בלאט 4 פון 6

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 4:43 pm
דורך זר זהב
ער האט נאר איין לונג!

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 4:46 pm
דורך מיין מיינונג
יואליש די היימישע צייטונגן פלעגן תמיד באריכטן וועגן דעם פויבסט און וואטיקאן אנגלעגנהייטן.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 5:03 pm
דורך טעפל
מ'שלאגט זיך וועם אויסצווועהלען, א סקונדע שפעטער קומט ער שוין ארויס מיט זיין נייע ווייסע בעקישטע, א ריכטיגע רבי..

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 5:05 pm
דורך טעפל
ער האלט אין איין מאכען דזאוקס ,ס'עולם לאכט..

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 5:27 pm
דורך מורינו הרב
וואסערע דזשאוקס האט ער געמאכט?

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 5:42 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
יאיר האט געשריבן:מאכט נישט קיין ליצנות, מ'רעדט דא פון א גייסטליכער פירער פאר איבער א ב-י-ל-י-א-ן מענטשן. דער פויפסט איז בערך אזוי ווי הונדערט טויזנט סאטמארע רבי'ס.
איז די ליצנות הונדערט טויזענט פאכיג.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 5:58 pm
דורך [NAMELESS]
גרויסע חכם! מיר האבן מקבל געווען פון אבותנו ואבות אבותנו, זיי האבן מקבל געווען פון דזשאני און דזשעקי, פוי!

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 6:03 pm
דורך מורינו הרב
איך לאך פון זיין זיידן, וואס האט געגלויבט אין עץ ואבן.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 6:15 pm
דורך ידען
ווער איז Rabbi Joseph Potasnik?

ער לייגט אריין אזוי פיל געלט אלץ אויף רעדיא עדס.

יעצט רעט ער זייער שיין פון די נייע פויפסט, אז ער איז זייער פריינטלעך צו אידען."

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 6:17 pm
דורך ידען
Pope Francis is his new name?

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 6:22 pm
דורך ודי למבין
ער האט אנגעפאנגען מיט א מילתא דבדיחותא אז מ'האט געדארפט גיין ביז עק וועלט צו טרעפן א פויפסט..
וכל העולם שחקו והעלו בת שחוק על פניהם, בראות פני מלכם בפנים מאירות ובחדוותא דנהורא, ויכריזו כל העם בקול גדול לאמר: קדוש יאמר לו, ויקרא שמו פרנסציסקו הראשון, ויריעו כל העם יחי המלך

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 7:07 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
יאנקל האט געשריבן:
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:מאכט נישט קיין ליצנות, מ'רעדט דא פון א גייסטליכער פירער פאר איבער א ב-י-ל-י-א-ן מענטשן. דער פויפסט איז בערך אזוי ווי הונדערט טויזנט סאטמארע רבי'ס.
איז די ליצנות הונדערט טויזענט פאכיג.

וואו קומט דא אריין דאס ווארט "ליצנות"? מ'קען לאכן פון א צווייטן ווען יענער מאכט א נארישן און לעכערליכן באשלוס. הא תינח ווען דו וואלסט באשלאסן צו זיין א איד און יענער א קאטאליק וואלט אפשר געווען א מקום צו לאכן, אבער דו האסט דאך נישט באשלאסן צו זיין א איד און יענער האט נישט באשלאסן צו זיין א קאטאליק. איר ביידע האט מקבל געווען דאס אין וואס איר גלייבט פון אייערע עלטערן, טא, וואס איז שייך צו לאכן?
מען האט דאך דא געלאכט סיי פון דעם סאטמערען איד און סיי פון די ביליאן קאטוילען. וואס איז דיין טענה דא?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:03 am
דורך יאיר
איך ליין די נייעס באריכטן איבער דעם נייעם פויפסט, און איך שמייכל צו זיך. דער פויפסט, קארדינאל בערגאגלי, באלאנגט צו די יעזואיטן, דאס איז אן אלטע גרופע פון עקסטרעמע קאטוילישע גלחים, וואס ווען דייטשלאנד און גאנץ אייראפע איז אדורך די ענלייטענמענט זענען זיי געבליבן הארט און פאנאטיש. זיי האבן זיך ספעציעל אויסגעצייכנט מיט זייער ביטערע אנטיסעמיטיזם. די יעזואיטן פלעגן זאגן, "אויב מיר וועלן אמאל זיין ביכולת, וועלן מיר צוריק פארשפארן אלע אידן אין די געטאס." יעצט איז ענדליך געקומען זייער צייט, דער נייער פויפסט איז א יעזואיט - און ער איז אויך א גרויסער אוהב ישראל. ער האט גאר גוטע באציאונגען מיט די אידישע געמיינדע אין אגענטינע, און בכלל איז ער א בעל ענוה און א שטילער, איידעלער מענטש. יא יא, היסטאריע האט א גוטע סענס אוו הומאר.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:15 am
דורך קאווע טרינקער
מ'זעהט קלאר אז חכמה בגוים אל תאמין..
די ראדיא האלט איין מעלדן אז "פרענסיז דער ערשטער וכו'.."
שעה'ן שפעטער האבן זיין מסביר געווען אז זיי האבן געהאט א טעות.
ווייל ווילאנג ס'איז נישטא קיין פויפסט מיט די זעלבע נאמען, הייסט מען נישט "דער ערשטער."...
נו אוודאי אזוי...
איינער מיינט דען אז דער קדושת ציון האט מען גערופן בחייו "ר' בן ציון דער ערשטער"?.. אוודאי נישט, ערשט 70 יאר שפעטער, האט ער באקומען דעם צונאמען.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:59 am
דורך זר זהב
וואס זענען די דריי ערשטע אותיות פון ''פויבסט''? א פיי, א ואו, און א יוד. און ווען מ'שטעלט צוזאמען די דריי אותיות וואס ווערט דערפון?

[center]פוי!![/center]

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:02 am
דורך שמעקעדיג
מיט א פא דגושה?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:03 am
דורך זר זהב
מיט א ליידיגע פ. דער פויבסט איז לער, ליידיג, פיסט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:03 am
דורך היימישער ליטוואק
דערנאך קומט א גרויסע בי ס.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:04 am
דורך זר זהב
און דער טי"ת איז פאר ט'ומאה.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:09 am
דורך מורינו הרב
איך הויב אן טראכטן אז באמת איז דער נאמען 'פויב', נאר אזוי ווי די ספרדים חתמ'ענען זייער נאמען מיט ס"ט, שרייבט אויך דער פויפסט זיין נאמען 'פויב ס"ט', און ווען מען זאגט עס שנעל ווערט דערפון 'פויבסט'.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:09 am
דורך שמעקעדיג
ואפילו כולנו חכמים, כולנו נבונים...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:23 am
דורך יואליש
כ'זעה מ'באזידלט דא גאנצט פיין דעם פויבסט. זאל ער וויסן.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:53 am
דורך פוןדעסטוועגןדאך
יואליש האט געשריבן:כ'זעה מ'באזידלט דא גאנצט פיין דעם פויבסט. זאל ער וויסן.
גימטריאות און ראשי תיבות is above his pay grade