בלאט 4 פון 7
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 12:28 pm
דורך פיינע קאווע
איך קען נישט פארשטיין וואס איז געשען מיט אמעריק בכלל און מיט אונזער פאריקטע בלומבערג אדמיניסטראציע. עס איז נישט קיין ספק אז די גאס סיטואציע הרג'ט ביזנעס. בלומבערג אינטערסירט נישט? ווי זענען אלע שטאטישע טאטעס?
ווי שווער איז צו ברענגען טראקס מיט געז פון אנדערע שטעט? ווען מען ברענגט גאזאלין מיט א שיף פין טשיינע וואלט עס שוין באלד געקענט זיין. קען מיר איינער געבן א הסבר?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 1:17 pm
דורך מיקוה נייעס
פרעגסט גוט לייג עס אוועק אויף פסח ביינאכט
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 1:43 pm
דורך גאלד
עצה טובה:
נישט ווארטן ביז די טאנק האלט ביי זייער נידריג!!!
ווען ס'האלט ביי כמעט ביי א פערטל טאנק,
פאר ארויס צו ניו דשערסי,
ס'דא ליידיגע געז סטעישנס מיט געז לרוב אויפן טורנפייק, און נאך
פיל דיך אן אין קום צוריק,
איך האב דאס געטאן איך בין צוריק געקומען מיט 90% פיל טאנק,
ס'נישט אזוי ווייט און ס'לוינט, ענדערש ווי זוכן אין די סיטי,
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 1:45 pm
דורך זר זהב
מ'ווייסט בכלל נישט ווען ס'וועט זיין צובאקומען אין ברוקלין???
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 1:50 pm
דורך גאלד
ניין,
דאס גייט ציביסלעך בעסער ווערן, אזוי האט קאומא געזאגט,
אויף דערווייל איז ראטזאם צו זיך פארשטעלן אז ס'העט זיין אזוי פאר נאך 2 וואכן,
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 1:53 pm
דורך מיקוה נייעס
זר זהב האט געשריבן:מ'ווייסט בכלל נישט ווען ס'וועט זיין צובאקומען אין ברוקלין???
דו ביזט נאך דא און אמעריקע ?? ווען פארסטו אהיים ? איך וויל מיטשיקן א פעקל
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 2:37 pm
דורך מים חיים
אויף פאניק איז נישט דא קיין רפואה. ווילאנג עס וועלן זיין גאז סטאנציעס וואס לויפן אויס פון גאז, גייט די פאניק אנהאלטן וחוזר חלילה. ווילאנג די פאניק וועט אנהאלטן וועט נישט זיין גענוג גאז.
די געדאנק פון ניו דזשערסי, מיט די אדד/איווען פלעיטס העלפט אביסל לינדערן די פאניק, ווייל מען קען נישט אנפילן טעגליך אפילו אז מען וויל.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 3:09 pm
דורך נס קאווע
פארשטיי נישט וואס דו זאגסט, ווען עס קומט אריין די גאנצע גאז וואס עס קומט אריין נארמאל און אלע גאז סטאנציעס גייען האבן גאז גייען די ליניעס אביסל קלענער ווערן און ווייניגער פאניק וועט אויטאמאטיש ברענגען מער געז ביז צוביסלעך גייט עס צוריק גיין צו די נארם
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 3:40 pm
דורך מים חיים
עס איז נארמאל אז גאז סטאנציעס זאלן באקומען דעליוועריס צוויי מאל א וואך. עס איז נישט נארמאל אז די דעליווערי זאל נישט קלעקן אויף דריי טעג....
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 4:59 pm
דורך שרייבער
קליגער איד האט געשריבן:יעצט גענומען געז ביי Valery נעבן קרית יואל עס איז געווען 3 קארס און די גאנצע געז סטעשן ממש א מחיה געווען
כיהודה ועוד לקרא
איך מיין ס'איז שוין שנעלער צו פארן א שעה א האלב ביז קרית יואל צו נעמען געז ווי צו ווארטן 4 שעה אין די ליין
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 5:16 pm
דורך שמעקעדיג
יעצט הער איך אז די נייע הוריקעין "טאוני" גייט ווידעראמאל פארלאנגזאמען פראדוקציע פון די גאז.
לאמיר האפן אז עס איז נישט אמת, און מען קען רוקן דעם תגובה צו די "רומאר" אשכול.
אגב, האב איך דא א בילד פון בערך 3-4 יאר צוריק, וואס איך האב געכאפט אין ניו דזשערסי.
קוקט און האט הנאה... יצא עינינו....
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 5:47 pm
דורך פיינע קאווע
שמעקעדיג, עס פארשמעקט זיך מיר נאך יענע טעג. אנגעפילט א טאנק פאר עטליכע דרייסיג טאללער. מי יתן והי'
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:19 pm
דורך זר זהב
איז למעשה דא גאז אין וויליאמסבורג?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:20 pm
דורך לעמיל
זר זהב האט געשריבן:איז למעשה דא גאז אין וויליאמסבורג?
עס איז דא אויב ווילסטו שטיין און די ליין פאר א פאר שעה
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:24 pm
דורך קלאר
ברוקלין קאר סערוויס וויל מאכען געלט
אבער ס'נישטו קיין געז
א איד גיבט זיך אן עצה
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:25 pm
דורך קלאר
המספיק ניצט וועזשטעבל אויל אנשטוט דיזעל
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:26 pm
דורך מים חיים
וואס איז די בילד? דאס זענען דרייווערס וואס דרייוון יעדן טאג פאר ברוקלין און יעצט שטייען זיי אין די רייע?
עס זעהט מער אויס ווי די חברה ווארטן אויף ליין פאר א געז סטעישאן
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:30 pm
דורך כ׳בין פריי
מים חיים האט געשריבן:אויף פאניק איז נישט דא קיין רפואה. ווילאנג עס וועלן זיין גאז סטאנציעס וואס לויפן אויס פון גאז, גייט די פאניק אנהאלטן וחוזר חלילה. ווילאנג די פאניק וועט אנהאלטן וועט נישט זיין גענוג גאז.
די געדאנק פון ניו דזשערסי, מיט די אדד/איווען פלעיטס העלפט אביסל לינדערן די פאניק, ווייל מען קען נישט אנפילן טעגליך אפילו אז מען וויל.
וואס איז די געדאנק דארט?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:38 pm
דורך קלאר
מים חיים האט געשריבן:וואס איז די בילד? דאס זענען דרייווערס וואס דרייוון יעדן טאג פאר ברוקלין און יעצט שטייען זיי אין די רייע?
עס זעהט מער אויס ווי די חברה ווארטן אויף ליין פאר א געז סטעישאן
מ'ווארט אויף א קאר סערוויס ביי ברוקלין אויף דיוויזאן עוו'
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:38 pm
דורך מים חיים
איך האב געשריבן וואס די געדאנק איז.
עס איז צוטיילט לויט די לעצטע נומער פון די פלעיטס. אויב די לעצטע נומער אויף די פלעיט איז אן אדד נומער קען מען נאר אנפילן אין די אדד טעג פון די חודש, די ערשטער, די דריטער, די פיפטער אינעם חודש, און אזוי ווייטער. און אויב ענדיגט זיך די פלעיט מיט אן איווען נומער, קען מען נאר אנפילן אין די איוון טעג פון די חודש.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:39 pm
דורך מים חיים
קלאר האט געשריבן:מים חיים האט געשריבן:וואס איז די בילד? דאס זענען דרייווערס וואס דרייוון יעדן טאג פאר ברוקלין און יעצט שטייען זיי אין די רייע?
עס זעהט מער אויס ווי די חברה ווארטן אויף ליין פאר א געז סטעישאן
מ'ווארט אויף א קאר סערוויס ביי ברוקלין אויף דיוויזאן עוו'
הייסט אויב מען רופט אריין קען מען נישט האבן קיין קאר פאר קיין רפואה???
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:46 pm
דורך לעמיל
איך מיין אז דארט איז דא א באס סטאפ און פארדעם שטייען זיי דארט נישט פאר בראקלין
די קאר סערוויס פארט געהעריג עס איז דא וואס בעטען טייערער און עס איז דא וואס נישט
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:51 pm
דורך מים חיים
אזא שיינע גראדע שורה פאר א באס?!?!?