בלאט 4 פון 6

א לינק צו דאונלאודן דעם full episode!

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 2:21 pm
דורך נייגעריגער
דיין לינק צו יוטוב ארבעט שוין נישט, זיי שרייבן אז מ'האט עס אראפגענומען צוליב א קאפירייט קלעים פון CBS.

אבער איך האב זיי מקדים געווען און דאונלאודעד לתועלת פונעם ציבור קאווע טרינקער,און דא האט איר א דראפבאקס לינק עס אראפצונעמען!

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 2:27 pm
דורך קרעקער
http://www.cbs.com/shows/blue_bloods/vi ... -in-black/

די סך הכל
א רבי מיט צוויי זוהן איז דא א מחלוקה ווער סזאל זיין דער סוקסעסער
קינדער פון רביס האבען זייטיגע עפעירס מיט שיקסעס
ביי חסידים איז דא רציחה, שומרים, א גוטער שוויץ באד

פין וואו ווייסען זיי דאס אלעס? א דאנק דעם וואס אינדז היימישע חסידותן וואס שלאגען זיך טאג און נאכט ממישט אריין די פאליס און קאורטס און די מידיע

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 4:05 pm
דורך kliger
געהערט אז דבורה פעלדמאן איז געווען זייער עדווייזער

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 5:13 pm
דורך atmybest
ס'איז א אמת'ע מעשה?

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 6:22 pm
דורך איחוד פעלד

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 6:29 pm
דורך איחוד פעלד
רבנים האבען געהייסען איבערגעבען אז ווייל א חלק פין די מאווי האט מען געכאפט אין בארא פארק, איז דאס "נישט" קיין היתר צו וואטשען די מאווי.

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 6:44 pm
דורך נייגעריגער
atmybest האט געשריבן:ס'איז א אמת'ע מעשה?

אר יו סיריעס??? אזא קשיא צו הערן דא אין שטיבל פון א היימישער?! השם ישמרנו!
אויב א היימישער פרעגט אזוי דאן נעמט דאך עס דער שונא ליעקב'ס קאפ אריין אלץ זיכערע אמת, ותוצאותיו מי ישרנו!
אדער אפשר גייט דא פאר א קאנסעפיראציע אונטער אונזער נאז, און דער atmybest איז גאר א שליח פון דבורה פעלדמאן אליין אריינצוברענגען ספיקות ביי אונז אליין אונז זאל מיר זעך דארפן ציפען צו זעהן צו די מעשה האלט זיך יעצט אינמיטן אפשפילן מיט איינער פון די גדולי אדמור"י דורינו אדער עס איז די פאנטאזיע פון א טי.ווי. שאו!

גענוג גע'דמיון'ט?!

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:09 pm
דורך kliger
איז ווייסהויז דארטן אנפאנג?

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 9:03 pm
דורך kliger
ווייסהויז

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 9:20 pm
דורך [NAMELESS]
את חטאי אני מזכיר, איך האב א בליק געטון אין די בלו בלאאד, פוי, א געמיינהייט!
ממש א בושה אז אזא גרויסע פירמע ווי סי-בי-עס זאל האוסטן אזא פיס אף דירט. די גאנצע שאו איז א קוגל פון קלישעיס אוןקיטש . אויסגעדראשענע, שמאל מיינדעד, טפשות'דיג, אן קיין שום קלאס, אן קיין עומק אן קיין ארט.
די שאו איז דאס ארגסטע וואס קען זיין. זייער פרעדיקטעבל, און א געפערליכע סטעריאוטייפ קעגן חסידים, קעגן קאנסערוואטיוון. די חסידים זענען פארפוילט, פרימיטיוו, שלעכט און מיאוס, אן קיין טראפ גוטס, און גלייכצייטיג מאלט עס אויס א הערליכע אידעאליסטישע בילד פון א חשובע איירישע פאליציי פאמיליע.
זיי זענען אזוי מטומטם אז אלע חסידים זענען אראפגעמאלן די זעלבע, דער גראבער שומרים מעמבער אין שוויץ איז דער זעלבער אומפאסיג כלפי פרויען ווי דעם רבי'ן, און אפילו דער אלטער ליבליכער שטריימל מאכער פארשעמט גויים, סטופיד און גרינגשעצנד!
זיי מאכן בערך אזוי גוט נאך חסידים ווי די גרויבייס מואוויס מאכן נאך גויאישע סאלדאטן וואס א שווארץ קאפל באהאלט זיך אונטערן מיליטעריש היטל.
פוי, א נידריגקייט פון א שאו, גארבעדזש. אלע גוטע שרייבער פון קאווע שטיבל וואלטן געקענט אויפקומען מיט א בעסערע פלאט

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 9:23 pm
דורך ברסלבער
גם אני מצטרף, כ'האב געבעטן דעם שבת גוי זאל מיר עס נאכקוקן..
עס איז זייער אינטערעסאנט אז נאך אזויפיל מיה און פלאג וואס זיי האבן אריינגעלייגט צו קענען נאכמאכן האסידיקס, זענען זיי נישט אנגעקומען כי הוא זה.
אזוי שלעכט, אזוי נאריש.

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 10:40 pm
דורך נולד מאוחר
נייגעריגער האט געשריבן:דיין לינק צו יוטוב ארבעט שוין נישט, זיי שרייבן אז מ'האט עס אראפגענומען צוליב א קאפירייט קלעים פון CBS.

אבער איך האב זיי מקדים געווען און דאונלאודעד לתועלת פונעם ציבור קאווע טרינקער,און דא האט איר א דראפבאקס לינק עס אראפצונעמען!

וויפיל חסידים באניצן זיך מיט די לינק? סגעט מיר די מעסעדזש "Error (509)
This account's public links are generating too much traffic and have been temporarily disabled!"
איחוד פעלד האט געשריבן:https://thepiratebay.se/torrent/8120000/Blue_Bloods_S03E14_HDTV_x264-LOL_%5Beztv%5D

איז דאס ריין פון וויירוס? כקען ריאיג דריקן דאנלאוד?

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 10:52 pm
דורך געפילטע פיש
דרוק נישט אויף דאונלאוד, נאר אויף GET THIS TORRENT, אבער דאס איז נישט די דאונלאוד אליינס, נאר דו דארפסט האבן א טארענט קלייענט עס דאונצולאדענען.

א נייע לינק דאונצולאודען דעם גאנצן מאווי!

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 11:06 pm
דורך נייגעריגער
לכבוד אלע קאווע טרינקער'ס הע"י

קודם וויל איך מיך אנטשולדיגן אז מיין דראפבאקס לינק האט אויפגעהערט ארבעטן און עס קומט ארויף אן ערארר! די סיבה דערצו איז וויבאלד עס איז גאר שטארק פארשפרייט געווארן דורך טוויטער וכדומה, עד כדי כך אז עס איז איבערגעשטיגן דראפבאקס'ס תקנה אז נאר צוואנציג גיג איז ערלויבט אראפצוגעלאדענט ווערן פון איין לינק אין איין טאג, און זיי האבן אין תוצאה דערפון סוספענדירט מיינע לינקס פאר דריי טעג!!!

אבער ב"ה לא אלמן ישראל - דראפבאקס איז נישט דער יחיד בדורו, און כ'האב גענערירט א נייע לינק לתועלת הציבור, און דאסמאל איז עס פון box.com! כ'האף צו הערן גוטע גריסן אז ס'ארבעט גוט אבער פאר סיי וועלכע פראבלעמען ביטע גלייך שיקן אין אישי!

און לגבי "נולד מאוחר'ס" שאלה וועגן "איחוד פעלד'ס" לינק: עס איז נישט קיין דיירעקט דאונלאוד, עס איז א טאררענט פייל און מוזט האבן א ספעציעלע עפפ אדער קלייענט עס צו נוצן.

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 11:07 pm
דורך חזקיהו המלך
די עפיזד דערמאנט פין נאצי דייטשלאנד פראפעגאנדע, ס'ברענגט ארויס א געפיהל פין אפשיי צי חסידים, אפענע אנטיסימיטישע פראפעגאנדע,

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 11:18 pm
דורך היימישער ליטוואק
חזקיהו המלך האט געשריבן:די עפיזד דערמאנט פין נאצי דייטשלאנד פראפעגאנדע, ס'ברענגט ארויס א געפיהל פין אפשיי צי חסידים, אפענע אנטיסימיטישע פראפעגאנדע,

דו האסט מיר ארויסגענומען די ווערטער פון מויל, דער מויש פון קרויס הוט/שטריימל סטאר איז א קאריקוטער גענומען פון דעם שטורמער.
איך מיין מיר דארפן גיין פראטעסטירן אנטקעגן סי.בי.עס.
כולנו למערכה!

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 11:50 pm
דורך איחוד פעלד
דער עולם דא נעמט א מאווי ארויס פין איר גרעניצען, א מאווי טוט נישט אפשפילען קיין שום אמת, עס איז דארט פאר ענטערטענמינט און אמאהל דאס אויך נישט.......... אבער נישט קיין שום ארויסברענגען דער אמת לגבי אן ענין.

יעצט אין דעם ענין, האבען זיי געבויט א מעשה אויף דעם וואס א רבי האט צוויי קינדער און דער יונגערע איז מער געלונגען, דער יונגערע ווערט רבי, דערווייל איז דאס א זאך וואס קען געשעהן, הגם איך ווייס נישט פין א פאל וואס א אינגערע זוהן איז געווארען דער רבי, און דער עלטערע איז ארויס מיט גארנישט, אבער דאס גייט דאך קיינער נישט אהן אז זיי בלאפען אויס א מעשה.

ווידער ווען עס האנדעלט זיך מיט דער שיקסע זונה וואס דער לוי האט געטראפען, איז פארשטייט זיך נישט קיין מציאות שבעולם אז א רעביש קינד זאל האבען א אהבה מיט א פרעמדע שיקסע (הגם אז די זאלונים זאגען יא אזוי אויף איינעם, איז עס דאך אויף די עלטסטע נישט דער צווייטער.....), אבער דאך, זיי מעגען דאך בויען א מעשה לויט די מושג פין די גוים אז יעדער איינער איז מזנה, פין דער גלח ביזען פריץ, איז וואס ווילסטו פין סי בי עס, זיי מאכען דען א מאווי פאר אונז ק"ש אינגעלייט? עס איז דאך פאר גוים.

לגבי דער רציחה חלק, מיין איך אז עס איז גארנישט אזוי ווייט פין דער מציאות, עס קען געשעהן ביי אונז אלע, און דער עולם זאל אויפהערען קאכען פאר כעס מיט טענות פין היתכן וכדומה, רציחה איז ליידער ביי אונז איינגעריסען, ובכה"ג קען מען נאך זיין א למדן, אז דער גבאי האט געמעגט הרגענען דער "לוי" ווייל עס שטייט דאך הבועל ארמית קנאין פוגעין בו, איי עס איז נישט געוועהן בשעת מעשה? נו, וואס ווילען ענק פין סי בי עס, דאס האבען זיי אויך געדארפט וויסען?

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 11:52 pm
דורך kliger
עס איז שוין העכטס צייט צו נעמען דראסטישע שריט!
דאס גייט שוין אריבער אלע גלייזן!
פארוואס איז יעדער שטיל?

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 12:09 am
דורך שמעקעדיג
פלוצלינג נעמען מיר זיך אן פאר די חסידים? הא? ונהפוך הוא! א גאנץ יאר רעגט מען זיך אויפן סיסטעם, אבער יעצט איז מען זיך מיצר בצערתם..

ניין, איך מיין עס נישט ערנסט. איך וויצל ארום.

איך מיין די איינציגסטע עצה איז אז מיר זאלן אליינס אריין אין די מאווי ביזנעס און מאכן א קידוש השם! וואס טראכט איר? אז די גויים וועלן זעהן אזעלכע טאלאנטפולע קלוגע חברה ווי אונזערע שרייבער דא אין שטיבל, וועלן זיי נישט אננעמען א פול מויל מיט וואסער?

ווער איז אין?

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 12:12 am
דורך איך אויך
יא יא איחוד'ל אזוי זעהט מען אויס ווען מען מיינט עס איז קיהל צו זיין א סעלף היעטינג כאסיד. נעבעך.

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 12:52 am
דורך טישו באקס
איך בין נייגעריג ווער ס'האט זיי אויסגעלערנט די חסידישע אויפפירונג מיט אזא מין עמעראצעס דאס אז א פרוי געבט נישט איבער דירעקט אין א מאן'ס הענט האבן זיי געוואוסט אויפצושפילן אבער ווער ס'האט א בליק געטון אינעם עפיזאד קען קלאר באמערקן דעם סיין וואס הענגט אינעם שוויץ ווי זיי גייען באזוכן יענעם שומרים חברה מאן, שטייט דארט אויף יודיש אנשטאט "בלויז מענער" האבן זיי געשריבן "בלויז מענטשן" וואס האט מיר געקאסט א שמייכל. אויך איז אינטערסאנט וואו זיי האבן געזעהן אז א חסיד'ישער יוד זאל גיין דעם קאפל וואס זיי האבן אנגעטון דעם "משה" פון קרויס הוט סטאר. מעגליך אז זיי האבן געכאפט א שפאציר אין שומר שבת שטיבלעך וואו זיי האבן געטראפן פון אלע מינים.

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 12:54 am
דורך ונבנתה העיר
נישט געוואוסט אז men only מיינט 'בלויז מענטשן'...
====
אה, טישו האט שוין געכאפט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:26 am
דורך טעפל
הוהא דער עולם איז גוט אויפגערעגט אויפן מאווי, וואס זענען זיי שולדיג אז זיי האבען נישט געחולמעט אז די אידען וואס האבען זיי געזעהן אפכאפען אין בארא פארק וועלען האבען ווי עס צו זעהן. ;)
אבער אמתדיג אזוי ווי מ'זאגט אין ארץ ישראל האט מען טענות אויף די פרייע מידיא אז זיי לייגען אראפ דעם פרימען איד ווי דער שפייער אויף קליינע מיידלעך און "שבת שרייער" פוי שפייער און געוואלד רייסער'ס און די פרייע המון עם קויפט עס אפ, די זעלבע קען זיין אז דער המון אמריקאנער גוי נעמט אהן דעם בליק אויף האסידים וואס דאס איז נישט גוט!!