וואס קען מען טוהן אין ארץ ישראל?

הילף, עצות און טיפס
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

טייערער אידן, איך פלאניר יעצט אויס מיין נסיעה קיין ארץ ישראל, און איך וויל זעהן ווי צו גיין.

מיין ווייב וויל נישט גיין צו פלעצער וועלכע זענען אפן שבת. סאו די ערשטע זאך וויל איך דא בעטן ווער עס ווייסט פון די אלע פלעצער וואס מען האט דא אויסגערעכנט, אדער אנדערע וועלכע מען האט נאך נישט, וואס זענען נישט אפן שבת, פליז לאזט וויסן.

ייש"כ למפרע
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

איין זאך ווייס איך אז איך בין געוועהן ביי "מיני ישראל", און איינער האט מיך אנגעשריגען אז מ'טאר נישט דארט גיין ווייל זיי זענען מחלל שבת.
באניצער אוואטאר
טישו באקס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך טישו באקס »

סאיז דא א שיינע גרויסע זו אין ירושלים “גן החיות התנכ”י” זיי זענען אפען שבת.
פרייטאג שפארן זיי צו פרי, גיי פארשטיי פארוואס.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

אקעי, זי איז שוין אראפגעקראכן פון דעם בוים. זי איז געוואר געווארן אז אירע עלטערן זענען אויך געגאנגען צו אזעלכע פלעצער. נו, געגאנגען.

וואס זעט מען אין דעם מוזיאון ישראל, וואספארא סארט מוזיאון איז דאס. איך זעה יידל און וויליאמסבורגער רעדן דערפון זייער גרויס. און וואס איז דער מוזיאון ארצות המקרא. אויב איז מעגליך אביסעלע פרטים, וואלט איך שטארק דאנקבאר געווען.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כאפ א בליק
http://www.imjnet.org.il/
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

איך האב געזעהן דעם לינק, אבער איך פארשטיי נישט צופיל וואס מען זעהט דארט. קען אפשר איינער מסביר זיין וואס דאס איז? איז דאס די היסטאריע פון מדינת ישראל? זייער גרויסע העלדישקייטן? די מורא'דיגע ניסים? (וואס איז דאס בכלל?...) זייערע מלחמות, נצחונות וכדו'?

אדער רעדט מען דא פון דעם פאלק ישראל, זייער היסטאריע, זייערע מלכים, מלחמות, אימפעריעס און פראווינסצן. זייערע גלויות, זייערע מיטמאכענישן, עליות און ירידות, הצלחות און כשלונות וכדו'? אויב איז עס די צווייטע איז עס מיר זייער אינטערעסאנט, אויב אבער איז עס די ערשטע, דאן איז עס לגמרי נישט אינטערעסאנט.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

מוזיאון ארצות המקרא טוט בכלל נישט אין מדינת ישראל. עס איז אלעס אלטע היסטאריע פון די צייטן פון בית המקדש. בעיקר איז עס באזירט צו ווייזן וויאזוי מ'האט אין יענע צייטן געלעבט אין די לענדער וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך. מוזיאון ישראל איז שוין מער ברייטער. זיי האבן איין פליגל פאר ארכעלאגיע, נאך א פליגל פאר קונסט און א דריטע פאר קולטור. אינעם ארכעאלאגיע פליגל האבן זיי צימערן: "תחת שלטון רומא", "ישראל בימי התנ"ך", "ארץ כנען", "יוונים רומאים ויהודים" און נאך. דא קענסטו למשל זען עקזהיביטס פון "תחת שלטון רומא". און די קונסט פליגל האבן זיי צימערן פאר די ארט פון אלע לענדער ארום די וועלט (עס איז אזא מיני מעט מוזיאום) מסמתא נישט אינטערעסאנט פאר דיר. דא קענסטו למשל זען די אויסשטעלונגען אינעם צימער וואס הייסט "אומניות מודרניות" (modern art). אין דעם קולטור פליגל האבן זיי צימערן אזוי ווי "בית הכנסת מאיטליה", "בית הכנסת מגרמניה" , "בית הכנסת מהודו" , און א גאנצע אויסשטעלונג איבער אלע סארטן אידישע לבושים במשך הדורות

גאר גאר אינטערעסאנט. שטארק רעקאמאנדירט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

הדד, איך האב נישט ליב צו דזשאדזשען, אבער ווי ווייט איך קען דיר פון וואס דו שרייבסט דא וואלט איך געהאלטן אז דו קענסט גאר שטארק ענדזשויען מוזיאון ישראל, בפרט וואס זיי רופן "אגף לאומנות ותרבות יהודית" (קולטור) און אויך די "אגף לארכאולגיה".
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

א געוואלדיגער ייש"כ יידל, פון וואס דו שרייבסט מיר קוקט טאקע אויס ווי איך וועל דאס גאר שטארק ענדשויען, און אויף דיין רעקאמענדאציע האבן מיר אפגעמאכט אז מיר גייען דאס טאקע באזוכן. אויב איך מעג נאר פרעגן איין פראגע. וויפיל צייט דארף איך מקדיש זיין פאר מוזיאון ישראל און וויפיל פאר מוזיאון ארצות המקרא? דאס וועט מיר שטארק העלפן אין אויסשטעלן מיין סקעדשועל.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

מצדה דארף דיר לכאורה זיין אינטרעסאנט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

מצדה איז אין פלאן, אבער איך האב נאך נישט באקומען קיין תשובה, וויפיל צייט דארף איך אוועק געבן פאר מוזיאון ישראל, פאר מוזיאון ארצות המקרא...
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אלע איזראעלי מאזעאמס זענען איין טשולענט ביי מיר אין זיכרון, שוין יארן נישט געווען דארט, אבער אזוי ווי מאזעאמס אין אלגעמיין, ס'שווער צו זאגן ווי לאנג ס'דארף צו נעמען. ס'איז געוואנדען אין די מענטש, איין מענטש קען שטיין און קוקן אויף א פעינטינג\סקולפטור בהעברה בעלמא, און א צווייטער קען שטיין פארגאפט פאר שעות.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

איך וואלט מקדיש געווען לכה"פ פיר שעה פאר מוזיאון ישראל און דערנאך לכה"פ א שעה צוויי אין מוזיאון ארצות המקרא. אבער לענ"ד זאלסטו ענדערש ספענדן די גאנצע פינף שעה אין מוזיאון ישראל. עס איז א שאד זיך צו איילן נאר ווייל דו ווילסט קאווערן נאך א מוזיאום.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

אקעי, טייערע אידן, דער טריפ ווערט נענטער, דער פלאן איז כרגע צו זיין א וואך אין ירושלים עיר הקודש, און איין וואך אין צפת עיר הקודש. פאר די וואך פון ירושלים האט מען מער ווייניגער אויסגעשטעלט א סדר היום פאר יעדן טאג, פאר די וואך פון צפת האב איך נאך דערווייל גארנישט אויסגעפלאנט, וויל איך דא פרעגט די טייערע חברים, ווי מען קען אלס גיין, וואס מען קען אלס זעהן. איך האב פארשטאנען אז ראש הנקרה איז עפעס זייער אינטערעסאנט, וויל איך וויסן וואס זעהט מען דארט, ווי ווייט איז עס פון צפת, און וויפיל צייט דארף איך האבן פאר דעם.

אויסער ראש הנקרה, וואס נאך איז דא. פארשטייצעך אז איך וועל בעז"ה גיין קיין מירון, און די קברי צדיקים אין צפת און מסתמא אויך קיין טברי, אבער אויסער קברי צדיקים, ווי נאך קען מען גיין?

איך דאנק אייך פון פראנאויס.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

צוק מנרה איז זייער שיין עס איז די גרעסטע טשעירליפט און א"י, און atv איז ממש א מאסט צו טון ווען מ'איז און צפון
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ביים כנרת אין טבריה האב איך געזען נפלאות הבורא וד"וק
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

זר זהב האט געשריבן:ביים כנרת אין טבריה האב איך געזען נפלאות הבורא וד"וק


פון די אילת סארט?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אין טבריה האסטו א שיינע טיילת (באורדווא"ק בלע"ז) מיט רעסטוראנטען, מילכיג און פליישיג, גלייך דארט. אזוי אויך איז דא וואסער ספארטס דארט. עפעס א חוף נפדר איז דא דארט אויך נישט ווייט, חמי טבריה, חמת גדר, ראש הנקרה איז שיין, אבער כ'ווייס נישט פארוואס דאס הייסט די צענטראלע פלאץ וואו טוריסטן מוזן גיין, אבער ס'איז זייער שיין אויב האסטו ליב טבע.
אין צפת איז דא אביסל היסטאריע, בתי מדרשים, און בכלל א שפאציר אין אלט שטאט איז א חוויה פאר זיך.
קענסט גיין שפאצירן אין פקיעין, זעהן דעם אנגעבליכן מערת רשב"י, מיטן באקסער בוים, און נישט ווייט די מעיין.
טאמער האסטו ליב הייקינג איז הר מירון די העכסטע בארג אין גליל, און ס'דא hiking trails. פרעג דיך נאך אויב ס'לוינט, ווייל איך בין קיינמאל נישט געווען דארט.
אין עכו איז דא היסטארישע פלעצער און מאזיאומס, און אויב ווילסטו גיין קיין גולן איז דא נאך אסאך וואו צו גיין.
אויב האסטו ליב איזראעלי היסטוריה איז דא הר בנתל,
שמו יגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 17, 2013 9:02 pm
געפינט זיך: צווישען די שמויגערס
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך שמו יגער »

אין אלט שטאט צפת איז דא צוויי היימישע רעסטאראנטון טייטעלבוימ׳ס און מענדי׳ס וואס האט די עדה החרדית הכשר
״יעדע שמויגער פאר זיך טויג ער״
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

שמו יגער האט געשריבן:אין אלט שטאט צפת איז דא צוויי היימישע רעסטאראנטון טייטעלבוימ׳ס און מענדי׳ס וואס האט די עדה החרדית הכשר


א גרויסער שקויעח, דאס וועט מיר גוט צוניץ קומען. אבער בלייב נישט שטיין ביי דעם, וואס נאך איז דא, ווי נאך קען מען גיין. נעכטן נאכט האב איך געזעהן א אדווערטייזמענט וועגן עפעס א סת"ם פלאץ ווי מען קען קומען זעהן וויאזוי מען מאכט געוויסע סת"ם זאכן, עס געפינט זיך ערגעץ אין צפת, האט איינער עקספירענס מיט דעם?
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

געפילטע פיש האט געשריבן:אין טבריה האסטו א שיינע טיילת (באורדווא"ק בלע"ז) מיט רעסטוראנטען, מילכיג און פליישיג, גלייך דארט. אזוי אויך איז דא וואסער ספארטס דארט. עפעס א חוף נפדר איז דא דארט אויך נישט ווייט, חמי טבריה, חמת גדר, ראש הנקרה איז שיין, אבער כ'ווייס נישט פארוואס דאס הייסט די צענטראלע פלאץ וואו טוריסטן מוזן גיין, אבער ס'איז זייער שיין אויב האסטו ליב טבע.
אין צפת איז דא אביסל היסטאריע, בתי מדרשים, און בכלל א שפאציר אין אלט שטאט איז א חוויה פאר זיך.
קענסט גיין שפאצירן אין פקיעין, זעהן דעם אנגעבליכן מערת רשב"י, מיטן באקסער בוים, און נישט ווייט די מעיין.
טאמער האסטו ליב הייקינג איז הר מירון די העכסטע בארג אין גליל, און ס'דא hiking trails. פרעג דיך נאך אויב ס'לוינט, ווייל איך בין קיינמאל נישט געווען דארט.
אין עכו איז דא היסטארישע פלעצער און מאזיאומס, און אויב ווילסטו גיין קיין גולן איז דא נאך אסאך וואו צו גיין.
אויב האסטו ליב איזראעלי היסטוריה איז דא הר בנתל,


איזראעלי היסטאריע איז מיר נישט אינטערעסאנט.

עכו זעהט דוקא יא אויס אינטערעסאנט, נו רעד, ווואס נאך איז דא דארט. וויזוי קומט מען אן אהין, וויזוי גייט מען זיך אום וווען מען איז שוין דארט, איז דא טור גיידס, לוינט זיך זיי צו נוצן? אויב נישט, וויזוי ווייס איך ווי צו גיין. לאזט זיך הערן ביטע.

מירון צפת טברי' וועט בעז"ה זיין טייל פון דעם טריפ. איך וויל זיך דא נאכפרעגן, האט איינער עקספיריענס מיט שפאצירן אויף הר מירון? לאזט זיך הערן.
שמו יגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 17, 2013 9:02 pm
געפינט זיך: צווישען די שמויגערס
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך שמו יגער »

אין אלט שטאט צפת איז אויך דא א טשיז אין לעכט פעקטערי צו גיין קוקן נישט אזוי אינטרעסאנט אויב זענט איר סיווי דעןgive it a try
״יעדע שמויגער פאר זיך טויג ער״
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

הדד בן בדד האט געשריבן:איזראעלי היסטאריע איז מיר נישט אינטערעסאנט.

עכו זעהט דוקא יא אויס אינטערעסאנט, נו רעד, ווואס נאך איז דא דארט. וויזוי קומט מען אן אהין, וויזוי גייט מען זיך אום וווען מען איז שוין דארט, איז דא טור גיידס, לוינט זיך זיי צו נוצן? אויב נישט, וויזוי ווייס איך ווי צו גיין. לאזט זיך הערן ביטע.

מירון צפת טברי' וועט בעז"ה זיין טייל פון דעם טריפ. איך וויל זיך דא נאכפרעגן, האט איינער עקספיריענס מיט שפאצירן אויף הר מירון? לאזט זיך הערן.

לדאבונינו הרב, די אלע יארן וואס מיר האבן געהוצקעט אין ארץ ישראל זענען מיר קיינמאל נישט געגאנגען קיין עכו, נישט געהאט די שכל. ס'דא דארט אסאך היסטאריע, א אלט שטאט, א מארק, א שיף פארט, אלטע בנינים, מיוזיאומ'ס, אבער ווי געזאגט בין איך נישט געוען דארט, נאר געהערט. מאך א גוגל סוירטש, "אתרים בעכו", וועסטו טרעפן א שלל מיט חומר.
פארשפארט