בלאט 4 פון 6
נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 7:44 pm
דורך מיסטער מענטש
אידן זענען קלוג ווייל זיי האבן די הייליגע תורה וואס מאכט קלוג
איי איך לערן נישט ?
אבער מיינע זיידעס האבן געלערנט
און א קלוגע מענטש געבוירט קלוגע קינדער
על פי טבע
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 1:25 pm
דורך פרייוויליג
יידל האט געשריבן:עס איז באקאנט מארק טוועין'ס אבזערוואציע איבער אידן'ס חכמה
איך האב געטראפן אין מיין ארכיווען א אידישע איבערזעצונג פון מארק טוועין'ס באקאנטע אפשאצונג איבער אידן, באקאנט אלס די: Concerning The Jews. זייענדיג א גאר אינטעליגענטע שרייבער האט ער פארמאגט א גאר הויעכע ענגליש. סא די איבערזעצונג קען זיין אינטערסאנט פאר אסאך:
דא:
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 4:43 pm
דורך מבקר
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2019 1:13 am
דורך ונבנתה העיר
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=m91vhePuzdo[/youtube]
Re: פארוואס זענען אידן אזוי קלוג?
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2019 8:32 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אין דער אוה"ח אין די פרשה פרשת יתרו, האב איך געטראפן אן אינטרעסאנטע זאך.
וראיתי לתת לב איך זכה יתרו שתכתב על ידו פרשה זו, והן אמת כי הוא כבד משה עבד ה' והנה שכרו שכבדו ה', אלא היה ה' יכול עשות לו דרך כבוד אחר לא בדרך זה שיראה חס ושלום כפחות ידיעה בעם ה' עד שבא כהן מדין והשכילם.
ונראה כי טעם הדבר הוא להראות ה' את בני ישראל הדור ההוא וכל דור ודור כי יש באומות גדולים בהבנה ובהשכלה, וצא ולמד מהשכלת יתרו בעצתו ואופן סדר בני אדם אשר בחר, כי יש באומות מכירים דברים המאושרים, והכונה בזה, כי לא באה הבחירה בישראל לצד שיש בהם השכלה והכרה יותר מכל האומות, וזה לך האות השכלת יתרו.
הא למדת כי לא מרוב חכמת ישראל והשכלתם בחר ה' בהם, אלא לחסד עליון ולאהבת האבות. ויותר יערב לחיך טעם זה למאן דאמר (זבחים קט''ז.) יתרו קודם מתן תורה בא, כי נתחכם ה' על זה קודם מתן תורה לומר שהגם שיש באומות יותר חכמים מישראל, אף על פי כן אותנו הביא ה' אליו ובחר בנו, ועל זה בפרט עלינו לשבח לאשר בחר בנו מצד חסדיו. גם למאן דאמר אחר מתן תורה יש טעם במה שסדר ביאתו קודם להראות הכוונה הנזכרת, שזולת זה אין הכונה הנזכרת נגלית והבן.
כלל ישראל איז נישט קלוגער ווי סיי וועם, נאר אפילו אזוי האבן מיר די תורה
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2019 8:39 am
דורך רביה''ק זי''ע
אפילו נניח אז 99 פראצענט פון די נאבל פרייז געווינער זענען אידן, מיינט דאס נאכנישט אז אלע אידן קענען נעמען קרעדיט דערפאר. ס'מיינט נאכנישט אז א נארישע חסידישע שלעפער וואס קען ניטאמאל רעכענען, איז עפעס מער ווי סיי וועלכע גוי, ווען יא וואלטן אונז אלע געווען נאבל פרייז געווינער...
Re: פארוואס זענען אידן אזוי קלוג?
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2019 8:42 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ליין די גאנצע אשכול. חזקה על יידל אז די שטאפל איז עפעס העכער ווי דעם.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2019 8:42 am
דורך נהורא נפישא
די שטודיע צייגט טאקע נאר אן אויף א העכערע מאס אינטעליגענץ קוואנטיטעט לגבי אשכנז'ישע אידן. לגבי אידן מעדות המזרח צייגן די שטודיעס אז זיי פארמאגן עטוואס א קלענערע מאס פון אייקיו פון די ווייסע ראסע.
די אור החיים איז געווען מעדות המזרח.
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2019 8:52 am
דורך נהורא נפישא
בכלל איז דאס זייער א קאנטערווערסיאלער ענין. קלוגע אידן האבן בכלל נישט ליב צו רעדן דערפין ווייל דאס ציווארפט די קארטן דוקא די נערנים שבו זענען די וואס מאכן א ברייטל דערפין.
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2019 10:23 am
דורך קאך_לעפל
איך ווייס נישט ווירקליך צו די אידן זענען טאקע קליגער ווי די נישט אידן. אבער דאס איז זיכער אז דער אין אלגעמיין איז דער איד ווייניגער בהמה ווי דער גוי...
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2019 10:37 am
דורך רביה''ק זי''ע
מ'קען אסאך דן זיין אין דעם, איך עכ"פ בין נישט אזוי זיכער אין דעם, אבער לאמיר נישט פארדרייען דעם שמועס.
Re: פארוואס זענען אידן אזוי קלוג?
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2019 11:29 am
דורך יהודי פשוט
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מ'קען אסאך דן זיין אין דעם, איך עכ"פ בין נישט אזוי זיכער אין דעם, אבער לאמיר נישט פארדרייען דעם שמועס.
דו ביסט טאקע א יוצא מן הכלל...
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2019 11:52 am
דורך יעקב מענטש
קאך_לעפל האט געשריבן:איך ווייס נישט ווירקליך צו די אידן זענען טאקע קליגער ווי די נישט אידן. אבער דאס איז זיכער אז דער אין אלגעמיין איז דער איד ווייניגער בהמה ווי דער גוי...
קודם דארף מען דן זיין וואס מיינט קלוג? 'לכאורה' מיינט דאס מער אין רוחניותדיגן זין, ניין?
דא האט דער תפארת ישראל (בועז אות א') א שיינע ביאור אויף דעם ענין.
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2019 4:09 pm
דורך קאך_לעפל
[justify]דער באגריף פון קליג איז מער ווייניגער איינגעטיילט אין דריי באגריפן: חכמה בינה און דעת:
חכמה באדייט, וויסנשאפט און אינטעלעקטואַליזם. בינה באדייט, פארשטאנד. און דעת באדייט, נישט זיין קיין בהמה, און וויסן וואס יא אדער נישט צו טאן.
אצינד אזוי:
וויסנשאפט און אינטעלעקטואַליזם, ווער עס לערנט פארמאגט, און ווער נישט פארמאגט נישט, ווי דער משל הקדמוני האט שוין געוויינט און געשריגן: אז מ'לערנט נישט קען נישט, און אז מ'לערענט יא קען מען! דאס איז אפגעזען פון אידן אדער גוים צו גלייך.
אין אלגעמיין לערנען אידן מער. נישט בלויז תורה, נאר אויך אנדערע וויסנשאפטן, דערפאר האבן אידן פערצענטואל מער וויסנשאפט און אינטעלעקטואַליזם ווי די גוים. ווען דער גוי זאל ווען נישט זיין אזוי פארנומען מיטן נאכאנאנד זיך פלעגן דעם גוף, און מיטצוהאלטן די גראנדיעזע טאבע פארמעסטן, און ער וואלט ווען געלערנט מער וויסנשאפט, קען ווען געמאלט זיין אז ער וואלט גאר נאך איבערשטיגן דעם איד מיט וויסנשאפט און אינטעלעקטואַליזם. וויסנשאפט און אינטעלעקטואַליזם האט ווארשיינליך נישט צו טאן מיט גענעטישע עטנישן, דאס איז בלויז געוואנדן אינעם שעפערישקייט פונעם מענטש זעלבסט.
פארשטאנד, עס איז פארהאן אזעלכע וואס האבן, און אזעלכע וואס האבן נישט, אזעלכע וואס האבן צופול, און אזעלכע וואס האבן צו ווייניג, סיי ביי אידן און סיי ביי גוים. פארשטאנד האט ווארשיינליך אויך גארנישט צו טאן מיט גענעטישע עטנישן. (לעצטענס זענען יא ארויסגעקומען געוויסע שטודיעס, אז אייראפישע אידן האבן יא עטוואס א גרעסרע מאס פארשטאנד ווי אלגעמיינע מענטשן. אבער ס'איז בלויז א שטודיע)
זאגאר דעת, דאס נישט זיין קיין בהמה, דאס איז שוין איינמאל א אידישע גענעטישע עטעניש. דער איד גיבט זיך אלעמאל אן עצה, דער כיטרע איד מיידט אויס צו צאלן שטייערן, ער גענוסט פון אלערליי סארטן סאציאלע הילף פראגראמען, אפגעזען פונעם פאקט אז ער פארמאגט אין דער זייט א געביידע אדער צוויי אין דאון טאון ברוקלין, און נאך זעקס אויסגעצאלטע געביידעס אין די בראנקס, פארט האלט דאס אים נישט אפ, פון זיך צו לאזן פירן מיט א ראד שטול דורך א טינקל-הויטיגע קראנקן שוועסטער, מיט א אויער רינגל אריינגענאגלט אין די ברייטע אונטערשטע לעפצן, צו די סאציאלע הילף קאנצילייען, וואו ער דעקלערט אלס א אומגליקליכער קאליקער, בלויז אויף צו קענען גענוסן פון אלערליי סארטן סאציאלע הילף פראגראמען מיט א ברייטע האנט.
דער גוי טוהט דאס בלויז איינמאל, און באלד פאקט מען אים ביי די מעשה און אט דערזעט זיך אין פונסטערן חד גדיא. א איד ווייסט גענוי וואס יא צו זאגן און וואס נישט צו זאגן. וואס יא צו טאן און וואס נישט צו טאן,און ווען צו טאן און ווען נישט צו טאן. דער גלות איד ווייסט גענוי ווי אזוי צו מאנעווירן ארויסצונעמען דאס מאקסימום פונעם סיסטעם און לעבן ווי א קעניג אויף פעטער שמואלס חשבן. דאקעגן דער גוי וועט שטענדיג אריינטרעטן אין בלאטע און אין הינטן אפפאל...
א גוי מיט א איד קומען ביידע אן צו א שטאטישער קאנצעליי אין גענוי די זעלבע צייט. דער איד איז שוין לאנג פארטיג, און דער גוי שטייט נאך אלס דער צוואנציגסטער אין די ליניע. און ער קען גארנישט באגרייפן ווי דער איד האט באוויזן אויסצוקרויזן די לאנגע ליניע... דאס איז א איד! ער פארמאגט שטענדיג דעם קאפ אויפן פלאטץ... און ער איז נישט קיין בהמה...[/justify]
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2019 7:10 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דאס האט פילייכט גארנישט מיט קלוגשאפט צוטון, דאס האט ליבערשט מיט עזות, און אויף דעם זאגט שוין די גמרא אז אידן זענען עזים שבאומות, און דאס זעט מען אפשר אפילו מער ביי די ספרדים.
Re: פארוואס זענען אידן אזוי קלוג?
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2019 8:04 pm
דורך חסיד פון ליטא
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאס האט פילייכט גארנישט מיט קלוגשאפט צוטון, דאס האט ליבערשט מיט עזות, און אויף דעם זאגט שוין די גמרא אז אידן זענען עזים שבאומות, און דאס זעט מען אפשר אפילו מער ביי די ספרדים.
אדער מער באקאנט אלס אוממאראליש.
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2019 8:11 pm
דורך רביה''ק זי''ע
לאו דוקא. קלוגע מענטשן פארשטייען אליינס זיך אויפצופירן נארמאל, אבער דו ביזט גערעכט אז רוב מענטשן דארפן צוקומען צו א געוויסע מאס תמימות זיך צו האלטן אין די ראמען.
Re: פארוואס זענען אידן אזוי קלוג?
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2019 8:39 pm
דורך חסיד פון ליטא
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לאו דוקא. קלוגע מענטשן פארשטייען אליינס זיך אויפצופירן נארמאל, אבער דו ביזט גערעכט אז רוב מענטשן דארפן צוקומען צו א געוויסע מאס תמימות זיך צו האלטן אין די ראמען.
דו שרייבסט אז ס'האט נישט מיט קלוגשאפט.
לדעתי האט דאס מיט גאווה.
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2019 9:02 pm
דורך רביה''ק זי''ע
כ'האב יעצט דורכגעליינט קאך לעפל'ס גאנצע תגובה צום ערשטן מאל, וואס זאל איך דיר זאגן, ווילאנג דו גלייכסט זיך צו צום טונקלהויטיגן שטייסטו גוט. ס'איז א גוטע זאך פאר די אידיש/חרדישן שטאלץ, אז די בהמות וואוינען צווישן די שווארצע/מעקסיקאנע/וכל זב. וואלטן זיי געוואוינט צווישן נארמאל באזעסענע גוים, וואלטן זיי פשוט פארשלינגען געווארן, זיי וואלטן געווען די וואס שלעפן די באקסעס. כמעט אלע אמעריקאנער מיידן אויס שטייערן און מעלקן אויס פראגראמען וויפיל מ'קען נאר, די אלצווייסער זאגן, אז ווען די רעגירונג זאל איינמאנען אלע שטייערן וואס קומט זיי, וואלטן זיי געקענט באצאלן אלע חובות, און נאך בלייבן מיט רעשט. דאס אז דו האסט נאך קיינמאל נישט אנגעטראפן א נארמאלע גוי, דאס גופא ברעגט ארויס דיין בהמהשקייט.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 12:26 am
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאס האט פילייכט גארנישט מיט קלוגשאפט צוטון, דאס האט ליבערשט מיט עזות, און אויף דעם זאגט שוין די גמרא אז אידן זענען עזים שבאומות, און דאס זעט מען אפשר אפילו מער ביי די ספרדים.
רביה"ק זי"ע: אט דאס. האבן די פראפעסארן אין אונזער יוניווערסיטי פעסטגעשטעלט האט גארנישט צו טון צו מ'איז אן אשכנזי אדער ספרדי. נאר אויב מ'איז אן איזראעלי. די סטאטיסטיקס ווייזן אז צו ..."קרעשן"...א ליניע ביים באס סטאפ אדער אין באנק אדער אין פאסט אפיס, זענען די..."איזראעלי"...אפשטאמיגע. סיי ספרדים, אשכנזים, תימנ'ער, קורדן און אפגאניסטאנער אויפ'ן ערשטן פלאץ...!
ומעשה שהיה. שטייענדיג ערגעץ אין א סטאר אין די ליין, קומט צו א איד'ל (א חסיד'שער, היימישער) וועלכער איז געקומען קיין אמעריקע ..."צו מאכן געלט"...! און ער באגריסט מיר מיט א הארציגן ...א גוטן טאג. און ער געטציך א שטעלל אוועק לעבן מיר. און ער רוקט זיך צוביסלעך אריין אין די ליין. האביך איהם צוריקגעענטפערט א ווארימען גוטן טאג. און כ'האב איהם משלח געווען ער זאלל גיין ווארטן אין די ליין ווי א יעדער...!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 9:16 am
דורך קאך_לעפל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ'האב יעצט דורכגעליינט קאך לעפל'ס גאנצע תגובה צום ערשטן מאל, וואס זאל איך דיר זאגן, ווילאנג דו גלייכסט זיך צו צום טונקלהויטיגן שטייסטו גוט. ס'איז א גוטע זאך פאר די אידיש/חרדישן שטאלץ, אז די בהמות וואוינען צווישן די שווארצע/מעקסיקאנע/וכל זב. וואלטן זיי געוואוינט צווישן נארמאל באזעסענע גוים, וואלטן זיי פשוט פארשלינגען געווארן, זיי וואלטן געווען די וואס שלעפן די באקסעס. כמעט אלע אמעריקאנער מיידן אויס שטייערן און מעלקן אויס פראגראמען וויפיל מ'קען נאר, די אלצווייסער זאגן, אז ווען די רעגירונג זאל איינמאנען אלע שטייערן וואס קומט זיי, וואלטן זיי געקענט באצאלן אלע חובות, און נאך בלייבן מיט רעשט. דאס אז דו האסט נאך קיינמאל נישט אנגעטראפן א נארמאלע גוי, דאס גופא ברעגט ארויס דיין בהמהשקייט.
גערעדט זייער צו דער זאך ווי שטענדיג, אלעס געבויעט אויף קראנטע פאקטן גענומען פון וויקפידע, (נישט פון די פעיק ניוס בלאט) כ'האב גארנישט צו רעאגירן בלויז איין קליינעם באַמערקונג:
נישט ווי דיין שטייגער רופטו מיך קאך_לעפל. ביטע גיי צוריק צו דיין געווענליכע שטייגער און רוף מיך ביטע טוילעט לעפל...
שכוח
קאך.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 2:27 pm
דורך berlbalaguleh
איך זאג עס ארויס מער מפורש. ק*ק לעפל. מיט א פת"ח אונטער די אל"ף. קרעדיט: אחד מחכמי השטיבל, שי'...לאל...!
Re: פארוואס זענען אידן אזוי קלוג?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 3:37 pm
דורך חסיד פון ליטא
הרב קאך, דיין לעפל האט געמישט א קוגל.
וויסנשאפט איז ידיעה,
אינטעליגענץ איז פארשטאנד.
שעפערישקייט איז כח החידוש וואס האט מיטן דמיון.