בלאט 4 פון 7

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 12:56 am
דורך איך אויך
דא האסטו ווי זי זינגט עס אין יאפאן ,מען הערט ווי דער עולם איז אויסער זיך מיט עקסטאז. אגב ,זי האט אנדערע ניגונים אויך אבער קיין איינס כאפט מיר נישט.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=t8K4gJxuesw[/youtube]

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 9:23 pm
דורך ודי למבין
רעביצין סעלין דייאן איז מהנה דעם ציבור מיט גאר א שיינע ווערזין פון eyes on me צוזאמען מיט
.http://www.youtube.com/watch?v=mT1msq9K ... ata_player

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 9:52 pm
דורך איך אויך
נישט געלייקט ,צו ליפה'דיג.

נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 10:53 am
דורך נהורא נפישא
Let My People Go געזונגען דורך פאול ראבינסאן, א טראדיציאנאלע אפריקאנע ספירוטועל וואס איז געזונגן געווארן דורך די ניגרא שקלאפן, אינספרירט פון די קאמף פון די איזריאלטן ווען זיי זענען געווען פארשקלאפט אין עיגעפטן.
דא געזונגן דורך א גאספול קאר אין הארלעם.
שטארק געאייגענט דאס צו זינגען ביים סדר נאכט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 7:34 pm
דורך נהורא נפישא

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:05 pm
דורך יידל
משה געציל האט געשריבן:לאמיר נישט פארגעסן פונעם באליבטן טעטריס שפיל ניגון, ווער געדענקט נישט מיט וואס פאר א התלהבות דער רבי׳ פלעגט זינגן דעם ניגון?

און אז מ'רעדט שוין, טאר מען נישט פארגעסן די איטאליענישע ניגון וואס מיר פלעגן זינגן ביי לאנטש טאג איין טאג אויס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=wGX4obVl64w[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:42 am
דורך ונבנתה העיר
קאנטרי איבער קאנטרי.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=OGoiiwxTWeE[/youtube]

נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 10:02 pm
דורך ודי למבין
לאחרונה האב איך שטאר אריינגעלייגט אין דיווערק פון די יונגע בראונאו מארס )Bruno Mars, אן אויסער געווענליעי שטימע מיט גאר הארציגע ניגונים. די צוויי בעסטע זענען לדעתי, לדעתי:
It Will Rain
Talking to the Moon
און מקען אויך צולייגן:
Liquor Store Blues
אה! מחיה!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 10:04 pm
דורך ודי למבין
נאך א ניגון וועלכע איז זייער שטארק יעצט (ביי מיך) איז I Dont Want to Miss A Thing פון Aerosmith

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 3:37 pm
דורך ונבנתה העיר
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=cHcunREYzNY[/youtube]

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 2:18 am
דורך ונבנתה העיר
'על נהרות בבל' איז פון די רייכסטע צירופי תיבות וואס זענען דא, און אעפ"כ - פאר סיבות וואס זענען למעלה מהשגתי - איז נישט דא אויף דעם קיין איין גלייכן ניגון, ניטאמאל מידד טסה ואחיו הספרדים האבן געקענט מאכן א מענטש פון איהם.

[דר"א, מרוב רגילות אין פסוקים געשריבן אין לשה"ק ווערט ביי אונז אפגעשוואכט זייער שניידענדיגע און פאעטישע באדייט, אסאך מאהל איז כדאי צו קוקן אין די ענגלישע איבערזעצונג.]

דאס בעסטע וואס כ'האב געטראפן לעת עתה איז דאס:

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=vYK9iCRb7S4[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:22 am
דורך מח-החושב
ונבנתה, די ווערטער
Let the words of our mouth and the meditations of our hearts be acceptable in Thy sight here tonight
זענען עפעס צוגעלייגט. באלאנגען נישט אין דעם קאפיטל

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:58 am
דורך ונבנתה העיר
ריכטיג, זיי זענען געבויעט אויף יהיו לרצון אמרי פי וגו'.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:33 am
דורך מוזיקאנט
[tag]ונבנתה העיר[/tag], באבוב האט א קדושות ציון ניגון אויף על נהרות בבל. עס מאכט נוצען פון די פילע סארטן עמאושענס פון די פסוקים. עס הייבט אן נאסטאלגיק/טרויעריג און ענדיגט מיט נקמה. איך האב ערגעץ די נאטען, איך לייג עס ווען איך טרעף. געליינט ערגעץ אז יוסעלע ראזענבלאט האט עס געהערט פון קדושות ציון אליינס און שטארק אויסגעלויבט בפניו.

נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 4:22 pm
דורך ודי למבין
https://www.youtube.com/watch?v=cveF0gKLMnA

אינטערסאנטע קליפ פון יצחק מאיר העלפגוט זינגען "נעססאן דארמא" מיט די מייסטער קאנדאקטער אלי יפה

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 12:56 pm
דורך ציבעלע-קיגל
לעיקוואד האט געשריבן:כידוע לכל, פאלט אמאל אריין ניצוצות הקדושים בין האומות והקליפות, מאכט זיך אמאל מטרעפט אז ספאלט אריין בין האומות ניגונים וואס וואלט ווען געפאסט פארן רבי'ן אליינס. וכידוע סיפורי צדיקים בזה.


דאס איז אמת אז עס זענען געוועהן צדיקים וואס האבען טאקע געקענט מעלה זיין געוויסע ניגונים און ארויס ברענגען די צד הקדושה. אבער עס איז פונקט אזוי אמת אז די היינטיגע זינגערס קענען דאס נישט.

די אמהליגע צדיקים האבען אויך נישט גענומען קיין פראסטע ניגונים. למשל דער קאליבער רבי'ס ניגונים האט ער געהערט (און אפגעקויפט) פון א פאסטעך. פון די מקורות פון ווי די היינטיגע ניגונים קומען קען מען שוין זעהן וואס פאר א צדיק דער זינגער איז.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 8:51 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]ונבנתה העיר[/tag] עס איז דא א על נהרות בבל פין פרחי, לדעתי טייטשט עס גאנץ גוט די ווערטער דא איז א גאנץ שוואכע ווערסיע דערפון נישט געקענט טרעפן עפעס בעסער

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 9:04 pm
דורך ונבנתה העיר
אה, זכרונות... כ'האב עס שוין נישט געהערט א צוואנציג יאהר מן הסתם.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 9:22 pm
דורך כוכב
משה גאלדמאן האט אויך אן על נהרות בבל.

נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 11:15 pm
דורך יאיר
הושענא במרומים.
האט רחמנות, ראטעוועט דעם הייליגן ניגון וואס איז פארווארפן געווארן אין קריסטליכע קליפות.

נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 11:35 pm
דורך לעיקוואד
פונקט האב איך געטראפען לעצטנס איינער וואס זינגט די סארט ניגונים אויף לשון הקודש. פראבלעם איז איך האב שפעטער געכאפט ער איז אליינס פארכאפט אין די קריסטליכע קליפות... אויף די סארט ניגונים דארף מען מאכען אן עקסטערע ליסטע פון ניגוני הלל ודביקות וואס זענען פארכאפט צווישען די קליפות.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=sWSKtoURGAg[/youtube]

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 9:29 pm
דורך יידל
I hope you dance, Lee Ann Womack
קול באשה.
https://www.youtube.com/watch?v=RV-Z1YwaOiw

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2015 9:52 pm
דורך יידל
ודי למבין האט געשריבן:לאחרונה האב איך שטאר אריינגעלייגט אין דיווערק פון די יונגע בראונאו מארס )Bruno Mars, אן אויסער געווענליעי שטימע מיט גאר הארציגע ניגונים. די צוויי בעסטע זענען לדעתי, לדעתי:
It Will Rain
Talking to the Moon
און מקען אויך צולייגן:
Liquor Store Blues
אה! מחיה!

איינס פון זיינע באליבסטע ניגונים ביי מיר איז marry you. נארישע ליריקס לדעתי, אבער דער טון געפעלט מיר געוואלדיג
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Zlv1rdcpS9M[/youtube]