בלאט 4 פון 4
נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:41 am
דורך רויטע וואנצעס
ליידער איז די אמת נישט אזוי.
דא איז בלויז איין אינצידענט:
http://en.wikipedia.org/wiki/Deir_Yassin_massacre
נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:46 am
דורך בר דעת
די אינצידענט איז געווען בשעת די מלחמת העצמאות אין 1948, אן אנדערע געשיכטע אינגאנצן, א מלחמה איז א מלחמה. איך רעד איבער די גרופעס וואס האבן קאמאנדעוועט פאר צוואנציג דרייסיג יאר אין ארץ ישראל קעגן די בריטישע. יא, בשעת מלחמת העצמאות האט מען פארטריבן און געהרגעט אראבער. אבער געדענק, דאס זענען געווען האלאקאסט סורווייווערס קעמפענדיג א מלחמת קיום קעגן א גאנצע אראבישע וועלט וואס וויל זיי איינשלינגען
נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:53 am
דורך רויטע וואנצעס
כאמאס איז נישט אצ"ל. כאמאס'ס ציל איז ציווילע, אצ"ל האט געצילט מלחמה על פי רוב. אבער האמת לא יגונה אז צומאל זענען די לויזע ביניהם געגאנגן פראסט און פשוט אויף פראגראמען פאר נקמה, טאקע נישט אפט, אבער גענוג מאל.
נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:01 am
דורך בר דעת
ליין די בוך פון בעגין, דער פירער פון די טעראריסטן, ער איז געווען א מענטש משכמו ולמעלה, א מענטש פון יושר און רחמנות, יא, עס האט זיך געקענט מאכן א טעות, אבער צוגלייכן זיי צו כאמאס איז א רשעות.
יא, עס איז געווען א שפלינטער גרופע פון לחי וואס האט א שטיק צייט געטון ווילדערע אקטן, אבער די הנהגה האט זיי געסטאפט
נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:05 am
דורך ישראל קאפקע
בר דעת האט געשריבן:אויב איך געדענק גוט זענען די אטאקעס פן אצל און לחי געווען קעגן בריטישע סאלדאטן און נישט קעגן קיין ציווילע
נישט אזוי איז דער ווארהייט, אין יפו אליינס אין ווייניגער ווי צוויי אהאלב חדשים פון יאנואר 1 ביז מערץ 9 1948 (ווען סאיז געווען די באוואוסט שחיטה אין דיר יאסין) זענען געווען איבער 55 טערראריסטישע אטאקעס מיט ווייניגסטנס 57 ציווילע טויט, און הונדדערטער פארוואונדעט,
נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:10 am
דורך מאטי
בקיצור די ציל איז נישט געווען ציווילע, און אויב עטליכע צוהיצטע האבן פון מאהל צו מאהל יא גע'הרג'ט ציווילע איז דאס פארשריגן און קאנדעמנט געווארן ביי דעם הויפט הגנה און די רבנים אז ס'איז קעגן "טוהר הנשק" אזוי ווי רויטע'ס לינק זאגט בפירוש.
נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:12 am
דורך איך אויך
רויטע וואנצעס האט געשריבן:כאמאס איז נישט אצ"ל. כאמאס'ס ציל איז ציווילע,
זאג איבער פליז??
נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:14 am
דורך בר דעת
קאפקע, 1948 איז געווען די גרויסע מלחמה וואס האט געמאכט די מדינה. עס איז געווען א מלחמת קיום פון האלאקאסט סורווייווער קעגן א גאנצע אראבישע וועלט, האט זיך געמאכט טרויעריגע אינצידענטן
נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:15 am
דורך בר דעת
איך אויך האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:כאמאס איז נישט אצ"ל. כאמאס'ס ציל איז ציווילע,
זאג איבער פליז??
ער מיינט כאמאס "צילט" ציווילע. עס איז געוויס א טייפא
נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:23 am
דורך איך אויך
דאס מאכט שוין סענס.
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 9:30 pm
דורך יין שרף
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=CstP6YlrB_s[/youtube]
נשלח: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 4:58 pm
דורך קרעמער1
די פאלעסטינער זענען נישט קיין טעראריסטן
די ראדיקאלע איסלאמיסטן (ווי: כאמאס, על קאידא און מוסלעמענער ברודערשאפט) זענען
ס'איז פארהאן א עגיפטישער פראפעסער וואס האט ארויסגעגעבן א בוך מיטן נאמען "די ווארצלען פון דזשיהאד" וואו ער איז מסביר אז די וועג ווי אזוי מ'לערנט די היינטיגע מוסלעמענער יוגנט (איבערהויפט די "סאלאפי" לערנונג וועלכע קומט פון סאודי אראביע) איז דער דירעקטער גורם אז די מוסלעמענער אקצעפטירן און זענען אפי' מחשיב געוואלדטאטן
נאך אלעם דארף מען געדענקען אז מוחמד האט אפיציעל געהייסן פארשפרייטן איסלאם דורכן שווערד
און די היינטיגע אומציוויליזירטע מוסלעמענער וואלטן שטארק געוואלט דאס מקיים זיין
דא קענט איר זעהן א סעריע ווידעאוס פון דר חאמיד וואו ער ערקלערט זיין שיטה
http://www.youtube.com/watch?v=Fj2Ag5PiaWg