בלאט 4 פון 4
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 5:40 pm
דורך לולקע-ציבעך
יישר כוח פארן צואווייזן דעם אשכול. כ'וועל עס לייענען און איי שעל רעפארט בעק.
נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 11:22 am
דורך יאיר
נשמה יתירה,
אודה ולא אבוש אז איך האב געליינט ביז יעצט אביסל שטחיות'דיג. היות דו זאגסט אז דו רעדסט אביעקטיוו, נישט סוביעקטיוו (ביטע זיי נישט ברוגז פאר'ן אריינלייגן דיינע ווערטער אין מוגדר'דיגע מושגים, אויב מיר וועלן דאס אינגאנצן נישט איז דאך נישטא קיין וועג ווי אזוי צו קאמוניקירן
) וועל איך פרובירן צו איבערליינען וואס דו האסט געשריבן, בנוסף וועל איך פאררייכערן דעם לולקע ציבעך און שפרייזן ארויף און אראפ מיט פארגלייזטע אויגן, און זען וואס מען קען דא מאכן.
לעת עתה, לאמיר צוברענגען א רמב"ן די וואך וואס רעדט וועגן די פריערדיגע שמועס איבער עבודה זרות.
דער רמב"ן (שמות כ ב) האט געשריבן:ובכאן אני מזכיר מה שיורו הכתובים בענין ע"ז, כי היו שלשה מינין. הראשונים החלו לעבוד את המלאכים שהם השכלים הנבדלים בעבור שידעו למקצתם שררה על האומות, כענין שכתוב (דניאל י כ): שר מלכות יון ושר מלכות פרס, וחשבו שיש להם יכולת בם להיטיב או להרע, וכל אחד עובד לשר שלו כי היו הראשונים יודעים אותם, ואלה הם הנקראים בתורה ובכתובים כלם אלוהים אחרים, אלהי העמים, כי המלאכים נקראים אלוהים, כמו שנאמר הוא אלהי האלוהים (דברים י יז), השתחוו לו כל אלוהים (תהלים צז ז), כי גדול ה' מכל האלוהים (לעיל יח יא). ואע"פ שהיו העובדים מודים שהכח הגדול והיכולת הגמורה לאל עליון, וכך אמרו רבותינו (מנחות קי ב): דקרו ליה אלה דאלהיא, ובזה אמר הכתוב זובח לאלוהים יחרם הזכירם בשם הידיעה:
והמין השני בע"ז, שחזרו לעבוד לצבא השמים הנראה, מהם עובדי השמש או הירח, ומהם למזל מן המזלות, כי כל אחת מן האומות ידעה כח המזל בה כפי משטרו על הארץ שלהם, וחשבו כי בעבודתם יגבר המזל ויועיל להם, כענין שכתוב (ירמיה ח ב): ושטחום לשמש ולירח ולכל צבא השמים אשר אהבום ואשר עבדום ואשר הלכו אחריהם ואשר דרשום ואשר השתחוו להם, וכמו שנאמר בתורה באיסור של ע"ז (דברים ד יט): ופן תשא עיניך השמימה וראית את השמש ואת הירח ואת הכוכבים כל צבא השמים ונדחת והשתחוית להם ועבדתם אשר חלק ה' אלהיך אותם לכל העמים תחת כל השמים. יאמר, כי בעבור שחלק השם אותם לכל העמים ונתן לכל עם כוכב ומזל לא תהיה נדח אחריהם לעבדם, ואלה האנשים הם שהחלו לעשות הצורות הרבות בפסילים והאשרים והחמנים, כי היו עושים צורות מזלם בשעות אשר להם הכח כפי מעלתם, והיו נותנים בעם, כפי מחשבתם, כח והצלחה:וקרוב בעיני שהוחל זה בדור הפלגה כאשר הפיצם השם אל הארצות, ומשלו בהם הכוכבים והמזלות למחלקותיהם, כי הבונים היו רוצים לעשות להם שם ולא יתחלקו, כאשר רמזתי במקומו (בראשית יא ב). והיו לכל אלה הכתות נביאי שקר מגידים להם מן העתידות ומודיעים קצת הבאות עליהם בחכמת הקסם והניחוש, כי יש גם למזלות שרים שוכנים באויר כמלאכים בשמים יודעים בעתידות. וממין העבודה הזאת היו מהם עובדים לאנשים, כי בראותם לאחד מבני האדם ממשלה גדולה ומזלו עולה מאד כנבוכדנצר, היו אנשי ארצו חושבים כי בקבלם עליהם עבודתו וכוונתם אליו יעלה מזלם עם מזלו, והוא ג"כ יחשוב כי בהדבק מחשבתם בו תוסיף לו הצלחה בכח נפשותיהם המכוונות אליו. וזה היה דעת פרעה כדברי רבותינו (שמו"ר ט ז), ודעת סנחריב שאמר הכתוב במחשבתו אעלה על במתי עב אדמה לעליון (ישעיה יד יד), וחירם וחביריו שעשו עצמם אלוהות, כי היו רשעים לא שוטים גמורים:
והמין השלישי בע"ז, אחר כך חזרו לעבוד את השדים שהם רוחות, כאשר אפרש בע"ה (ויקרא יז ז), כי גם מהם יש ממונים על האומות שיהיו הם בעלי הארץ ההיא להזיק לצריהם ולנכשלים שבהם, כידוע מענינם בחכמת נגרמונסיא, גם בדברי רבותינו. ובזה אמר הכתוב (דברים לב יז): יזבחו לשדים לא אלוה אלוהים לא ידעום חדשים מקרוב באו לא שערום אבותיכם, לעג להם הכתוב שהם זובחים גם לשדים שאינם אלוה כלל, כלומר שאינם כמלאכים הנקראים אלוה, אבל הם אלוהים שלא ידעום, כלומר שלא מצאו בהם שום אלהות וכח שולטנות, והם חדשים להם שלמדו לעשות כן מחדש מן המצרים המכשפים, וגם אבותיהם הרשעים כתרח ונמרוד לא שערום כלל. ומזה מזהיר ולא יזבחו עוד את זבחיהם לשעירים אשר הם זונים אחריהם (ויקרא יז ז):
והנה התורה אסרה בדבור הזה השני כל עבודה בלתי לה' לבדו, ולכך הזהיר בתחלה לא יהיה לך אלוהים אחרים על פני, שהם המין הראשון, וזהו על פני, כאשר רמזתי סודו. והזהיר עוד על הפסל וגם על התמונה שהיא תרמוז גם לדבר הרוחני המדומה, כענין שכתוב (איוב ד טז): יעמוד ולא אכיר מראהו תמונה לנגד עיני. וכך אמרו (ר"ה כד ב): אשר בשמים, לרבות חמה ולבנה כוכבים ומזלות. ממעל, לרבות מלאכי השרת. כי גם בהם יעשו צורות לשכלים הנבדלים אשר הם נפש למזלות, כאשר היה בענין מעשה העגל שאני עתיד לפרש בע"ה (להלן לב א). ואמר אשר במים מתחת לארץ לרבות השדים, מתחת מים ושוכניהם (איוב כו ה), וכך אמרו (במכילתא כאן): להביא את הבוביא. ואמר בכלם לא תשתחוה להם ולא תעבדם בשום עבודה כלל, ואפילו לא יהא דעתו להוציא עצמו מרשותו של הקב"ה, והנה ריקן כל העבודות כלן לשם המיוחד ית':
דער רשב"ם (שמות כ כ) האט געשריבן:אלהי כסף ואלהי זהב - אפילו לזכרון שמים. לא תעשו - שיש בהם טועים וסבורים שיש בהם ממש. ואף על פי שצוה הקב"ה לעשות כרובים על הארון לשבתו נעשה דוגמת כרובי כסא של מעלה ולא להשתחוות להם.
נשלח: מוצ"ש פעברואר 02, 2013 9:10 pm
דורך נולד מאוחר
לולקע ציביך,
וואס איז די פוינט פון רעדן פון דעם בלי גבול/אין סוף אויב מיר פארשטייען ממילא קיין אות אחת?
איז נישט ענדערשט צי פארייכערן נאך א לולקע און די צייט?
אנלעס דאס קאכן זיך אין בלי גבול און רעדן דערפון ברענגט דיר תענוג, אזוי ווי פאר מיר א לולקע.
נשלח: מוצ"ש פעברואר 02, 2013 9:16 pm
דורך נולד מאוחר
נשמה יתירה, דו טנעה'סט בעסעקלי אז מיר קענען לעבען אן גבלים אן שכל בלויז עקספיריענסן די מציאות, נישט זען זאכן אונדרויסען פון אונדז,
נאר אלעס אלס איין גרויסע מציאות.
ווי אזוי איז שייך א וויכוח אויף דעם? שכלדיג איז דאס נישט. אבער ווי די טענה'סט מיר רעדט דאך נישט פון קיין שכלדיגע מושגים. נא בלייבט איבער נאר צי עס עקספערמענטן און זען די תוצאות.
איז ווי אזוי קען מען דאס אויסטרייען?
דאס וואז די טענהסט אז ליבשאפט צי א קונד איז בלי גבול. פארשטיי איך נישט פארוואס די זאגסט אזוי. וואס מאכט דיך טראכטן אז סאיז בלי גבול? די מיינסט די פאקט אז א מענטש געבט אוועק זיין לעבן ממש פאר א צווייטן,?
אויך די ראיה פון נומבערס פארשטיי איך נישט, הגם כ'מיין סאיז דא באוויסטע שמיעס איבער דעם. פארשטיי איך אז נומברס אוז נישט קיין זאך פארזוך. ס'רעפרזענטירט מוגבל'דיגע זאכן. מיליון איז גארנישט געזאגט מיליאן דאללער איז גערעדט און די דאללער איז טאקע מוגבל.
נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 2:41 am
דורך גלעזעלע
לולקע-ציבעך האט געשריבן:איז אזוי. אין יעדער זאך איז פאראן עפעס א נקודה וואס איז אינגאנצן אבסטראקט, כולו מופשט. דער עיקר תועלת פון א געשמאקן עסנווארג, למשל, איז דער טעם וואס דער מענטש פילט ביים עסן. אבער וואס איז דער טעם: פון וואס באשטייט ער? וויאזוי זעט ער אויס? וועלכער קאליר איז ער? די קשיות זענען נישט בלויז קיילעכיגע יתומים, אן קיין תירוצים, נאר זיי האבן בכלל נישט קיין פשט. א טעם איז עפעס וואס האט נישט קיין שייכות מיט אונזערע השגות פון וויאזוי אפצומאלן און שילדערן עפעס. א טעם -- פונקט ווי אלע זיינע געפיל-"קאזינס", ווי אהבה, בענקשאפט, פרייד, כעס און טרויער -- איז עפעס וואס מיר האבן און שפירן, אבער קענען בשום אופן עס נישט געהעריג מגדיר זיין מיט פיזישע הגדרות. (די גורמים און סיבות וואס ברענגען געפילן זענען טאקע יא פיזישע זאכן; אבער זיי זענען טאקע בלויז גורמים, נישט די זאך אליין. די צונג איז אויסגעשטאט מיט נערוון וואס שפירן דעם טעם. אבער דער עצם טעם, נישט דער וואס ברענגט אים, איז אן אבסטראקטער באגריף.)
דאס, דער טעם, די הנאה, דער הרגש, וואס מיר פילן ביים טאן פארשידענע פשוט-פיזישע אקטיוויטעטן, דאס איז דער "העכערער ניצוץ", דאס פינטעלע אלוקית, וואס געפינט זיך איבעראל, אויף יעדן פלאץ, אין יעדער זאך. דער אויבערשטער איז דער אולטימאטיווער מובדל-מופשט אבסטראקט.
לולקע טייערע, צום ערשט א דאנק אייך פאר די געשמאקע נושאים.
בדרך כלל פרעגסטו זייער ריכטיג. און ווי די פאנגסט אן ענטפערן הער איך עפעס גוטע נקידות , אבער דאן ערגעטץ אינדערמיט פארליר איך דיר. עס ווערט עפעס א צונויפגעמישאכטץ פין פילע גאר שיינע דערהערן. אבער עס ווערט נישט אויסגעפירט. עס ווינדערט זיך מיר דאן .What has this Lilka been SMOKING
לאמיך פראבירען פארברייטערן די פשוטע שאלה וואס נולד מאוחר און אנדערע האבן אנגערורט. - די קאליר און size פונעם עפעל, זענען אן אפטייטש ווי אזוי די חפץ טוט משפיע זיין אויף די receptors אין מיין אויג, און כך המישוש פין מיין האנט. בשעת די שמעק און טעם פונעם עפל איז: ווי זיי זענען משפיע אויף די receptors פון מיין נאז און צונג. איז פארוואס האסטו מחליט געווען אז גאט האט זיך ענדערש באקוועם געמאכט ביי מיר און נאז/צונג ווי ביים האנט/אויג.
פון צווישען דיינע שורות קוקט מיר אויס צוויי מהלכים וואס עס קען זיין אז די ווילסט זאגען. איך וועל דיר עס פארלייגען . ביטע מאך קלאר וועלכע די מיינסט, אדער גאר א דריטע. און לאמיר דאס אויסקאכן עד הסוף.
די צוויי מהלכים:
א) די מיינסט נישט באמת מחלק זיין צווישען מישוש און טעם. די הויפט נקודה איז אז וואס אימער מיר רעדען וועגען, איז מען קיינמאל גארנישט באמת מסביר. מען איז נישט מער ווי מדמה מלתא למלתא. די אויסשפרייך אז מען קען קיין בלינדען נישט מסביר זיין וואס עס מיינט זעהן. זאגט באמת אז מען קען פאר קיין זעהדיגער אויך נישט מסביר זיין זעהן, אדער טאפן, אדער סיי וועלכע עקספיריענס. לדוגמא, ווען מיר זאגען אז די עפעל וועגט צוויי פונט האבן מיר נישט קיין שום צוטריט צום עצם נקודה פין וואג. נאר אויב מיר האבן פריער עקפיריענסד א וואג און מחליט געווען אז מיר וועלן דאס א נאמען געבען איין פונט, דאן קענען מיר מדמה זיין אז דאס עפעל איז א דאלפטע עקספיריענס ווי פריער, און מיר זענען דאס מגדיר אלס צוויי פונט. אבער פרעג מיר וואס איז די עקספיריענס פון וואג אן איהם מדמה זיין צו אן אנדערע חפץ , בין איך סטאק. און די זעלבע מיט שטח, קאליר, טעם און שמעק. און די סיבה דערצו קען זיין אז די זאגסט, איז וויבאלד אונזער מחשבה איז מוגבל, און די עקפיריענס זענען אידרויסן פונעם הגבלה טערעטארי. איצט אויב Existence איז נאר די סך הכל פין אונזערע עקספיריענס, איז דאס מכריח אז Existence איז נישט מוגבל. דאן זאגען מיר אז אונזער מח זעהט אן אור פון אונדרויסן פון גבול דורכן מכיר אז מיר האבן די עקספיריענס, אבער פארשטיין קען ער דאס נישט מיט זיינע מוגבלדיגע כלים.
ב) די רעדסט בדווקא נישט פין די פיזישע פילינג וואס מען שפירט אויפן צונג אדער שמעק. וואס דאס איז ביי דיר גשמי פונקט ווי די קאליר און size. די רעדסט פונעם אהה! נאכען גוטען טעם, ווען די צווייטע פאזע פונעם מחשבה הייבט אן צו זאגען דעות דאס איז א גוטען/שלעכטן טעם, איך האב הנאה דערפון . און דאס איז לשטתך מער געזאגט ווי בלויז די טעם איז ענדליך צו דעם אנדערען פין נעכטן. אויב דאס איז וואס די זאגסט, האב איך עטליכע שוועריגקייטן : נניח אז עס איז דא די צווייטע פאזע, האט עס מיטן עפל גאנטץ ווייניג איינגעלייגט, די עפל גיבט נאר די פיזיקעל stimulation, און ווי דיין מח גייט זיך מיט איהם שפילען איז אנגעוויזען בלויז אויף איהם. עס איז שווער צו זאגען אז דאס איז די חלק אלוקית אונעם עפל ווייל ער גיט ארויס א טרוקענע און מוגבלדיגע מאס פון לדוגמא: 20 % זיס -10% זויער 15% ציפעדיג וכו. און ווייל מיין מח processed דאס אלס געשמאק, דאן איז גאט אריינגעפלויגעון און עפל. אויסער אז די מיינסט דא אריינצוווארפען כלאחר יד נאך א טיפע נקודא. אז באמת זענען מיר און דער עפל איין זאך, עס איז פשוט צוויי זייטן פונעם זעלבן מטבע. דהיינו: אונזער עקספיריענס. מיר זענען דאס נאר מגדיר אלס א משפיע און מקבל.
בקיצור: איך בין נישט זיכער וואס די זאגסט. אויב די קענסט עס אביסעל אוסברייטערען און מיר קענען זיך אדורכשמוסען, וואלט דאס געווען א פארגענוגען.
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 4:02 pm
דורך נשמה יתירה
נולד מאוחר האט געשריבן:נשמה יתירה, דו טנעה'סט בעסעקלי אז מיר קענען לעבען אן גבלים אן שכל בלויז עקספיריענסן די מציאות, נישט זען זאכן אונדרויסען פון אונדז,
נאר אלעס אלס איין גרויסע מציאות.
ווי אזוי איז שייך א וויכוח אויף דעם? שכלדיג איז דאס נישט. אבער ווי די טענה'סט מיר רעדט דאך נישט פון קיין שכלדיגע מושגים. נא בלייבט איבער נאר צי עס עקספערמענטן און זען די תוצאות.
איז ווי אזוי קען מען דאס אויסטרייען?
עס קען זייער גוט זיין דא א שכלדיגער וויכוח אין דעם ענין. די שכל קען זיך זייער גוט אליינס מגדיר זיין. די שכל איז טאקע מעיד אז אלע יסודותדיגע הגדרות וואס מיט דעם זענען מיר קובע די מציאות, איז פיל מיט סתירות, און מופרך מעיקרא. די שכל איז דער וואס זאגט אונז אז ווען מיר ווילען לעבען אהן קיין פנימיותדיגער טיפע סתירות קענען מיר נישט ניצען די הגדרות וואס זי האט אוועקגעשטעלט אפצוטייטשען די בריאה וכל אשר בה.
די סאמע יסודותדיגע הגדרות וויאזוי מיר קוקען אהן יעדער זאך אין די בריאה, איז איר אביעקטיווער עקזיסטענץ, בצירוף מיט די מקום און זמן אירע.
אז מיר באטראכטען די יסודות ווערט זייער פראבלעמאטיש. איך האב שוין גשריבען
דא אז ביי די ענין פין חצות זעהט מען די סתירות אין אונזער הגדרות בנוגע זמן. אזוי אויך איז דיר אוודאי באקאנט די פירכא בנוגע מקום.
דאס זעלבע בנוגע די הגדרה מיט וואס מיר לעבן יעדע רגע אז עס איז דא א אביעקטייווער מציאות אינדערויסען פין אונז, האט אויף זיך שטארקע פירכות. די פאקט איז אז אונזערע חלומות וואס זענען כולו אין אונזער מחשבה/דמיון קוקט אויס פונקט אזוי עכט ווי די "עכטע" מציאות. איז מהיכי תיתי עס איז טאקע מער ווי א חלום. דו ביסט דאך מסכים אז אין א חלום קענען מיר ווען האבען אט דעם גאנצען שמועס, און זיך טאקע גוט מתווכח זיין צו מיר לעבען נאר אין א חלום.
נאך מער פרעגט זיך די שאלה, וואס מיינט מען בכלל צו זאגען מיט די ווארט "עכטע" מציאות. אויב מיר קענען אונזער גאנצע עקספיריענס זעהן בתור חלום, וואס זענען מיר מוסיף ווען מיר זאגען "עכט"?
[אגב, די דריי נקודות (אביעקטיווער מציאות, מקום, און זמן) רופען זיך אהן אין קבלה/חסידות שפראך עולם, שנה, נפש.]
פין דעם זעהן מיר נאכאמאל אז די שכל גופא איז דער וואס שרייט אז די הגדרות זענען נאר גוט ווילאנג מען טראכט נישט אריין צו טיף.
דעריבער בין איך נישט איינשטמיג מיט דיין הנחה אז מען קען דעם שמועס נישט האבען מיט די כלי השכל. מען קען דוקא יא.
יאיר האט אבער געפרעגט וואס איז מיר נוגע זאכען וואס זענען נישט אין די הגדרות פין שכל. האב איך דעריבער פרובירט ווייזען אז די הבנה אינעם סאמע פונדעמענט פין די מציאות כולה באופן של בלי גבול והגדרה, איז שוין איינמאל נוגע למעשה, עיין מה שכתבתי לעיל בזה. אגב, דו פרעגסט לילקע'ן די זעלבע שאלה וואס יאיר האט מיך געפרעגט. זיי מוחל און קוק וואס איך פרוביר ענטפערען אויבען.
אוודאי נעמט דאס נישט אוועק פין די וויכטיגקייט צו וויסען וויאזוי מען קומט טאקע אהן צו לעבן מיט דעם געדאנקענגאנג, וויאזוי דאס זאל זיין אונזער אפטייטש פין אונזער אייגענע מציאות, און די מציאות פין אלעס ארום אונז. מיר זאלען שפירען דעם מציאות בתור בלי גבול והגדרה. נישט לעבען מיט די פאלשע הגדרות פין שכל, נאר לעבען מיט די מציאות האמיתי, אדער, ווי מען רופט דאס אין לה"ק, 'דביקות בה'.
ממילא איז דיין שאלה יא א ריכטיגע. וויאזוי קומט מען צו דערצו? הלוואי ווען איך האב דעם תירוץ.
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 12:25 am
דורך נשמה יתירה
גלעזעלע האט געשריבן:לאמיך פראבירען פארברייטערן די פשוטע שאלה וואס נולד מאוחר און אנדערע האבן אנגערורט. - די קאליר און size פונעם עפעל, זענען אן אפטייטש ווי אזוי די חפץ טוט משפיע זיין אויף די receptors אין מיין אויג, און כך המישוש פין מיין האנט. בשעת די שמעק און טעם פונעם עפל איז: ווי זיי זענען משפיע אויף די receptors פון מיין נאז און צונג. איז פארוואס האסטו מחליט געווען אז גאט האט זיך ענדערש באקוועם געמאכט ביי מיר און נאז/צונג ווי ביים האנט/אויג.
דו זאגסט גרויסע חידושים בהבלעה. דו שטעלסט אוועק אז די size אין קאליר פינעם עפעל איז פשוט אן אפטייטש פין מיינע receptors. לויט דעם פרעגסטו אז טעם וריח איז די זעלבע זאך. בעצם בין איך שטארק מסכים לדבריך, אבער לולקע שרייבט זיין גאנצע שטיקעל באופן לייכטע פילוזאפיע. ער וויל נישט אריינגיין אין טיפען דקות וואס פיזישע מציאות איז. ער רעדט באופן פשוט, דהיינו אפי' אויב איינער איז נישט מודה אז פיזישע מציאות איז נאר ביי אונז אין מוח, וועט ער גרינגער מסכים זיין דאס צו זאגען אויף טעם וריח. איינמאל מען איז מסכים אז טעם וריח טיט זיך אפ אין אונזער מח, איז דאך דאס סאך מער רוחניות ווי א פיזישער גשם. עיין
כאן די חילוק פין רוחני ביז גשמי
אויף וויפיל מיינע ווערטער זענען ווערט, וויל איך באווינדערען די ריבוי פין טיפע מושגים וואס דו שרייבסט און דו ביסט מכריח מיט דיינע קורצע זאצען. WOW!!
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 3:28 pm
דורך לולקע-ציבעך
גלעזעלע האט געשריבן:לאמיך פראבירען פארברייטערן די פשוטע שאלה וואס נולד מאוחר און אנדערע האבן אנגערורט. - די קאליר און size פונעם עפעל, זענען אן אפטייטש ווי אזוי די חפץ טוט משפיע זיין אויף די receptors אין מיין אויג, און כך המישוש פין מיין האנט. בשעת די שמעק און טעם פונעם עפל איז: ווי זיי זענען משפיע אויף די receptors פון מיין נאז און צונג. איז פארוואס האסטו מחליט געווען אז גאט האט זיך ענדערש באקוועם געמאכט ביי מיר און נאז/צונג ווי ביים האנט/אויג.
דיין קשיא איז געוואלדיג. האסט מיר געצוואונגען אליין צו מאכן סדר אין מיינע געדאנקען...
לאמיך פרובירן זיך קלארער מאכן. דעם טעם וואס מיר פילן ביים עסן דעם עפל געשעט דעמאלט און דורך די "רעסעפטארס" פון דער צונג. דער עפל שטעלט אונז צו דאס עפל-"מאטעריאל", און די רעסעפטארס זענען די גוטע שליחים וואס דערציילן אונזער מוח דעם "טעם" וואס דער עפל האט אונז געגעבן.
זייער פיין און וואויל. וואס איז ער אבער, דער "טעם" אליין? די רעסעפטארס זענען טאקע די שדכנים, וואס פירן אריבער דעם עפל-תוכן צום מוח. אבער *וואס* איז דער טעם: מה זה בכלל -- איז ער א גערעגטער? א קמצן? א דומם? א ים-מענטש? מלאך?
גלעזעלע האט געשריבן:פון צווישען דיינע שורות קוקט מיר אויס צוויי מהלכים וואס עס קען זיין אז די ווילסט זאגען. איך וועל דיר עס פארלייגען . ביטע מאך קלאר וועלכע די מיינסט, אדער גאר א דריטע. און לאמיר דאס אויסקאכן עד הסוף.
א) די מיינסט נישט באמת מחלק זיין צווישען מישוש און טעם. די הויפט נקודה איז אז וואס אימער מיר רעדען וועגען, איז מען קיינמאל גארנישט באמת מסביר. מען איז נישט מער ווי מדמה מלתא למלתא. די אויסשפרייך אז מען קען קיין בלינדען נישט מסביר זיין וואס עס מיינט זעהן. זאגט באמת אז מען קען פאר קיין זעהדיגער אויך נישט מסביר זיין זעהן, אדער טאפן, אדער סיי וועלכע עקספיריענס. לדוגמא, ווען מיר זאגען אז די עפעל וועגט צוויי פונט האבן מיר נישט קיין שום צוטריט צום עצם נקודה פין וואג. נאר אויב מיר האבן פריער עקפיריענסד א וואג און מחליט געווען אז מיר וועלן דאס א נאמען געבען איין פונט, דאן קענען מיר מדמה זיין אז דאס עפעל איז א דאלפטע עקספיריענס ווי פריער, און מיר זענען דאס מגדיר אלס צוויי פונט. אבער פרעג מיר וואס איז די עקספיריענס פון וואג אן איהם מדמה זיין צו אן אנדערע חפץ , בין איך סטאק. און די זעלבע מיט שטח, קאליר, טעם און שמעק. און די סיבה דערצו קען זיין אז די זאגסט, איז וויבאלד אונזער מחשבה איז מוגבל, און די עקפיריענס זענען אידרויסן פונעם הגבלה טערעטארי. איצט אויב Existence איז נאר די סך הכל פין אונזערע עקספיריענס, איז דאס מכריח אז Existence איז נישט מוגבל. דאן זאגען מיר אז אונזער מח זעהט אן אור פון אונדרויסן פון גבול דורכן מכיר אז מיר האבן די עקספיריענס, אבער פארשטיין קען ער דאס נישט מיט זיינע מוגבלדיגע כלים.
איך זאג באמת ביידן. קודם כל, ווי דו ברענגסט ארויס אין דיין ערשטער נקודה: אונזער ידיעה איז באגרעניצט. מיר זענען נישט נאר באגרעניצט אין קוואנטיטעט, נאך אויך אין קוואליטעט. דאס אז מיר ווייסן נישט אלעס וואס שפילט זיך אפ אין דער בריאה, איז א דבר פשוט: מיר האבן דערווייל נאכנישט באוויזן דורכצורייזן דעם גאנצן אוניווערס, מיר זענען נאכנישט געווען איבעראל אפילו אויף דעם כדור הארץ, מיר ווייסן נאכנישט אלעס וואס שפילט זיך אפ אין אונזערע קערפערס. אבער אפילו מיט די זאכן וואס מיר פארשטייען יא, איז אויך דא א גבול ביז וואו אונזער פארשטאנד קען גיין. מיר ווייסן אלע אויבנאויפיגע פאקטן איבער אן עפל: ער איז רויט, רונדיג, הארטליך אא"וו. אבער אפילו די אלע דברים פשוטים ווייסן מיר בלויז דורך פארגלייכן צו אנדערע זאכן וואס מיר ווייסן שוין פון פריער. יעדע נייע דערשיינונג און עקספיריענס ווערט פארשטאנען דורך פארגלייכן די נייע עקספיריענס מיט עפעס וואס מיר האבן אין זכרון פון פריער. דאס געשעט אומבאוואוסטזיניג, אבער אזוי ארבעט דעער מוח: ער מאכט "סדר" פון זאכן און שטעלט זיי אריין אין קאטעגאריעס, מיוסד אויף וואס ער ווייסט און פארשטייט פון פריער.
גלעזעלע האט געשריבן:ב) די רעדסט בדווקא נישט פין די פיזישע פילינג וואס מען שפירט אויפן צונג אדער שמעק. וואס דאס איז ביי דיר גשמי פונקט ווי די קאליר און size. די רעדסט פונעם אהה! נאכען גוטען טעם, ווען די צווייטע פאזע פונעם מחשבה הייבט אן צו זאגען דעות דאס איז א גוטען/שלעכטן טעם, איך האב הנאה דערפון . און דאס איז לשטתך מער געזאגט ווי בלויז די טעם איז ענדליך צו דעם אנדערען פין נעכטן. אויב דאס איז וואס די זאגסט, האב איך עטליכע שוועריגקייטן : נניח אז עס איז דא די צווייטע פאזע, האט עס מיטן עפל גאנטץ ווייניג איינגעלייגט, די עפל גיבט נאר די פיזיקעל stimulation, און ווי דיין מח גייט זיך מיט איהם שפילען איז אנגעוויזען בלויז אויף איהם. עס איז שווער צו זאגען אז דאס איז די חלק אלוקית אונעם עפל ווייל ער גיט ארויס א טרוקענע און מוגבלדיגע מאס פון לדוגמא: 20 % זיס -10% זויער 15% ציפעדיג וכו. און ווייל מיין מח processed דאס אלס געשמאק, דאן איז גאט אריינגעפלויגעון און עפל.
אט אזוי! איך האב זיך אפגעשטעלט אויף דעם "עקספיריענס" פונעם טעם (דאס וואס דו רופסט "אהה!"), ווייל יענץ איז דאך זיכער אבסטראקט, לכל הדיעות. מען קען דעם "אהה!" נישט אנכאפן און שילדערן. ס'איז כמעט אוממעגליך אים מגדיר צו זיין. דער "אהה" איז פשוט א גוטע געצייג צו ניצן ווען מען וויל אילוסטרירן אז א פשוט-שטיקל הארט-"רעאליסטיש"-מאטעריאליסטישער זאך פארמאגט אין זיך עפעס וואס איז אינגאנצן מופשט און אבסטראקט -- ממש דער היפוך פון דער זאך אין וועלכער ער געפינט זיך.
דער אויבערשטער "זיצט" זייער באקוועם אין מיין נאז, צונג, מוח, און ליפן. ער איז פונקט אזוי אין דעם עפל, זיין קאליר, גרויס, פארם. איך האב נאר געניצט דעם טעם/"אהה!" אלס אילוסטראציע.
גלעזעלע האט געשריבן:אויסער אז די מיינסט דא אריינצוווארפען כלאחר יד נאך א טיפע נקודא. אז באמת זענען מיר און דער עפל איין זאך, עס איז פשוט צוויי זייטן פונעם זעלבן מטבע. דהיינו: אונזער עקספיריענס. מיר זענען דאס נאר מגדיר אלס א משפיע און מקבל.
כ'האב נישט דאס געמיינט. אדרבא, אויב דו האסט געדולד, ביטע זיי מיר מסביר וואס דאס איז טייטש.
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 3:33 pm
דורך לולקע-ציבעך
נשמה יתירה האט געשריבן:די פאקט איז אז אונזערע חלומות וואס זענען כולו אין אונזער מחשבה/דמיון קוקט אויס פונקט אזוי עכט ווי די "עכטע" מציאות. איז מהיכי תיתי עס איז טאקע מער ווי א חלום. דו ביסט דאך מסכים אז אין א חלום קענען מיר ווען האבען אט דעם גאנצען שמועס, און זיך טאקע גוט מתווכח זיין צו מיר לעבען נאר אין א חלום.
דו הרג'עסט מיך
נשמה יתירה האט געשריבן:[אגב, די דריי נקודות (אביעקטיווער מציאות, מקום, און זמן) רופען זיך אהן אין קבלה/חסידות שפראך עולם, שנה, נפש.]
עולם/מקום און שנה/זמן פארשטיי איך. וואס איז אבער דער קשר צווישן "נפש" און "מציאות"?
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 8:28 pm
דורך נשמה יתירה
וואס איז נפש? נפש איז לכאורה די עססענס פין א יעדע זאך, דער פנימיותדיגער עקזיסטענץ אירע. נישט וויאזוי זי באווייזט זיך צו מיר דורעך מיינע רעצעפטארס, נאר די אביעקטיווער מציאות אירע. דו האסט אן אנדערע אפטייטש אויף נפש?
דער בעשה"ק זאגט אז די עססענץ פין יעדע זאך איז איר בלי גבולדיגער עקזיסטענץ, דער אור אין סוף וואס איז די עכטע מציאות אירע. עס איז עקזיסטענץ אויסגעפארעמט אויף א געוויסע אופן. אין חסידות שפארך איז דאס די אור מיט אירע לבושים/כלים.
וויאזוי פארעמט זיך אבער א בלי גבולדיגער מציאות זיך מלביש צו זיין באופן מוגבל? גוטע שאלה.
די תשובה איז אפשר, וויאזוי נישט? פארוואס פאשרטייסטו אז איך קען מיך קלענער מאכען פין מיין פולער מציאות און זיך מרכז זיין אויף איין הרגש אדער מהלך המחשבה, און דער הרגש נעמט מיך אזוי איבער אז איך פארגעס פין די סאך ברייטערע מציאות מיינער? פארוואס פארשטייסט אז א הרגש פין כעס קען מיך איבערנעמען אזוי אז מיין באליבסטער קינד איז יעצט פארפיינטעד ביי מיר? מיין הרגש פין אהבה צו מיין קינד איז פשוט נישט דא כרגע, ארויסגעשניטען פין מיין יעצטיגע לבוש. אויב קענסטו דאס פארשטיין אויף דיר אליינס קען דאך די בלי גבול טוהן די זעלבע, און זיך מצמצם זיין און נאר האבען א צוזאמשטעל פין געוויסע צען מיליאן הרגשים/חושים/מחשבות וואס רופט זיך מענטש. אדער אנדערע סארטען צוזאמשטעלען פין הרגשים/חושים/מחשבות וואס רופט זיך לייב. באמת איז דאס טאקע אייביג די זעלבע זאך. עס איז אייביג דער אומבאגרעניצטע עקזיסטענץ וואס שפילט א שפיל פין צימצום. סיי בצורה פין א רואיגער מענטש מיט אלע חושים, און סיי א מענטש בכעס וואס איז כרגע מצומצם און האט פארלוירען זיין ברייטערע וועזן. אייביג איז עס די בלי גבול אין געוויסע פארעמען. מיר זענען טאקע אט די בלי גבול, און מיר האבען זיך מצמצם געווען.
אונזער תאוה איז ארויסצוגיין פין אט דעם צימצום. בעסער געזאגט אונזער תאוה איז דוקא צו האבען מתחלה א מצב פין דעם צימצום אין דערנאך ארויסגיין דערפין. נתאוה הקב"ה לעשות לו דירה בתחתונים. דער בלי גבול וויל דוקא זיך מגביל זיין. און טאקע אין דעם פלאץ פין הגבלה, אינעם תחתחן שאין תחתון למטה הימנו, אינעם גרעסטען פלאץ פין גבול און צימצום, טאקע פין דארט ווערן איבערגענומען מיט הרחבה, טאקע דארטן זאל די בלי גבול שורה זיין, און ארויסגיין פין די מיצרים, פין איר צימצום.
אדרבה טרעף מיר א גרעסערע תענוג ווי ארויסגיין פין ענגשאפט.
אז איינער פארמאגט צען מיליאן דאלער פאר א לאנגע צייט, און א צווייטער איז היינט נתעשר געווארען, און פין א מצב פין עניות איז ער היינט ווערט צען מיליאן דאלער, וועמענס הנאה פין דעם היינטיגען טאג ווילסטו ענדערש? עס איז ווערט אביסל צער כדי צו האבען אזא מין הנאה, ניין?
הגבלה וצימצום כדי ארויסצוגיין דערפין. דאס איז א שטיקעל הבנה אינעם גאנצען הו הא וואס מיר רופען עולם ומלואה.
מיר טוהן דאס יעדע מינוט. אונזער טיפער עססענץ אונזער בלי גבולדיגער עססענץ איז דאס בוחר א יעדע רגע. אויב זאלען מיר נישט בוחר זיין דאס, איז דאס נישט דא.
בין איך מיך עטוואס מסביר דא? אדער רעד איך דא אינגאנצען נישט צו דער זאך? אדרבא צייכען אהן ווי איך פארפאר ביטע.
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 8:57 pm
דורך יאיר
לאמיר זיך פרובירן צו מצמצם זיין און זיך קודם ווענדן צום לולקע ציבעך. וואס קען איך טון, כ'בין א נוגע בדבר, כ'האב בעסער ליב א לולקע ציבעך ווי א נשמה יתירה, אפילו לויט רש"י'ס פשט.
עס איז ריכטיג וואס אלע זאגן דא אז עקזיסטענץ, אין דעם מובן ווי מיר פארשטייען עס, איז מוגבל. דער עפל איז מוגבל, דער טעם איז מוגבל, דער וואג איז מוגבל. יעצט, א מאטעריאליסט זאגט אז דא ענדיגט זיך עס, דער גאנצער עקזיסטענץ איז מוגבל, מיר גייען אלע שטארבן, און אפילו דערווייל וואס מיר לעבן, איז דאס נישט עכט געלעבט אין אן אביעקטיווער סענס, עס איז א געוויסע מעכאנישע פראצעדור ווי אזוי דער מענטשליכער מאשין פירט זיך אויף לויט די כעמישע אנווייזונגען וואס ער באקומט. דאס פוילן פונ'ם גוף נאכ'ן שטארבן איז אביעקטיוולי גארנישט אנדערש ווי דאס שרייבן א טיפע פילאזאפישע געדאנק ביים לעבן.
איך בין אויסדריקליך נישט קיין מאטעריאליסט, צוליב מערערע סיבות אין וואס איך וויל נישט יעצט אריינגיין. בכל אופן, האלט איך נישט אז דער טעם וואס איך שפיר ביים עסן איז עפעס מער ווי מאטעריאליסטיש. דער אהה, נאכ'ן עסן א גוטער מאכל איז א רעאקציע פון א געוויסע כעמישע פראצעדור גארנישט אנדערש ווי דער ברום פון א לייב ביים עסן א גוט שטיקל פלייש. עס קען אפשר זיין אז דער מענטש, דער איך, וואס שפירט דעם טעם איז נישט מאטעריאליסטיש, אבער פאר דעם געלט קענסטו זאגן אז יעדע טריט וואס איך גיב איז נישט קיין עכטער טריט ווייל עס ווערט געטון דורך א מענטש וואס איז אוממאטעריאליסטיש. אשר על כן, וויל זיך מיר פארשטיין, פארוואס איז דער טעם מער אוממאטעריאליסטיש ווי סיי וועלכע אנדערע מעכאנישע פראצעדור פון א מאשין, און וואס זענען דיינע הוכחות דערצו, פארוואס קען עס נישט זיין סתם, א פשוט'ער טעם און שוין.
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 3:10 pm
דורך לולקע-ציבעך
יאיר האט געשריבן:בכל אופן, האלט איך נישט אז דער טעם וואס איך שפיר ביים עסן איז עפעס מער ווי מאטעריאליסטיש. דער אהה, נאכ'ן עסן א גוטער מאכל איז א רעאקציע פון א געוויסע כעמישע פראצעדור גארנישט אנדערש ווי דער ברום פון א לייב ביים עסן א גוט שטיקל פלייש. עס קען אפשר זיין אז דער מענטש, דער איך, וואס שפירט דעם טעם איז נישט מאטעריאליסטיש, אבער פאר דעם געלט קענסטו זאגן אז יעדע טריט וואס איך גיב איז נישט קיין עכטער טריט ווייל עס ווערט געטון דורך א מענטש וואס איז אוממאטעריאליסטיש. אשר על כן, וויל זיך מיר פארשטיין, פארוואס איז דער טעם מער אוממאטעריאליסטיש ווי סיי וועלכע אנדערע מעכאנישע פראצעדור פון א מאשין, און וואס זענען דיינע הוכחות דערצו, פארוואס קען עס נישט זיין סתם, א פשוט'ער טעם און שוין.
עס קען טאקע זיין אז דער גאנצער מענטש איז ביסודו נישט קיין מאטעריאליסטישע זאך. מען קען דאס זעלבע זאגן אויף יעדער זאך; אבער ביי א מענטש,
וואס שפירט זיך אליין און "ווייסט" אז ער עקזיסטירט, איז דער חידוש נאר גרעסער. יעדע זאך באשטייט דאך פון חלקים. פון
דעם אשכול קומט אויס, אז די קלענסטע חלקים ביז וואו די וויסנשאפט איז שוין אנגעקומען, איז עקזיסטענץ בכלל זייער לופטיג און אומזיכער.
איך מיין אבער אז ס'איז נאך אלץ פאראן א חילוק צווישן דעם דמיון פון עקזיסטענץ בכלל ביז דעם געפיל פון טעם (דער "אהה!"). ווייל דער טעם איז מופשט אפילו פון אונזער מענטשליכער פערספעקטיוו. דאס הייסט: אפילו אינערהאלב אונזער אלגעמיינעם עקזיסטענץ-דמיון, וואו מיר באשטייט פון א גוף און א וועלט וואס קומט אונז פאר ווי קאנקרעט און זיכער, בלייבט דער טעם עפעס מער ווי א קאנצעפט. מען קען אים נישט אנטאפן אדער שילדערן. די כוחות און מיטלען וואס מיר באניצן צו מעסטן, וועגן, שילדערן, און אויסמאלן זאכן זענען הילפסלאז ווען עס קומט צו א טעם, געפיל, און סיי וואספארא איבערלעבעניש. מיר קענען רעדן וועגן א טעם; אבער מיר קענען אים נישט מגדיר זיין לויט די כללים און מיט די מיטלען וואס מיר ניצן צו מגדיר זיין רוב אנדערע זאכן און דערשיינונגען אין לעבן.
"פארוואס קען עס נישט זיין א פשוט'ער טעם, און שוין"? דא, מיין איך, ליגט דער הונט באגראבן. דער "און שוין" מאכט מיר קאפווייטאג. פארוואס מוז איך צוקומען צו אזא פראז ביים שילדערן עפעס וואס איז זיכער א קלארע עקזיסטענץ?
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 3:13 pm
דורך לולקע-ציבעך
נשמה יתירה האט געשריבן:וואס איז נפש? נפש איז לכאורה די עססענס פין א יעדע זאך, דער פנימיותדיגער עקזיסטענץ אירע. נישט וויאזוי זי באווייזט זיך צו מיר דורעך מיינע רעצעפטארס, נאר די אביעקטיווער מציאות אירע. דו האסט אן אנדערע אפטייטש אויף נפש?
דער בעשה"ק זאגט אז די עססענץ פין יעדע זאך איז איר בלי גבולדיגער עקזיסטענץ, דער אור אין סוף וואס איז די עכטע מציאות אירע. עס איז עקזיסטענץ אויסגעפארעמט אויף א געוויסע אופן. אין חסידות שפארך איז דאס די אור מיט אירע לבושים/כלים.
וויאזוי פארעמט זיך אבער א בלי גבולדיגער מציאות זיך מלביש צו זיין באופן מוגבל? גוטע שאלה.
די תשובה איז אפשר, וויאזוי נישט? פארוואס פאשרטייסטו אז איך קען מיך קלענער מאכען פין מיין פולער מציאות און זיך מרכז זיין אויף איין הרגש אדער מהלך המחשבה, און דער הרגש נעמט מיך אזוי איבער אז איך פארגעס פין די סאך ברייטערע מציאות מיינער? פארוואס פארשטייסט אז א הרגש פין כעס קען מיך איבערנעמען אזוי אז מיין באליבסטער קינד איז יעצט פארפיינטעד ביי מיר? מיין הרגש פין אהבה צו מיין קינד איז פשוט נישט דא כרגע, ארויסגעשניטען פין מיין יעצטיגע לבוש. אויב קענסטו דאס פארשטיין אויף דיר אליינס קען דאך די בלי גבול טוהן די זעלבע, און זיך מצמצם זיין און נאר האבען א צוזאמשטעל פין געוויסע צען מיליאן הרגשים/חושים/מחשבות וואס רופט זיך מענטש. אדער אנדערע סארטען צוזאמשטעלען פין הרגשים/חושים/מחשבות וואס רופט זיך לייב. באמת איז דאס טאקע אייביג די זעלבע זאך. עס איז אייביג דער אומבאגרעניצטע עקזיסטענץ וואס שפילט א שפיל פין צימצום. סיי בצורה פין א רואיגער מענטש מיט אלע חושים, און סיי א מענטש בכעס וואס איז כרגע מצומצם און האט פארלוירען זיין ברייטערע וועזן. אייביג איז עס די בלי גבול אין געוויסע פארעמען. מיר זענען טאקע אט די בלי גבול, און מיר האבען זיך מצמצם געווען.
אונזער תאוה איז ארויסצוגיין פין אט דעם צימצום. בעסער געזאגט אונזער תאוה איז דוקא צו האבען מתחלה א מצב פין דעם צימצום אין דערנאך ארויסגיין דערפין. נתאוה הקב"ה לעשות לו דירה בתחתונים. דער בלי גבול וויל דוקא זיך מגביל זיין. און טאקע אין דעם פלאץ פין הגבלה, אינעם תחתחן שאין תחתון למטה הימנו, אינעם גרעסטען פלאץ פין גבול און צימצום, טאקע פין דארט ווערן איבערגענומען מיט הרחבה, טאקע דארטן זאל די בלי גבול שורה זיין, און ארויסגיין פין די מיצרים, פין איר צימצום.
אדרבה טרעף מיר א גרעסערע תענוג ווי ארויסגיין פין ענגשאפט.
אז איינער פארמאגט צען מיליאן דאלער פאר א לאנגע צייט, און א צווייטער איז היינט נתעשר געווארען, און פין א מצב פין עניות איז ער היינט ווערט צען מיליאן דאלער, וועמענס הנאה פין דעם היינטיגען טאג ווילסטו ענדערש? עס איז ווערט אביסל צער כדי צו האבען אזא מין הנאה, ניין?
הגבלה וצימצום כדי ארויסצוגיין דערפין. דאס איז א שטיקעל הבנה אינעם גאנצען הו הא וואס מיר רופען עולם ומלואה.
מיר טוהן דאס יעדע מינוט. אונזער טיפער עססענץ אונזער בלי גבולדיגער עססענץ איז דאס בוחר א יעדע רגע. אויב זאלען מיר נישט בוחר זיין דאס, איז דאס נישט דא.
בין איך מיך עטוואס מסביר דא? אדער רעד איך דא אינגאנצען נישט צו דער זאך? אדרבא צייכען אהן ווי איך פארפאר ביטע.
זייער קלאר מסביר געווען. אין איין ווארט: דאס איינציגע אמת'ע מציאות אויף דער וועלט, דאס קערנדל ארום וועלכן אלעס אנדערש זענען "אנגעקליידעט", איז דער נפש. הענס, נפש = עולם.
הער איך.
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 11:31 pm
דורך ברזלי הגלעדי
לולקע-ציבעך האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:בכל אופן, האלט איך נישט אז דער טעם וואס איך שפיר ביים עסן איז עפעס מער ווי מאטעריאליסטיש. דער אהה, נאכ'ן עסן א גוטער מאכל איז א רעאקציע פון א געוויסע כעמישע פראצעדור גארנישט אנדערש ווי דער ברום פון א לייב ביים עסן א גוט שטיקל פלייש. עס קען אפשר זיין אז דער מענטש, דער איך, וואס שפירט דעם טעם איז נישט מאטעריאליסטיש, אבער פאר דעם געלט קענסטו זאגן אז יעדע טריט וואס איך גיב איז נישט קיין עכטער טריט ווייל עס ווערט געטון דורך א מענטש וואס איז אוממאטעריאליסטיש. אשר על כן, וויל זיך מיר פארשטיין, פארוואס איז דער טעם מער אוממאטעריאליסטיש ווי סיי וועלכע אנדערע מעכאנישע פראצעדור פון א מאשין, און וואס זענען דיינע הוכחות דערצו, פארוואס קען עס נישט זיין סתם, א פשוט'ער טעם און שוין.
עס קען טאקע זיין אז דער גאנצער מענטש איז ביסודו נישט קיין מאטעריאליסטישע זאך. מען קען דאס זעלבע זאגן אויף יעדער זאך; אבער ביי א מענטש,
וואס שפירט זיך אליין און "ווייסט" אז ער עקזיסטירט, איז דער חידוש נאר גרעסער. יעדע זאך באשטייט דאך פון חלקים. פון
דעם אשכול קומט אויס, אז די קלענסטע חלקים ביז וואו די וויסנשאפט איז שוין אנגעקומען, איז עקזיסטענץ בכלל זייער לופטיג און אומזיכער.
איך מיין אבער אז ס'איז נאך אלץ פאראן א חילוק צווישן דעם דמיון פון עקזיסטענץ בכלל ביז דעם געפיל פון טעם (דער "אהה!"). ווייל דער טעם איז מופשט אפילו פון אונזער מענטשליכער פערספעקטיוו. דאס הייסט: אפילו אינערהאלב אונזער אלגעמיינעם עקזיסטענץ-דמיון, וואו מיר באשטייט פון א גוף און א וועלט וואס קומט אונז פאר ווי קאנקרעט און זיכער, בלייבט דער טעם עפעס מער ווי א קאנצעפט. מען קען אים נישט אנטאפן אדער שילדערן. די כוחות און מיטלען וואס מיר באניצן צו מעסטן, וועגן, שילדערן, און אויסמאלן זאכן זענען הילפסלאז ווען עס קומט צו א טעם, געפיל, און סיי וואספארא איבערלעבעניש. מיר קענען רעדן וועגן א טעם; אבער מיר קענען אים נישט מגדיר זיין לויט די כללים און מיט די מיטלען וואס מיר ניצן צו מגדיר זיין רוב אנדערע זאכן און דערשיינונגען אין לעבן.
"פארוואס קען עס נישט זיין א פשוט'ער טעם, און שוין"? דא, מיין איך, ליגט דער הונט באגראבן. דער "און שוין" מאכט מיר קאפווייטאג. פארוואס מוז איך צוקומען צו אזא פראז ביים שילדערן עפעס וואס איז זיכער א קלארע עקזיסטענץ?
ר לילקע
איך מיין אז רוב מענטשן וועלן זאגען אהה נאך א פעסטן שלאף און דאס איז זעכער abstract און עס איז נישט שייך צי זאגען אז די הנאה נאכן אויף שטיין איז רוחני