בלאט 4 פון 7

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 3:57 pm
דורך געפילטע פיש
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
charvonu האט געשריבן:אינטרעסאנטע בייפאל. ערשטע אידישע סייט צו האבן די like button. געוואלדיג!

מיינסט אוודאי ערשטע אידיש רעדענדע סייט.
פרוג איז אויך א אידישע סייט, און עס האט שוין די לייק אפציע עטליכע יאר.

פעיסבוק איז אויך א אידישע סייט, מרדכי צוקערבארג איז אויך א איד.

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 5:50 pm
דורך משולם שטיינפעלד
אויב שטעלסטו צו פעיסבוק צו פרוג קען איך דיר נישט העלפן.

פרוג איז די סייט בה"א הידוע, פאר אלע ישראלים גראפיקער וכדומה. עס איז א ריין אידישע סייט, אזש ביזן ווערן פארמאכט מכניסת השבת עד צאתו לויטן ארץ ישראל'דיגן זייגער

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 6:35 pm
דורך געפילטע פיש
ך' סתם געהאקט, מעסארי.

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 6:55 pm
דורך יידל
קיינמאל פריער געהערט פון פרוג. שעכוח משולם!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 6:15 pm
דורך פריינדליך
איך בין בשיטה קעגן דעם לייק קנעפעל,

איך האלט אז אויב מען איז צופרידען פון א א ארטיקעל/תגובה, זאל מען נעמען די מי און שרייבען א ייש"כ עס איז מענטשליך און עס העלפט זייער שטארק צי א דיסקאשען, דאס אז מען גיט נאר לייקס מאכט אז גאנצטע אשכולות שטארבען א פריצייטיגע טויט בשעת עס פעלט נאך אסאך חומר דערפון, דורוך שרייבען און ענטפערען קימט צו א געוואלד מיט אינהאלטסרייכע תגובות,

דאס געבען א לייק איז א פוילקייט,

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 6:19 pm
דורך נפתלי
פריינדליך האט געשריבן:איך בין בשיטה קעגן דעם לייק קנעפעל,

איך האלט אז אויב מען איז צופרידען פון א א ארטיקעל/תגובה, זאל מען נעמען די מי און שרייבען א ייש"כ עס איז מענטשליך און עס העלפט זייער שטארק צי א דיסקאשען, דאס אז מען גיט נאר לייקס מאכט אז גאנצטע אשכולות שטארבען א פריצייטיגע טויט בשעת עס פעלט נאך אסאך חומר דערפון, דורוך שרייבען און ענטפערען קימט צו א געוואלד מיט אינהאלטסרייכע תגובות,

דאס געבען א לייק איז א פוילקייט,

דאס איז די חסרון טייל פונעם לייק קנעפל

די מעלות דערפון זענען אבער מער ווי די חסרונות

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 6:42 pm
דורך פריינדליך
איך בין איבערגענגען די אשכול און נישט געטראפן רעדן פון די מעלות פון די לייק קנעפעל, אפשר זאגסטע בקיצור וואס עס זענענן די מעלות דערפון?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 8:53 pm
דורך פארשטאנד
איך וואלט אפרישיעטעד ווען די לייק קנעפל זאל זיין נאך די ארטיקל וואס איינער שרייבט, און נישט אויבן, ד.ה. עס זאך פיגורירן לעבן דארט ווי די לייקערס פיגורירן, נישט נאך יעדע ארטיקל וואס,געפעלט מיר (ספעסיפיקלי לאנגע ארטיקלען) דארף צוריק ארויפקריכן און לייקן, און אראפקריכן צוריק ווייטער ליינען די קאמענטס, בין איך גערעכט?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 12:17 pm
דורך היסטאריקער
פארוואס איז נישט דא קיין dislike קנעפעל?

איך וויל אמאל אוסדריקן מיין אנטריסונג אויף א תגובה, אבער האב נישט קיין צייט צו שרייבן

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 12:24 pm
דורך גדעון
דו קענסט לייקן און אוועקנעמען די לייק, אבער בלויז דער באטרעפענדער וועט וויסן פון ביידע טאטן,
אדער שענק אים די אלט-מאדישע דיסלייק
:דיסלייק:

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 12:25 pm
דורך שמעקעדיג
היסטאריקער האט געשריבן:פארוואס איז נישט דא קיין dislike קנעפעל?

איך וויל אמאל אוסדריקן מיין אנטריסונג אויף א תגובה, אבער האב נישט קיין צייט צו שרייבן

שנראה מעלת חברינו ולא חסרונם!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 12:41 pm
דורך געפילטע פיש
די לייק קנעפל איז אין ערזאץ פאר'ן אויסדרוקען דאנקבארקייט, און ממילא נישט לייקען מיינט אז דו דרוקסט נישט אויס דאנקבארקייט, ליידער איז די לייק קנעפעל געווארן א popularity contest ביי געוויסע, און ממילא ווילסטו א דיסלייק, אבער נישט פאר דעם איז עס געמאכט געווארן.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 1:27 pm
דורך היסטאריקער
געפילטע פיש האט געשריבן:די לייק קנעפל איז אין ערזאץ פאר'ן אויסדרוקען דאנקבארקייט, און ממילא נישט לייקען מיינט אז דו דרוקסט נישט אויס דאנקבארקייט, ליידער איז די לייק קנעפעל געווארן א popularity contest ביי געוויסע, און ממילא ווילסטו א דיסלייק, אבער נישט פאר דעם איז עס געמאכט געווארן.

איך וויל אוסדריקן אנטריסינג. התנגדות, נישט נאר "נישט דאנקבארקייט"

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 3:32 pm
דורך געפילטע פיש
היסטאריקער האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:די לייק קנעפל איז אין ערזאץ פאר'ן אויסדרוקען דאנקבארקייט, און ממילא נישט לייקען מיינט אז דו דרוקסט נישט אויס דאנקבארקייט, ליידער איז די לייק קנעפעל געווארן א popularity contest ביי געוויסע, און ממילא ווילסטו א דיסלייק, אבער נישט פאר דעם איז עס געמאכט געווארן.

איך וויל אוסדריקן אנטריסינג. התנגדות, נישט נאר "נישט דאנקבארקייט"

דאן זיי מוחל און שרייב וואס און פארוואס די ביזט זיך מתנגד.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 12:53 pm
דורך דעינעש
אין אייוועלט איז נאכנישט דא א לייק קנעפל, זעה איך ווי איינער בעט שוין גאר דארט א פראסק קנעפל...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 1:02 pm
דורך יונגערמאנטשיק
שוין ווייטער אייוועלט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 1:34 pm
דורך sunbar
עס זענען דא ניקים וועלכע לאזן נישט אנדערע האבן די מעגליכקייט צו לייקן

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 1:37 pm
דורך שמעקעדיג
פארוואס טאקע?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 2:32 pm
דורך sunbar
שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס טאקע?

נא, זאג...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 2:37 pm
דורך שמעקעדיג
אריין אין צוויי ווערטער אשכול... (שוין דא אזוינס?)

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 3:01 pm
דורך דעינעש
sunbar.
צום וויפיעלטן מאל, באמערק איך שוין, אז אייער לייק קנעפל איז צובראכן.

שוין געטון עפעס דערוועגן??

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 4:25 pm
דורך sunbar
עס איז געווען א ניק וואס האט געהאלטן און איין בעטן די מנהלים אז איך זאל נישט קענען לייקן זיינע זאכן און איך זאל נישט קוקן אויף עם, און אזעלכע זאכן. נו, וועל איך זיך גיין שלאגן? :D