בלאט 4 פון 6
נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 1:39 am
דורך נולד מאוחר
דאס איז עקזעקלי וואס כהאב געמיינט.
נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 1:40 am
דורך קול דודי
די קשיא איז בערך אזוי: א ״קוואנטום סיסטעם״ קען האבן מער ווי איין פארטיקל. דהיינו, עס קענען זיין צוויי פארטיקלס וואס זאלן ״זען״ איינס דעם אנדערן, און דאך זאלן זיי נאך אלס זיין א וועיוו. מ׳ברויך האבן אן אבזערווער (באמת קען דאס לכאורה זיין אן אינטערעקש״ן מיט אן אנדער פארטיקל, מיז נישט זיין א מענטש) וואס איז נישט קיין חלק פונ׳ם קוואנטום סיסטעם, דהיינו דער ״אבזערווער״ איז שוין נישט קיין וועיוו. זאגסטו אז מיר זענען נישט קיין וועיוו, אין מיר זענען די אבסערווער. אבער ווי אזוי זענען מיר, דהיינו די פארטיקלס וואס מיר רופן אן ״איך״ ארויס פונ׳ם קוואנטום סיסטעם? פארוואס זענען מיר נישט אלע איין גרויסן קוואנטום סיסטעם? ווער איז דער אבסערווער וואס האט ציווארפן אונזער וועיוו פאנקשן? פארוואס איז יענער אבסערווער נישט א חלק פונ׳ם וועיוו פאנקשן, דהיינו פארוואס איז די יוניווערס נישט איין גרויסע וועיוו פאנקשן? (ווי אויבן דערמאנט, קען א וועיוו פאנקשן נאר ווערן ציווארפן פון עפעס וואס איז שוין נישט א וועיוו פאנקשן, ווייל אז נישט וואלטן ביידע געווען איין גרויסע קוואנטום סיסטעם.)
איינס פון די בעסטע תירוצים וואס איז פארהאן איז אז מיר זענען טאקע יא א גרויסע קוואנטום סיסטעם. איי עס קוקט נישט אויס אזוי? ברויך מען אביסל פארשטיין וואס איז דאס א וועיוו פאנקשן. ווי כ׳האב אויבן דערמאנט, איז פשט אין די וועיוו פאנקשן א צאמקומעניש פון אלע מעגליכקייטן און פארעם פין א וועיוו. איז אזוי: נעם איין נקודה פונ׳ם וועיו: פונ׳ם נקודה׳ס שטאנדפונקט איז ער דאך נישט קיין וועיוו, נאר א נקודה. דהיינו, ער האט באמת א שטאטוס, אין ער האט באמת אייגנשאפטן. יעצט ווען די נקודה טרעפט זיך אן מיט אן אנדערעם וועיוו, קלויבט שיך אויס איין נקודה פונ׳ם אנדערן וועיוו צי אינטערעקט״ן מיט די נקודה, ממילא איז פון דעם שטאנדפונקט שוין ביידע נקודות נישט קיין חלק פונ׳ם קוואנטום סיסטעם. באמת זענען די אנדערע נקודות נאך דא (אדער ״דארט״) נאר פון דעם נקודה׳ס שטאנדפונקט קען מען נישט וויסן פון דעם. קומט אויס, אז באמת מיז טאקע די יוניווערס זיין א חלק פונ׳ם׳ קוואנטום סיסטעם. נאר וואס די רופסט אן ״יוניווערס״ איז איין נקודה פון א וועיוו פאנקשן פון איינס פון דיינע פארטיקלס וואס האט אויסגעקליבן איין נקודה פין אן אנדער פארטיקל וועיוו פאנקשן וואס האט אויסגעקליבן איין נקודה פון אן אנדער פארטיקל וועיוו פאנקשן... און אזוי ווייטער. איי ווי זענען די אנדערע נקודות? אט דארט! צוויי נקודות פונ׳ם זעלבן וועיוו פאנקשן קענען נישט שפירן איינס דעם צווייטן (פונקט ווי א פארטיקל קען נישט שפירן זיך אליינס). ממילא ״דארטן״ איז דא נאך אומצאליגע אנדערע נקודות, אסאך וואס מיזן בעל כרחך זיין נאר אביסל אפגעריקט פון די נקודות וואס די ביזט א חלק, רון אסאך וואס זענען אסאך מער אפגעריקט, און זיי ווינדערן זיך אויך ווי די אנדערע נקודות זענען. אבער מיר קענען נישט וויסן איינס פונ׳ם צווייטן; מיר זענען אין ״אנדערע יוניווערס״ ווי מ׳רופט דאס. קומט אויס לויט דעם אז באמת זענען מיר טאקע אלע איין גרויסע קוואנטום סיסטעם, נאר עס קוקט נישט אויס אזוי פון אינזער שטאנדפונקט.
די תירוץ פונ׳ם באשעפער אין לו טעם וריח, ווי די האסט געזאגט. ס׳איז נאך ערגער פון דעם: אויב גלייבסטו און א באשעפער וואס זעט אלעס אויף שער וועלט מיז בעל כרחך זיין אז איר ״זען״ נעמט נישט אוועק דעם וועיוו פאנקשן. ווייל אויב יא, קען איך אויפשטעלן א קוואנטום עקספערימענט (ס׳איז נישט שווער) אין אויפווייזן זייער שנעל אז אזא באשעפער עקזעסטירט נישט; והא ראיה, איך האב דאך שטארקע באווייזן אז די וועיוו פאנקשן איז צאמגעפאלן נאר נאכדעם וואס *איך* (מיר קיגטיג, מיינע אינסטראמענטן) האבן עס ״געזען״! וואס איז, אזא באשעפער האט עס נישט געקענט זען אן מיין הילף? מיט זייער אויבער-חכום׳דיגן תירוץ האבן זיי אפגעפרעגט זייער בורא, על כל פנים אזא בורא וואס זעט אלעס. אהער אזעלכע זאכן פאסירט אפט מיט די וואס געבן תירוצים אויף קשיות וואס זיי פארשטייען ניטאמאל. ובכגון דא אמרו חכמים, שתיקא בתרין.
נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 2:02 am
דורך געפילטע פיש
קול דודי האט געשריבן:די תירוץ פונ׳ם באשעפער אין לו טעם וריח, ווי די האסט געזאגט. ס׳איז נאך ערגער פון דעם: אויב גלייבסטו און א באשעפער וואס זעט אלעס אויף (ש)[ד]ער וועלט מיז בעל כרחך זיין אז איר ״זען״ נעמט נישט אוועק דעם וועיוו פאנקשן. ווייל אויב יא, קען איך אויפשטעלן א קוואנטום עקספערימענט (ס׳איז נישט שווער) אין אויפווייזן זייער שנעל אז אזא באשעפער עקזעסטירט נישט; והא ראיה, איך האב דאך שטארקע באווייזן אז די וועיוו פאנקשן איז צאמגעפאלן נאר נאכדעם וואס *איך* (מיר קיגטיג, מיינע אינסטראמענטן) האבן עס ״געזען״! וואס איז, אזא באשעפער האט עס נישט געקענט זען אן מיין הילף? מיט זייער אויבער-חכום׳דיגן תירוץ האבן זיי אפגעפרעגט זייער בורא, על כל פנים אזא בורא וואס זעט אלעס. אהער אזעלכע זאכן פאסירט אפט מיט די וואס געבן תירוצים אויף קשיות וואס זיי פארשטייען ניטאמאל. ובכגון דא אמרו חכמים, שתיקא בתרין.
איך האב געזען אז ס'גייט קומען דערצו, אבער איך בין נישט מוכרח צו זאגן אזוי, נאר אז די באשעפער קען זיין אן אבזערווירער, אבער נישט אין די realm פון די געזעצן אוו פיזיקס, ס'הייסט אז זיין אבזערווירן האט נישט קיין דירעקטע השפעה אויפן קוואנטאם פונקציע, ער איז נישט געמאכט פון קוואנטאם פארטיקעלס, אין לו גוף ולא ישוגוהו משיגי הגוף, און ממילא איז זיין אבזערוואציע נישט משפיע אויפן קוואנטום פארטיקל.
יעצט טראכט איך אז קען זיין דער נושא איז א שטיקל מחותן מיטן ידיעה\בחירה שמועס, אויב ווייסט ער עתידות ווי אזוי קען איך האבן בחירה, אויב ווייסט ער וואס\וואו די פארטיקל גייט זיין ווען איך גיי עס אבזערווירן ווי אזוי קען זיין אז יעצט איז עס אלע פאסיביליטיס.
נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 9:32 am
דורך געפילטע פיש
פארשטייט זיך.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:17 pm
דורך געפילטע פיש
גוגל פייערט שראודינגער'ס 126'טע געבורץ טאג, און זיין קאץ.

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 5:19 pm
דורך פישלע העררינג
היינט
ווערט באריכטעט אז די סייענטיסטן האבן אנטדעקט קוואנטום מעכאניקס צום ערשטן מאהל.
די גראוויטארישע כוואליעס זענען אנטדעקט געווארן מיט די הילף פון דער אבזערוואציע סטאנציע וואס איז לאקירט אויף די סאוט פאויל.
די אנטדעקונג באשטעטיגט איינשטיין'ס טעאריע, און איז א קאנטענדאר פאר א נאבעל פרייז געוואונס.
נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 6:35 pm
דורך פארוואס?
פישל'ע העררינג האט געשריבן:היינט
ווערט באריכטעט אז די סייענטיסטן האבן אנטדעקט קוואנטום מעכאניקס צום ערשטן מאהל.
די גראוויטארישע כוואליעס זענען אנטדעקט געווארן מיט די הילף פון דער אבזערוואציע סטאנציע וואס איז לאקירט אויף די סאוט פאויל.
די אנטדעקונג באשטעטיגט איינשטיין'ס טעאריע, און איז א קאנטענדאר פאר א נאבעל פרייז געוואונס.
איך מיין אז אזעלכע נייעס פאדערט א באזונדערע אשכול.
אבער מ׳דארף צו לייגן, אז ס׳דארף נאך באשטעטיגט ווערן פונקטליך די אלע דעיטע.
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 4:07 pm
דורך פארוואס?
[tag]פשוט-קאמפליצירט[/tag]
איך פראביר צו פארשטיין דיינע פאלגענדע ווערטער, אבער אהן ערפאלג:
״ווי יעדער ווייסט באשטייט יעדע זאך אין דער בריאה פון גאר פיצעלע זאכן וואס הייסן "אטאמס". אן אטאם איז אומבאגרייפליך קליין. אלס אן אילוסטראציע: דאס פינטל ביים סוף פון דעם זאץ איז אזוי גרויס ווי 7.5 טריליאן אטאמס. אויסצוציילן ביז איין טריליאן אויב ציילט מען יעדע סעקונדע אן אויפהער וואלט געדויערט ארום 31,700 יאר. יעצט שטעלט זיך אוועק קוקן אויף דעם פינטעלע ... יא, דער דאזיגער סכום, אין דעם דאזיגן שטח.״
די אילוסטראציע, איז ממש נישט קיין אילוסטראציע, ווייל נעמענדיג אין באטראכט אז יעדע פיצל פינטל אינעם פינטל איז מיליאנען אטאמען, דאן אויף וועלכע אויסשטעל, איז געבעיסט דער שאצונג? ס׳איז נישטא קיין אונטערשייד צו איך לייען דיר אין א קאמפיוטער, אדער אין א מובייל? וואס א מין אילוסטראציע איז עס?
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 6:24 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
כ'בין נישט זיכער אז כ'האב פארשטאנען די פראגע.
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 7:08 pm
דורך געפילטע פיש
פארוואס?, דאס איז א סטאנדארט
משל וואס לערערינס נוצן אין סקולס. די עוורידזש דאט פון די עוורידזש פאנט, נוצענדיג 12 פוינט טעקסט סייז, אויף א עוורידזש קאמפיוטער סקרין.
סאו וואס איז די פראבאביליטי אז די פינטל אויף די מידיע וואו דו לייענסט עס זאל אויך זיין בערך אזוי גרויס?
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 7:29 pm
דורך אפטעמיסט
פרופסור דניאל הרשקוביץ ערקלערט אז דער געפינס פון די קוואנטום מעכאניקס איז נישט קעגנזייטיג צו זיין אמונה אין גאט.
http://m.ynet.co.il/Article.aspx?id=4500419
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 7:48 pm
דורך יאיר
געפילטע פיש האט געשריבן:פארוואס?, דאס איז א סטאנדארט
משל וואס לערערינס נוצן אין סקולס. די עוורידזש דאט פון די עוורידזש פאנט, נוצענדיג 12 פוינט טעקסט סייז, אויף א עוורידזש קאמפיוטער סקרין.
סאו וואס איז די פראבאביליטי אז די פינטל אויף די מידיע וואו דו לייענסט עס זאל אויך זיין בערך אזוי גרויס?
די שאנסן דארף מען רעכענען לויט די Uncertainty principle.
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 10:50 pm
דורך געפילטע פיש
ביז ער קוקט אויף דעם.
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 11:10 pm
דורך מאטי
פשוט האט בלויז געוואלט איליסטרירן דאס מיעוט המחזיק את המרובה פענאמענאן. כ'מיין אז פארוואס האט בלויז שטערקער געמאכט דעם פוינט.
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 11:16 pm
דורך פישלע העררינג
אודאי איז עס נישט קיין סתירה צו פרשת בראשית. ווארום מאן יימר אז דאס איז נישט די "רגע כמימרא מעכאניזם", די אתא קלילא, מיט וואס הקב"ה האט באשאפן די וועלט?
איי די יארען? קודם, דאס איז נישט דער "תוך" פון די געפינס. צווייטענס, עבידי אינשי דטעי בכמה ביליאנען.
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 9:53 am
דורך פארוואס?
מאטי האט געשריבן:פשוט האט בלויז געוואלט איליסטרירן דאס מיעוט המחזיק את המרובה פענאמענאן. כ'מיין אז פארוואס האט בלויז שטערקער געמאכט דעם פוינט.
כ׳האב שטערקער געמאכט דעם ״פוינט״?!
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 9:54 am
דורך געפילטע פיש
איך זע נישט וואס די נייעס האט צו טוהן מיט פרשת בראשית אדער אמונה. כ'גלייב אז ס'נישט דא קיין איין מענטש אין די וועלט וואס איז ביז דעם געפינס געווען מסופק אין די ביג בענג טעאריע, וואס איז יעצט געווארן איבערצייגט. סך הכול איז דא א ראי' צו איין וועג\שיטה אינדערהאלב דעם ביג בענג טעאריע, וואס הייסט קאזמיק אינפלעשען, אז די יוניווערס האט גלייך נאכן מפץ הגדול געוואקסן גאר שנעל, און נישט געוואקסן שטייט אזויווי היינט. אבער אלס ראי' צום עידזש אוו די יוניווערס איז עס כלל נישט קיין חידוש.
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 9:55 am
דורך ברסלבער
[tag]פשוט-קאמפליצירט[/tag], איך זעה אז דו האסט אזוי שיין און פשוט מסביר געווען די קאמפליצירטע נושא פון קוואנטום פיזיקס. אפשר קענסטו אויך געבן צו פארשטיין אויף פשוט אידיש וואס זענען די נייע געפינסן וואס מען האט יעצט געטראפן?
---
געפילטע האקט. דו ביזט אויך וועלקאם צו מסביר'ן.
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 9:56 am
דורך פארוואס?
ביטע זאל זיך איינער מרחם זיין און עפענען א באזונדערע אשכול, איבער די נייע ערפינדונג.
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 9:58 am
דורך געפילטע פיש
פארוואס? האט געשריבן:ביטע זאל זיך איינער מרחם זיין און עפענען א באזונדערע אשכול, איבער די נייע ערפינדונג.
קריינא וכו' וכו' פרוונקא.
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 9:58 am
דורך ברסלבער
געב מיר א קעפל, און איך עפן דיר אויף איינס. איך האב פראטעקציע ביי די באהערדע, זיי לאזן מיר עפענען אשכולות...
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 10:11 am
דורך פארוואס?
געפילטע פיש האט געשריבן:פארוואס? האט געשריבן:ביטע זאל זיך איינער מרחם זיין און עפענען א באזונדערע אשכול, איבער די נייע ערפינדונג.
קריינא וכו' וכו' פרוונקא.
איך בין נישט אזוי קלאר דערין…
[tag]ברסלבער[/tag]
געפונען עווידענס פאר די ביג בענג טיאריע
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 10:24 am
דורך ברסלבער
שוין, איך האב דיר
צוליב געטוהן. פרעג [tag]פארוואס?[/tag]