בלאט 4 פון 18

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 4:26 pm
דורך I'm back
[tag]מאיר_וואלף[/tag] דהיינו?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 5:34 pm
דורך מאיר_וואלף
דהיינו, די . אידשקייט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 8:56 am
דורך איך אויך
I'm back האט געשריבן:ביטע נישט ברוין מאכן (צימעס) דער אשכול.

א דאנק.

יאצט כאפ איך פארוואס צימעס איז ברוין. ישר כח.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 5:44 pm
דורך גיבור
איך הער עס איז שוין ווידער געפלויגן ראקעטס אין צפון
איינער ווייסט מער זאל ביטע ברענגן !
א דאנק .

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 6:23 pm
דורך איציק
די איזראעילי 'כיפת ברזל' אנטי-מיסיל סיסטעם האט נישט פונקציאנירט ווי ס'ברויך.
צוויי מיסיל'ס זענען געפאלן אין באוואוינטע געגענטער. די מיליטער פארשט די אינצידענט און גרייט זיך אפצוענטפערן.
די קעפל פון א 'Y-נעט' ארטיקל:
לא סיפקה הגנה: נפילה למרות כיפת ברזל
המערכת ליירוט טילים אמנם יירטה לראשונה רקטה מלבנון, אבל שתי קטיושות אחרות פגעו בשטחים מיושבים - בקיבוץ גשר הזיו ובבית הבראה בשבי ציון. חיל האוויר החל לתחקר, הרמטכ"ל קיים הערכת מצב לקראת תגובה אפשרית.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 6:28 pm
דורך גיבור
א דאנק פארן זיך וויסנדיג מאכן
האט שוין איינער גענומען פאראנטווארליכקיייט ?
איז דא פארוואנדעטע ?
ווי איז עס געפלויגן ?
וויפיל ?
נא ברענגטס אויפדעיטס !

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 6:40 pm
דורך איציק
לויט ווי איך האב פארשטאנען זענען פיר קאטיושא ראקעטן געפלויגן, איינס אראפגעקלאפט פון די 'אייזערנע קאפל'. קיין פארוואונדעטע.

איין מיסיל איז געפאלן נעבן אן אלד-עידזש האום פאר מלחמה (האלאקאסט) איבערלעבער. די אלטע לייט לאכן זיך אויס. זיי זאגן אז זיי האבן שוין איבערלעבט ערגערס...

שוין געזאגט אין פריערדיגן תגובה וואו: בקיבוץ גשר הזיו ובבית הבראה בשבי ציון.

אן עקסטרעמער סוני שעיך פון לבנון, 'סיראדזש אל-דין זריקאט' האט היינט גע'טוויט' אז די 'אבדאללא על אזאם בריגאדעס און די זיאד על-דזשעראח סקוואדראן' - וועלכע זענען אפיליאירט מיט די 'וועלטליכע (איסלאמישע) דזשיהאד' - נעמען פאראנטווארטליכקייט פאר די שיסעריי.

דער לעבענאזער פרעזידענט האט פארדאמט.

א לעבענאזער פארליאמענטאר מיטגליד פון חיזבאללא האט געלייקנט אז ס'זאל האבן א שייכות מיט זיי.

דער שעיך זריקאט זאגט אז זייערע מיסילס וועלן אנקומען אויך ביז חיפה און אנדערע סטראטעגישע ערטער פון "דעם אידישן פיינט."

און דא קומט א גוטס: ער זאגט אז "די פאראנטווארטליכקייט פון די איראנער פארטיי (חיזבאללא) צו באשיצן די אידן, וועט פארוואנדלט ווערן אין א שווערע דזשאב."

האט איר געוואוסט אז די חיזבאללא באשיצן די אידן? ניין?
איך אויך נישט!

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 24, 2013 11:28 pm
דורך berlbalaguleh
איך מיין אז די איראנער פארטיי (די וועלכע באשיצן אידן) :mrgreen: וועלן מאכן דעם "שעיך" זריקאט -אל-דין מיט א קאפ קערצער!!!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 1:01 pm
דורך זר זהב
When askanim arrived at the home of HaGaon HaRav Aaron Yehuda Leib Shteinman Shlita on erev Shabbos 17 Elul 5773, they were more than a bit surprised to hear the gadol hador speak out in such a harsh tone – one far from his day-to-day gentle mannerisms.

The askanim painted a bleak picture regarding today’s financial realities, there result of Finance Minister Yair Lapid’s gezeiros against the chareidi tzibur. Rav Shteinman stated no less than three times “יימח שמו” regarding Lapid.

Following his shiur on motzei Shabbos the eve of 26 Elul, Rav Sheinman explained we are experiencing the birth pangs of Moshiach which are similar to labor pains and as the birth draws nearer, the pain becomes increasingly intense. He spoke of the harsh gezeiros that precede Moshiach.


The gadol hador concluded “הקב”ה יעזור שנגיע כבר לגאולה, תכלה שנה וקללותיה” and made yet another harsh reference to Lapid, stating “May Hashem assist so that which the rosha Lapid yemach shemo plans will not come to fruition.”

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 1:02 pm
דורך זר זהב
שוין יעצט איז שוין אויך 'קיהל' צו זאגן ''ימח שמו'' אויף יאיר לפיד ימ"ש. מקורבים זענען געווען איבערראשט צו הערן פון רב שטיינמאנ'ס מויל ארויסקומען די קללה "ימח שמו" אויף יאיר לפיד.

אנאליסטן זאגן אז דערמיט וועט אויטאמאטיש ווערן קיהל ביי אויפגעקלערטע חסידים זיך צו באנוצן מיט די קללה אויף לפיד, זינט רב שטינמאן גייט נישט מיט א פלאטשיגע ביבער היט.

שטוב מענטשן פון לפיד האבן אוועקגעמאכט דעם אסעסטמענט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 2:26 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:שוין יעצט איז שוין אויך 'קיהל' צו זאגן ''ימח שמו'' אויף יאיר לפיד ימ"ש. מקורבים זענען געווען איבערראשט צו הערן פון רב שטיינמאנ'ס מויל ארויסקומען די קללה "ימח שמו" אויף יאיר לפיד.

אנאליסטן זאגן אז דערמיט וועט אויטאמאטיש ווערן קיהל ביי אויפגעקלערטע חסידים זיך צו באנוצן מיט די קללה אויף לפיד, זינט רב שטינמאן גייט נישט מיט א פלאטשיגע ביבער היט.

שטוב מענטשן פון לפיד האבן אוועקגעמאכט דעם אסעסטמענט.

אז יאיר לפיד ימח שמו , ימ"ש ,(וויאזוי מ'זאגט עס.) האט נישט מורא פון באשעפער וועט ער זיך אוודאי נישט דערשרעקן פון הרב שטיינמאן. וואו וואלט ער איינגעזאפט יראת שמים? ביי זיין טאטן אדער רבי'ן? לגבי זיין "טאטע" איז ער נאך א "צאדיק" (מיט א חטף קמץ(.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:28 am
דורך לעמיל
נעקסטע וואך מאנטיג גייט פארקומען די גרויסע צערמאניע ווי הרב עובדיה גייט אונטון פאר זיין זון די ספעצילע קלייד מיט וואס די רב הראשי גייט דארט, אינטערסאנט אז j.d.n. שרייבט אז די גיין מיט די קליידער איז שוין אלט איבער 300 יאר, מאכט סענטס?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 4:04 pm
דורך גיבור
ביבי האט היינט גערעדט בייים יו ען !
איינער האט אפשר מער אינפראמאציע ?
וואס האט ער דארט געזאגט ?
איז עס געווען א סוקסעס ?

יד "ישראל" באמצע?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:02 pm
דורך היימישער ליטוואק
דער הויפט פון די איראנער סייבער-מלחמה שטאב איז גשאסן געווארן אויף טויט דורך צוויי קוילן אין קאפ, אדורכגפירט דורך מענטשן אויף א מאטאר-ביציקל.

לויט מיין אפשאצונג גייט קהאמעני זאגן "קוקט וואס פאר א חורבן דער אינטערנעט מאכט אן!"

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 8:01 pm
דורך [NAMELESS]
Terror attack in israel, Terrorist/s entered a house and stabbed a couple, Husband dead, wife lightly inj. Zaka o/s. IDF searching for the terrorists in בקעת הירדן געגנט

נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 1:53 am
דורך ישמעאל הכהן
איז דאס א אפשרעק מיטל פון ישראל קעגן איראן ? ישראלישע דזשעטס פילן זיך אן אינמיטן וועג מיט נאך פיול צו קענען פליען לענגערע שטרעקעס

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=OrkCE-cfQHA[/youtube]

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 1:34 pm
דורך עוד מישהו
צוויי ערדציטערנישן האבן היינט באטראפן צפון ארץ ישראל ביים כינרת. די ערדציטערניש איז געשפירט געווארן אין גרעסערע חלקים פון צפון. די ערשטע איז געשאצט געווארן 3.6 אויפן ריכטער וואגשאל, די צווייטע אויף 3.5 אויפן ריכטער וואגשאל.
עס איז טאקע נישט שטארק, אבער עס איז די פערטע ערדציטערניש אין די לעצטע פאר טעג צו באטרעפן די צפון אין געגנט פון כינרת.
עס הערשט א שטיקל זארג אין די געגנט, הגם עס איז א נארמאלע זאך שוואכע ערדציטענישן, היות אבער עס געשעט אזוי שנעל איינס נאכן אנדערן, איז דאס אפשר א ווארענונג?!
גרויסע ערדציטערנישן אין געגנט פון א"י, געשען געווענליך איינמאל אין הונדערט יאר, דאס לעצטע מאל וואס עס איז געווען א גרויסע ערדציטערניש איז געווען אין יאר 1927, אין געגנט פון ים המלח, וואס האט גורם געווען צו 550 פאטאליטעטן פון ביידע זייטן פון ירדן טייך.

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 4:03 pm
דורך שמו יגער
היינט פארנאכטס אין ארץ ישראל איז אן אראבער ארויף אויף א אוטובוס וואס רופט זיך קו 128 וואס פארט פון בית שמש צו בית"ר עילית ער האט ארויסגענומען א מעסער אין אנגעהויבען צו גיין צום דרייווער ברוך השם קיין געשעדיגטע ער האט נאר אנגעשניטן אביסל פון די פאה פון א יונגערמאן
די פאליציי פון ירושלים זאגן פון עדות אויפן באס אז ער האט דוקא געוואלט מען זאל אים אראפלאזען דארט וואו עס איז נישטא קיין אפיציעלע סטאפ, אין ווען דער דרייווער האט נישט געוואלט מאכן דעם סטאפ לכבודו האט ער ארויסגענומען די מעסער אין געוויזען צום דרייווער,דער דרייווער האט אפגעשטעלט די באס אין די אראבער איז אנטלאפן די צה"ל האט פרובירט אים נאכציאגן אבער דערווייל איז ער נאכנישט געכאפט געווארן

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 6:14 pm
דורך גיבור
היינט האט מען מחליט געווען צו באפרייען נאך 26 טערראריסטן עס איז געגאנגען אביסל מכות צווישן לפיד און בנט וואס איז קעגן דעם
אבער צום סוף האט מען מחליט געווען צו באפרייען .
די ליסט גייט ארויסקומן שפעטער און לכאורה דינסטאג גייען זיי אהיים (נישט פארגעסן א גרויס חלק מיט בליט אויפ'ן הענט)
אלעס כדי אבו מאזן זאל מסכים זיין צו זיצן צו רעדן וועגן שלום .

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 10:51 am
דורך גיבור
אביגדור ליברמן פון ישראל ביתינו פארטיי איז היינט ארויסגעקומען ריין פון אלע אנקלאגעס א'קעגן עם .
עס איז ערווארטעט ער זאל יעצט צוריק באקימען די שטעלע פון שר החוץ פון ביבי .

נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 9:48 am
דורך א שוויצער
די גבאים פאדערן אהער צו שטעלן דעם אשכול וועל איך עס דא קאפירען

viewtopic.php?f=3&t=5166

נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 7:50 pm
דורך גיבור
פרנסואה הולנד די נשיא פון פרנקרייך איז היינט אנגעקומן קיין ישראל פאר א וויזיט
מארגן גייט ער אויפטרעטן אין כנסת
עס איז ערווארטעט א פרא ישראלי דרשה .

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 12:25 pm
דורך גיבור
יעצט גענדיגט זיין דרשה !