בלאט 4 פון 12

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:10 pm
דורך gehlungen
I don't think its yoisher to put N R in the same line as R' Y. H.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 12:48 am
דורך איחוד פעלד
ווייסט איינער וואס גייט דארט פאר אין לאנדאן מיט רב פאדאווע?

שרייבט אהין און אהער בנשימה אחת?

איז ער אויף פילען צו וואס.

ווי קען ער שרייבען א בריוו אז ער ווארפט אים ארויס, ציט צוריק, און נאך אלעם א דריטע בריוו וואס שרייבט אז דער ערשטער בריוו איז געשריבען געווארען מיט זיין ציווי.

עפעס איז אזוי מאדנע דארט מיט דער גאנצער געשעפט, אז אויף אזוי פיל איז מיר זיכער, אז דער צידקות פין רח"ה איז נישט פשוט.

זעהט אויס ווי רב פאדעווע וויל ארויס קעגען אים, נאר האט גאר שטארקע פרעשור, צו ער האט מורא פין ר' אלחנן היילפרין'ס זיידעס און באבעס. ווער ווייסט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 2:48 am
דורך דענקער
איך מיין אז רב פאדווא דערלייגט דא מער ווי היילפרין. ער זאגט און ציט צוריק, זאגט נאכאמאל און ציט נאכאמאל צוריק. און דאס איז שוין נאך וואכן און חדשים וואס ער האט אנגעפילט א מויל מיט וואסער און איינגענומען א שטימעניש.

זאל ער זיך לאזן וואקסן א פאר, און אפמאכן וואס ער וויל. אזוי צו אזוי וועט איינע פון די צדדים זיין ברוגז אויף אים. ער קען נישט גיין אויף אייביג צווישן די טראפן.

מיט אזעלכע פאסטוכער, ווער דארף שאף?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 4:37 am
דורך מאיר_וואלף
קינערלך, דערשרעקט זיך נישט פון די מעשה, ער איז גארנישט אנדערש פון די אנדערע רבנים,
עס איז נאר אן עקאל און א גרויל צו צוקוקען ווי די נידריגע אינטערוועלטניקעס רצח'ענען זיך ציווישען זיך,
ערגער ווי די שווארצע אויף די גאס,
די געשלעג האט גארנישט מיט קיין אידישקייט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:42 am
דורך קרעקער
פאר דע וואס ווייסען איז איבעראל דע זעלבע מיט דע רבנים
נאר געווענדליך טיען זיי דאס אינדערשטיל און דערולם ווייססט נישט דערפין
צווישען זיך הארגענען זיי זיך ארים ווי בעיביס
כהאב איינמאל געעסקנט פאר א קול קורא האבעך מיטגעהאלטען ווי קינדעריש זיי האבען זיך אויפגעפירט יעדער האט געוואלט שטיין פאר דעם אנדערען מהאט געבלאזען און געשירגען שיעור נישט געגאנגען פעטש

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 11:26 am
דורך דולה ומשקה
ליבי אומר לי אז די וואס זענען אנטקעגען הרב הלפרין איז אויך איינגעטיילט אין עטליכע גרופעס, איינע פראקציע וויל נישט הערען וואס מושב בית דין זאגט נאר זיי ווילען זיך וואס פריער אפטיילען,
א צווייטע זאגט אז זענען שוין אפגעטיילט אין געריפען ר' ישראל פרידמאן זוהן פון סאדיגורא רבי צו געבן פאר דער נייע חבורה א חומש רש"י שיעור, נאך א וואך האט זיך דער חבורה זעלבסט צוטיילט איין פראקציע האט געמאכט שבת פאר זיך זאגענדיק אז זיי זענען נוטראל.
האב אלחנן הלפרין זאגט אז ער גייט זיך אפזאגען פון 'כדתיא, סאטמער רבנים בראשם הרב יוסף בנימין וואזנער זאגט אז אויב רבי אלחנן הלפרין גייט ארויס גייען זיי אויך ארויס.
הרב פאדווע וואס זוכט נישט קיין מחלוקות אינערהאלב די חסידישע קהילות ווילען גיין מער מיט ישוב הדעת, אבער דער מער ליטווישע אדער קהילות וואס מיטגלידער אין כדתיא, ווילען אז הרב פאדווע זאל זאגען זיין קלארע שטעלונג אין דעם ענין.
דאס איז זיכער אז דער עולם הייבט שוין אן צו פארגעסן וואס דער שורש הדברים איז, נאר יעדער קומט דא מיט א אנגענדע, געוויסע מענטשען אדער קהילות שטייען אויס שטארק מרויח צו זיין אויב הרב חיים הלפרין גייט ארויס, אבער זיי אליינס קענען נישט צוריקהאלטן דער ריפעל אפעקט וואס האט זיך דא אפגעטוהן, יעצט איז שוין צו שפעט צוריק צו דרייען.
למעשה נאך לאנג פאר די מעשה מיט ר' חיים הלפרין, איז שוין געוועהן שפאלטנס מיט א דער 'כדתיא', הרב דוננערס מענטשען, דער ליטווישע ווילען נישט זיין אונטער א חסידישע הרב פאדווע, יעצט ווען דער פרשה דא האט זיך אויס געשפילט איז די אלע קליינע שטילע מחלוקות'ן ארויף געשווימען, פארשידינע רבנים, אזוי אוי ראשי קהלה ווילען יעצט צוברעכען דער התחברות הקהילות צו קענען בייקומען געוויסע שליטות אדער אנדערע בענעפיטן לויט ווי זיי האבען אינטערעסע.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 2:30 pm
דורך היימישער ליטוואק
קרעקער האט געשריבן:פאר דע וואס ווייסען איז איבעראל דע זעלבע מיט דע רבנים
נאר געווענדליך טיען זיי דאס אינדערשטיל און דערולם ווייססט נישט דערפין
צווישען זיך הארגענען זיי זיך ארים ווי בעיביס
כהאב איינמאל געעסקנט פאר א קול קורא האבעך מיטגעהאלטען ווי קינדעריש זיי האבען זיך אויפגעפירט יעדער האט געוואלט שטיין פאר דעם אנדערען מהאט געבלאזען און געשירגען שיעור נישט געגאנגען פעטש

וואס האט א קול קורא אין קאממען מיט סאלאמי? ווען דו וואלסט וויסען וואס עס ליגט דערין, וואלטסטו ביידע נישט געטאטשט...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 3:31 pm
דורך מאיר_וואלף
פאר מער אינפארמאציע איבער די הייליגע רבנים קוקט דא

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 3:06 am
דורך הדד בן בדד
היימישער ליטוואק האט געשריבן:איך זעה שוין נישט וויאזוי ר' חיים קען נאך דא עפעס געוואונען. איך וועלט איהם מייעץ גווען זיך אוועקצוצוהען קיין מאנסי אדער בית שמש, און עפענען א נייע שטיבל. מיט די צייט וועט אויסוועפן אביסל די שמוץ, און ער וועט זיך אביסל צוריקשטעלן. איך קען אייך ברענגען עטליכע משלים דארויף אויב עס וועט זיך פארלאנגען.
מיט וואונטשן פאר א גרויסע הצלחה.

און איך זאג קלאר נישט אזוי. ר' חיים האללפערין לעבט, און א לעבעדיגער קען זיך אלעמאל ריהאביליטירן. איך האלט ער זאל בלייבן און פייטן ביזן סוף, אפשר נישט ווילד, אבער ער זאל בלייבן על משמרתו און טוהן וואס ער קען זיך צו פראטעקטן און טרייען דעמעדש קאנטראל אויף ווי ווייט שייך. און צום סוף וועט ער ארויס קומען גאנץ פיין, און אין צעהן יאר ארום וועט מען לאאנג האבן פארגעסן די פרשה.

בפרט יעצט, ווען עס ווערט ער און מער קלאר אז דו ליגט נישט אזוי פשוט א פרשה מיט עפעס נישט אויסגעהאלטענע מעשים, נאר אסאאאך מער און טיפער, פארדארבענע און פארשטינקענע פיש צווישן די קעפ פון די רבנים, די לאנדאן בעסדין מיט הרב ערנטרוי (מיט זיינע פופציג יאר רבנות אינאיינעם) זענען אגעשטעקט פון קאפ ביז פוס מיט פאליטיק, שנאה, קנאה, נקימה, נטירה און חשבונות פון יארן, מידות מגונות פונעם ערגסטן סארט, און די אלע פארטייען און פראקציעס ביי כדתיא זעהט נישט אויס קיין סאך בעסער.

מיר קוקט אויס אז דער בעסטער שריט פאר אים איז כרגע צו בלייבן אויפן ארט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 10:35 am
דורך טעפל
ר' אלחנן ווארענט

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 8:26 pm
דורך איך אויך
.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 4:08 am
דורך טעפל
ס'ווערט שוין מער און מער קאמפלעצירט און קאנפיוזט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:06 pm
דורך לעמאן דזשוס
חחח

דארט אין לונדון האבן די רבנישע ניקס א סא-מא-טו-כע צו באהאנדלען

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 9:18 am
דורך קאווע טרינקער
איך הער אז צאנזע רב (אין אידיש: קלויזענבורגע רבי פון נתניה) גייט מכבד זיין ר' חיים ביים חופה, די וואך ביי ס'ערשטע אייניקעל'ס חתונה.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 9:24 am
דורך היימישער ליטוואק
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך הער אז צאנזע רב (אין אידיש: קלויזענבורגע רבי פון נתניה) גייט מכבד זיין ר' חיים ביים חופה, די וואך ביי ס'ערשטע אייניקעל'ס חתונה.

איך האף נישט אלס אן איינער פון די עדים. ברכות מעג ער מאכן און אפילו לייענען די כתובה אויך...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 9:32 am
דורך טעפל
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך הער אז צאנזע רב (אין אידיש: קלויזענבורגע רבי פון נתניה) גייט מכבד זיין ר' חיים ביים חופה, די וואך ביי ס'ערשטע אייניקעל'ס חתונה.

די לייק האב איך דיר געגעבען פאר'ן צאנזע רב, ס'דארף אריין אין אינטערסאנטע אויסשפריך ווערטער.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 9:35 am
דורך קאווע טרינקער
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך הער אז צאנזע רב (אין אידיש: קלויזענבורגע רבי פון נתניה) גייט מכבד זיין ר' חיים ביים חופה, די וואך ביי ס'ערשטע אייניקעל'ס חתונה.

איך האף נישט אלס אן איינער פון די עדים. ברכות מעג ער מאכן און אפילו לייענען די כתובה אויך...

יאו, דו ליטוואק, די זעהט נאר "דינים און הלכות"...
ער קען זיין עדות אויך, מאכט ער דען נישט קידוש בליל שבת? ס'איז דאך אויך א דין עדות?

בד"וו, כתובה ליינען פלעגט אמאל זיין די שמש'ס JOB

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 9:50 am
דורך היימישער ליטוואק
קאווע טרינקער האט געשריבן:

אחר בקשת מחילה, רעדט איר שטותים. איר מישט אויס "ענינים" מיט הלכות. ודוק כי קצרתי.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 10:00 am
דורך gehlungen
[quote="קאווע טרינקער"]איך הער אז צאנזע רב (אין אידיש: קלויזענבורגע רבי פון נתניה) גייט מכבד זיין ר' חיים ביים חופה, is he family ????

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 10:01 am
דורך קאווע טרינקער
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך הער אז צאנזע רב (אין אידיש: קלויזענבורגע רבי פון נתניה) גייט מכבד זיין ר' חיים ביים חופה, די וואך ביי ס'ערשטע אייניקעל'ס חתונה.

איך האף נישט אלס אן איינער פון די עדים. ברכות מעג ער מאכן און אפילו לייענען די כתובה אויך...

יאו, דו ליטוואק, די זעהט נאר "דינים און הלכות"...
ער קען זיין עדות אויך, מאכט ער דען נישט קידוש בליל שבת? ס'איז דאך אויך א דין עדות?

בד"וו, כתובה ליינען פלעגט אמאל זיין די שמש'ס JOB

אחר בקשת מחילה, רעדט איר שטותים. איר מישט אויס "ענינים" מיט הלכות. ודוק כי קצרתי.

איך וואלט מגיה געווען אזוי: איר רעדט שטותים. איר מישט אויס "ענינים" מיט הלכות. ודוק כי קצרתי. ועתה אני מבקש מחילה.

איך געב דיר דאס גערן, אבער gentle please ודו"ק כי קצרתי

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 10:12 am
דורך sunbar
gehlungen האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך הער אז צאנזע רב (אין אידיש: קלויזענבורגע רבי פון נתניה) גייט מכבד זיין ר' חיים ביים חופה, is he family ????

די רבי'ס זון איז אן איידעם ביי ר' חיים'ס ברודער

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 9:25 pm
דורך אוהב דעת
סאיז מיר יעצט אויסגעקומען צו שמוסען מיט א פרוי א גרושה וואס רעדט אסאך מיט ר חיים זי זאגט מיר אז ער האט קיינמאל נישט גערעדט אום איידעל צו איר ( סאיז דא גוטע סיבות אז ער זאל ווען יא וועלען גיין מיט איר ווייטער , ער קען ווען טאמער וויל ער, זי האט נישט געוואלט מחפה זיין אויף עם, זי האט מיר פארציילט אנדערע ״ רבנים״ וואס רעדן נישט איידעל צו איר, איך גלייב די פרוי )  

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 11:26 pm
דורך היימישער ליטוואק
איך הער, אבער לא ראינו אינו ראיה.
דערמאנט מיך פון יענע מעשה מיטן גנב. דער שופט פרעגט אים "דו האסט גגנב'ט?"
- ניין.
- דא שטייען דאך צוויי עדים וועלכע האבן גזעהן ווי דו גנב'סט!
- איך קען דיר ברענגען, אדוני השופט, צוואנציג עדים וועלכע האבן נישט גזעהן. טא, פארוואס פארלאזט איר זיך אויף צוויי?