בלאט 4 פון 4

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 12:19 am
דורך דעת תורה
בן-זומא האט געשריבן:איך זע אז עס זענען דא מענטשן וואס זענען אנגעווייטאגט אויף די מנהלים און די הנהלה פון די מוסדות, פארוואס זיי ווארפן זיך מיט בחורים און קינדער, און איך פארשטיי אז מענטשן זענען אנגעווייטאגט, אבער דער פאקט איז אז זיי זענען נישט אינגאנצן גערעכט. ווען די הנהלה פון די ישיבות וואלטן געווען פשוט'ע מענטשן וואס ווייסן נישט וואס זיי טוען, דעמאלט וואלט מען נאך געקענט האבן א טענה, אבער פאקטיש ווייסט יעדער אז די חברי הנהלה פון כמעט יעדן היימישן מוסד זענען קלוגע אידן, ערנסטע אידן, איידעלע אידן, וואס האבן זיך געלערנט די מלאכת הקודש פון חינוך ביי די גרעסטע עקספערטן, און זיי פארשטייען צו די נפש פון א קינד בעסער ווי די געטרייסטע עלטערן. ווען זיי מאכן אפ אז א קינד באלאנגט נישט אין קיין מוסד, ווייסן זיי בדרך כלל וואס זיי רעדן.

יעדער ווייסט אז ווען מען מאכט אפ אפצוזאגן א קינד, פאסטן די הנהלה יענעם טאג און זאגן אויס גאנץ תהילים. נאכדעם זעצן זיי זיך צוזאמען און מען איז דן בכובד ראש און מיט צעבראכענקייט כדת מה לעשות. ווען זיי קומען צו די החלטה אז דאס קינד באלאנגט נישט אינעם מוסד, קומט עס פון קלוגע, ערנסטע און געלערנטע מענטשן, מענטשן וואס האבן א געפיל צו א צווייטן איד, און זיי מאכן די החלטה מיט א צעבראכן הארץ און מיט די פולסטע איבערצייגונג אז דאס איז די בעסטע החלטה ע"פ תורה און ע"פ חינוך.

די אלע וואס האבן טענות קענען נישט קיין חינוך און ווייסן אפילו נישט וואס דאס מיינט זיך רעכענען מיט א צווייטן.


מען דארף נישט האבן א אולטרא סענסיטיוו דעטעקטאר צו טראכטן פאר א רגע אז דער שרייבער מיינט עס ערנסט.

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 10:23 am
דורך בעריש
דעת תורה האט געשריבן:בעריש, טאטעלי ראנג.

מען האט אנגענומען אפילו קינדער פון מחללי שבתות. תקנות איבער אויפפירונג א. א. וו. איז נאר געווען מה שנוגע אין חדר / שולע, נישט די שטוב.

אויב רעדסטי פון סאטמאר איז אזאנס נישט געווען נישטאמאל נאנט דערצי, אולי און באבוב ווי סאיז געווען גאר שוואך אין אנהויב.

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 11:05 am
דורך דעת תורה
איך רעד פון סאטמאר

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 11:24 am
דורך גדעון
היפאקריט.

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 3:25 pm
דורך diff
Buy her a computer to learn and work online. Let all her friends envy / copy her. Then lets see who will still pay tuition
קויפן איר אַ קאָמפּיוטער צו לערנען און אַרבעט אָנליין. זאל אַלע איר פריינט מעקאַנע און קאָפּיע איר. לאָזן ס זען ווער וועט נאָך צאָלן סכאַר - לימעד

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 3:32 pm
דורך אביגדור
עתה החילותי וגו'.

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 4:39 pm
דורך מאראנצןזאפט
העי, דא איז נישט צימעס, האלט אייערע פערדן פארמאכט אין שטאל.

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 2:07 am
דורך הדד בן בדד
שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב נאר געשריבן בדרך הלצה, איך האב גענוג הארצ-ווייטאג מיט מיין אייגענע הנהלה, און כ'האב שוין גענוג מאל ארויסגעשריבן מיין אמת'ע מיינונג צווישן די בלעטער פון קאווע שטיבל.
און איך האב נישט קיין איינע פון די זאכן הנ"ל, איך האב די ביליגסטע קערידזש פון קוים 50 טאלער, נישט קיין טשענדעליערס, אויף מירון בין איך אמאל געפארן מיט פינאנציעלע הילף פון איינעם צוליב א געוויסע סיבה, איך ליעס דאס ביליגסטע ווען, מיין וואך נאכט איז דאס פשוט'סטע וואס ס'שייך, פון מיין ווייב'ס דזשולערי לאמיך נישט רעדן ווייל ס'קען נאך זיין גילוי, און פונדעסטוועגן מוטשע איך מיך צו באצאלן יעדע חודש, איך שטיי בעסער ווי רוב טאטעס, און עכ"ז האב איך שוין עטליכע מאל ערהאלטן אויף די פאסט ווארענונגען אז אויב איך באצאל נישט מיינע טויזענט דאלער וועט מען נישט אריינלאזן די קינדער אדער וועלן זיי נישט באקומען קיין רעפארט קארדס.

נאר כדי צו זעהן די מטבע פון ביידע זייטן, האב איך גענומען בדחן'ס אומנות אין די האנט (הענס, מיין שארפע געשרייבעכץ שלא כדרכי) און אביסל געברענגט די זאך אין באלאנס, אביסל food for thought, נישט אז איך האלט אינגאנצן אזוי, הגם עפעס אמת ליגט דאך יא דערין...


כשמעקעדיג ועוד, יעדער וואס קען מיך ווייסט אז איך פיר זיך אויף ווי א ארימאן, דרייוו א צוקראכטע קאר, טראג א אלטן הוט מיט אן אויסגעריבענעם רעקל, ווי ער האט געזאגט, בעסער נישט רעדן פון דשולערי, אין אסאאאאאך יארן פון מיין חתונה בין איך נאך "קיינמאל" נישט געפארן וואקאציע מיט די אידענע, איך פאר נישט אין קעמפ (אויסער דריי זימער'ס וואס איך האב געהאט א דשאב וועלכע האט עס געפאדערט פון מיר און מיר צוגעשטעלט אן אלטן עקלהאפטיגן באנגעלאו) קיין טשאנדעליער האב איך אויך נישט (גראדע יא, אין מיין יעצטיגע דירה איז געבליבן פון דעם פריערדיגן טענענט אן אלטן כמו טשאנדעליער וועלכע קאסט אין האום דיפאו 35 טאללער), ניטאמאל קיין דיינינג רום בענקלעך האב איך, פאר מיינע קינדער האב איך געקויפט אלטע גענוצטע בעטן און אזוי לעב איך אין אלע עניינים, איך פאר נישט ל"ג בוימער קיין מירון אדער כ"א אדר קיין ליזענסק, און פונדעסטוועגן מוטשע איך זיך, און מען "האט שוין מער ווי איינמאל אהיים געשיקט מיינע קינדער (אדער פלעין זיי נישט געקומען אויפפיקן) פון מוסד". אין איין פאל האב איך פאר גאנצע פיר וואכן געדארפט אליינס טראגן מיין קינד און ער האט געליטן חרפות און בושות, און ווען איך האב נישט געקענט ווייל איך האב געדארפט אוועק גיין פריער, איז ער געבליבן אינדערהיים.

נאך פיר וואכן ווען ער האט געזעהן אז עס העלפט נישט, און מיין ווייב האט געוויינט צו דעם אכזר ער זאל רחמנות האבן, האט ער צוריק געלאזט מיין קינד.

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 7:06 am
דורך boxcover
Wow. די רשעות ווערט איינמאל און נאכאמאל ארויסגעוויזען.

רבותי, וואס וואלט געווען ווען מען שטעלט ארויס די רשעות ברבים, כל פרטיה ודקדוקיה. אז יעדער שטעלט ארויס אן עקספיריענס מיטן נאמען פונעם וויקטים און דער אכזר, און עס ווערט געלייענט בשער בית ה׳אינטערנעט, וועט דאס מעגליך האבען די כח אפצושטעלן די אכזריות. פארשטייט זיך אז מען קען דאס נישט טון אין די שטיבעלע צוליב די תקנות און אויך ווייל עס וועט ארויסגעבן די אנאנימיניטי.

וואס זאגסט איר צו דעם?

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 8:26 am
דורך diff
What heter does a person have to work for schar limud הוא ללמוד ובנו ללמוד הוא קודם לבנו

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 1:21 pm
דורך berlbalaguleh
diff האט געשריבן:Buy her a computer to learn and work online. Let all her friends envy / copy her. Then lets see who will still pay tuition
קויפן איר אַ קאָמפּיוטער צו לערנען און אַרבעט אָנליין. זאל אַלע איר פריינט מעקאַנע און קאָפּיע איר. לאָזן ס זען ווער וועט נאָך צאָלן סכאַר - לימעד

וואס האסטו גענוצט, גוגל טרענסלעיט??? ס'קלונגט ווי ס'גענומען גלייך פון די אידישיסטן אדער די יעווסעקעס פונ'ם געפייגער'טן סאוויעטן פארבאנד.

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 1:36 pm
דורך berlbalaguleh
boxcover האט געשריבן:Wow. די רשעות ווערט איינמאל און נאכאמאל ארויסגעוויזען.

רבותי, וואס וואלט געווען ווען מען שטעלט ארויס די רשעות ברבים, כל פרטיה ודקדוקיה. אז יעדער שטעלט ארויס אן עקספיריענס מיטן נאמען פונעם וויקטים און דער אכזר, און עס ווערט געלייענט בשער בית ה׳אינטערנעט, וועט דאס מעגליך האבען די כח אפצושטעלן די אכזריות. פארשטייט זיך אז מען קען דאס נישט טון אין די שטיבעלע צוליב די תקנות און אויך ווייל עס וועט ארויסגעבן די אנאנימיניטי.

וואס זאגסט איר צו דעם?

אט דא ליגט דער הונט באגראבן. ווי מיין רבי ז"ל פלעיגט זאגן אין חדר. דאס שטארקע התנגדות פון די "רבנים" און קארופטירטע מוסדות צום אינטערנעט נעמט זיך פון דעם פאקט אז היינט דורכ'ן אינטערנעט קענמען אויפדעקן אלע זייערע שמד שטיק און זיי קענען זיך מערנישט באהאלטן.

נשלח: מוצ"ש יוני 22, 2013 11:09 pm
דורך boxcover
נא, געזאגט און געטוהן.

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 10:56 am
דורך איחוד פעלד
עס איז היבש שווער צו רעדען אין דער ענינים, ווייל גיי זאג א מוסד אז ער מוז אננעמען אפילו פאר בחנם, און קיינער וועט נישט באצאלען, ווער האט דען גענוג געלט?

לאידך גיסא איינער וואס האט נישט קיין געלט, מוז מען זיינע קינדער געבען א חינוך, און עס ליגט א חוב אויף א מוסד צו אננעמען זיינע קינדער.

אין אסאך מוסדות איז דא אויף דעם א וועד וואס ווען איינער האט נישט צו באצאלען קען מען מיט זיי רעדען, און זיי זענען מחליט וויפיל מען דארף באצאלען.

אמאהל רעדענדיג מיט אן עלטערע פרוי ווי איך ארבעט, און זי האט זיך שטארק אנגערעדט אויף איר פרנסה, און זי שיקט אין מער ליטווישע מוסדות, האט זי מיר געזאגט אז אין בית יעקב איז דא אויך א ספעציעלע וועד וואס מען קען מיט זיי זיך אדורך קומען.

פארשטייט זיך אז זיי קענען נישט געבען יעדעם א גרין לייט, ווייל דעמאלס קען דער מוסד זיך פארמאכען אויף דער נעקסטער טאג.

מען קען נישט אזוי ווייט האבען א טענה ווען א מוסד שיקט אהיים קינדער פאר נישט באצאלען, ווייל זיי דארפען דאך האבען א וועג צו טעסטען טאמער איינער איז באמת אן ארימאן, אדער נאר א פיי סאמעך ארימאן.

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 4:08 pm
דורך berlbalaguleh
הדד בן בדד האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב נאר געשריבן בדרך הלצה, איך האב גענוג הארצ-ווייטאג מיט מיין אייגענע הנהלה, און כ'האב שוין גענוג מאל ארויסגעשריבן מיין אמת'ע מיינונג צווישן די בלעטער פון קאווע שטיבל.
און איך האב נישט קיין איינע פון די זאכן הנ"ל, איך האב די ביליגסטע קערידזש פון קוים 50 טאלער, נישט קיין טשענדעליערס, אויף מירון בין איך אמאל געפארן מיט פינאנציעלע הילף פון איינעם צוליב א געוויסע סיבה, איך ליעס דאס ביליגסטע ווען, מיין וואך נאכט איז דאס פשוט'סטע וואס ס'שייך, פון מיין ווייב'ס דזשולערי לאמיך נישט רעדן ווייל ס'קען נאך זיין גילוי, און פונדעסטוועגן מוטשע איך מיך צו באצאלן יעדע חודש, איך שטיי בעסער ווי רוב טאטעס, און עכ"ז האב איך שוין עטליכע מאל ערהאלטן אויף די פאסט ווארענונגען אז אויב איך באצאל נישט מיינע טויזענט דאלער וועט מען נישט אריינלאזן די קינדער אדער וועלן זיי נישט באקומען קיין רעפארט קארדס.

נאר כדי צו זעהן די מטבע פון ביידע זייטן, האב איך גענומען בדחן'ס אומנות אין די האנט (הענס, מיין שארפע געשרייבעכץ שלא כדרכי) און אביסל געברענגט די זאך אין באלאנס, אביסל food for thought, נישט אז איך האלט אינגאנצן אזוי, הגם עפעס אמת ליגט דאך יא דערין...


כשמעקעדיג ועוד, יעדער וואס קען מיך ווייסט אז איך פיר זיך אויף ווי א ארימאן, דרייוו א צוקראכטע קאר, טראג א אלטן הוט מיט אן אויסגעריבענעם רעקל, ווי ער האט געזאגט, בעסער נישט רעדן פון דשולערי, אין אסאאאאאך יארן פון מיין חתונה בין איך נאך "קיינמאל" נישט געפארן וואקאציע מיט די אידענע, איך פאר נישט אין קעמפ (אויסער דריי זימער'ס וואס איך האב געהאט א דשאב וועלכע האט עס געפאדערט פון מיר און מיר צוגעשטעלט אן אלטן עקלהאפטיגן באנגעלאו) קיין טשאנדעליער האב איך אויך נישט (גראדע יא, אין מיין יעצטיגע דירה איז געבליבן פון דעם פריערדיגן טענענט אן אלטן כמו טשאנדעליער וועלכע קאסט אין האום דיפאו 35 טאללער), ניטאמאל קיין דיינינג רום בענקלעך האב איך, פאר מיינע קינדער האב איך געקויפט אלטע גענוצטע בעטן און אזוי לעב איך אין אלע עניינים, איך פאר נישט ל"ג בוימער קיין מירון אדער כ"א אדר קיין ליזענסק, און פונדעסטוועגן מוטשע איך זיך, און מען "האט שוין מער ווי איינמאל אהיים געשיקט מיינע קינדער (אדער פלעין זיי נישט געקומען אויפפיקן) פון מוסד". אין איין פאל האב איך פאר גאנצע פיר וואכן געדארפט אליינס טראגן מיין קינד און ער האט געליטן חרפות און בושות, און ווען איך האב נישט געקענט ווייל איך האב געדארפט אוועק גיין פריער, איז ער געבליבן אינדערהיים.

נאך פיר וואכן ווען ער האט געזעהן אז עס העלפט נישט, און מיין ווייב האט געוויינט צו דעם אכזר ער זאל רחמנות האבן, האט ער צוריק געלאזט מיין קינד.

הדד: איך גיי שוין צום פרינטער באשטעלן די פלאקאטן פאר די פארטי וואס כ'עלל מאכן פאר דיר בלי"נ. איך זוך נאר א פאסיגןן נאמען פאר'ן קאמפיין. אולי "מסיבת עני ואביון מגוזלו" אדער "צעקת הדאלל (ענגליש) תקשיב". די טשאלנט און קאלד קאטס האבעך שוין באשטעלט. די טשעיר רענטל טראק איז אויפ'ן וועיג.