יאנקל האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:
וואס דו זאגסט וועגן אינשטיין איז למעשה מיין איך אז איינע פון די גדרים וסימנים פון א רעליגעזע קוק משא"כ א סייענטיפישע אטעאיסטישע איז די חילוק צו מען כאפט התפעלות און מאיז זיך מתרשם אז דא ליגט עפעס העכער און טיפער, איך מיין אז דאס איז א יסודותדיגער הבחנה צווישען רעליגיע און די שאלה צו א שפינאזע סטייל אמונה איז אמונה אדער נישט. דוקינס למשל כאפט אויך התפעלות פון דער טבע אבער דאס איז נישט רעליגיעז וויל ער זעהט נישט קיין שום איין כח וואס זאל זיין איבער אלעס, [הגם מען קען טענה'ן אז אויך זיי התפעלות איז בעצם רעליגעז און שטימט נישט בלויז מאטיראליסטיש און ער איז זיך מכחיש] משא"כ ווער עס זעהט איין איינציגער געזעץ וואס פירט דער גאנצער טבע נישט קיין חילוק ווי ער רופט דער יסוד, אזויווי שפינאזע, דאס איז שוין רעליגעז.
לעיקוואד, איך וואלט דאנקבאר געווען אויב דו קענסט אביסל מער מאריך זיין איבער דיין אנגעבליכער אונטערשיד צווישן וויסנשאפטליכער התפעלות און רעליגיעזער. פשוט ווייל איך זע נישט דעם חילוק צווישן דעם התפעלות פון איינשטיין און דאקינס (וכבר האריך בזה דאקינס בעצמו בספרו אשליית הא-ל).
מאריך זיין ווייס איך נישט צו איך קען כרגע, אויף דעם דארף מען מער הכנה, און איך ליג נישט פונקט אין די סוגיא.
איך וועל אבער פראבירען קלאר מאכען וואס איך קלער אויף די נושא.
ערשטנס, לאמיר ארויסנעמן די מענטשען אלבערט איינשטיין און ריצ'רד דוקינס פון דער בילד, עס איז נישט קיין אמתער נפקא מינה וואס איינשטיין האט געגלייבט אדער וואס דוקינס שפירט, (ביידע אגב ליידען פון די זעלבע פראבלעם, זיי זענען טאקע גוטע סייענטיסטן אבער גאנץ קנאפע פילאסאפער.) דער גאצע נפק"מ פון דעם איז בלויז פי. אר.
עס איז גאנץ מעגליך אז דער מענטש איינשטיין האט זיך טועה געווען און דאס וואס ער האט פארשטאנען אלץ א סארט רעליגיעזע התפעלות [לפי דבריו עצמו- אמנם נישט א פרעזענליכע גאט אבער יא עפעס צווישען דאיזם און פנאתאיזם], בשעת ער האט באמת נישט געפילט מער פון א סייעטיפישע התפעלות וואס האט מיט א גאט גארנישט [כטענת דאקינס] . מאידך גיסא איז גאנץ מעגליך אז ריצרד דוקינס איז זיך טועה און ער פילט אמתדיגע רעליגעזע פילינגס נאר ער טייטשט עס אויס קרום לויט זיינע אתאיסטישע מטיריאליסטישע מיינוגען.
מקען אויך טענה'ן, ווי יאיר האט געשריבען, אז דער גאנצער מושג פון התפעלות האט נישט קיין זין אין א גענצליך מטיראליסטישע וועלט, למעשה אלע הרגשים האבען נישט קיין אמתער זין אין אזא וועלט, וואס מאכט א רעדוקציע פון יעדער סארט הרגש צו כעמישע שינויים אין מח. און וואלט בעצם געדארפט מאכען פונקט די זעלבע אויך צו א"ג ראציונלישע מחשבות, נאר עפעס א מיסטעריעזע אמונה האלט אפ די סארט מטיריאליסטים פון גיין מיט זייער אייגענע שיטה עד הסוף. דאס איז בעצם א שטארקע טענה, נישט א עמפירישע טענה, וייל לעולם קען דוקינס טענה'ן אז אין הכי נמי, נאר א רעיונישיע טענה, כלומר אז די אלע סארט הרגשים, בעצם יעדער טענה וואס גיט אן ערך צו א זאך אז עס איז גוט אדער נישט וכדו', האט נישט קיין שום משמעות אין אזא וועלט. ממילא פאר דוקינס צו פראבירען צו שטיפען מענטשען למשל צו פילען אזא סייענטיפישע הרגש האט נישט קיין שום זין.
לאמיר אבער אפלאזען די סארט פילאספאישע טענות, וואס טענה'ן בעצם אז עס איז נישטא אזא זאך ווי א סייענטיפישע פילינג, אדער לפחות אז די סייענטיסטן האבן זיך געמאכט א אייגענע נייע רעליגיע וואס איר גאט רופט זיך "סייענס" און עס איז פונקט אזוי מבוסס אויף אמונה פשוטה אן גענוג שטארקע עווידענס פונקט ווי יעדער אנדערע רעליגיע [דוקינס וויל זיין פויבסט פון דער רעליגיע, ער, ביחד עם חבריו די א"ג נייע אתאיסטען, פירען א דזשיהאד בשמה. אויך קארל סעיגען'ס ביכער זענען שטארק געפארבט מיט רעליגעזע פארבען און ליינען זיך פשוט ווי א בעל תשובה שרייבט ווי ער האט מגלה געווען דער אור און אמת אין א רעליגיע. אין זיין ספר varieties of scientific experience זעהט מען קלאר ווי סייענס איז געווען זיין רעליגיע פשוטו כמשמעו] , און לאמיר פראבירען מגדיר זיין די חילוק אינ'ם הרגש אליינס פון א סייענטיפישע חילונישע, ביז א רעליגעזע הרגש.
קודם דארף מען זיך באקאנט מאכען אביסעל מיט די ווויכטיגסטע ביכער, פון אנהייב צוואנציגסטער יאר הונדרעט, וואס האבן גיעפנט די נושא פון רעליגיעזע עקספיריענס. די ערשטער איז וויליאם ג'יימס ביך varieties of religious experience, [צו וועמע'ןס נאמען סעיגענ'ס אויבענדערמאטער ביך'ס נאמען איז א ענטפער], און דער צווייטער איז רודולף אוטו'ס בוך, The Idea of the Holy איך קען נישט דא מסכם זיין די גאנצע נושא, איך בין נאר מציין מ"מ אז ווער עס איז אינטרעסירט צו לערען די נושא מוז די צוויי ביכער ליינען. דאס בלייבט אבער זיכער, אז עס איז דא גאנץ ווייניג שייכות צווישען די הרגשים וואס זיי זענען מתאר און די וואס דוקינס האט אליינס און וויל אריינלערנען אין איינשטיין. די הגדרות וואס זיי געבען אויף רעליגיעזע הרגשים זעען זייער קלארע און מקען זיי בכלל נישט פארמישען מיט פילינגס וואס אן עטיאיסט האט. [עס קען יא זיין אז דער אטעאיסט זאל מודה זיין אז ער פילט דאס און דאך טענה'ן אז עס איז נישט מוכיח גארנישט, דאס איז אן עקסטערע שאלה צו די פילינגס קענען מוכיח זיין עפעס, אבער ער קען לענ"ד נישט טענהן אז די פילינגס זענען גאר פראסטע הרגשים. דאכצימיר אז סעם העריס מאכט די נקודה זייער קלאר און האלט אפילו אז עס איז כדאי נאכצולויפען רעליגיעזע און מיסטישע עקספיריענס אן גלייבען אין זיי בכלל.]
מיר דארפן זיך אבער מצמצם זיין נאר צו די סארט הרגשים וואס נעמען זיך פון קוקען אין די בריאה און דער טבע, וואס ארום דעם איז דער וויכוח. לאמיר מגדיר זיין עטליכע קלארע חילוקים פון דער רעליגיעזע סארט התפעלות פון דער טבע און דער סייענטיפישע.
איינס, טיבה של הרגש הדתי, איז אז ער שפירט ער שטייט אנטקעגן עפעס. "נוכח פני ה'.". ווען א מאמין איז זיך מתבונן אין די נפלאות הטבע, כאפט עם אזא מין התפעלות אז ער זעהט דא א געוויסע פנים פון גאט וואס באווייזט זיך אין דער סדר פון טבע. דאס איז בערך די לשונות וואס איינשטיין און שפיאזע באנוצען זיך מיט דעם. די באגעגעניש זיינער מיט דער גאט, אדער לאמיר קלארער זאגען, עפעס וואס איז פיל גרעסער און טיפער פון עם, עפעס וואס איז הייליג, נשגב, וואס ער קען נישט תופס זיין קלאר, [אוטו איז מגדיר אזוי דער הרגש] פילט עם אן מיט אזא מין יראת הכבוד, יראת הרוממות, א געוויסע התבטלות, ענווה, פחד, קעגן דער מציאות.
דאקעגן די חילונישע פילינג, וואס דוקינס וויל רעדן פון דעם, האט נישט קיין איינער פון די סימנים. אויב איז דער התפעלות פשוט פון דער מורכבשאפט קאמפליצירטקייט, אדער גדלות און אינסופיות, פון דער עולם הטבע, קומט נישט אריין דא קיין שום ענווה, קיין שום התבטלות, קיין שום פילינג פון שטיין אנטקעגן עפעס. עס איז פשוט עפעס א התפעלות אזויווי פון גאר א שיינע בילד, עס טראגט גארנישט די אלע ענינים.
איך מוז נאכאמאל קלאר מאכען, דער חילוק וואס איך מאך איז נישט א חילוק פון וויאזוי מפרש זיין די רגש, אדער צו דער שיינקייט און מורכבקייט פון די טבע איז מוכיח עפעס [די ארגומענט פון דיזיין], אדער אויב מען דארף דינען גאט אדער מורא האבן פאר עם וכו'. דאס אלס איז באזונדערע וויכוחים. איך רעד אז דער הרגש אליינס, וואס קומט פאר די אלע פרשנות און למעשה פון דעם, איז דא א חילוק גדול פון דער פילינג וואס איינשטיין רעדט פון דעם און וואס דוקינס און סעיגען רעדן פון.
וואס דארפן מיר אנקומען צו גוים, לאמיר לערנען צוזאמען א שטיקל רמב"ם, וואס איז מתאר די הרגשים, און אדרבה, זאג דו מיר צו אין דוקינס' וועלט קען זיין אזוינע הרגשים.
"בשעה שיתבונן האדם במעשיו וברואיו הנפלאים הגדולים, ויראה מהן חכמתו שאין לה ערך ולא קץ, מיד הוא אוהב ומשבח ומפאר, ומתאוה תאוה גדולה לידע השם הגדול, כמו שאמר דוד צמאה נפשי לאלהים לאל חי. וכשמחשב בדברים האלו עצמן, מיד הוא נרתע לאחוריו ויפחד, ויודע שהוא בריה קטנה שפלה אפלה עומדת בדעת קלה מעוטה לפני תמים דעות, כמו שאמר דוד כי אראה שמיך מעשה אצבעותיך מה אנוש כי תזכרנו".
(הלכות יסודי התורה, פרק ב' הלכה ב')