בלאט 4 פון 5
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 9:36 pm
דורך נולד מאוחר
ס'איז מיר א חידוש אז אזוי סאך מענטשען האבן געסאפט עדווערטייזען אין די ביזנעס דיירעקטארי.
100 בלעטער פון בערך ניין הונדרעט איז מער ווי צען פראצענט.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 9:53 pm
דורך מיין מיינונג
יעצט אדורכגעבליקט דעם נייעם דירעקטארי. מ'זעט נישט קיין אויפפאלענדער חילוקים, אבער אז מ'קוקט גוט זעט מען, למשל אויפן דעקל פעלן מיללער שטריימעל און חתונה מאלל.
די קארליטע בלעטער אנפאנג ביכל פעלן צאהלער, המספיק, ווייט עיד מעדיקעל, נגינה ארקעסטראו, און עקסענטשועישאנס פורניטשור.
די סתם עדווערטייזמענט בלעטער זענען אקוראט 100 בלעטער ווייניגער פון פאריאר.
אזוי אויך האב איך געכאפט א בליק ביי בוכשטאב H צו זען וואס ס'פעלט. ביי די זאלן, פעלן פרדס פיגא, קאנקארד פלאזא, ריווער טערעס. ביי הארדוועיר פעלט אסאא. היטן פעלט סענדערס, פארק העטערס. העלט פעלט צאהלערס, העלטי טשויס, און נאך אפאר קליינע געשעפטן דא און דארט.
דאס קען מען נאך אלעס אראפשלונגן. ס'גרעסטע נארישקייט און פערדעריי איז דאס אריינדרוקן א בריוו פון אפאר ירושלימער דיינים אז ישרא' בער קרויז איז אומשולדיג און מ'טאר אויף נישט מוציא לעז זיין אדער רעדן לשה"ר. קודם כל דאס אז ער האט געמוזט לויפן ביז ירושלים פאר אזא בריוו, שמעקט שוין נישט גוט. והשנית זע איך בכלל נישט פארוואס ס'פעלט אים אויס צו מאכן א טאלק דערפון. ווען ער שרייבט גארנישט קומט ער דאך אפ בעסער.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 10:19 pm
דורך elter-zeide
איך קיק צי וויא יעדער ווייסט אין יעדער פארשטייט, אין אלץ אויף יענעמס חשבון, איך וואלט יעדעם עקסטרע געפרעגט ווי אזוי וואלט איר געהאנדעלט ווען איר זענט אויף ר' י' ב' ק' פלאץ? לאהט ווי איך זעה האט ער געהאנדלט דע איידעלסטע וואס נאר מעגלעך,,,, יעדער ווייסט וואס ער האט געזאגט, יעדער ווייסט ער האט געמיינט, אין געטראכט,,, עס איז זייער א שווערע ביטערע פרשה,ווען ער האט ווען א טאטע מיט א שווער וואלטן זיי איינגעריסען אין פארפירט אין איבערגעדרייט גאנטץ וויליאמסבורג, איך וויל נישט אריינגיין ווער עס איז גערעכט ווייל איך ווייס נישט, אין קיינער ווייסט נישט אבער וואס ווילט איר פין ר' י' ב' עס איז נישט בידו להייטיב או להרע, סתם נעמען א מענטש אין זיך באדען אין זיין בליט, איך האב ביז היינט נישט געשריבען וועגן דע פרשה ווייל עס איז זייער א ביטערע, האטץ רחמנות אויף ענק אין אייערע משפחות אין לאטץ עם אפף דעם ר' י' ב' ק', י
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 10:56 pm
דורך אויס מענטש
פלעגט נ.וו. זיין עדווערטייזט אין די ביזנעס דירעקטארי ?
איז עפעס געשטאנען אונטער זיין עד, אז די ארויסגעבערס, נעמען נישט קיין אחריות און מען זאל זיך נאכפרעגן?
סתם איך פרעג
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 10:58 pm
דורך שמעקעדיג
אויס מענטש.... דיין חתימה קומט יעצט צוניץ

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 11:10 pm
דורך זר זהב
elter-zeide האט געשריבן:איך קיק צי וויא יעדער ווייסט אין יעדער פארשטייט, אין אלץ אויף יענעמס חשבון, איך וואלט יעדעם עקסטרע געפרעגט ווי אזוי וואלט איר געהאנדעלט ווען איר זענט אויף ר' י' ב' ק' פלאץ?
קודם זאגט וויזוי ער האט געהאנדעלט, וועט מען קענען ענטפערן דיין פראגע. דערווייל הערשט א צומישעניש איבער וויאזוי ער האט למעשה געהאנדעלט.
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 8:22 pm
דורך קאווע טרינקער
אין די קאונטענארס וואס די שטאט האט אויסגעלייגט אין די וומ"סע גאסען, זעהט מען ים'מען מיט נאך-אין-פלאסטיק ביזנעס דירעקטארי.
הייליגע טאטע אין הימל, קוק אוועק על חוטאים אלו. ווייל אפילו דו זאלסט זיי באשטראפען כדין הראוי, וועלען זיי סייווי דאס תולה זיין אין חטא הידוע, וואס כיום איז דאס גיוס בני הרחובות.
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 9:00 pm
דורך מאראנצןזאפט
מיינע הגהות.
כ'האב באמערקט איינעם נ"וו אויף דער וויליאמסבורגער ליסטע, הגם ער וואוינט שוין לאנג נישט אין וויליאמסבורג, מן הסתם א גרייז.
די עירוב מאפע איז פארשוואונדן געווארן.
און דער עד פון דער בלאט איז גרייזיג,דער היימישער צייטונג??
די היימישע צייטונג! שיין זען מיר אויס, א שוסטער מיט צעריסענע שוך.
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 10:41 am
דורך בן תמליון
שטיי איך דא ביי שריפת חמץ עס פליען ביזנעס דירעקטאריס, איינער ברענגט פינף שטיק און טראסקעט אריין ווען א טיפער קרעכץ רייסט זיך פון זיינע טיפענישן. אידן ווילן זיך נישט זעצן צום סדר עסן מצה מיט בלוט אין שטוב. מיר האבן קיין חלק אין אריינשליידערן א איד אין גרוב ער זאל דארט אויסגיין צווישן די וועלף. עוד ישראל רד עם קל ועם קדושיו נאמן.
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 11:45 am
דורך קאווע טרינקער
יענער האט דער ספר תולדות יעקב יוסף מהדורת לויפער אינדערהיים?
אין דעם ספר ליגט מער בלוט וויפיל זאלץ ס'דא אין די בעסערע מצות.
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 11:58 am
דורך געפילטע פיש
בן תמליון האט געשריבן:שטיי איך דא ביי שריפת חמץ עס פליען ביזנעס דירעקטאריס, איינער ברענגט פינף שטיק און טראסקעט אריין ווען א טיפער קרעכץ רייסט זיך פון זיינע טיפענישן. אידן ווילן זיך נישט זעצן צום סדר עסן מצה מיט בלוט אין שטוב. מיר האבן קיין חלק אין אריינשליידערן א איד אין גרוב ער זאל דארט אויסגיין צווישן די וועלף. עוד ישראל רד עם קל ועם קדושיו נאמן.
באמת וואלטן זיי עם אליין געוואלט אריינווארפן אין פייער, מיט די גאנצע משפחה, און ווער אומער ס'האט זיך נאר דערוואגט צו ווערן מאלעסטעד, נאר ונשלמה פרים שפתינו, מ'האפט אז מיטן ענינו זו פרישות דרך ארץ, תחת אשר עינה, וועט מען יוצא זיין.
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 1:56 pm
דורך וואלפה
I saw A video from a shomrim member smacking a boy for coming with a full box business directory phone book, sad his father told him he should burn it
איך האב עס פראבירט ארויף צילייגען אבער עס איז צי גרויס
will try to send a link
Re: נייע ביזנעס דירעקטארי
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 4:08 pm
דורך ל.רוזן
איך בין דארט געווען ער האט איהם נישט אנגעפראסקעט נאר אונגעשריגען און אהיים געשיקט
Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 12:50 pm
דורך jenus20
היינטיעצט ארויסגעקומען די נייע קאנסומער עדווייזאר, זיי האבן אויך אריינגעלייגט די נענמן פון וויליאמסבורג,
העליכע שיינע ארבייט זייער א איידעלע ארבייט
אויך א ביזנעס ליסטינג
בערך 60 מער פעידזעס אין די עדס סעקשאן
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 12:55 pm
דורך ברסלבער
jenus20 האט געשריבן:זייער א איידעלע ארבייט
ווי איידל קען זיין אן ארבעט געשריבן מיט א צווייטנ'ס בלוט? עס איז בכלל נישט משנה ווער עס איז גערעכט אין די סומאטוכע, אבער מיין הארץ ערלויבט מיר נישט אריינצונעמען אינדערהיים אזא "איידעלע" ארבעט.
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 1:00 pm
דורך jenus20
איידל מיינט, אז ווען נישט די גאנצע חזריי וואלטן זיי קיינמאל נישט אנגערירט די ב"ד, נאר דער חי רעה פון די נייע בוך האט זיי געצווינגען אריינצולייגן וומס"ב, איך קען די חברה דארט איך האב דארט א עד שוין מער ווי 6 יאר (אויך אין די ב"ד) זייער פיינע מענטשן,
איך בעמערק יעצט אז עס העט נישט די וומס"ב אדרעסן לויט די סטריטס, טראסט מי, לויט ווי איך קען זיי איז דאס נאר נישט צו טשעפענען קיינעם
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 1:04 pm
דורך ברסלבער
אה איימעסארי, איך האב נישט געכאפט אז דו רעדטס פון די דירעקטארי וואס קומט שוין ארויס עטליכע יאר, איך האב געמיינט אז דו רעדטס פון די צוויי נייע דירעקטאריס וואס ווילן ארויסקומען.
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 1:06 pm
דורך זר זהב
ברסלבער האט געשריבן:איך האב געמיינט אז דו רעדטס פון די צוויי נייע דירעקטאריס וואס ווילן ארויסקומען.
און איינע פון יענע צוויי איז אויך נישט א דירעקט קאמפעטישאן. ס'גייט אויף א מהלך פון נאר קליינע עדס, אזוי ווי א ביזנעס ליסטינג.
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 2:23 pm
דורך הדד בן בדד
אין ווען ער איז יא א קאמפעטישאן מעג ער אויך. דער חרדישער ציבור האט זיך פיל מער ווי געדאפעלט זייט ער האט אנגעהויבן ארויסקומען און א צווייטער מעג אויך מאכן א דירעקטארי. ער ווערט נאך נישט פאר דעם א בלוט פארגיסער
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 7:47 pm
דורך אוי טאטי
jenus20 האט געשריבן:איידל מיינט, אז ווען נישט די גאנצע חזריי וואלטן זיי קיינמאל נישט אנגערירט די ב"ד, נאר דער חי רעה פון די נייע בוך האט זיי געצווינגען אריינצולייגן וומס"ב, איך קען די חברה דארט איך האב דארט א עד שוין מער ווי 6 יאר (אויך אין די ב"ד) זייער פיינע מענטשן,
איך בעמערק יעצט אז עס העט נישט די וומס"ב אדרעסן לויט די סטריטס, טראסט מי, לויט ווי איך קען זיי איז דאס נאר נישט צו טשעפענען קיינעם
אפשר ביזטו מסביר פארוואס, און וויאזוי די נייע בוך האט איהם געצווינגען אריינצולייגן וויליאמסבורגע נעמען?
און פארוואס די נייע בוך איז מער א חיה פון איהם, ווען ער איז געווען די ערשטע וואס איז ארויסגעקומען קאמפעטישאן מיט די ביזנעס דירעקטארי?
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 8:19 pm
דורך שמעקעדיג
איטס דע טיימינג.
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 10:02 am
דורך jenus20
wow
דער עולם כאפט זיך צו דערצו, (קאנסומער עד.)מען טיילט עס אין וומס"ב ב"פ אין איך זעה דער עולם גייט צו צום טראק מיט גרויס געשמאק
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 10:46 am
דורך atmybest
א גוטן. וואס איז פשט פון דיין ניק?