בלאט 4 פון 10

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:16 am
דורך נולד מאוחר
סהאט א חסירון אז מקען נישט סעלעקטען און קאפיען א א חלק פון א מעסעדש.
איש אשכולת אייף ענדרויד קען מען נישט בלאקען לעסט סיען אן א עפפ.
אדער ניצטו אייפאו אדער ניצט נישט וואטסעפפ.
דיין סקרין שאט ווי די האסט די רויטע ערא איז מיר נישט באקאנט. כהאב נישט די ווארט edit

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:22 am
דורך לאליפאפ
איש אשכולות האט געשריבן:
דעתי הענייה האט געשריבן:עס איז דא א אפפ וואס בלאקט מען זאל נישט קענען זעהן "last seen".

עס האט מיר געקאסט א שמייכל די קאנווערסעשען, מען דארף נישט קיין שום עפפ צו בלאקן קיין last seen עס איז איינפאכע סעטינג קנעפל אין וואטסעפפ.

און ס'קאסט צוויי מאל אזא גרויסע שמייכל צו זען ווי דו מישט אין עפעס אן אור אלטן אשכול און מיט א שמייכל ענפערסטו א אירעלעוואנטע תשובה.
אז דו וועסט קוקן אויבן וועסטו זען אז מ'האט זיך געגעסן איבערן ענדרויד חיסרון אז מ'קען נישט זעהן לעסט סין, אויף אייפון איז עס געווען א סעטינג אייביג.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:31 am
דורך איש אשכולות
נישט געדארפט וויסן אז מען רעדט פון ענדרויט. עס ווערט נישט דערמאנט דארט אז ער גארט א לעזן פארן ענדרויט דעווייס. ועדיין שמייכל עומדת.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:38 am
דורך שמעקעדיג
יישר כח איש האשכולות, אבער אביסעלע צו שפעט... זיי האבן שוין אפדעיטעד וואטסעפפ צענדליגער מאל זינט מיין שאלה, און טאקע אסאך אפציעס זענען צוגעקומען און פארראכטן געווארן סינס מיי קוועסטשאנ'ס.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 12:55 pm
דורך לאליפאפ
איש אשכולות האט געשריבן:נישט געדארפט וויסן אז מען רעדט פון ענדרויט. עס ווערט נישט דערמאנט דארט אז ער גארט א לעזן פארן ענדרויט דעווייס. ועדיין שמייכל עומדת.

די פופצנטע תגובה אויפן ערשטן בלאט אינעם אשכול. מ'רעדט דארט קלאר ארום אז ביי אייפון איז נישטא דער פראבלעם און צו איינער קען לעזן דעם פראבלעם ביי ענדרויד.. ועדיין שמייכל עומדת

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:27 am
דורך נולד מאוחר
וואצעפפ גייט צילייגן voice
וואס מיינט עס מגייט קענען מאכען פאן קאלס?

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:47 am
דורך געפילטע פיש
WhatsApp currently has a voice function but only in note form. This new service will be live.

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:18 pm
דורך שמעקעדיג
ד.ה. אזוי ווי לייוו טשעט? א_ווי גוגל הענגאוטס וכדומה?

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:27 pm
דורך סאשי פיש
יא,
אויך אזוי ווי bbm אויף זייער נייע אפדעיט

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:31 pm
דורך דער (פינטעל) איד
בקיצור, נאך ביטול תורה און פארטעמפקייט פאר דע תלושים'דיגע אידן פון צווישן אונז.
ל"ע


.

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:49 pm
דורך שמעקעדיג
פינטל, לויאלייני נישט אזוי, אדרבה, רעדן נעמט פיל שנעלער ווי טייפן און דאס וועט גורם זיין ווייניגער ביטול תורה.
אכשר דרא.

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:08 pm
דורך לאליפאפ
יא. ביז פיר חדשים דארף מען צו האבן פרי וואויס קאלס אויף עפל און ענדרויד, און ווינדאוס מיט בלעקבערי וועלן מוזן צו ווארטן אויף שפעטער אינעם יאר. ווי אויך האט פייסבוק געמאלדן אז זיי פלאנען נישט דערווייל צו לייגן קיין עדס אין וואטסעפ נאר פלאנען עס צו לאזן אזוי.

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:10 pm
דורך לאליפאפ
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:בקיצור, נאך ביטול תורה און פארטעמפקייט פאר דע תלושים'דיגע אידן פון צווישן אונז.
ל"ע


.

אזוי ווי אייביג איבלט מיר צו זען דיין נארישע תגובה.

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:12 pm
דורך דער (פינטעל) איד
דו מוזט זיין ניי דא. ס'דא א נודניק קנעפל קענסט מיר דארט אריינלייגן און וועסט מער נישט הערן פון מיר.

ביי ביי
:ביי :ביי

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:38 pm
דורך לאליפאפ
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:דו מוזט זיין ניי דא

:roll:

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:50 pm
דורך נולד מאוחר
פארוואס ווען כהער א voice note און מיין פאן געבט זיך א שאקל, דארף איך אנהייבן פון אנפאנג.
זיי וואלטן געמעגט מאכן אזוי ווי יואטאב מקען מישן פון אנפאנג ביזן סוף.

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:55 pm
דורך לאליפאפ
דו מיינסט לכאורה ביי אודיו, ביי ואויס נאוט איז נישטא דעי פראבלעם ביי רוב.

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:03 pm
דורך נולד מאוחר
ריכטיג
סמאכט דיר נישט נערוועז?

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:48 am
דורך שמעקעדיג
כנולד ועוד. עס מאכט שרעקליך נערוועז. עס פלעגט זיין בעסער אמאל מיט א באר צו קענען דרוקן וואו איך וויל הערן, אבער היינט איז עס נישטא מער. חבל על דאבדין.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:03 am
דורך געפילטע פיש
די באר איז נאכאלץ דא, מ'דארף נאר וויסן וויאזוי צוצוקומען צו דעם, ס'קומט ספעציעל צוניץ ביי די גאר לאנגע נאוטס. פון די מעניו אינעם גרופ קענסטו אריינגיין צו Group media, (אדער דרוק אויף א בילד און מיש רעכטס\לינקס צום בילד) און דארט האסטו א באר וואס דו קענסט פארויס רוקן צו אינמיטן די אודיא קליפ.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:01 am
דורך שמעקעדיג
בקיצור... איבריגע ארבעט שלא לצורך.
אלענפאלס, א דאנק געפילטע פאר די שטענדיגע סאלושענס!

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 3:53 pm
דורך איש עברי
איך האב אינסטאלירט בלוסטעקס פאר וואטסעפפ אויפ'ן דעסקטאפ אבער ס'איז מלא פראבלעמען כרימון, איך קען נישט שיקן קיין וואיס נאוט'ס, יעדע פינף מינוט דארף ער א אפדעיט, ער מאכט מיך קראנק, האט ער זיך פארלייגט אויף מיר? אדער איז דאס סתם א שלימזל'דיגע פראגראם?
איז דא נאך א פראגראם וואס סופארטעט וואטסעפפ אויפן דעסקטאפ? עס מעג זיין א באצאלטע.

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:06 am
דורך נולד מאוחר
איז דא וועג צי אנשטעלען וואטסעפפ זאל נישט געבען קיין שום נאטיפיקעשען ווען סקומט אריין א טשעט פון א גרופ?
די סאונד ווייס איך אז מקען אנשטעלן פאר גרופ עקסטער, אבער כוויל סזאל מיר נישט געבען די קליינע סימבאל אויבן אויפן סקרין ווען סקומט אריין א גרופ מעסעדזש.