בלאט 4 פון 5

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:23 am
דורך שטילע אינגערמאן
אפטעמיסט האט געשריבן:ווער בעט דיר שלאפן מיט איר אין איין בעט? שלאף אין דיין אייגענע בעט וועט איר עס נישט שטערן

אונז זענען נישט אין מאחורי אויף די מינוט, טשיל באדי. :lol:

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:26 am
דורך געפילטע פיש
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:[tag]געפילטע פיש[/tag] יישר כח. כ'האב שוין פראבירט, העלפט נישט

דעמאלס וואטש נישט קיין מאוויס וואס האט עקספלאויזשענס... ;)
אפשר קענסטו אריינקוקן אין א סקרין פילטער. איך ווייס נישט וועגן אייפעד, אבער כ'ווייס אז אין ענדרויד קען מען אראפרוקן די ברייטנעס ביז זייער נידעריג, און אויב איז עס נישט גענוג קען מען מיט עפפס עס אראפ רוקן נאכמער אויב מ'איז rooted. אויך קענסטו פראבירן צו לאנגן א נאכט לעמפל אנגעצונדען, אזוי איז די קאנטראסט צוויישן די חושכ'דיגע שטוב און די ליכטיגע סקרין נישט אזוי שטארק.

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אונז זענען נישט אין מאחורי אויף די מינוט, טשיל באדי. :lol:

אז מ'רעדט פון שלאפן אין איין בעט טראכט ער שוין גלייך פון מאחורי, וואס איז דאס?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 9:40 am
דורך ברסלבער
איך מיין אז עס באדערט איר נישט אזוי ווייט די ליכטיגקייט, ווי דאס אז דו ביזט מער אינטערעסירט אין דיין אייפעד ווי אין איר.

הלואי, ווען איך גיי, קענען זאגן דעם אמת וואס טוט מיר וויי...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:23 pm
דורך שטילע אינגערמאן
ברסלבער האט געשריבן:איך מיין אז עס באדערט איר נישט אזוי ווייט די ליכטיגקייט, ווי דאס אז דו ביזט מער אינטערעסירט אין דיין אייפעד ווי אין איר.

הלואי, ווען איך גיי, קענען זאגן דעם אמת וואס טוט מיר וויי...


די ביסט א יודע מחשבות?
אבער צופעליג איז דאס בכלל נישט די קעיס. איך פארברענג מיט זי פון ווען איך קום אהיים פון ארבייט ביז ווען מען לייגט זיך. (אפי נאכן לייגן אויך) זי ווערט שוין נמאס פון מיר מסתמא אויך ;) ;)
מיין שאלה איז געווען אויף נאך אלעס ווען אונז ליגן שוין אין בעט, יעדער איינער לייגט זיך מיט עפעס. ווילסט מיך זאגן אז טאמער איינער לייגט זיך מיט א ברעסלבער ספר אדער קול מבשר שטערט עס די ווייב אויך?
וואס זאל איך טוען טאמער מיך ציהט מיין איי-פעד מער ווי ברעסלב קונטרוס אדער קול מבשר?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:37 pm
דורך ברסלבער
סליחה. איך האב נישט געמיינט צו זאגן אויף דיר, נאר אויף אזא סארט פראבלעם, אז אמאל קען זיין אז דאס איז די נקודה. ב"ה אז ביי דיר איז דאס נישט די קעיס.

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 11:30 pm
דורך ישמעאל הכהן
וואס זאגן מבינים וועלכע פון די פיר שער מאשינען צו קויפן, איך קען נישט אפמאכן וועלכע ס'איז די בעסטע. אדער קען איינער רעקאמענדן א בעסערע מאשין פאר די פרייז רענדזש. מוז זיין קארדלעס און האבן אדזשאסטעבל בלעידס (אזוי ווי די פיר פארמאגן)

1. http://www.amazon.com/gp/product/B004WI ... PDKIKX0DER

2. http://www.amazon.com/gp/product/B003CY ... PDKIKX0DER

3. http://www.amazon.com/gp/product/B004QH ... YXN1JW1DJR

4. http://www.amazon.com/gp/product/B00H9A ... PDKIKX0DER

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 11:44 pm
דורך אפטעמיסט
פאר דיר אדער דיין ווייב?

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 11:45 pm
דורך ישמעאל הכהן
ביידע

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 9:41 am
דורך שטאפענע קאפעליטש
איך דארף א עצה ס'זאל מיך נישט זיין אזוי שווער ארויס צו קומען פון בעט,
יעדער אנדערפרי ווער איך פלוצלינג א גאנצע חכם אין מאך חשבונות אז איך קען נאך ליגן אין בעט אפאר מינוט, אין למעשה צטל איך טייער דערפאר.
למשל יעצט ליג איך אין בעט ווען איך דארף זיין ערגעץ אין א שעה.
איך האב אלע חשבונות יעצט אין קאפ. איך דארף נישט קיין קאווע, איך.וועל נישט גיין אין מקווה, איךוועל כאפן דיצען אזזיגער מנין וגו'
למעשה איז אלץ קרעפ, איך דארף יא א קאווע, איך גיי יא גיין אין מקווה אין טזוו ווייטער,
עכ''פ אין נאר זיך איין מיט נארישע חשבונות כדי צו ליגן אין בעט נאך אפאר מינוט,
פליז א עצה

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 10:45 am
דורך ברוך שאמר
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:איך דארף א עצה ס'זאל מיך נישט זיין אזוי שווער ארויס צו קומען פון בעט,
יעדער אנדערפרי ווער איך פלוצלינג א גאנצע חכם אין מאך חשבונות אז איך קען נאך ליגן אין בעט אפאר מינוט, אין למעשה צטל איך טייער דערפאר.
למשל יעצט ליג איך אין בעט ווען איך דארף זיין ערגעץ אין א שעה.
איך האב אלע חשבונות יעצט אין קאפ. איך דארף נישט קיין קאווע, איך.וועל נישט גיין אין מקווה, איךוועל כאפן דיצען אזזיגער מנין וגו'
למעשה איז אלץ קרעפ, איך דארף יא א קאווע, איך גיי יא גיין אין מקווה אין טזוו ווייטער,
עכ''פ אין נאר זיך איין מיט נארישע חשבונות כדי צו ליגן אין בעט נאך אפאר מינוט,
פליז א עצה
זאג פאריענעם סארי נאט טאדעי קים ציריק מארגן ביטע !

נשלח: זונטאג יוני 21, 2015 2:26 pm
דורך לית דין בר נש
האט איינער א עצה אז די לעכט זאל נישט צורינען ווערן פון די עיר קאנדישען?
די עיר קאנדישען בלאזט נישט דירעקט אויף דעם, ס'הייסט איך לייג עס נישט אויפן טיש וואס דוירט בלאזט די עיר קאנדישען מער דירעקט נאר אפי' ווען עס איז אויף די זייט ווערט עס אויך אינגאנצן צורינען.
איך ווייס עס איז דא וואס ניצן די נירונים וואס גייט אין א גלאז און עס האט נישט דער פראבלעים אבער איך האב א שוואכקייט צו די לאנגע לעכט פינף שעה'יגע, איז דא פאר דעם אן עצה?

נשלח: זונטאג יוני 21, 2015 2:37 pm
דורך שמעקעדיג
הנני מצטרף לבקשתך.
עמך אנכי בטראבל. די נרונים אינעם גלאז האב איך שוין פרובירט אבער די גלעזער זענען פארשווארצט געווארן אזש א שאנדע פארן שבת טיש.
גארנישט קען ביעטן די שיינע לאנגע ווייסע ליכט, אבער עס ווערט מיר צערינען כסדר בפרט זומער ביי די עירקאנדישאן.

נשלח: זונטאג יוני 21, 2015 2:40 pm
דורך לית דין בר נש
שמעקעדיג האט געשריבן: אבער עס ווערט מיר צערינען כסדר בפרט זומער ביי די עירקאנדישאן.

די האסט עס סתם אזוי אויך אמאל אז עס ווערט צורינען?
איך ניץ נר מצוה אדער שמחה קענדלס און עס צורינט קיינמאל נישט נאר ווען די עיר קאנדישען ארבעט.

נשלח: זונטאג יוני 21, 2015 3:14 pm
דורך lazar
לית דין בר נש האט געשריבן:האט איינער א עצה אז די לעכט זאל נישט צורינען ווערן פון די עיר קאנדישען?
די עיר קאנדישען בלאזט נישט דירעקט אויף דעם, ס'הייסט איך לייג עס נישט אויפן טיש וואס דוירט בלאזט די עיר קאנדישען מער דירעקט נאר אפי' ווען עס איז אויף די זייט ווערט עס אויך אינגאנצן צורינען.
איך ווייס עס איז דא וואס ניצן די נירונים וואס גייט אין א גלאז און עס האט נישט דער פראבלעים אבער איך האב א שוואכקייט צו די לאנגע לעכט פינף שעה'יגע, איז דא פאר דעם אן עצה?

במשך די זומער וואכן צינדט מיין פרוי מיט טרעוול ליכט.

Re: עצות, טיפס וכדו'

נשלח: זונטאג יוני 21, 2015 4:51 pm
דורך יעלה ויבא
Keep them in the freezer all week it should help

Sent from my SPH-L720 using Tapatalk

ציפול־צייט

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 3:47 pm
דורך gergele
VERY IMPORTANT TO ADDRESS.....!!!
Hundreds of Yungeleit are b"h getting to RETIREMENT age.
Not everyone has a BUSINESS where he can go everyday.
He learns [has a Shiur] Morning & Night comes home 8:AM
At 11:AM he starts Yawning maybe i'm TIRED eats something
At 2:30pm he takes a Nap for an Hour NOW what ?? Would like
Have a SHIUR for an HOUR or TWO but it's NOT Organized......
Please OILEM T H I N K,,,,, & RECOMMEND
Bitul Meivy Lydei Shymus....

p.s.
Not everyone can sit and learn 6-8 hours a DAY

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 4:46 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:איך דארף א עצה ס'זאל מיך נישט זיין אזוי שווער ארויס צו קומען פון בעט,
יעדער אנדערפרי ווער איך פלוצלינג א גאנצע חכם אין מאך חשבונות אז איך קען נאך ליגן אין בעט אפאר מינוט, אין למעשה צטל איך טייער דערפאר.
למשל יעצט ליג איך אין בעט ווען איך דארף זיין ערגעץ אין א שעה.
איך האב אלע חשבונות יעצט אין קאפ. איך דארף נישט קיין קאווע, איך.וועל נישט גיין אין מקווה, איךוועל כאפן דיצען אזזיגער מנין וגו'
למעשה איז אלץ קרעפ, איך דארף יא א קאווע, איך גיי יא גיין אין מקווה אין טזוו ווייטער,
עכ''פ אין נאר זיך איין מיט נארישע חשבונות כדי צו ליגן אין בעט נאך אפאר מינוט,
פליז א עצה

לייג זיך צייטליך. וויפיעל קען א מענטש שלאפען. לייג זיך 11 אזייגער ביי 8 אזייגער וועט דיר דאס בעט אויסשפייען.

BITTUL

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 10:57 pm
דורך gergele
מש״כ אח״כ בס׳ היראה לרבינו
יוגה דבשובו מעסקיו אל ישב בטל דהבטלה מביא
לידי שעמוס. ועוד שח״ח אין לו שיטור מיי״ש,

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 12:10 am
דורך [NAMELESS]
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:איך דארף א עצה ס'זאל מיך נישט זיין אזוי שווער ארויס צו קומען פון בעט,
יעדער אנדערפרי ווער איך פלוצלינג א גאנצע חכם אין מאך חשבונות אז איך קען נאך ליגן אין בעט אפאר מינוט, אין למעשה צטל איך טייער דערפאר.
למשל יעצט ליג איך אין בעט ווען איך דארף זיין ערגעץ אין א שעה.
איך האב אלע חשבונות יעצט אין קאפ. איך דארף נישט קיין קאווע, איך.וועל נישט גיין אין מקווה, איךוועל כאפן דיצען אזזיגער מנין וגו'
למעשה איז אלץ קרעפ, איך דארף יא א קאווע, איך גיי יא גיין אין מקווה אין טזוו ווייטער,
עכ''פ אין נאר זיך איין מיט נארישע חשבונות כדי צו ליגן אין בעט נאך אפאר מינוט,
פליז א עצה

לייג זיך צייטליך. וויפיעל קען א מענטש שלאפען. לייג זיך 11 אזייגער ביי 8 אזייגער וועט דיר דאס בעט אויסשפייען.

וואס פארשטייסטו צו די חברה? די זעלבע פראבלעם איז ביים לייגען, מאכט כל מיני חשבונות אז ער האט נאך צייט זיך צו לייגען דארף נישט שלאפן מער ווי 4 1/2 שעה וכו' וכו' נאר דיבר הכתוב בהווה עס האט עם פונקט געכאפט אינדערפרי

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 11:06 am
דורך לית דין בר נש
רבותי איך האב שוין נישט געקלינט די פילטערס פון מיין עירין קדישין א לאנגע צייט דער פרייטאג האט מיר געכאפט א פרישקייט איך האב געוועקיומט אלע מיינע פילטערס און גוט אפגעוואשן, די תוצאה איז גיוועהן אז איך שפיר ממש ווי איך האב באקומען אלע נייע ברענד ניו עיר קאנדישאנס עס ארבעט א מחי' און קילט פיר פאכיג מער ווי עס האט געקילט לעצטע וואך.
נעמטס אראפ צעהן מינוט פון ענקער ביזי סקעדזשועל און וואשטס אויס די פילטערס עס וועט זיין אן אנדערע חודש תשרי!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 2:58 pm
דורך שטילע אינגערמאן
כבין הונגריג, וואס זאל איך באשטעלען צו עסען?

עצות, טיפס וכדו'

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 2:59 pm
דורך סאשי פיש
גיי פאר פליישיג, יעצט אימיטען טאג איז אלעס האלב פרייז ווי ביינאכט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 12:59 pm
דורך טמיר
זייער א גוטע זאך לעצטענס אנגעהויבן נוצן, נעמליך א reading mode אויף firefox browser, אנדערע בראוזערס ווייסעך נישט. עס נעמט א webpage מיט קליינע צושטיפטע ווערטער און מאכט עס הערליך שיין מסודר צו ליינען מיט גרויסע אותיות.
נישט מיט אלע webpages קען מען עס טון, עס איז דא אן אייקאון פון א בוק אין די רעכטע זייט פון url bar