בלאט 4 פון 26
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:59 am
דורך [NAMELESS]
דער עולם כאפט די געוואלדיגע עומק פון מיין חתימה? אויב נישט וועל איך בעטן לעיקוואד און יאיר זאלן עס דעבאטירן.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:00 am
דורך איך אויך
איז עס גאוה צו זאגן אז יא?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:14 am
דורך טאמבל סאס
לאמיך פרובירן אפלערנען. די ערשטע איז פשט ער שיסט זיך אליין אין די פיס. ווייל נאר א מענטש אליין מאכט זיך אן זיינע אומשטענדן, סארט בירגער, און שונאים. און איראניש איז אז די דריי קעמפער פאר גלייכבארעכטיגונג. געבן הסכמה אויף דעם דיקטאטור'ס תירוץ.
אבער דאס איז דאך צו פשוט. איז אפשר קומט (די ערשטע) עס רעפרעזענטירן די פחד וואס קופערניקוס האט געטראגן פון מענטשן, רעגירונג. ער האט זיך איזאלירט אין א אפגעזונדערטן פעסטונג.
אדער דאס אז מיר דא אין קאווע זענען אויך שולדיג דאס וואס די רבי'ס און קהילה פירער קענען זיך אזוי איזדעקעווען איבער אונז.
ווער ווייסט צו די מ' וואס די דריי אונטערשטע פארמאג אלע אין זייערע נעמען, און די ס' וואס אלע דריי אויבערשטע פארמאגן אין זייערע נעמען איז נישט א חלק פון די געוואלדיגע עומק.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:22 am
דורך ברסלבער
קופערניקוס האט געשריבן:דער עולם כאפט די געוואלדיגע עומק פון מיין חתימה? אויב נישט וועל איך בעטן לעיקוואד און יאיר זאלן עס דעבאטירן.
קודם וויל איך זיכער מאכן אויב דו אליינ'ס פארשטייסט עס יא, און נאכדעם וועל איך זיך מוטשן עס צו פארשטיין...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:37 am
דורך קאווע טרינקער
קופרניקוס טוישט זיין חתימה יעדע ראש חודש....
אביסל איבערגעטריבען... יעדע מאל ער סיינט אריין אין שטיבל
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:11 pm
דורך [NAMELESS]
די אומשטענדן, מיינע בירגער, מיינע פיינט, זיי זענען שולדיג, איך האב נישט געקענט טון בעסער (ניקאלא טשאוסקאו, סאדאם כוסעין, כוסני מובאראק)
שולדיג זענען נישט בלויז די אקטיווע דיקטאטורן, נאר אויך די פאסיווע צושויער; איך בין אחראי אויף די געשעענישן (מאהאטמא גאנדי, מארטין לוטער קינג, נעלסאן מאנדעלא)
די ערשטע ליסטע פון דריי בלוטיגע דיקטאטורן, האבן געטראפן וועמען צו באשולדיגן, זענען געווען פרוסטרירט און אנגעגעסן, אבער האבן באמת געהאט פול מאכט צו קענען מאכן זייער לאנד און גורל ארום פיל בעסר.
די לעצטע דריי האבן זיך אויפגעשטעלט אליין, מיט די עשר אצבעות אין א אוממעגליכע אטמאספערע, ווען זיי האבן באמת געקענט שרייען אז די וועלט איז שולדיג, יעדער איז שולדיג און זיי קענען גארנישט טון, און זי האבן עס דורכגעבראכן.
אלזא
א) שלעכטע מענטשן וועלן האבן תירוצים אפילו ווען קיין שום תירוץ איז נישט צו די זאך. און גוטע מענטשן וועלן אייביג טרעפן א געלעגנהייט אפילו ווען די אומשטענדן זענען ממש אוממעגליך.
ב) אין לך דבר העומד בפני הרצון.
ג) דער שולדיגער באשולדיגט יענעם, און דער גוטער מענטש באשולדיגט זיך אליין נישט בלויז אין די עוולה נאר אין נישט גענוג טון צו באקעמפן די עוולה.
טאמבל סאס האט געשריבן:לאמיך פרובירן אפלערנען. די ערשטע איז פשט ער שיסט זיך אליין אין די פיס. ווייל נאר א מענטש אליין מאכט זיך אן זיינע אומשטענדן, סארט בירגער, און שונאים. און איראניש איז אז די דריי קעמפער פאר גלייכבארעכטיגונג. געבן הסכמה אויף דעם דיקטאטור'ס תירוץ.
אבער דאס איז דאך צו פשוט. איז אפשר קומט (די ערשטע) עס רעפרעזענטירן די פחד וואס קופערניקוס האט געטראגן פון מענטשן, רעגירונג. ער האט זיך איזאלירט אין א אפגעזונדערטן פעסטונג.
אדער דאס אז מיר דא אין קאווע זענען אויך שולדיג דאס וואס די רבי'ס און קהילה פירער קענען זיך אזוי איזדעקעווען איבער אונז.
ווער ווייסט צו די מ' וואס די דריי אונטערשטע פארמאג אלע אין זייערע נעמען, און די ס' וואס אלע דריי אויבערשטע פארמאגן אין זייערע נעמען איז נישט א חלק פון די געוואלדיגע עומק.
די גאונישע הסברים האבן מיר געמאכט זיך שטעלן אויפן קאפ. ניין, איך זעה נישט אז עס סימבאליזירט מיר, אבער יא, עס איז קלאר אז איך בין אויך א פאסיווער צוקוקער צו אסאך עוולות, און יעדער איינער פון אונז דארף באקעמפן קריוודע און נישט זאגן ידינו לא שפכו.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:43 pm
דורך טאמבל סאס
דיך אפשר נישט, אבער קופערניקוס'ן יא! ער האט זיך אויך באהאלטן פון יעדעם און מעגליך אויך געזאגט. די אומשטענדן, רעגירונג, בירגער, מיינע שונאים זענען שולדיג. איך באהאלט מיך נאר פון זיי. סאדאם כוסעין האט זיך אויך באהאלטן. כוסני אין זיין פאלאץ, און טשאוסקאו אויב איך מאך נישט קיין טעות האבן האט זיך פארשפארט אין זיין פארלאמענט, און אינעם לעצטן מינוט זיך ארויסגעריסן פון דארט. איז ער געווען דער פון בולגאריע?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:47 pm
דורך [NAMELESS]
רומעניע
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:47 pm
דורך משה געציל
מיין אינטערשריפט האט נישט קיין אינטעליגענציע, חכמה, קאצק'ייט, איינשטיינ'יזם, אין זיך. מחמת שני דברים, איינס, וואס האב איך מיט חכמה? כ'ארבעט נישט אין מצה בעקעריי. והשנית והוא העיקר, אזוי איז מיר איינגעפאלן בשעת'ן שרייבן, ויתכן אז עס גייט אריין אינעם 'כל חידוש שעתיד תלמיד ותיק לחדש וכו'. איז פארוואס פאטשקענען?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:50 pm
דורך מאראנצןזאפט
לעיקוואד חלומ'ט, ווייסט איינער וואס?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:52 pm
דורך משה געציל
מאראנצןזאפט האט געשריבן:לעיקוואד חלומ'ט, ווייסט איינער וואס?
זעה
דא
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:57 pm
דורך ברסלבער
מאראנצןזאפט האט געשריבן:לעיקוואד חלומ'ט, ווייסט איינער וואס?
צו טוישן די שפראך פון קאווע שטיבל אויף לשה"ק/עברית.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:01 pm
דורך לעיקוואד
משה געציל האט געשריבן:מאראנצןזאפט האט געשריבן:לעיקוואד חלומ'ט, ווייסט איינער וואס?
זעה
דא
אסאך בעסער האב איך דאס מסביר געווען
דא(אפשר וועל איך טאקע לינקען אין דער אונטערשריפט)
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:02 pm
דורך לעיקוואד
ברסלבער האט געשריבן:מאראנצןזאפט האט געשריבן:לעיקוואד חלומ'ט, ווייסט איינער וואס?
צו טוישן די שפראך פון קאווע שטיבל אויף לשה"ק/עברית.
לשוה"ק שרייב איך ווען איך האב נישט קיין נערוון, סאיז פשוט דרך קצרה. פאר יעדער ווארט אויף עברית דארף מען שרייבען דריי אויף יידיש.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:05 pm
דורך ברסלבער
לעיקוואד האט געשריבן:פאר יעדער ווארט אויף עברית דארף מען שרייבען דריי אויף יידיש.
און יעדע תגובה אויף עברית נעמט מיר דריי מאל אזויפיל צייט צו ליינען...
עס איז א שאד, ווייל דו שרייבט גוט, און ווען דו שרייבסט עברית איז שווערער עס צו ליינען.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:23 pm
דורך לעיקוואד
דער סיסטעם האט מיר גערודפט פראבירענדיג צו לינקען צו מיין שטיקעל ווי איך בין מסביר דער חלום פון וואס איך רעד. אלץ נקמה וועט דער ווידיו פון מרטין לותר קינג בלייבען דארט ביז יעדער מעמבער פון קאווע שטיבל האט אויסגעהערט די דרשה מהחל ועד כלה.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:25 pm
דורך ברסלבער
עס איז נישט יושר, אז די סיסטעם רודפ'ט דיך, נעם נקמה אינעם סיסטעם נישט אין די ניק'ס.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:33 pm
דורך לעיקוואד
שוין, איז איינער זאל מיר מסביר זיין וויאזוי ממאכט א נארמאלער לינק אן אז די ענגלישע ווערטער זאלן זיך פארדרייען און איך וועל עס אראפנעמן שנעלער.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:40 pm
דורך לעיקוואד
ברסלבער האט געשריבן:עס איז נישט יושר, אז די סיסטעם רודפ'ט דיך, נעם נקמה אינעם סיסטעם נישט אין די ניק'ס.
זעה קופערניקוס'ס חתימה.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:37 pm
דורך ונבנתה העיר
לעיקוואד, איך האב אוועק-געגעבן אפאר טייערע סעקונדן צו חקר'נן וואס קינג האט מיט'ן בריסקער דרך הלימוד...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:11 pm
דורך קאווע טרינקער
בין איך slow ???
איך דריי מיך ארום אין שטיבל און מארטין לוטיר לויפט מיך נאך ווי איך גיי... נאך 10 מינוט האב איך גלייך געכאפט אז לעיקוואד נוצט דעם קליפ פאר א חתימה... OMG...
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 1:46 am
דורך נולד מאוחר
סקומט א דיזעסטער דא אים שטיבעל דער עולם גייט זיך נעמען חתמנען יואטאבס.
א חתימה איז געווענדליך קורצער פונעם בריוו א.ד.ג
מכטס כאטש זיכער די תגובת זענען לענגער פון די חתימת.
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 2:18 am
דורך זר זהב
קאווע טרינקער האט געשריבן:בין איך slow ???
