בלאט 4 פון 8
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 12:56 pm
דורך קול דודי
ונבנתה העיר האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:יעצט טאמער האסטו געשפילט הונדערט מאל און יעדעס מאל איז קאפ # איינס געווען די געווינער ... ווערט די שאנסן פון געווינען נאכאמאל קלענער און קלענער ביי יעדע גאנג, ממילא וואלט איך געזאגט אז צום הונדערט און איינסטע זאלסטו שפילן אן אנדערע קאפ.
און וואס וועט געשעהן ביי די סינעריא פון א גאסט ביים 101'סטן שפיל?
אין אנדערע ווערטער: ווען מאכט מען ריסעט אז פון יעצט האט יעדע גלעזל נאכאמאל א גלייכע שאנס איינס אין פיהר? אפשר זאל מען זאגן אז איך - אין ניו יארק - האב א קלענערע שאנס אויף נומער 1 ווייל נעכטן האט נומער 1 געווינען ביי איינעם אין אפריקא?
תיובתא לר' געפילטע תיובתא. ראה הערה שכתבתי למעלה.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 1:26 pm
דורך גאלד
האט א לאטעריע בילעט מיט די נומערן, 1,2,3,4,5,6 שוואכערע שאנסן צו געווינען ווי רענדעם געמישטע 6 נומערס,
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 2:05 pm
דורך kitov
123456
is not a random number it has the same chance like 21 22 23 24 25 26
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 3:34 pm
דורך ונבנתה העיר
אויב מיט 'רענדאם געמישטע' מיינסטו אז זיי זענען נישט רצופין אבער זיי גייען נאכאלס על הסדר מן הקטן אל הגדול (ווי עס איז טאקע ביי די לאטערי), האבן זיי לכאורה די זעלבע שאנסן, שפעטער וועל איך בל”נ פראבירן אויסצושמועסן צדדי בזה.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 5:11 pm
דורך נהורא נפישא
אזוי ווי די חכמי השטיבל האבן דערמאנט דא דעם קאנצעפט פון טשאנס האב איך געקלערט אויסצושמועסן עטליכע געדאנקן.
טשאנס מיינט נישט אז עס איז במקרה אין פולען זין פון ווארט ווייל יעדע פענאמען אין די נאטור איז באגרינדעד אויף פיזיקס וואס האט באשטומטע געזעצן וויאזוי צו רעאגירן נאר היות די מולטי-אין-סופיותדיגע פאקטארן זענען אזוי דקות'דיג און אומבאגרייפלעך און זענען דערפאר אוממעגליך פאר אונז צו באווירקן די תוצאות ווערט אט אזא מציאות אויפגענומען אין אונזער אויפפאסונג אלטץ מקריותדיג
למשל איינער ווארפט א מטבע איז די טשאנס אז סזאל פאלן אדער ביים קאפ אדער ביים וויידל פיפציג פראצענט פאקטיש אבער גייט די נאטור אויסוועלן אז ס'זאל פאלן אויף איין זייט און עס גייט זיין עפעס אן אומבאגרייפליכע סיבה דערפאר, יעצט איז די פראגע אויב סאיז דא א מציאות אז די פאקטארן זאלן זיין אייניג, לכאורה נישט וויבאלד יעדע פאזיציע איז אייגנארטיג, און ווי ערווענט איז גענוג פאר א גאר שוואכן אומבאגרייפליכען פאקטור צו באווירקן די תוצאות
(די געדאנק צושטאנד ביים מענטש איז פשטות אויך באשטימט (determined) אבער ווערט אויפגענומען (perceived) ווי כאלו במקרה איז מען בוחר כך וכך, טוט עס באדראען די מושג פון פריי ווילן ? נישט געזארגט ס'איז דא וואס ווייזען צו אז און קוואנטום פיזיקס הערשט יא א טאטאלע אומארדענונג נישט אויף פאקטישע תוצאות נאר וויאזוי די פיזישער רעאקציע זאל סובפארטיקלי פאסירן)
טעארעטיש קען די אויסגאנג אייביג זיין סיי וואס די טשאנסן ערלויבן אז ס'זאל קענען פאסירן, פאקטיש געשעהן אין די אזויגערופענע אומארדענונג פון די נאטור גאר מסודרדיגע זאכן ווייל די טשאנסן פון ארדענונג ווערט געהעכערט וויפיל ס'שפילט זיך איבער, און די נאטור באזיצט ענדלאזע רעסארסן פאר אזעלכע שפילן
אט אן אינטערסאנטע דוגמא מעשה שהיה כך היה א געוויסער פראפעסער האט געוואלט אמאל ארויסברענגען אן אינטערסאנטע נקודה האט ער געשטעלט צוויי גרופעס איינס זאל ווארפן מטבע אין שרייבן די תוצאות, און די צווייטע זאל נישט באמת ווארפן נאר שרייבן מקריותדיגע תוצאות ווי כאלו ער האט געווארפען, די פראפעסער האט געלאזט וויסן אז ער וועט דערגיין וועלכע איז מקריותדיג דורך די נאטור און וועלכער איז דער פאברוצירטער ער האט גענומען ביידע רעזולטאטן און האט געטראפן אן אינטערסאנטער חילוק צווישן די צוויי, איינער האט אונעם אויסמיש פון מקריותדיגקייט געהאט אין זיך זיבן אייניגע רעזולטאטן די אנדערע האט געהאט נישט מער ווי פיר דער פראפעסער האט באשטימט די וואס האט געהאט זיבן אייניגע רעזולטאטן אלטץ די אויטענטישע און האט געגעבן צו פארשטיין בעת דער פובריצירטער האט מען געוואלט מאכן מער מקריותדיג האט ער מורא געהאט פון סיי וואספארא ארדענונג אין די רעזולטאטן איז אבער פאקטיש יא געווען טשאנסן פאר אזא רייע פון ארדענונג ממילא האט ער דאס אויסדערוועלט אלטץ די ריכטיגע
באמת וואלט די פראפעסאר געקענט גרייזן ווייל סוואלט געווען טשאנסן אויף פארקערט נאר ער האט געוויסט אז די טשאנסן זענען קליינע איז ער געווען רואיג איינצושטעלן
נאך א וויכטיגע נקודה, יעדע טשאנס נישט קיין נפק"מ ווי קליין ס'איז, קען טעארעטיש פאסירן, נאר ווי אייביג וואס מער תנאים ווערן אריינגענומען אין די תוצאות ווערן די טשאנסן ווייניגער און ווייניגער, יעצט מענטשליכע ערווארטונגען זענען פונקט אזא תנאי וואס פארקלענערט דראסטיש די תוצאות אז ס'זאל פאסירן וויאזוי מ'ערווארט עס, לדוגמא יעדע קאמפלעצירטע זאך אין די נאטור אז ס'איז דא איז עס פאקטיש געשעהן, אבער סזאל זיך צוזאמטרעפן די ערווארטונג אז אזא זאך זאל זיך איבערשפילן גענוי מיט די פאקט אז ס'זאל טאקע געשעהן במציאות, כמעט אוממעגליכע טשאנסן.
געפינט איר אין דעם ארטיקל אומארדענונגקייט? זייט וויסען אז איך בין אויך א פראדוקט פון טשאנס.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 9:30 pm
דורך נהורא נפישא
ונבנתה העיר האט געשריבן:אויב מיט 'רענדאם געמישטע' מיינסטו אז זיי זענען נישט רצופין אבער זיי גייען נאכאלס על הסדר מן הקטן אל הגדול (ווי עס איז טאקע ביי די לאטערי), האבן זיי לכאורה די זעלבע שאנסן, שפעטער וועל איך בל”נ פראבירן אויסצושמועסן צדדי בזה.
ר' ונבנתה יעדע סעט פון
ספעציפישע נומערען נישט קיין נפק"מ צו זיי זענען כסדרן ווי 123456 צו זיי זענען שלא כסדרן ווי 524213 האבן אייניגע טשאנסן דוק ותשכח.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:37 pm
דורך ונבנתה העיר
די נומערן 1234567890 האבן 10 ביליאן מעגליכע קאמבינאציעס, ממילא אויב וואלט די לאטערי נישט געהאט א קפידא אז מיינע נומערן זאלן זיין אין די זעלבע סדר ווי די winning נומערן וואלט איך דאך געהאט 10 ביליאן מאהל מער שאנסן, ניין?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:41 pm
דורך יאיר
(סארי פאר איבערהאקן ר' ונבנתה)
א שטודיע האט פעסטגעשטעלט אז א דורכשניטליכער מעמבער אויף ספר-פנים יפות האט ווייניגער פריינט ווי זיינע אייגענע פריינט.
ווי אזוי איז דאס מעגליך?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:50 pm
דורך ונבנתה העיר
נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2013 12:05 am
דורך יאיר
העי, אין דעם אשכול טאר מען נישט ברענגען קיין לינקס ביז א האלבער עולם האט זיך געבראכן קאפ...
נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2013 12:18 am
דורך ונבנתה העיר
נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2013 1:28 am
דורך געפילטע פיש
קול דודי האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:דיין ערשטע הנחה איז גערעכט, ביים ערשטן שפיל האסטו א איינס אין פיר שאנס צו באקומען דעם קוואדער, אבער ביים צווייטן שפיל, האסטו שוין נישט קיין פערטל שאנס, ווייל סטאטיסטיקלי געשעהט ווייניגער אז זאלסט געווינען צוויי מאל אין א ציה. די סטאטיסטיקער האבן א פורמולא וויאזוי דאס ארבעט, אבער וואס מער מאל דו שפילסט, אלץ קלענערע שאנס איז דא אז דו זאלסט זיי אלע געווינען
נאכ'ן ערשטן שפיל האט מען נאך אלס א פערטל שאנס.
פארן שפיל האט מען א זעכצענסטל שאנס צו געווינען צוויי אין א רייע (1/4 * 1/4). אבער
נאכן געווינען די ערשטע איז די שאנס צו געווינען די ערשטע הינדערט פראצענט (רעכן אויס...) אין ממילא איז די שאנס צו געווינען נאכאמאל 1/4.
אגב, דיין טעות איז א באקאנטער פאסטקע אין סטאטיסטיקס וואס שלעפט אריין רוב וואס הייבן אן טראכטן דערפון.
נו אפשר ביסטו עס אביסל מסביר פאר אונז פשוטי עם?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2013 1:35 am
דורך יאיר
קול דודי האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:דיין ערשטע הנחה איז גערעכט, ביים ערשטן שפיל האסטו א איינס אין פיר שאנס צו באקומען דעם קוואדער, אבער ביים צווייטן שפיל, האסטו שוין נישט קיין פערטל שאנס, ווייל סטאטיסטיקלי געשעהט ווייניגער אז זאלסט געווינען צוויי מאל אין א ציה. די סטאטיסטיקער האבן א פורמולא וויאזוי דאס ארבעט, אבער וואס מער מאל דו שפילסט, אלץ קלענערע שאנס איז דא אז דו זאלסט זיי אלע געווינען
נאכ'ן ערשטן שפיל האט מען נאך אלס א פערטל שאנס.
פארן שפיל האט מען א זעכצענסטל שאנס צו געווינען צוויי אין א רייע (1/4 * 1/4). אבער
נאכן געווינען די ערשטע איז די שאנס צו געווינען די ערשטע הינדערט פראצענט (רעכן אויס...) אין ממילא איז די שאנס צו געווינען נאכאמאל 1/4.
לדבריך קומט אויס אז פאר'ן שפיל האט מען אויך נישט א זעצנסטל שאנס צו געווינען צוויי אין א רייע, ווייל דו ווייסט שוין פון פאראויס אז איינמאל דו געווינסט די ערשטע מאל וועט צוריק זיין דיין שאנס עס צו געווינען נאכאמאל פונקט ווי פריער.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2013 10:44 am
דורך געפילטע פיש
לאמיר עס פראבירן אויסצולייגן אויף קליין געלט.
1234 1234
1234 1234
1234 1234
1234 1234
1234 1234
1234 1234
1234 1234
1234 1234
1234 1234
1234 1234
1234 1234
1234 1234
1234 1234
1234 1234
1234 1234
1234 1234
פארן אנהויבן האט ער א פערטל שאנס אז ביידע שפילן זאלן זיין די זעלבע נאמבער, 11, 22, 33, אדער 44. א זעכצענטל שאנס אז ביידע מאל זאל עס זיין 1, אבער נאכן שפילן איין מאל און ס'קומט ארויס 1, ווערט עס יעצט א פערטל שאנס אז די צווייטע מאל וועט אויך זיין 1.
אויב שפילט ער דריי מאל איז די זעלבע. ביי דריי מאל שפילן איז דא 64 מעגליכע תוצאות, 4x4x4, ס'איז ווייטער דא א פערטל שאנס אז די זעלבע נאמבער זאל ארויסקומען צוויי מאל איינס נאכן אנדערן, און א זעכצענטל שאנס אז ס'זאל זיין ביידע מאל נומבער איינס. אבער אז ס'זאל ארויסקומען דריי מאל איינס איז פונקט אזוי סטאטיסטיקלי שכיח ווי 1342 אדער סיי וועלכע תוצאה. אזויווי קול דודי זאגט.
די שאלה איז נאר, פארוואס אין ריל לייף זעמער אז כמעט קיינמאל וועט א דייס איבערגיין די זעלבע נאמבער אפאר מאל, און יעדע מאל מ'ווארפט די דייס נאכאמאל, ווערן די שאנסן אז ס'זאל נאכאמאל פאלן אויף די זעלבע נאמבער קלענער? גלייבסט נישט? ווארף א דייס, און פראביר צו זעהן וויפיל מאל ס'קומט אויס די זעלבע נאמבער אין א ציה.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2013 12:45 pm
דורך נהורא נפישא
[tag]געפילטע פיש[/tag] איך פארשטיי נישט וואס ס'איז די צומישעניש
מלה"ד ווען איינער איז שילדיג פאר זיין חבר צוויי הונדערט דאללאר און אין א געוויסען טאג צאלט ער אים אפ א הונדערטער און א טאג דערויף נאך א הונדערטער נו קען די מלוה טענה'ן האסט מיר נאר באצאלט א הונדערטער ווייל האסט מיר ביז דערווייל געגעבן נאר איין הונדערטער (צוויי מאל) אוודאי נישט ווייל ס'איז דא א חשבון וואס הייסט addition
די זעלבע דא אויך יעדע פאל פאר זיך איז טאקע נאר 1/4, אבער 1/16= 1/4×1/4 ( 0.625= 0.25× 0.25)
(איך בין נישט קיין מעטאמאטיקער איך ווייס אפילו נישט וויאזוי משרייבט ארויס דעם אויבנדערמאנטן חשבון אין מעטאמאטיק)
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 8:47 pm
דורך [NAMELESS]
נהורא נפישא האט געשריבן:אבער 1/16= 1/4×1/4 ( 0.625= 0.25× 0.25)
(איך בין נישט קיין מעטאמאטיקער איך ווייס אפילו נישט וויאזוי משרייבט ארויס דעם אויבנדערמאנטן חשבון אין מעטאמאטיק)
. 25*.25=.0625 which is 1/16
Not. 625 which is 5/8
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 12:50 am
דורך נולד מאוחר
פארוואס ווערט טינקעל ביינאכט? פשטת ווייל די זין גיין צי די אנדרע זייט פונעם ערד קוגעל.
אבער לכאורה איז דאך דא און ספעיס שטערן וואס שיינען כמה פעמים שטערקער ווי די זין, איז פארוואס קומט נישט אן די לעכטעקייט צי אונדז ? איז דאס
אלבער'ס פארדאקס?
נאר וואס דען היות די וועלט איז באשאפכן געווארן אין א געוויסע זמן דויערט פשט צייט פאר די ליכטיקייט אנציקומען צי אונדז.
ריכטיג?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 12:58 am
דורך [NAMELESS]
דיין קשיא איז שטערקער נעמענדיג אין חשבון טריליאנען אנדערע זונען וואס טייל דערפון זענען פיל גרעסער ווי אונזערע (די צייט תירוץ האלט נישט אויס, ווייל סוכ"ס 'אלע' stars וואס אונז דא ווייסן דערפון, איז נאר ווייל זייער ליכטיקייט איז שוין למעשה יא אנגעקומען אהער דא, צו פון דרייצן ביליאן יאר צוריק אדער זעקס און צוואנציג ביליאן, ווענדט זיך ועלעכע שיטה דו נעמסט אן) . די תירוץ איז אבער פשוט, ווי ווייטער א טונקעלע object שטייט פון א source of light, אלס ווייניגער פון יענעם'ס ליכט שטראלן באקומט ער. שפריץ וואסער פון א פייפ, ווי ווייטער דיין חבר שטייט אוועק, אלס ווייניגער וואסער מאכט אים נאס, דאס איבריגע וואסער שפריצט שיעף ערגעץ אנדערש.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 1:23 am
דורך נולד מאוחר
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 1:35 am
דורך [NAMELESS]
מיין ענפער ליגט אינעם לעצטן פאראגראף, כ'האב נישט גענומען די צייט מאריך צו זיין ווייל איך פארלאז מיך אויף די בני קאווע זענען גענוג אינטילעגענט און אויסגעבעט מיט די הקדמות. די distance effect theory איז גאנץ עפעס אנדערש, זיי באציען זיך צו אן אין סופית'דיגע cosmology.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:07 pm
דורך ונבנתה העיר
די פארגאנגענע וואך בין איך אריין אין קאווע צימער, זעה איך ווי א בין הזמנים בחור דרייעט זיך דארט, נאך א שעה בין איך נאכאמאל אריין, טרעף איך איהם ווידער, אזוי האב איך זיך עטליכע מאהל אנגעטראפן אין איהם.
באלד איז מיר אריין א מחשבה אין קאפ אז דער בחור מוז ערענסט נישט האבן וואס צו טוהן (יא, כ'ווייס, עס איז נישט זיין שולד...), כ'מיין, יעדעס מאהל וואס איך קום דא אריין טרעף איך איהם דא.
דערנאך הייב איך אבער אהן טראכטן אפשר איז די מעשה גאר פארקערט, אפשר האט גאר יענער בחור די רעכט צו טראכטן דאס זעלביגע אויף מיר: כ'האב דעם ונבנתה געטראפן א שעה צוריק, א האלבע שעה צוריק און יעצט ווייטער, מסתמא האט ער נישט קיין דזשאב... איז ווער איז גערעכט?
לכאורה בין איך גערעכט, איך בין דאך דער וואס 'קומט אריין' אין צימער און איך טרעף יענעם שוין דארט, ממילא איז לכאורה דא מער שאנסן אז יענער פארברענגט דארט שעות, און ממילא טרעף איך איהם ווען איך קום נאר אריין, ווי צו זאגן אז דריי מאהל איז ער פונקט אריינגעקומען א האלבע מינוט פאר מיר אזוי אז איך האב איהם אנגעטראפן.
וואס זאגט איהר?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:17 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך האב די זעלבע חקירה דא אין קאווע שטיבל.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:23 pm
דורך פארוואס?
ונבנתה העיר האט געשריבן:די פארגאנגענע וואך בין איך אריין אין קאווע צימער, זעה איך ווי א בין הזמנים בחור דרייעט זיך דארט, נאך א שעה בין איך נאכאמאל אריין, טרעף איך איהם ווידער, אזוי האב איך זיך עטליכע מאהל אנגעטראפן אין איהם.
באלד איז מיר אריין א מחשבה אין קאפ אז דער בחור מוז ערענסט נישט האבן וואס צו טוהן (יא, כ'ווייס, עס איז נישט זיין שולד...), כ'מיין, יעדעס מאהל וואס איך קום דא אריין טרעף איך איהם דא.
דערנאך הייב איך אבער אהן טראכטן אפשר איז די מעשה גאר פארקערט, אפשר האט גאר יענער בחור די רעכט צו טראכטן דאס זעלביגע אויף מיר: כ'האב דעם ונבנתה געטראפן א שעה צוריק, א האלבע שעה צוריק און יעצט ווייטער, מסתמא האט ער נישט קיין דזשאב... איז ווער איז גערעכט?
לכאורה בין איך גערעכט, איך בין דאך דער וואס 'קומט אריין' אין צימער און איך טרעף יענעם שוין דארט, ממילא איז לכאורה דא מער שאנסן אז יענער פארברענגט דארט שעות, און ממילא טרעף איך איהם ווען איך קום נאר אריין, ווי צו זאגן אז דריי מאהל איז ער פונקט אריינגעקומען א האלבע מינוט פאר מיר אזוי אז איך האב איהם אנגעטראפן.
וואס זאגט איהר?
וואס הייסט דו האסט נישט קיין דזשאב? דו ביסט דאך געווען גבאי דא אין שטיבל??