בלאט 4 פון 5

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 1:54 pm
דורך berlbalaguleh
סופר ומונה האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:שמשון ב''ר רפאל למשפחת הירש?

ס'איז דא פריער. פילע פון די איטאליענישע רבנים האבן שטודירט אין אוניווערסיטעט.

ווער האט בכלל געגרינדערט די אומיווערזיטעטן אין איטאליע אויב נישט די רבנים פון מיטלאלטער?! אין די תקופה פון ר"ע מברטנורא און שפעטער, אויב נישט ער אליין. דאס איז געווען די פרנסה פון טייל רבנים וועלכע האבן זיך אונטערגענומען צו לערנען מיט די קינדער פון די רייכע גויים מאטעמאטיק, אסטראנאמיע און מעדיצין.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 2:05 pm
דורך berlbalaguleh
לעמאן דזשוס האט געשריבן:לץ, פון די ערשטע

איך ווייס נישט פון ווען דו רעכנסט די ערשטע אבער דער שאפראנער רב ז"ל און אויך ר' יעקב יצחק ניימאן ע"ה דער מאנטריאל פאפא רב האבן געהאט דיפלאמא'ס ווען זיי זענען אנגקומען לערנען אין ישיבה. די מעלה פון דעם איז אז אויב ס'קומט איינער אן אויפגעקלערטער און האט א וויכוח מיט'ן רב קען ער נישט אוועקמאכן און זאגן עה, ס'איז א פארכניאקטער רב.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 2:13 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:שמואל!

כ'האב שוין שיער געוואלט פרעגן וואס איז זיין לעצטע נאמען, וואו איז ער געווען רב? נעקסט טיים באשרייב אביסל פונקטליכער. זאג "דער אמורא שמואל"

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 2:22 pm
דורך berlbalaguleh
אויס מענטש האט געשריבן:וועלכע רביס האבן נישט געהאט קיין בארד ?

דער בעל מסילת ישרים. ר' בונם פון פשיסחא, דער בעל שם פון לאנדאן און דער ראביי פון די לעקסינגטאן עוו. שול.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 3:01 pm
דורך קאווע טרינקער
berlbalaguleh האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:שמואל!

כ'האב שוין שיער געוואלט פרעגן וואס איז זיין לעצטע נאמען, וואו איז ער געווען רב? נעקסט טיים באשרייב אביסל פונקטליכער. זאג "דער אמורא שמואל"

נעקסט טיים ווען די שרייבסט "רביה"ק", שרייב אביסל פונקטליכער. זאג "רביה"ק מסאטמאר", כ'האב שיעור געמיינט אז דו רעדסט פון רבי יהודה הנשיא

נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2013 11:36 am
דורך קאווע טרינקער
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'ווערט מיר שפעט, דאס מאל וועט זיין א בחינה פון הוא מותיב והוא מפרק.

תשובות

א) הרב אלחנן הלפרין, יאריך ה' ימיו ושנותיו.



איך צו צוריק.
אין המודיע, ענין, איז געווען באשריבען א רב וואס האט געפייערט זיין 100'סע געבורסט טאג. לויט ווי ס'שטייט דארט, איז ער שוין רב אויף יענע פלאץ נאך פאר די קריג. ע"כ דארף מען מבקר זיין עוד הפעם, צו ער קען זיך פארמעסטן מיט ר' חנה. מי קודם למי.

נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2013 11:39 am
דורך קאווע טרינקער
טעפל האט געשריבן:אונטער וועלכע אומשטענדן האט משה גאלדמאן פארפאסט דעם הערליכע ניגון אויף די ווערטער "אלוקי נשמה"?

ווען אין קעמפ שלוה איז יוגעלע נעבעך אוועק. געדענק איך גוט?

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 5:13 am
דורך טעפל
קאווע טרינקער האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:אונטער וועלכע אומשטענדן האט משה גאלדמאן פארפאסט דעם הערליכע ניגון אויף די ווערטער "אלוקי נשמה"?

ווען אין קעמפ שלוה איז יוגעלע נעבעך אוועק. געדענק איך גוט?

ניין, ער איז געקומען זינגען אין קעמפ שלוה און דארט איז געזעצען א נישט געזונט קינד אין א ווילטשעיר, און ער האט זיך נישט געקענט בארואיגען און אויפן וועג אהיים פארפאסט די ליד.

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 6:30 pm
דורך דולה ומשקה
א ענפער צום קעפל פון דעם אשכול

שו"ת התעוררות תשובה, אויף יעדן עמוד פון דעם תשובה ספר שטייט ארויף געדרירקט "להלכה ולא למעשה".

דעם ניגון "שמח נפש עבדך" פון ר' משה גאלדמאן האט ער פארפאסט אויף דער פארלאנג פון ר' חיים ארי' ליפשיץ פארענדיק אין א קאר, ר' משה ז"ל האט צוביסלעך אנגעהויבען צו זינגען פארשידענע תנועות, ביז ער האט געריקט איין תנועה פארענט דער אנדערע פון אונטען, צוביסלעך איז ארויס געקומען דער גאנצע ניגון, דערנאך איז געקומען דער צווייטע חלק פון ארויף לייגען ווערטער צום ניגון, ביז ער האט אנגעטראפען די ווערטער פון "שמח נפש עבדך", ס' האט גענומען בערך א שעה אין א האלב.

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 11:27 pm
דורך קאווע טרינקער
ווער איז דער איד אין דער בילד

רמז: ער וואלט געקענט זיין פון די מנהיגי ישראל
(יאנקל, זוך נישט אין גוגל)

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 11:35 pm
דורך היימישער ליטוואק
נישט מרן רבינו הקדוש טוורעסקי זצ"ל?

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 11:37 pm
דורך קאווע טרינקער
ניין.

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 11:46 pm
דורך לעיקוואד
https://www.google.com/search?tbs=sbi:A ... height=188


איך בין נישט יאנקל מעג איך מאכען גוגל..

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 11:47 pm
דורך משה געציל
נישט א זין פון הרב ש"ך?
עפעס א מעשה פארציילן די חסידים אז הרב ש"ך האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז דאס איז געקומען צוליב דעם וואס ער האט נישט געזינגען זמירות ביים שבת טיש, אבער יא אבער ניין.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:44 am
דורך ימי קדם
די מעשה גייט אז הרב שך האט געהאט א שכן א אדם פשוט (כמדומה לי דער טאטע פון הרב משה און הרב אלי' שטערנבוך), וואס האט זוכה געווען צו קינדער רבנים משא"כ הרב שך אליין, דערציילט מען אז ער האט געזאגט אז די חילוק צווישן מיר און אים איז, אז איך פלעג מיר יאגן ביי די סעודות שבת כדי עס זאל נישט זיין קיין "ביטול תורה", אבער ער האט עוסק געווען שעות אריכות און זמירות שירות ותשבחות, און דאס האט אריין געברענגט אין זיי א אהבה צו עבודת ה'.
צו די מעשה איז אמת צו נישט ווייס איך נישט, וואס איז זיכער איז אז פון די ליטווישע בני ישיבות וועט מען עס נישט הערן....

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:54 am
דורך קאווע טרינקער
שלום וברכה,

ר' משה שטערנבוך האט אלץ קינד געוואוינט אין לאנדאן. זיין טאטע איז אוועק ווען ר' משה איז געווען א קינד בגיל 9.

להעיר אז אפילו אויב די מעשה איז אמת האט דאס פאסירט אין ליטא, אינדערהיים, נישט אין בני ברק..

איך האב גראדע יא געהערט די מעשה פון מיין ליטווישע ראש ישיבה, וועלענדיג מיט דעם ארויסברענגען די וויכטיקייט פון פארברענגען מיט די קינדער, לאו דווקא זינגען זמירות איינמאל א וואך וכו'

אזוי צו אזוי, איז די מעשה נישט אמת מטעם הפשוט, ווייל אפרים הנ"ל איז געווען א מרביץ תורה ומחבר ספרים.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 1:16 am
דורך משה געציל
אבער דאכט זיך אז זיין טאטע האט נישט געהאט קיין קשר מיט אים.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 1:20 am
דורך קאווע טרינקער
ליין זיין ויקי בלאט.

א גוטע נאכט

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 1:22 am
דורך משה געציל
אינטערעסאנט, נישט געוויסט.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 1:24 am
דורך ימי קדם
פאר א סיבה האב איך געשריבען "כמדומה".
די מעשה קען זיין אמת, איך ווייס נאר נישט ווער דער שכן איז געווען.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 2:03 pm
דורך משה געציל
א חתימה דא אין שטיבל וואס איז זיך סותר מיניה וביה...

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 11:58 pm
דורך אביגדור
ניין.

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:03 am
דורך משה געציל
יעפס...