס קענען פארמאכן די BOLT LOCK ווען די ווילסט
נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 11:31 am
דורך חכם עתיק
רויטע וואנצעס האט געשריבן:נאכן אויספרעגן דעם עולם דא, בין איך ענדליך לעצטענס געפארן צו א גויעשע האטעל אויף שבת מיט מיין ווייב. וואס זאל איך ענק זאגן.. ס'איז געווען אויסערגעווענדליך געוואלדיג, און האלב די פרייז. ניין איך בין נישט געווען יענער מיט די ווייסע זאקן סא הייב נישט אן דמיון'ן אז ס'איז געווען מיך.
אפשר ביסטו משתף אז אנדערע זאלן אויך נהנה זיין..
BTW די היימישע האטעל פארוואלטער האט נישט געהאט קיין פראבלעם ווען א קאפל האט געבעטן זיי ווילן גיין אין שווים באסיין און צושפארטן די טיהר.
אדרבה אפשר ברענגט איר א מקור לאיסור אפילו אין די אחרונים..
כשר'ע האטעל מיט עסן
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:17 am
דורך פאטעטא טשיפס
איך זוך אוועקצופארן קומענדיגע שבת אין א האטעל (וואלט געוואלט מיט מנין און געקעיטערט כשר'ע עסן)
וואס זענען מיינע אפשענס?
אין די טריי סטעיט עריע