בלאט 4 פון 15

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 2:02 pm
דורך בדחן
איך האב א א זייטיגע פראגע,

איך קען נישט דעם שלום דיען, כהאב קיינמאל נישט געליינט זיינע זאכען, כהאב קיינמאל נישט גערעדט פון אים,
איך זע מען ריפט אים איר מער רעדט צי אים מיט אזא הכנעה, וואס האט ער דערגרייכט אין לעבן וואס איז זיין חשיבות אז מען רעדט צי אים מיט אזא כבוד אין הערצה? צו אנדערע באוויסטע מענטשן וואס איך ווייס אז זיי האבן אקמפלישט אסאך זע איך נישט ווי מען זאל אזוי רעדן פון זיי.

עני אינפאו?

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 2:09 pm
דורך איך אויך
ר' בדחן לאזט געמאכט, וועקט נישט אויף די חושבי חושך מריבצם.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 2:13 pm
דורך לעמאן דזשוס
בדחן

דא אין ק״ש רעדט מען צו יעדן מענטש, ווי א מענטש

יעדע מענטש פארדינט א מאס געהעריגע באהאנדלונג פשוט ווייל ער איז א מענטש, ער מוז עס נישט פארדינען מיט קיינע מעשים

גרויס כבוד, הערצה, אדער שעצע דארף מען פארדינען

אבער דאס רעדן צו א מענטש נארמאל פארדינט יעדע גוי, כ״ש א איד וואס טראגט א נשמה איז דא דארט א עורה כבודי אין צוגאב

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 2:20 pm
דורך שלום דין
בן תמליון האט געשריבן:שלום ייש"כ פארן שרייבן. אנטשולדיקט מיין פערזענליכן אייך דערמאנען אזוי נעגאטיוו כ'האב געמיינט בכלליות א מענטאליטעט וואס איז זייער שכיח ביים OTD געמיינדע. (דערמאנט מיר וואס איינער האט געשריבן ביים קאונטער סיטי פילד ראלי "זאלן אלע אינעם סטאדיום באקומען קענסער און שטארבן"). אפשר וואלט איר מיט אונז מער מיטגעטיילט איבער אייער ערפארונג? איך מיין מיר אלע וואלטן אייך דאנקבאר געווען. ווי איר שרייבט אליין האט איר איבערגעלאזט דעם חסידישן געזעלשאפט מיט אייער משפחה ווייל איר האט נישט מער געהאלטן ביים לעבן א דאפלטן לעבן נאכן פארלירן די אמונה. קוקנדיק צוריק ווען איר קענט ווען צוריקדרייען דעם זייגער וואלט איר אנדערש געטוהן? יעצט ווען איר האט געלעבט ביידע וועלטן, וויאזוי קוקט איר אן דעם קאנטראסט צווישן דעם תמימותדיקן פארשלאסענער חסידישער וועלט ווי אונזערע בחורים לערענען ריטב"א מיט מנחת חינוך און גייען נאך געלט פאר אידן צווישן דעם ראק-און-ראלל אמעריקאנער יוגנט מיט **** און דראגס? וואס וואלט איר למעשה ג'עצה'ט אזא איינעם וואס לעבט א דאפלטן לעבן, צו איבערלאזן ווייב קינדער באליבטע עלטערן מיט אלעס צי א ווילד פרעמד וועלט וואס איינער וואס איז אויפגעוואקסן ביי אונז איז זייער האקל און קען שנעל חרוב ווערן גייסטיש און פיזיש, אדער זאל ער בלייבן זיך מוטשען אבער בלייבן?


דו פרעגסט דאס וואס אסאך פרעגן.

(און, ווי יואליש זאגט, אסאך געפעלט ענדערש אליין אויפצוקומען מיט א תשובה--אדער נאכבעבלען פון אנדערע, אלעס אחוץ צו הערן פון די בעל מעשה אליין. ווי למשל אונזער ידיד ר' בונעס איירעס וואס שרייבט בקיצור: וועם גייט אן פארוואס און פארווען? זאל ער זיך גיין, און פארוואס רעדט מען נישט פון מיר וואס איך קען פראנצויזיש, און -- נישט אז עס גייט מיך אן -- נאר נאדיר דא איין "קליינע נקודה" פון שקרים און איינרעדענישן און חכמות נפלאות וויאזוי איך פארשטיי יענער דארף לעבן זיין לעבן ווייל אז נישט שטערט עס מיר מיין אייגן שמחת החיים--אבער נישט אז עס גייט מיך אן...) צוריק צום ענין...

דער אמת איז אז עס זענען דא אסאך לעגיטימע פראגעס, און איינפאכע תשובות איז נישטא קיין איינס. איך קווענקל מיך צו איך זאל בכלל אריינגיין דערין. איך האב שוין אפגעשריבן א ים מיט ארטיקלען במשך די לעצטע צען יאר (דאס רוב אין ענגליש), און נאך אלץ איז שווער מסביר צו זיין מיין שריט פאר די וואס פארשטייען עס נישט. (און שווערער נאך מסביר צו זיין אין אידיש, א שפראך אין וועלכע איך האב, לדאבוני, פארלארן מיין אמאליגע פליסיגקייט, עכ"פ אין שרייבן.)

דו פרעגסט אבער דא זייער ספעציפישע פראגן, וועל איך פרובירן אויף עטליכע פון זיי צו געבן א תשובה אין קורצן.

1. צו וואלט איך צוריקגעדרייט די זייגער?

בשום פנים ואופן נישט. מיין שריט איז געווען ביטער ווי גאל דאס זיך אונטערצונעמען און ביטערער נאך וויאזוי עס האט זיך ארויסגעשטעלט בנוגע די קינדער און די השפעות אויף זיי פון ארומיגע, ואכמ"ל. אבער דאך קומט עס נישט צו צו א לעבן אין וועלכע מען איז פארשפארט אן קיין האפענונג פאר אן אויסלייז. עס האט אסאך צו טון מיט אן אינדיווידואלע תכונת הנפש. איך האב אסאך פארלוירן, איך האב אבער אויך אזאך פארדינט, נפשיות'דיג. עס איז אפשר שווער צו פארשטיין וויאזוי דאס קען זיין, ספעציעל ווען מען פארלירט די ליבשאפט פון די אייגענע קינדער. עס איז שווער אויף דעם צו ענטפערן אחוץ צו זאגן: א טאטע בלייבט א טאטע און א קינד בלייבט א קינד און ווילאנג מען לעבט איז דא האפענונג אויף צוריקצובויען א קשר. אוועקווארפן דאס גאנצע לעבן פאר א לעבנסשטייגער וואס (מען פילט פון אינעווייניג) איז פוסט און ליידיג, און נאכדערצו אז מען פילט זיך אויף דעם געצווינגען, איז א תפיסה ממש במלוא מובן המולא.

2. וואס איך האלט פון דעם קאנטראסט?

פערזענליך האלט איך אז דער חסיד'ישער איד לעבט (בדרך כלל) 'עני טיים' אזא גוטן טאג ווי דער גוי, און איז מסתם צופרידענער אויך. דער אמת איז אבער אז עס זענען נישט דא קיין גוטע וועגן דאס צו מעסטן. די סיבה פארוואס איך האלט אזוי איז ווייל פאר מיר איז אזוי געווען--ווילאנג איך בין געווען א מאמין. א טאג אויסגעהארעוועט אין כולל אויף א קצות און א שב שמעתתא (און דאס איז אפילו אן זיין א גרויסע למדן) איז צענדליג מאל בעסער ווי יעדער תענוג וואס איך שוין געטראפן, און גלייבטס מיר, איך ווייס פון תענוגים (און דאס איז אפילו אן זיין דער גרעסטער בעל תאווה). איך רעד אוודאי פון א גייסטישן שטאנדפונקט, אבער באמת, גייסטיש, פיזיש, ס'איז נישט קיין גרויסע נפק"מ, ס'איז אלץ דער זעלבער מענטש מיט זיינע כעמישע 'טריגגערס' אין מוח.

דער ראק ענד ראלל וועלט איז פאר מיר פערזענליך פוסט און ליידיג. אז מען קומט פון יארן זינגן כל מקדש שביעי כראוי לו ביים סקווערער רבי'ס טיש, צו פון זינגען 'לולי תורתך' און 'אודה לשם' ביי א שבת אחים מיט אנדערע חסידישע אינגעלייט, האט 'מעטאלליקע' צו 'ניין אינטש נעילס' צו אן אנדערן גרופע וואס שרייען ווי חיות פון וואלד (און איך גלייב אז זיי אליין וועלן צושטימען אז דאס איז גענוי וואס זיי טוען) נישט קיין סך טעם. אבער דאס איז נישט פאר יעדן גלייך. עס זענען דא מענטשן (קלוגע, געבילדעטע) וואס געפונען אין דעם א אמת'ן געשמאק.

צוריק צו דיין פראגע, איך האב אויסערגעווענליכע הערצה פאר דער חסיד וואס לעבט זיך זיין לעבן מיט ערליכקייט און תמימות. איך האב אבער בלויז האס פאר די מענטשן וואס גלייבן אז די רעכטן פון דעם יחיד זענען צווייט נאך די רעכטן פון דעם ציבור, און פארדעם לאזט מען צו אן א שיעור אומרעכטן. שטיל מאכן וויקטימס פון ******* 'אביוז' איז איין אזא פאל. נאך א פאל איז אוועקרייסן א טאטע (ווער רעדט נאך א מאמע) פון די אייגענע קינדער ווייל מען רעדט זיך איין אז מען פארשטייט בעסער פון יעדער פסיכאלאג אויפ'ן וועלט וואס זאגט אז דאס איז אן אומגעהויערער רשעות.

אויך האלט אויך אז די חסיד'ישער וועלט ליידט אויף אן אויסערגעווענליכן פארנעם פון "לעבן פאר יענעם". פאר רוב מענטשן איז עס נישט קיין גרויסע פראבלעם זיך צוצושטעלן, אבער פאר די יחידים (און עס איז דא פון זיי א גרויסע פערצענט) וואס, ווי מען זאגט, האט מען נישט געבאקן מיט דעם זעלבן 'קוקי קאטטער' (און אפשר איך בתוכם) קען דאס חסיד'ישע לעבן זיין א ריכטיגער גיהינום. עס זענען דא אסאך אסאך אזעלכע מענטשן וואס די חסיד'ישע וועלט האט פשוט נישט קיין פלאץ פאר זיי. איין משל איז איינער וואס זיין סעקסועליטעט (אדער זיין 'דזענדער'--און אויף דער איז דא פילע וויכוחים) איז נישט ווי דער געווענליכער שטייגער. אויך איז דא די וואס דארפן פשוט אביסל מער ברייטקייט, איינער מיט ארטיסטישע געפילן--און איך מיין מער גרינטליכע ארטיסטישע געפילן, נישט סתם ער האט ליב צו מאלן אדער שפילן קיבארד ביי א משפחה שמחה, וכדו', נאר אז עס פעלט אים ממש ווי וואסער זיך אויסצודריקן ארטיסטיש. (זעה חיים פאטאק'ס בוך: 'מיי נעים איז אשר לב,.) די חסידישער וועלט אנערקענט בכלל נישט אזא מושג. און ווער רעדט נאך אויב איז ער א בנש"ק, קען דאס לעבן זיין א פולשטענדיגע טראגעדיע.

און דערנאך איז דא די וואס גלייבן פשוט נישט. וואס זאלן זיי טון? וואו אהין זאלן זיי גיין? דער חסיד'ישע וועלט זאגט, נו, גלייבסט נישט, מהיכי תיתי, מ'האט שוין געהערט אזאנס, ביסט נישט דער ערשטער, וועסט נישט זיין דער לעצטער, און שווייג נאר שטיל ווייל ס'עט שאטן צו שידוכים. קנאפע נחמה פאר דעם אינגערמאן וואס צוליב דעם האט נישט קיין שום שמחת החיים פון דעם אלעם.

3. וואס איך האלט אנדערע זאלן טון?

עס איז זייער שווער צו זאגן א כלל. עס איז א ביטערליך שווערער שריט, נאכדערצו אויב מען לאזט איבער קינדער. אלעס ווענד זיך אין ווי שלעכט עס פילט זיך אז מען בלייבט, און וואס די אויסזיכטן זענען נאכדעם וואס מען גייט אוועק.

אויב איך קען אבער יא זאגען עפעס א כלל, האלט איך אז מענטשן זאלן לעבן מער פאר זיך און ווייניגער פאר דעם שכן אין בית מדרש--צו אפילו פאר די טאטע/מאמע/שווער/באבע/קוזינע'ס עלטער פעטער'ס מחותן/וכו'. אויך איז מורא'דיג וויכטיג צו וויסן וואו מען וויל עווענטואל אנקומען. סתם צו גיין און זיך ארומדרייען פארלוירענעהייט האט נישט קיין זין. אבער אז מ'ווייסט וואס מען וויל, גייט מען כאטש מיט א תכלית. אזוי ווי עס איז מרגלא בפומיה פון מיין ידיד נאמן (בנש"ק חוטר מגזע תרשישים וארזים וכו') אלעזר טווערסקי הי"ו: "You can't exit without an exit plan". ודפח"ח.

איך האב אז דאס ענטפערט אביסל די פראגן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 2:32 pm
דורך בדחן
לעמאן דזשוס האט געשריבן:בדחן

דא אין ק״ש רעדט מען צו יעדן מענטש, ווי א מענטש,


אנטשולדיגט, דאס איז נישט אמת, און די ווייסט אז עס איז נישט אמת,

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 2:40 pm
דורך לעמאן דזשוס
בדחן האט געשריבן:
לעמאן דזשוס האט געשריבן:בדחן

דא אין ק״ש רעדט מען צו יעדן מענטש, ווי א מענטש,


אנטשולדיגט, דאס איז נישט אמת, און די ווייסט אז עס איז נישט אמת,


ווילאנג מען פירט זיך מענטשליך וועט מען זיך אויפפירן מענטשליך אויף צוריק, דו״ק

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 2:45 pm
דורך בן תמליון
ייש"כ ר' שלום פאר א תוכנ'דיקע תגובה וואס ברענגט טרערן אין די אויגן. איך וואונטש אייך מעומק הלב עס זאל ביי אייך מקוים ווערן והשיב לב בנים על אבותם און אולי איין טאג אויך לב אבות על בנים. איך מיין איר וועט נישט ברוגז זיין איך וועל אייך וואונטשן איר זאלט איין טאג נאך לערנען אור החיים מיט א קצות מיט די קינדער און אייניקלאך און זינגען ביי איין טיש אודה לקל בשבת אחים.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 2:51 pm
דורך יואליש
והשיב לב בנים על אבות איז א תפלה צום באשעפער. אבער דא ליידער איז אין די האנט פון בעלי בחירה, די וואס האלטן זיך בעלי בתים איבער יענעם'ס קינדער.

ה
בן תמליון, דו וואלסט געגעבן געלט ביי א טיי אווענט געצילט אוועקצונעמן קינדער פון א מאמע?

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 2:52 pm
דורך מוח שליט
לעמאן אין בדחן,
איך מיין אז מען געט ר' שלום'ן אביסעל מער רעספעקט ווי פאר א צווייטען. ווייל איינס, ער איז פין די אנדערע זייט אין מיט דעם אלעם שרייבט ער דא, אין ער שרייבט נישט מיט קיין שנאה. צווייטנס, ער איז זייער זייער א גיטע שרייבער ווי אויך א גיטע אנאליזירער. יא, עס זענען דא מענטשן וואס רעספקטירען חכמה פין וועם עס קומט נאר. קבל את האמת ממי שאמרו.

אבער עס איז נאך אסאך מער ווי חכמה.
דו ווילסט וויסען וואס ער האט עקקאמפלישט. אט העל איך דיר פרובירען צו צייגען.
ער שרייבט דא אז "די חסידישע איד איז 'עני טיים' אזוי צופרידען ווי דער גוי, אין אפשר נאך מער". דא האסטו א מענטש וואס מיט אלע כוחות אין רצונות וואלט ער זיך געדארפט שטיפען צו זאגען אז מען איז מער צופרידען דארט, מיט דעם אלעם איז ער גרייט צו זאגען פארקערט.

דאס הייסט אן עקקאמפלישמענט. דאס הייסט שבירות המדות. ניין?

איך פארשטיי אז דיך באדערט די פאקט אז ער איז נישט פרום אין אזוי ווייטער. יתכן אז די ביסט גערעכט. אבער רוף דעם קינד ביים נאמען. זאג וואס די מיינסט.

מאך נישט קיין טעות, איך דינג מיך מיט אסאך וואס ער האט געשריבען דא. אבער האמת ניתן להאמר. אין עבירה מכבה מצוה.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 2:56 pm
דורך לעמאן דזשוס
מחשליט נאך שלום׳ס תגובה. אוודאי קומט אים שוין עקסטערע רעספעקט, איך האב געענטפערט פאר דעם


און דיין תגובה זעלבסט, יא היט די נעיל.......! הונדערט פראצענט

ר׳ שלום קען מען אים שוין רופן, ער איז איצט א רבי אויך

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 3:01 pm
דורך יואליש
ס'איז אמת אז דאס איז שבירות המידות. אבער ס'קוקט אויס סך מער אזוי ווען מ'קוקט עס אן כאילן מענטשן ווי שלום זענען אין א קאמף מיט אונז, ווען באמת איז ער א יחיד וואס לעבט זיך זיין לעבן, און פאסט זיינע באשליסן פאר זיך. מיר האבן א דיפענסיווע הלנו אתה אם לצרנו עדיטוד וואס ברענגט צו אסך מיספארשטענדעניש ביים אפשאצן אנדערע מענטשן'ס באשליסן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 3:21 pm
דורך בן תמליון
יואליש האט געשריבן:והשיב לב בנים על אבות איז א תפלה צום באשעפער. אבער דא ליידער איז אין די האנט פון בעלי בחירה, די וואס האלטן זיך בעלי בתים איבער יענעם'ס קינדער.

ה
בן תמליון, דו וואלסט געגעבן געלט ביי א טיי אווענט געצילט אוועקצונעמן קינדער פון א מאמע?


וואס א שאלה איך וואלט קיינמאל געשטיצט אפרייסן קינדער פון עלטערן קינדער דארפן א טאטע און א מאמע נישט קיין חילוק וואס דער מצב איז. אזוי זאגן די מומחים און לויט ווי איך הער רעקאמענדן היינט די היימישע חברה נישט צו איבערהאקן קשר מיט עלטערן אפילו זיי זענען אפגעפארן. איך קען נישט די דעטאלן דא אבער איר פארשטייט מסתמא א היימיש קינד וועט פילן זייער פארשעמט און אפילו טראומאטייזט מיט א טאטן א "גוי" און וועלן אליין נישט וועלן גיין. ווען זיי ווערן עלטער קענען זי זאכן טוישן און דאס איז מיין והשיב לב בנים ברכה.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 3:27 pm
דורך יואליש
די פאקט האט געוויזן אז די זאכן געשעהן נישט פון זיך אליין. קענען זיין פארשעמט, יא. אפהאקן, ניין. ס'איז אלעמאל יד ישראל כשרים לכל הדיעות וואס זארגן זיך די קינדער זאלן אפהאקן, נישט קימערענדיג אז דאס איז ס'ערגסטע זאך פארן קינד.

כ'האב הנאה אז דו וואלסט זיך נישט באטייליגט ביי אזא טיי אווענט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 3:38 pm
דורך מוח שליט
יואליש האט געשריבן,
"מיר האבן א דיפענסיווע הלנו אתה אם לצרנו עדיטוד וואס ברענגט צו אסך מיספארשטענדעניש ביים אפשאצן אנדערע מענטשן'ס באשליסן"

גערעכט ,

אונזער אוטאריטעיטען האבען אימת מות פינעם גויאשען קולטור. זיי האלטען אז די רייץ איז אזוי גרויס אז אויב זענען מיר נאר אביסל עקספויזד וועט געשעהן דאס ארגסטע.

די איינציגסטע מיטל פין מלחמה לויט זיי איז, אינסולעריטי, איינגעשפארטקייט.
אין ווי אלעס אויף די וועלט, פאנגט זיך דאס אן ביים מוח. מען שפארט איין די מוח פין טראכטען, מען לערנט אויס אז מיין שטעטל, רבי, קהילה, אין אזוי ווייטער איז דאס בעסטע, אין אלעס אנדערש איז שקר אין רשעות, אין מען טאר נישט טראכטען אנדערש. וועגן דעם איז עס טאקע א גרויסע עבודה פאר א יעדעם פין אונז צו קענען נעמן די כוחות אין טראכטען יושרדיג אין אביעקטיוו.

אגב,
איז די אויבענדערמאנטע מיטל א גערעכטע ? ווער ווייסט.
די פאקט איז אז עס איז געווען אין היסטאריע א תקופה פין ענלייטמענט. אין דאס האט דורעכגעברוכען די מויערן פינעם אידישן געטא. (א געטא וואס נישט די אידען האבען בעצם געמאכט, אבער זיי האבען זיך אזוי איינגעוואוינט דערצו אז עס איז ממש געווארען א חלק פינעם מסורה). איך שהוא, עס האט אדרוך געבראכען די געטא.
די מיטעל פין מלחמה איז געווען התבדלות. די סוקסעס רעיט פין דעם מיטעל איז געווען בערך 90% זענען נעבעך אוועק פין כלל ישראל אין 10% געבליבען.

עס איז גאנץ שטארק אנגענומען אז די ענלייטמענט [אדער די רעניסאנס, וואס איז געווען די וועגווייזער פאר די ענלייטמענט], האט זיך אנגעהויבען א דאנק די אויפטרעף פין פרינטינג פרעסס, מענטשען האבען אנגעהויבען צו האבען צוטריט צו ביכער אין זענען געווארען מער עדיוקעיטעד. אין די רעסט, עז דעי סעי, איז היסטארי.

צו מען וויל יא אדער נישט, מיט פילטערס אדער אהן פילטערס, די אינטערנעט איז א נייע עפאכע פין עפענען דעם קאפ. מען האט אלעס פאר די אויגען (אפי' דאס גופא צו די פרעססע איז טאקע די סיבה פין ענלייטמענט קען מען ווערעפייען) מען זעהט אין הערט פארשידענע מיינונגען איבער אלעם. אין עס איז נישטא קיין גיין אויף צוריק.

לכשעצמי, נאך אזא סוקסעס רעיט ביים ערשטען גרויסע ענלייטמענט, וואלט איך פרובירט אנדער מעטאדען ווי טאטעל התבדלות.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 4:16 pm
דורך משכיל
ולהוסיף כמה דברים על מש"כ לעיל

משל: כדי א מאכל זאל זיין אפעטיטליך מוז עס שטימען, דהיינו מען קען נישט אריינלייגען טשעריס אין טשאלענט, און נישט טשאקלעט אין הערינג,י

אידישקייט מוז אויך שטימען, מאכען סענס,י

עס זיינען דא קהילות וואס זייער קולטור מאכט נישט קיין סענס, און די סענסיטיווע מיטגלידער קענען עס נישט אויסהאלטען,י

קוק למשל א חסידות ווי סטולין עס איז כמעט נישטא קיין איין אפגעפארענער ווייל עס מאכט סענס,י

איך וויל נישט אריינגיין אין די פארשידענע חסידות'ן און קהילות אבער דוק ותשכח,י

די באטאם ליין איז אז די תורה מאכט סענס, און יעדער אין זיין וועג דארף זיך אוועק שטעלען א לעבען וואס מאכט סענס, וועט עם גיט זיין בגשמיות וברוחניות,י

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 4:17 pm
דורך אניהקטן
יעצט אויפ'ן מאמענט וויל איך נאר קאמענטירן אויף איין זאך, דאס וואס די אט"ד חברה פרובירן צו איבערצייגן דעם ציבור כאילו דער טויש האט זיי אין ערגסטן פאל נישט אפעקטירט עמאציאנעל.

כ'וויל אייך זאגן אז פון ערפארונג מיט'ן רעדן צו עטליכע פון די חברה און מיטהאלטן זייערע טרויעריגע לעבנס, קען איך אייך מעיד זיין אז דאס איז שקר. רוב פון זיי זענען דערביטערטע מענטשן וואס מאכן זייער מיט. זייער וועלט איז שווארץ. זייער איבערלאזן אונזער געמיינדע קומט נאכ'ן לעבן אין אילוזיע פאר חדשים אדער אפשר יארן אז די וועלט איז שיין און פריינדליך, און זייער סביבה איז שווארץ און פיינטליך, און דורך מאכן דעם שפרונג אריבער וועלן זיי מיטאמאל ווערן פרייליכע מענטשן, און מען וועט זיי אויפנעמען מיט אפענע ארעמס, און יעדער וועט זיי ליב האבן און זיי וועלן נאר וויסן פון נחת און גליק.

זייער אריבערגיין צום טייוול קומט נאכ'ן זיך צוזאמקוקן מיט מאוויס און נאאיוו גלייבן אז די סצענעס וועלכע זיי זעען פון א וועלט וואס שיינט און לייכט, פאסירן אין דער ווירקליכקייט, ווען אין פאקט איז דאס פלעין און סימפל האליוואוד. אין פאקט זענען די האליוואוד עקטארס פון די מערסטנס-אנגעזעצטע מענטשן אין דער וועלט, מיט פילע סעפעראציעס, גיטין, פרישע מערידזשעס, טשיטינגס, דראגס, דעפרעסיע, סועסייד, ענד וואט נאט.

פון מיין ערפארונג מיט'ן רעדן צו עטליכע פון די חברה ווייס איך אז זיי זענען נישט געווען פון די וועל-אינפארמד און אפען מיינדעד יונגעלייט פאר'ן מאכן דעם ווילדן שריט. לדוגמא, זיי זענען קיינמאל נישט געגאנגען אין א באר אדער א שוויץ. זיי ווייסן בכלל זייער ווייניג פון דער גוי'אישער וועלט, און דעריבער מיינען זיי אז ס'ווארט זיי דארט עפעס ווייסעך וואס. אין אנדערע ווערטער, זייער שריט קומט פון תמימות און פארמאכטקייט, און נישט פארקערט.

נאכ'ן מאכן דעם שריט, און אויסגעפונען אין וואספארא טיפן זומפ זיי האבן געזינקען, איז שוין צו שפעט צוריקצוקומען. א מענטש איז נאר א מענטש. ס'איז זייער שווער פאר א בשר ודם מסכים צו זיין זיך צו דערקלערן אלס וועלטס לוזער, און מודה זיין אז ער האט זיך געפאפט אז ער האט אויפגעגעבן א זיס און געשמאק לעבן און געגאנגען אין תהום, טוען זיי אלעס אין דער וועלט צו פארלייקענען דעם מציאות, און צומאל לייקענען זיי עס אזוי לאנג ביז זיי גלייבן עס אליין, אדער טרייען זיך איינצורעדן אז זיי גלייבן עס.

זיי ווערן דאן דערביטערטע מענטשן און ווערן להכעיס'ניקעס און עפענען מערכות קעגן דעם חרדי'שן ציבור. א חלק פון זיי דערמאנען זיך אז מען האט זיי מאלעסטעד. לעצטנס האט דער ציבור זיך אונטערגעהאלטן מיט צוויי מיאוסקייטן, איין מאן און איין פרוי, וואס האבן זיך "דערמאנט" אז מען האט זיי באלעסטיגט, און זיי האבן געהאט ערנסטע שוועריגקייטן מיט'ן פרובירן אויפצואווייזן דעם ציבור אז איינער האט אפילו געהאט א נסיון מיט זיי. דער מאן האט געמוזט פאוסטן א שלל פון בילדער אויף זיין בלאג, כדי צו אויפווייזן דעם ציבור אז אלס יונגל איז ער אפשר יא געווען עפעס א חפצא. ס'איז א גרויל אפילו צו רעדן פון דעם. כ'ברענג עס נאר אויף אלס ליצנותא דעבודה זרה.

אנדערע פייניגן זייערע געוועזענע ווייבער מיט אלע סארט רשעותדיגע רדיפות, און געבן זיך אזוי אויס זייערע כעס געפילן, און אנדערע עפענען בלאגס און שרייבן ביכער, אא"וו. זיי זענען מלא חימה און מלא נקמה געפילן, און זוכן זיך אויסצוגעבן אויף יעדן וועג וואס נאר שייך.

לעצטנס האט אויף די טעלעוויזיע אין ישראל געשפילט א סיריעס איבער חוזרים בשאלה, א געשפילטע מעשה, נישט עכט. ממש ביים סוף, ביי די לעצטע פאר מינוט פון דעם לעצטן שאו ווערט געזען ווי א פרוי וואס איז נאך אין דעם סיסטעם קומט צו איר'ס א פריינדינע וואס איז שוין פונלאנג ארויס, און זי בעט הילף איר צו העלפן אריבערגיין אויף די אנדערע זייט, ווייל זי האט נישט ליב וואו זי איז. אנשטאט איר העלפן עפנט די אפגעפארענע א מויל אויף איר און זאגט איר, ביסטו נאריש? דו מיינסט אז די וועלט איז גלאנציג? דו מיינסט אז דו וועסט אויפגעבן דיין פארגאנגענהייט און די וועלט וועט לאכן צו דיר? דו גייסט מפקיר זיין דיין משפחה און דיינע צוויי קינדער, פארוואס? און וואו וועסטו זיך ווענדן? דו האסט בכלל א פיוטשור? דו האסט א דזשאב? פון וואו וועסטו זיך שפייזן? דו מיינסט אונז לעב מיר א חיים טובים? אויב יא נארסטו זיך. אונזער לעבן איז זייער ביטער. און אזוי האמערט זי אריין אין די פרוי און זאגט איר, אויב האסטו ליב דיינע עלטערן, דיינע געשוויסטער און דיינע קינדער, דאן זאלסטו עס נישט טאן. בלייב אין דעם סיסטעם.

אט דאס איז דער פשוט'ער אמת, וואס די אט"ד חברה ווילן נישט אז מיר זאלן וויסן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 4:27 pm
דורך משכיל
אלו דברים אשר יעשה האדם וחי בהם:י

א. זיך מפרנס זיין באמונה,י

ב. לערנען דעם דף היומי,י

ג. דער מאנדור פון חסידות איז א לבוש פון פירוד, צו וויסען וואס פאר א חסיד דו ביסט, גיי עס נישט

ד. להזהר משנאת ישראל בכל אופן שהוא,י

ה. צדקה מיינט פאר עניים נישט פאר די פארטיי,י

ו. ארבעטען אויף א גוטע שלום בית,י

ז. יעדען טאג א תפלה צום אייבערשטען פון הארץ,י

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 4:32 pm
דורך מוח שליט
אני הקטן בין אסאך מסכים צו אני הקטן,
אבער אויך דינג איך מיך.

למיטב ידיעותי איז עס אמת אז דאס רוב פין די א.ט.ד. קאמיוניטי לעקן בכלל נישט קיין האניק. אין דאס איז אן אנדערסטעימענט. ער ברענגט גיט ארויס ווי שווער דאס איז.

אבער,

די מאכסט א מעידזאר טעות פין אריינווארפען די ליגענט וואס מען זאגט פין מאלעסטעישאן. כ'עלל מיך נישט צוריק האלטען אין זאגען אז איך ווייס "פורסט הענד" פין נאך א מאלעסטעישאן וואס אן עביוזער וואס מען נעמט זיך אהן אויף אים דא, האט טאקע מאלעסטעד. פליז זאג נישט קיין זאכען וואס די ווייסט נישט.
עס איז אויך נישט ריכטיג צו באשמוצען די 'פרוי' וואס איז אן אלעדזד וויקטים.

אויך זיי נישט איינזייטיג אין זאג נישט אז זיי גייען אוועק פין א זיס אין געשמאק לעבן. פליז

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:53 pm
דורך בדחן
יואליש האט געשריבן:ר' זלמן ראזענטאל איז געווען א שכן נעבן מיר אין ביהמ"ד (ער איז אן איידעם ביי פריעדמאן פון פאז, און האט זיך משדך געווען, דאכט זיך, מיט איינע פון די בערקאוויטש ברודער, דו ווייסט די בערקאוויטש פון בארא פארק וואס די פאטער איז געזיצן? ער האט נאכאמאל חתונה געהאט און זי האט מיטגעברענגט א קינד.)

ויהי היום, ר' זלמן האט געברויכט זיך מער אומקוקן אויף זיינע עלטערן וועלכע ווערן נישט אינגער, זיי וואוינען אין ב"פ און ער איז זייער איינציגסטע קינד אין ניו יארק. בנוסף צו דעם האט אים זיין לענדלארד געוואלט ארויסשטעלן (ער האט געברויכט די דירה פאר זיין טאכטער), און גיין דינגען א נייע דירה וואלט אים געקאסט לכה"פ 2,700 א מאנאט. ווידעראום זיינע עלטערן האבן אים אנגעטראגן ער זאל זיך אריינציען אין זייער גרויסע דירה אין ב"פ פאר בחנם. זאת ועוד, ער האט באקומען א דזשאב אין בארא פארק ווי ער ברויך שוויצן לאנגע שעות. און אן טאפ פון דעם איז צוגעקומען די פאקט אז די מוסדות אין וומ"ס האבן אים כסדר געמאכט פראבלעמען פאר זיינע קינדער ווייל ר' זלמן'ס פרוי פלעגט קייען גאם אויף די גאס און צומאל אפי' געטראגן ווייסע סניקערס און שווארצע שטרימפ (דו ברויכסט קענען די פריעדמאן'ס, אירע שוועסטערס זענען סך ערגער). ר' זלמן'ס חתונה געהאטע זוהן האט אויך געוואוינט אין ב"פ. בצירוף מיט נאך אסאך אנדערע טעמים און סיבות האט ר' זלמן מיט זיין פרוי באשלאסן זיך אריבערצוציען קיין בארא פארק.

ביי אונז אין ביהמ"ד האט עס געמאכט א רעש. יארן לאנג וואס ר' זלמן האט פארברענגט געשמאק אין ביהמ"ד, געברענגט קידוש צו מאכן שבת אינדערפרי, דיפס און סאלאטן פאר שלש סעודות, געפירט א רעדל אינדערוואכן צווישן מנחה און מעריב, און דא לאזט ער אונז אלע איבער אזוי פלוצלינג, דרייט זיך אויס זיין ריקן צום גאנצן קהל הקודש, לאכט פון גאנץ וויליאמסבורג, אלעס ווייל ער האט זיך דערקלערט א בעסערע מענטש און ס'פאסט אים שוין נישט צו זיין א יאנטשי ווילאמסבורגער. מיר געדענקן נאך זיין פאטער ווען ער איז געקומען פון אורוגוויי, נישט געהאט קיין לחם לאכול, פלעגט גיין קאלעקטן פושקעס פאר שומרי החומות, אבער זלמן איז א גאנצער יום זה מכובד, מייט זיין געשטרייפטע בעקישע און כמו-געשטיצטע בארד. פעך!

אבער נישט געזארגט. דו מיינסט ער איז צופרידן? דאס גליק האט אים געטראפן? אבערוואס!! זיי בענקען זיך אלע צוריק!

וואס מיינסטו? איין טאג שפאציר איך אריין צו גאטליב'ס רעסטוראנט. וועם טרעף איך דארטן זיצן און האקן געקנעטענע קוגל מיט טשיקן זופ? דער בעסערער בארא פארקער זלמן ראזענטאל!!!!! יא יא, אזוי ווי דו הערסט! נאך א לאנגע שמועס מיט אים, האט ער מיר מודה געווען אז ס'בענקט זיך אים אסאך מאל צו גאטליב'ס רעסטוראנט, צו זיין קושקע, און אפי' צו די אפגעריסענע וויצן פון בערנשטיין דער גרוש וואס דרייט זיך דארטן.

ער קען אנשטעלן א פנים ביז איבערמארגן, אבער מיר האט ער קלאר געזאגט: אין גאנץ בארא פארק טרעפט ער נישט דאס וואס ער האט ביי גאטליב'ס!!!!!!!!


שלום האט געשריבען

שלום דין האט געשריבן:פערזענליך האלט איך אז דער חסיד'ישער איד לעבט (בדרך כלל) 'עני טיים' אזא גוטן טאג ווי דער גוי, און איז מסתם צופרידענער אויך. דער אמת איז אבער אז עס זענען נישט דא קיין גוטע וועגן דאס צו מעסטן. די סיבה פארוואס איך האלט אזוי איז ווייל פאר מיר איז אזוי געווען--ווילאנג איך בין געווען א מאמין. א טאג אויסגעהארעוועט אין כולל אויף א קצות און א שב שמעתתא (און דאס איז אפילו אן זיין א גרויסע למדן) איז צענדליג מאל בעסער ווי יעדער תענוג וואס איך שוין געטראפן, און גלייבטס מיר, איך ווייס פון תענוגים (און דאס איז אפילו אן זיין דער גרעסטער בעל תאווה). איך רעד אוודאי פון א גייסטישן שטאנדפונקט, אבער באמת, גייסטיש, פיזיש, ס'איז נישט קיין גרויסע נפק"מ, ס'איז אלץ דער זעלבער מענטש מיט זיינע כעמישע 'טריגגערס' אין מוח.וייג נאר שטיל ווייל ס'עט שאטן צו שידוכים. קנאפע נחמה פאר דעם אינגערמאן וואס צוליב דעם האט נישט קיין שום שמחת החיים פון דעם אלעם.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 8:31 pm
דורך יואליש
בדחן, אויב די זעהסט א סתירה, זאג מיר. איך זעה ווי ביידע זאגן די זעלבע זאך.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 8:55 pm
דורך יאיר
איך ציפ זיך מיינע הענט און איך קען זיך נישט גלייבן וואספארא אוצרות דער סומאטאכע האט אונז אריינגעברענגט: אונזער אלט-ניי מייסטער שרייבער שלום דיען, כאטש איך האב שוין אסאך נהנה געווען פון זיינע ווערק, איז אין אידיש האט זיין שרייב ארבעט אן עקסטערע טעם און באדייט. מח שליט האט זיך אריינגעגליטשט בלא יודעים און איך בין חושד אז ער האט שטארק הנאה פון דעם פלאץ און ער וויל עס שוין נישט פארלאזן. יואליש איז צוריגעקומען ארבעטן פול טיים, מיט א פאוער ווי קיינמאל בעפאר, ווי עס זעט מיר אויס האט ער דעם פעדער אויסגעשארפט און אויסגעשפיצט אין דער צייט וואס מען האט נישט געפינען פאר א רפואה, און צום לעצט, האבן מיר דא אריינבאקומען א בדחן צו פרייליך מאכן דעם עולם, עס איז נאר א שאד אז עס זעט מיר אויס דער בדחן אליין איז אביסל פארזויערט, כאטש ער האט שוין פארזיכערט איינמאל און נאך א מאל אז ער איז יא פרייליך און גליקליך :D.
יישר כח, ר' נחמיה!

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 9:55 pm
דורך בדחן
יאיר האט געשריבן:און צום לעצט, האבן מיר דא אריינבאקומען א בדחן צו פרייליך מאכן דעם עולם, עס איז נאר א שאד אז עס זעט מיר אויס דער בדחן אליין איז אביסל פארזויערט, כאטש ער האט שוין פארזיכערט איינמאל און נאך א מאל אז ער איז יא פרייליך און גליקליך !


ביסט מסכים צו גיין ביזען סוף אויסצושמיעסן דיין היט און ראן? אויב יא בין איך גרייט צו ענטפערן און דיר אפווענדען אז נישט גוט וויאזוי די שרייבסט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 12:49 am
דורך בונעס איירעס
אלזא דיען טייערער לאמיר צונעמען אלעס אין קליינטשיגע טעלערלעך סארטירן די געמויזעכצער, די רונעדיגע און די ביסל טיפערע טעלערס.. און די מאכלי גוש און די פלאכע טעלערלך…

קודם פון דיין שרייבערייען דא קוקט אויס אז בקרוב ממש קענען מיר אייך "צוריק" האבן באן אונז אין בית מדרש'ל אויפן אויבן אן… דאס וועט אסאך מיינען פאר אונז "כלל ישראל" און נאך מער פאר דיר!! און זיכער דיינע ליבע קינדערלעך וואס וועלן קענען זיצען פונקט וואו זייערע חברים לעבן טאטי און בית מדרש, און ווייטער כאפן א קניפ און בעקל..און צומאל אפי' א ציפ'ל אויך! איך רוק שוין דעם דיין אביסל ארויפצו און שטופ אריין אן איבריג בענקעל.

איך וועל איך מיר באציען צו דיין איינגערינגעלטע איטעליקע אויתיות וואס דראעט מיך דערינען און דאס וואס איר האלט פאר און פארלאנגט היתכן מען רעד און פלאפעלט נאך פארן רעדן צום "בעל מעשה" אליינס...

שלום דין האט געשריבן:[quote
(און, ווי יואליש זאגט, אסאך געפעלט ענדערש אליין אויפצוקומען מיט א תשובה--אדער נאכבעבלען פון אנדערע, אלעס אחוץ צו הערן פון די בעל מעשה אליין. ווי למשל אונזער ידיד ר' בונעס איירעס וואס שרייבט בקיצור: וועם גייט אן פארוואס און פארווען? זאל ער זיך גיין, און פארוואס רעדט מען נישט פון מיר וואס איך קען פראנצויזיש, און -- נישט אז עס גייט מיך אן -- נאר נאדיר דא איין "קליינע נקודה" פון שקרים און איינרעדענישן און חכמות נפלאות וויאזוי איך פארשטיי יענער דארף לעבן זיין לעבן ווייל אז נישט שטערט עס מיר מיין אייגן שמחת החיים--אבער נישט אז עס גייט מיך אן...)


קודם איר האט גוט געמערקט אז דאס איז אזא בדרך אגב ממש… און פארוואס איר באציעט זיך דייקא נאר אויף דעם שטיקעלע ווען נישט דאס איז דער פוינט דארט בכלל. איז ווייל איר זענט גענוי וואו אונז איר זעיט נאר וואס איר ווילט… מיר זענען קיינער נישט אנדערש.

יאך בין בטבע א סאסייעטי ליבהאבער! פון אלע מינים, איך גלייך ברואים פשוטו כמשמעו, אין גלייך געשפרעכן מיט אלע, וואו איך קום אדער גיי איך בין א נאשער פון אלע בשעפענישן צו גלייך! ווייל יעדער האט עפעס וואס צו פארקויפן און וואס איך קען הנאה האבן, (מיר האבן זיך שוין געטראפן איטליכע מאל און מיר זענען אויף מעסער שטעך בכלל נישט געווען איך בין קיין העיטר ב"ה ניקסט נאר אדרבה מיר גלייכען דאס לאזיגקייט און שמייכלען און ליבערשט פארפאזיטיון אלעס ארינגס מיר פיל מער די קרוצע תקופה מיינער דא וועט איר אויך נישט באגענען נעגטיוו נאר אדרבה להיפך)

אלזא וואס מיינט אט דער באמערקונג? און אויך באנאזאם אויף וואס איר בעט רעד צום "בעל מעשה" אליינס… און פלעפל נישט נאך וואס די הערסט פון אומוויסענדע

לכאורה טאקע א טענה…. וואו קען איך רעדן פון אזא האקעלע נושא פאר איך רעד טאקע צום "בעל מעשה" אליינס?? אבער וויסען זאלט איר זענט גאר נישט די ערשטער פונעם עבר הסמבטיון צו מיר, מיר קענען זיך מיט גדולים וטובים פון יענעם חיידר, איך בין נישט ניי צו די טענות, פראבלעמען וואס פלאגט אונזער פאלק-סיסטעם (ביי מיר נישט וואו געזאגט פראביר איך מכריע זיין פאזיטיוו) און פארוואס ער האט געמאכט זיין החלטה פון "גענוג איז גענוג" קיין חילוק וואס א פרייז ער און זיינע נאנסטע גייען ארויפצאלן דערויף..

אבער פון מיין ערפאנוג נאכן דיבאטירן און פיליזאפירן איינמאל און נאכאמאל איז אלץ די זעלביגע… ער זאגט און פארענטפערט זיך, באשולדיגט און ביטערט, און איין זאך מאכט ער מיר זיכער עוד הפעם ועוד הפעם ער האט זיכער נישט געמאכט זיין החלטה ווייל ער האט געמאכט א טעות!!!

דעם איינעם און קראנטען אמת פארוואס ער האט דאס געטון וויל ער מיר נישט פארגינען צו הערן, דעם "טעיתי כשה אובד" פארגינט ער נישט פאר מיינע צוויי הער אפאראטן דאס צו הערן….

יעצט פון וואנעט ווייס איך טאקע אז עס איז פארהאנען נאר אט דעם איינעם גילטיגען און פאקטישען תירוץ אויף זיין און אלע מיט אים החלטה און דאס איז דער נכון הדבר?? אפשר טאקע זענען יא די דריידעלעך און שמאנצעלעך וואס ער פארקויפט מיר די ריכטיגע תירוץ און סיבה אויף זיין פירונג אווא איר זאגט דאך אויך יעצט??

דער סוד איז אונז אנפארטרויעט טאקע פון אלע די "בעלי מעשה" אליינס!!!!!

ווען און וואו???
ווען זיי מאכען ענדליך דעם החלטה אויף צוריק……….. און מיר רעדן נישט דייקא פון אונזערע חסידים וואס זיי זענען סתם אויף געהאקטע צרות איבערלאזענדיג דעם עבר און גייען אריין אינעם דיקען נעפעל פון חוסר מנוחה…. (דאס איז דאך יעדער מודה נאך זייענדיג אינעם נעפעל.. און איר בתוכם! נאר מלובש מיט כל ערליי פסיכילאגישע דריידעלעך פארוואס איר זענט דארט פארן אנגעבן דעם ענטגילטיגען אמת "טעיתי" וואו געשמוסט..)

מיר רעדן דייקא אפילו פון אט די וואס ווערן און קיין חסידיש חיידער קיינמאל געהאדעוועט (מיר האבן גענוג שפאצירט אינעם אמאליגען לאנד כנען זיך באקענט מיט פילע צענדליגער צענדליגער פון זיי) זיי זענען שוין יא מער געזעלשאפטליכע עלעמענטן און האבן אויסערליך א גוט לעבן אנע ביטערנישן און טויטליכע שמערצען וואו "אונזערע" וואס גייען אויפן אנדערן זייט…. און זענען איינגעשמאלצען און א קאלטוריסטישן ארום…

אלע.. אלע.. ווען זיי קומען אהיים זאגען זיי מיט הכנעה פארנויגענדיג דעם "טעיתי כשה אובד"
קיינער באניצט זיך דאן "נישט" מיט זיינע פירושימ'לעך דריידעלעך פון א טאג דערפריער!!

איז וואו זענען אלע שווערע טענות און טיפע דערקלערונגען דריידעלעך אהינגעשווימען פון יארן האמערן אוו שטויסן דערמיט און מיר אריין???? מוז מען דאך זאגען אז ער האט דאס מיר פשוט נישט געקענט זאגען ווילאנג ער איז געווען א דארטיגער…. האט ער מיך געדרייט אוואו א וואש מאשינען מיט נישט אמת!!

איז דיען טייערער וויפיל "בעלי מעשה" דארף איך נאך אינטערוויאען אז איך זאל מעגן רעדן און אלגעמיין פון די אוועקגייענדע און זאגן מה שלמדתי ומה שהמציאות נותן נישט צו הייסען איינער וואס פלעפעלט נאר נאך??

יא!! יא!! איר זענט איינמאל גערעכט אבער אין א הונדערט פראצענט!! בסך הכל פלעפעל איך טאקע נאך…… אבער אט די "בעלי מעשה" אליינס!!!!!!

איז היצט ווען איך שרייב וועם גייט באמת אן, פארשייט איר פיין, אז וואס האב איך צו דאבאטירן ווען איר גייט סיי וואו נישט מודה זיין נאר דאן ווען איר מאכט דעם באשלוס אויף צוריק…. און היצט אויף ביז דערווייל מיך ארום דרייען מיט די זעלביגע טרענדערלעך פון דיזע וואס זענען שוין לאנג צוריק און מיר אנטפלעקט דעם ענטגילטינגען סוד… ס'נישטא קיינע ריכטיגע תירוצים נאר דאס איינע וואס איר וועט בעזר ה' מיר אנגעבן בשעת איר לאזט אייך צוריק צון אונז…. נא אלזא וואס דער אויפטוה פון רעדן איינטענען ווען מען רעד נישט דעם החלטה!

און צו וואס זאל איך מיך לאזען נאכאמאל איבערעדן און אריינגיין עודך זיך דרייען נאך א סייקעל אינעם וואש מאשין ווען איך בין נארוואס ארויסגעקראכען פון מערערע פון זיי? און איך בין שוין אויסגעלאפען פון קוואדערלעך…..…..?