נייע חודש'ליכע מאגאזין: 'מצליח'
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 681
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
- האט שוין געלייקט: 154 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל
חשבון האט געשריבן:מ'קומט דא אריין גאנץ שארף קעגן אים. איבערגעטריבענע גיאות ברענגט צו ברעכן, אמת. אבער ער האלט נאר ביי זיין ערשטע אויסגאבע פארוואס נישט געבן א טשענס אז ער אליין זאל זיך סעטלן מיט א מהלך?
Farvuss nisht s'kust gelt? !!
Yiden yossy has internet and 'vurshienlech' lient er do so y bash him so mush, someone hut zich genimen the mie tzi efenen a tzietung in yiddish vus intz lechtz mir azoi shtark. baklapt men aim azoi the biener??
Nochdaim raigt men zich az no body kimt aros fin the lecher.. Look somebody did come out in m'bamakelt aim!!
Yossy CHAZAK V'EMOTZ!!!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 862
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל
gehlungen האט געשריבן:חשבון האט געשריבן:מ'קומט דא אריין גאנץ שארף קעגן אים. איבערגעטריבענע גיאות ברענגט צו ברעכן, אמת. אבער ער האלט נאר ביי זיין ערשטע אויסגאבע פארוואס נישט געבן א טשענס אז ער אליין זאל זיך סעטלן מיט א מהלך?
Farvuss nisht s'kust gelt? !!
Yiden yossy has internet and 'vurshienlech' lient er do so y bash him so mush, someone hut zich genimen the mie tzi efenen a tzietung in yiddish vus intz lechtz mir azoi shtark. baklapt men aim azoi the biener??
Nochdaim raigt men zich az no body kimt aros fin the lecher.. Look somebody did come out in m'bamakelt aim!!
Yossy CHAZAK V'EMOTZ!!!
אז די שרייבסט ענגליש, ביטע שרייב אין ענגליש. עס איז שווער צו לייענען אידישע ווערטער אין ענגלישע אותיות.
ישר כח
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
יידל האט געשריבן:די פראבלעם איז אז אלע דריי ארטיקלן אויפן קאווער רעדן פון כמעט די זעלבע נושא אזוי אז די גאנצע מאגאזין שיינט ווי איין לאנגער ארטיקל. כ'וואלט געגליכן מער דייווערסיטי.
העראויס, ער איז נישט שולדיג אז די דריי נייעסן זענען די הויפט נייעס ביי כלל ישראל. טשארלס היינס מיט די צניעות זאלן נעקסטיים אפרוקן זייערע פראבלעמען און פונאדערשיידן אין צוויי מאנאטן....
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 681
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
- האט שוין געלייקט: 154 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל
sunbar האט געשריבן:gehlungen האט געשריבן:חשבון האט געשריבן:מ'קומט דא אריין גאנץ שארף קעגן אים. איבערגעטריבענע גיאות ברענגט צו ברעכן, אמת. אבער ער האלט נאר ביי זיין ערשטע אויסגאבע פארוואס נישט געבן א טשענס אז ער אליין זאל זיך סעטלן מיט א מהלך?
Farvuss nisht s'kust gelt? !!
Yiden yossy has internet and 'vurshienlech' lient er do so y bash him so mush, someone hut zich genimen the mie tzi efenen a tzietung in yiddish vus intz lechtz mir azoi shtark. baklapt men aim azoi the biener??
Nochdaim raigt men zich az no body kimt aros fin the lecher.. Look somebody did come out in m'bamakelt aim!!
Yossy CHAZAK V'EMOTZ!!!
אז די שרייבסט ענגליש, ביטע שרייב אין ענגליש. עס איז שווער צו לייענען אידישע ווערטער אין ענגלישע אותיות.
ישר כח
Every good thing 'kimt on shver. Nisht geferlich!!
אוי טאטי האט געשריבן:אינעווייניג.
איז עס נישט אויפן זעלבן טיש ווי די אונטערוואו איז געווארן אפגעראכטן?
בדרך אגב, האט איינער אפשר באמערקט אז רוב שרייבערס וואס נעמען זיך פארן מאגאזין האט מאקסימום 20 תגובות און ווייניגער? די החלטה מאכטס אליינס (מנהל, איך האב געמיינט עפעס אנדערש ווי די עולם דא האבן פארשטאנען, איך זאג צו...)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיין מיינונג האט געשריבן:כ'מיין נישט ח"ו קיין שלעכטס, דאכט זיך אבער אז דער שפילמאן האט א שטיקל היסטאריע פון פארמאכן מאגאזינען (ליין עפענען פאר איין אויסגאבע..). איך האף אז דאסמאל רעדט זיך עס שוין פון עפעס ערענסט, ווייל די אלע אויסגאבעס וואס ער האט ארויסגעגעבן ביז יעצט זענען געווען אויסטערליש אינטערעסאנט, עס האט פשוט נישט מאריך ימים געווען.
צווייטענס וויל איך פארשטיין וואס דער OJPAC איז, וואס גייען זיי אויפטון, ווער פינאצירט דאס, ווער זענען די פירער דערפון?
האסט אויסגעלאזט צייטשריפט
אדוואקאט האט געשריבן:
דער שפילמאן איז איינע פון די גרינדער פון דעם נייעם מאכטפולן ארגאניזאציע OJPAC - זייענדיג א טשאפלעין אין שפיטאל, און א עסקן פאר מערערע אידישע ארגאניזאציעס, א ענערגישער מאן וואס וועט קעמפפן ביז'ן סוף פאר וואס איז ריכטיג (פערזענליך מיטגעהאלטן) ארבעטענדיג מיט מערערע לאו אינפארסמענט אגענטורן איז ערווארטעט אז דער ארגאניזאציע וועט זיין א סוקסעס, און אויפטוהן דאס ריכטיגע. מיר וואונטשן אים און זיינע קאלעגעס פיל הצלחה און סייעתא דשמיא.
שמעקעדיג האט געשריבן:יא קופי, איך האלט אויך אזוי, מיט תמליונ'ס זון און האול-ווהיט קרעקער.
מען איז פארנומען שרייען אז קיינער טוט נישט, נישטא קיין ווארט-זאגער פארן יהדות החרדית,
לאמיר זעהן וואס וועט ער ברענגען צום טיש, ונזכה ונחי' ונראה.
און אויסער דעם, אויב גייסטו טיילן הילכיגע פראסקעס אין פנים, קען ער רופן די פאליציי, און והנה, א דריטע סומאטוכע וועט געבוירן ווערן למז"ט.
קופערניקעס, גיב זיך אכטונג פאר דו טיילסט אים א פאטש, זעהסט נישט וואס ער שרייבט? ער איז גוט מיט מערערע לאו אינפארסמענט אגענטורן. דאס איז נישט אוועקצומאכן. מ׳רעדט הער איך, פון די סי איי עי אויך!!
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
לעמאן דזשוס האט געשריבן:יידל האט געשריבן:די פראבלעם איז אז אלע דריי ארטיקלן אויפן קאווער רעדן פון כמעט די זעלבע נושא אזוי אז די גאנצע מאגאזין שיינט ווי איין לאנגער ארטיקל. כ'וואלט געגליכן מער דייווערסיטי.
העראויס, ער איז נישט שולדיג אז די דריי נייעסן זענען די הויפט נייעס ביי כלל ישראל. טשארלס היינס מיט די צניעות זאלן נעקסטיים אפרוקן זייערע פראבלעמען און פונאדערשיידן אין צוויי מאנאטן....
און וואס וועט יאסעלע סוכטמאכער טון ביזדערווייל?
האדם לא נברא אלא להתענג
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
טייערער הרב שפילמאן שליט"א
קודם כל וויל איך אויסדרוקן א יישר כח בשם אלע אונזערע חברים דא אין קאווע שטיבל אז איר האט גענומען די מי צו בארייכן כלל ישראל מיט נאך א פרישע אויסגאבע אויף דער אידישער שפראך. מיר אדמייערן דיין עפארט, און בכלל אז א יונגערמאן טוט עפעס צו דער זאך פאר פרנסה שעצן מיר אים אלע.
אויף דיין פערזענליכער פארלאנג אויף דער צווייטער זייט פון מצליח אז דו טוסט איינלאדענען דעם עולם זיך צו לאזן הערן א"כ גם אני אענה חלקי. והנותן מתנה לחבירו צריך להודיעו, מיינע ווערטער זענען ריין קאנסטראקטיוו קריטיק, בבחינת תשועה ברוב יועץ, וטובים השנים מן האחד, אבער אן די מינדעסטע שמץ זלזול ח"ו.
1.קודם איז דא די נקודה וואס איז שוין היפש בארירט געווארן דורך אנדערע דאס איז די אויסוואל פון ארטיקלען, מ'קען זאג אז כמעט אלע האבן די זעלבע פעסימיסטישע נאכטעם פון מקוה נייעס, אויסער די הלברשטאם ארטיקל, דאס איז שוין א קאפיטל היסטאריע, אבער ער זיצט דארט ווי אן אבל צווישן חתנים, ער געפינט זיך נישט עפעס דאס פלאץ, ווער האט מיך דא אהערגעלאדנט און פארוואס, און וועמען מאך איך קלוגער מיט וואס איך פארצייל.
2. נאך א נקודה וואס שוין בארירט איז א זאך וואס רופט זיך "רעפיוטישעיס", א שרייבער דארף "זייער" אבאכט געבן זיך נישט איבערצו'חזר'ן, אפילו פון איין פאראגראף צו דער צווייטער, און כל שכן נישט פון איין ארטיקל צו דער צווייטער. אז דו האסט אן עדיטאריעל מיטן קעפל "מיר וועלן דאס אויך איבערלעבן" האט נישט קיין שום זין אז דו זאלסט איבער'חזר'ן דעם סלאגאן אינמיטן די היינס ארטיקל, און נאך מיט די זעלבע ביליגע רעטאריק אקעגן נחום ראזענבערג דאס איז אויסגעדראשענע גאסיפ און אינטערעסירט נישט קיינעם, און אויך נישט ווען דו רעדסט פון דעם 2000 יעריגן גלות.
די זעלבע איז מיט די סטעטעסקאפ ארטיקל, דו קריטיקירסט בלומבערג, גיבסט אים שיינע טיטלען מעדעצינישע צאר וכדו', זייער שיין, אבער פארוואס זאל איך דאס אלעס דארפן איבערליינען עטליכע בלעטער שפעטער?!
3. די גראמאטיק. עס איז מיר שווער צו גלייבן אז איר האט שוין אמאל געשריבן פאר א פראפעסיאנעלער רעדאקטער, ווייל ער וואלט אייך אין איין מינוט אויפגעוויזן אז איר זענט פשוט נישט באהאווענט אין די סאמע יסודות פון גראמאטיק, אזעלכע חילוקים ווי די ווערטער, און אין, די דו, אלץ אלס, ווי וואו, און נאך, וואלט איר געוואויר געווארן אויב סיי וועלכער עקספיריענסט מגיה וואלט אייך א אמאל מגיה געווען.
בכלל זענען דא אויסנאם אסאך "טייפאוס" און גרייזן וואס נעמט אוועק די אפעטיט צו ליינען.
און נאכדעם איז דא אסאך ווערטער וואס איר זענט פשוט נישט באקאנט וויאזוי היינטיגע שרייבער לייגן דאס אויס א משל: ספעציל, קריטיג, גראפיג, טויזענטער, סאטמארע, אמעריקאנע, און פילע נאך, די אלע שטרעכעלעך וואס דו מאכסט פון אויבן ' זענען אומוויכטיג, ואטו כי רוכלא. נאך א כלל פאר א ווארט וואס הויבט זיך אן מיט אן 'א' אדער 'ע' ווי למשל עראפלאן, אפוטרופוס, שרייבט מען "אן" נישט "א", רוב "ה" קענסטו ארויסנעמען טוהסט, זעהסט, וכו' ס'פעלט נישט אויס.
4. בנין נערים סתירה. א בלינדער זעט אז אלע ארטיקלען האבן דעם זעלבן שרייבער, חוץ אפשר די אנהויב פון זעליג ברוקלינער'ס ארטיקל איז א צווייטער, אבער שפעטער נעמט איר איבער. איז קודם כל איז דא א כלל פון "פראפיזיציע" וואס דאס לערנט ווען מ'ניצט די ווערטער דעם, דאס, די, דער, און נאך פארשידענע פרטים אין גראמאטיק וואס איז זענט נישט באקאנט. אויף דעם איז די עצה אז מ'לערנט קען מען.
און נאך א נקודה ס'איז אביסל א דקות'דיגע ענין אבער כ'וועל פרובירן מסביר זיין לאות הוקרה, יעדע פאראגראף דארף האבן א קאמפאזיציע, א טאקט אן אויסלאגע, למשל מ'קען שרייבן: פרעזידענט אבאמע וועלכע איז א שווארצער וועלכע האט געווינען א צווייטן טערמין וועלכע האט געפירט א קאמף מיט די רעפובליקאנער וועלכע האט געפירט אז מ'זאל נישט דארפן אראפגליטשען דעם פיסקל קליף וועלכע וואלט געווען א געפאר פאר די אמעריקאנער בירגער וועלכע וואלט געשניטן דזשאבס וכו', אדער קען מען זאגן די זעלבע זאך מיט א שענערער אפעטיטליכער אויסלאגע: פרעזידענט אבאמא איז ווי באקאנט דער ערשטער שווארצער פרעזידענט. נאכ'ן געווינען זיין צווייטן טערמין האט ער זיך ארויסגעלאזט אין א העפטיגן קאמף אקעגן די רעפובליקאנער צו פארמיידן די אזויגערופענע "פיסקל קליף" וואס וואלט שווער אויסגעקלאפט אויף די אמעריקאנער באפעלקערונג וכו'.
איר כאפט דעם חילוק? דאס ניצן "וועלכע" עטליכע מאל אין א פאראגראף ברענגט ממש צום לאכן, און בכלל, פאר א זכר שרייבט מען "וועלכער" און פאר א נקיבה אדער א רבים שרייבט מען וועלכע.
5. די זעלבע איז מיט אן ארטיקל, עס דארף האבן אן אנהויב, א סוף, און אן אינדערמיט, מ'קען נישט מישן, דו הייבסט אן מיט די היסטאריע פון "היינס" דו ווערסט פארשוואונדן, נאכדעם קומסטו צוריק צו זיין יוגנט, ס'קלאפט נישט. בכלל דארפסטו בלייבן מיט דיין מעסעדזש, איך קען נאך "אלץ" (נישט אלס) נישט באשליסן אויב דו האלטסט אז היינס איז גוט אדער נישט.
6. בנגוע די אינטערוויו. געבסט עס א נאמען "כלל ישראל אונטער אטאקע" (מ'שרייבט נישט אינטער, נישטא אזא ווארט, און אגב כ'האב נישט געזען היימישע שרייבער זאלן ניצן דאס ווארט יארע), אפשר מעג איך וויסן וואס איז די אטאקע? און פון וועמען?, בסך הכל איז דאס אן ארעמער ארטיקל איבער יוסי'ס לעבנס געשיכטע אן אסאך פרטים, קאנטרעוועריסאלע ווי נישט קאנטרעווערסיאלע, זיינע געגט'ע עלטערן, זיין שטודירן אין קאלעדזש, זיין רעדן אויף קול מבשר, זיין העלפן א סענאטאר וואס איך געדענק נישט דעם נאמען, זיין ארבעטן פאר די עמי, זיין וועבזייטל, זיין טוויטער אקאוינט, און בעיקר זיין לויפן פאר קאנגרעסמאן... בקיצור ס'האט נישט קיין חידושים (אויסער אז יוסי האט א נייע דזשאב...) רוב זאכן איז שוין געשטאנען אין דער עמי און א טראפקעלע רעדט ער אז די מידיא האט אונז פיינט, אויך נישט אויף אן אינפארמאטיווע אופן, און שוין.
(בכלל איז יוסי נישט דער מענטש וועמען מ'דארף איצט אינטערוויאוען אפשר הייקינד, נידערמאן, איך ווייס נישט וועמען אבער ער קומט נישט קיין סאך אריין אינעם בילד)
און אז דו ווילסט באשרייבן א נייע ארגאניזאציע, און סך הכל אינפארמירסטו דיינע ליינער אז ס'האט שוין א פי.או. באקס און מ'קען שיקן נדבות, מאכסטו חוזק פון די אלע וואס האבן אינוועסטעט 4.50.
צום שלוס וויל איך דיר זאגן "לך בכחך זה", מצליח וועט נאך זיין איין טאג תמים גאנץ אן א פעלער, דו טוסט גוטס, און מיר וואונטשן אלע דו זאלסט מצליח זיין.
אוהבך,
מ"ז
און זיי נישט מגיה דעם ארטיקל ווייל קיינער האט נישט געצאלט דערפאר... און נאך א נקודה מ'שרייבט קיינמאל נישט מער אדער ווייניגער ווי 3 פינטעלעך אזוי... און נאך א טעות מ'שרייבט נישט מושן נאר מישן, אריינגעמישט, צומישט וכו'.

צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
מאראנצן זאפט דיין רעצענזיע איבערן לא יוצלח איז זייער מצליח'דיג!
די ביסטו זייער געלונגען, די פארשטייסט זייער גוט צו לייען מאטריאל, און בנוסף צו אלעס ביסטו א שטארקער מענטשן ליבהאבער, און די געסט א שאנס פאר שפילמאן צו מאכן דעם לא יוצלח פאר מצליח, אבער איך האלט אז דיין רחמנות איז שלא במקומו:
עס איז באוואוסט די שפריכווארט: איינער האט עמיצן געפרעגט אינפארמאציע אויף א בחור פאר א שידוך, און די ענטפער איז געווען "ער איז א גוטער בחור, אבער ער קען נישט שיין זינגען" דער פארוואונדערטער שואל האט געפרעגט "נו, הלמאי, מה בכך, ער קען נישט זינגען?" און דער משיב האט אים אלעס אויסגעקלארט "יא, אבער ער גייט ארום צו אלע חתונות זינגען....."
ווען איינער קען נישט זינגען פעלט אים די חוש הנגינה, אבער ווען איינער וועמען עס פעלט חוש הנגינה זינגט, איז ער שטאטס נער.
און ווער איז שולדיג אין דעם אז דער בחור איז שטאטס נער? דער וואס האט אים געזאגט "די וועסט נאך איין טאג זיין א הערליכע חזן"...
איך פארשטיי דיין רחמנות, אבער אויב דער מצליח קען נישט שרייבן, ער האט נישט קיין איין רייכע ארטיקל, ער האט נישטאמאל מצליח געווען צו אינטערוויוען איין אינטערסאנטע פערזענליכקייט, זיין ספעלינג איז שוואך, און ער פארשטייט נישט צו די א"ב. פארוואס אים מכשיל זיין?
עס איז גארנישט שלעכט אז מען קען נישט שרייבן, אבער ארויסגעבן א מאגעזין און נישט קענען שרייבן איז שוין שטאטס נער!
די גראפיק איז נישט שלעכט, און זיין קוראזש איז אויך א מעלה, אלזא, אויב איז ער א גוטער ארגאנאזירער קען ער מאכן אן אויסגאבע דורך נעמען אפאר גוטע שרייבער, און ער זאל מאכן די גראפיקס און די פרינטינג.
אדאנק די פאלשע רחמנות אונזערע, און די געבן קאמפלימענטן ווי זיי זענען אומבארעכטיגט האבן מיר אומלייסענסד טעראפיסטן וואס זענען זייער פאפולער, רפואה יועצים וואס ווייסן נישט וואס טוט זיך, מאגאזינען וואס האבן נישט קיין טעם, און רעדנער וואס רעדן נישט צו די זאך, מען דארף זיין רחמנות'דיג, אבער ווי? א דרשה ביי א שבע ברכות קען יעדער געבן, און מען דארף קאמפלימענטירן, פורים רב קען יעדער זיין, און מען דארף דעם פורים רב מאכן שפירן אז ער איז ממש א צווייטער חיים מענדל, אבער מען דארף פאדערן פראפעסיאנאליזם, און ווען דער שבע ברכות דרשן וויל ווערן דער ראש המדברים און דער פורים רב וויל יעדע נאכט אויפהאלטן מענטשן ביי חתונות, דארף מען זיי אפשטעלן!
שפילמאן, די ביסטו א פיינער יונגערמאן, די האסט כשרונות, די שרייבסט נישט שלעכט, דהיינו, אין קאווע שטיבל וואלסטו געווען גוט, אבער די קענסטו נישט אליין ארויסגעבן א מאגאזין, און יאסי איז א שוואכער פייגנ-בלעטל.

מאראנצןזאפט ביזטו געשטאנען אונטער מיין טיר דעם פרייטאג נאכט און אונטערגעהערט מיינע אויסברוכן אויפ׳ן ׳מצליח׳??
מאראנצןזאפט׳ס לאנגע מגילה...
ועוד איך האב נישט קיין אהנונג נישט וואס דער מאגאזין וויל? די ארטיקלען האבן נישט קיין אנהייב, קיין אריינפיר, און קיין שלוס... די בילדער האבן נישט קיינע ווערטער אונטער זיך....שוין ביים ערשטן אויסגאבע לאזט זיך. דער מאגאזין וואיל גיין און וויצלט ארום מיט די ליינער...עס עפענט זיך א מאגאזין אן קיין אויספירליכע ארטיקל איבער וועלכן חלל זי איז אויסן אנציפולן! עס מעלדט מיט פאטאס איבער א שטאב קארעספאנדאטן וואס וועלן ארומפליען אמעריקא פאר עס באריכט עפעס זאכליך פון די נאנט!!
מאראנצןזאפט׳ס לאנגע מגילה...
ועוד איך האב נישט קיין אהנונג נישט וואס דער מאגאזין וויל? די ארטיקלען האבן נישט קיין אנהייב, קיין אריינפיר, און קיין שלוס... די בילדער האבן נישט קיינע ווערטער אונטער זיך....שוין ביים ערשטן אויסגאבע לאזט זיך. דער מאגאזין וואיל גיין און וויצלט ארום מיט די ליינער...עס עפענט זיך א מאגאזין אן קיין אויספירליכע ארטיקל איבער וועלכן חלל זי איז אויסן אנציפולן! עס מעלדט מיט פאטאס איבער א שטאב קארעספאנדאטן וואס וועלן ארומפליען אמעריקא פאר עס באריכט עפעס זאכליך פון די נאנט!!
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
קופי, יישר כח פאר די לייק און פאר די קאפלימענטן, ולהוי ידוע איך האב נישט געהאט דעם מצליח פאר מיר, כ'האב נאר געשריבן פון זכרון. איך וויל טאקע ארויסברענגען אז הרב שפילמאן איז אן ערשטקלאסיגער גראפיק דעזיינער בבחינת 2 טאמבס אפ.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 13, 2012 4:31 am
- האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
קודם כל: ווען שפילמאן האט געשריבן אז יעדער איז העפליך געלאדנט צו קאמענטירן האט ער צוגעשטעלט א ספעציעלער אימעיל אדרעס ווי מען קען שרייבן. דאס אז דו שרייבסט די אלע נעגעטיווע קאמענטארן, און קריטיק אין פובליק, מיינסטו דערמיט זיכער נישט זיין טובה, און דאס איז א בלויזער קנאה אויסברוך, וואס אויף דעם קען מען בלויז זאגען: יצא עינך! און דער הונט בילד און דער באן פארט ווייטער.
דאס אז געשטעטנער האט שוין דערמאנט עטליכע פוינטס אין עמי, מיינט נאכנישט אז עס קען נישט דערמאנט ווערן אין 'מצליח', ווייל נישט יעדער ליינט עמי ביי אונזער עולם.
מען זעהט קלאר אויף די פערזענליכע אטאקעס קעגן יוסי און שפילמאן אז דא רעדט מען פון וויסטע אומפארגינערס און אומצופרידענע פארזאנען. ס'איז דא א שפריך ווארט: If you have a problem with me, tell me. Not everybody else
ווען דו מיינסט ווען זיין טובה און סוקסעס וואלסטו געשיקט דיינע הערות צום אימעיל. און נישט עס פובלוצירט אין קאווע שטובל.
אבער באמת איז א שאד זיך צו האמפערן מיט דיר, דער באן וועט ווייטער פארן, איך גלויב דו פאר מיסטעיק'ס וועלן פארראכטן ווערן, און מיר אלע ווינטשן אים ער זאל טאקע "מצליח" זיין. ווי איך הער גייט עס ב"ה שטערקער ווי געראכטן. איין ארטיקל נאך דו אנדערע זענען פיל מיט תוכן, שכל'דיג און פארזיכטיג געשריבן, איך זעה דאס האסטו יא באמערקט אז ביי דער היינס ארטיקל ווייסטו נישט צו ער איז קעגן היינס אדער פאר היינס, דאס דוכט זיך מיר איז א קאמפלימענט פארן שרייבער וואס האט עס געשריבן פארזיכטיג און געניט.
אהרן יוסל איך קען דיר פון ישיבה א ווארעם הארץ, א בר דעת, וועסט אוודאי מצליח זיין, איבערהויפט מיט דיין זעלטענע קוראזש און כח להשפיע, איך פערזענליך קען מעיד זיין, אן ערליכע אינגערמאן, אן קיין פשרות, א קעמפער אלל דע וועי, פארוואס ס'איז ריכטיג. ס'איז א שאד אייער מערכה, שפילמאן וועט אייך עניוועי איינשלינגען אי"ה
כ'קען קוים ווארטן פאר דו קומענדיגע אויסגאבע איך גלויב ס'וועט איבערשטייגען די ערשטע, יאופ, סאיז ווערד געווען די 4:50

כלל ישראל אונטער שווערע אטאקע פון מאראנצן-זאפט
ווי שוין פאראויסגעזען דורך אונזערע געניטע פאליטישע ראטגעבער, איז אונזער וועלט בארימטע אויסגאבע, דער אומאפהענגיקער שופר של איל פון גאנץ כלל ישראל וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך די מאכטפולע ארגאניזיציע וואס ארבעט אימערמידליך צו באשיצן אידישע קינדער, געקומען אונטער א ווילדע אטאקע פון דעם טרויעריג בארימטן קריטיק צאר "מאראנצן-זאפט." מיט דעם וואס מאראנצן זאפט אטאקירט די איינציגע שופר פון כלל ישראל וואס פארטרעט די שווערע הונדערטער טויזנטער מאסן וואס זענען פאראייניגט אקעגן די מלחמת חרמה וואס מיר האבן אויסצושטיין פון אונזערע שונאים, נעמט ער אוועק דער איינציגער מיטל וואס איז פארבליבן זיך צו שיצן אקעגן די שווערע קאנאנען וועלכע זענען געצילט אויף אונז. דערמיט האט ער זיך צוגעשטעלט מיט די שונאי הדת וואס ארבעטן שוין איבער צוויי טויזנט יאר צו צוטרעטן דאס יהדות החרדית פון דעם ארטאדאקסישן אומאפהענגיקן אידנטום, און אלס רעזולטאט איז יעדעס אידיש נפש פון גאנץ גרעיטער ניו יארק אונטער א באלדיגע סכנה פון אונטערגאנג.
דער קריזיס איז בליץ שנעל אויפגעכאפט געווארן דורך די געטרייע עסקנים פון די וועלט בארימטע מאכטפולע או דזשעי סטימולוס פעק. וואס האבן תיכף ומיד געמאלדן אז זיי נעמען אן די בעסטע מיטלען צו באקעמפן דעם שרעקליכן מצב אין וואס כלל ישראל געפינט זיך זינט די ווילדע אנטיסעמיטישע ווערטער וואס מאראנצן-זאפט האט געלאזט פאלן, און אויפ'ן ראט פון א שטאב פון געניטע פאבליק רילעישאנס פראפעסארן האט מען באלד צוזאמגעשטעלט א פעטיציע צום ווייסן הויז וואס פאדערט אויף פון פרעזידענט אבאמא צו פערזענליך אינטערווענירן און ארויסגעבן אן עקזעקוטיוו ארדער וואס וועט ארויפלייגן א פארבאט אויף מאראנצן-זאפט צו שרייבן אין קאווע שטיבל. עס ווערט אונטערגעשטראכן אין דעם נוסח פונ'ם פעטיציע אז דאס בעסטע וואלט געווען אויב מען אסר'ט אים דאס גאנצע באנוץ פון א קיעבאורד, ווייל לויט די הויגעשעצטע פראפעסיאנאלן ווערט געשאצט אז מאראנצן טוט אפ זיין שעדליכע ארבעט דורך א קיעבאורד, און דורך דעם נייעם פארבאט וואס וועט ווערן אנגערופן "שפילמאנ'ס געזעץ" און וועט אסר'ן פאר דעם טרויעריג בארימטן מאראנצן-זאפט צו פארמאגן א קיעבאורד, וועט מען אומשעדליך מאכן דעם נייעם געפאר אין וואס גאנץ כלל ישראל איז ליידער אויסגעשטעלט, בשעת מיר ווייסן נישט וואס די נעקסטע מינוט וועט ברענגען אזוי לאנג ווי מאראנצן האט נאך צוטריט צו א קיעבאורד.
אבער נישט געזארגט, טייערע ברידער, א דאנק די נארוואז געגרינדעטע מאכטפולע ארגאניזאציע און די וועלט בארימטע צייטשריפט איז דער מצב ביי גאנץ כלל ישראל נישט אזוי ווי אמאל ווען מיר האבן נישט געהאט קיין שום ווארט אין די הויכע פענסטער אין וואשינגטאן, נאר יעצט דארפן מיר בלויז זאגן "מיר פארטרעטן מצליח", און אלע טויערן פון די הויכע אינסטאנצן פאר וועמען דער מצליח ווערט איבערגעזעצט אויף ענגליש מדי חודש בחדשו ווערט געעפנט אן קיין שום שוועריגקייטן. ובשם ה' נעשה ונצליח!

- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
סתם פאר די העק אוו איט. טעקסט מיר א חבר פריער מיט א לינק צו דעם אשכול און שרייבט דו מוזט זען ווי שמעון ראלניצקי מיט אהרן יוסל שפילמאן רייסן זיך ביי די קעפ אויף קאווע שטיבל. איך בין פארשטייט זיך אריינגעקומען, זע איך 2 ניקס אויף די אפענסיווע און דעפענסיווע. איז קודם כל זאל קלארגעשטעלט ווערן - פון עקספיריענס - אז נישט ווייל מאראנצן זאפט רייסט אזוי אראפ 'מצליח' ווער ער שמעון ראלניצקי, און נישט ווייל 'אדוואקאט' נעמט זיך אן פאר 'מצליח' ווערט ער אהרן יוסל שפילמאן. די וועלט איז היינט גענוג ברייט און גרויס אז ס'זענען דא נאך מענטשן, לצד זה ולצד זה, וואס האבן א מיינונג אין יעדע נושא, און נישט ווייל זיי רעדן אזוי קלאר און שארף מיינט דאס אז זיי זענען די באטראפענע.
יעצט בנוגע דעם עצם מאגאזין האב איך געליינט דעם מצלחי און מאראנצן זאפט'ס אנאליז שטעלט זיך ארויס צו זיין זייער גערעכט, און איך האלט ווי יאנקל אז דאס איז קאנטסראקטיוו קריטיק און נישט סתם א נעגאטיווער אטאקע. אדרבא קיינער האלט נישט אז ביי אויסגאבע נומבער 1 דארף עס שוין זיין א דבר השלם, ער האט א לאנגע וועג צו גיין, און מיטן הילף פונעם ציבור קען ער עס מאכן.
אז מ'רעדט שוין, די טייפאו'ס האבן מיך ממש אויפגערעגט, אפן און גראבע טייפאו'ס וואס מ'זעט שוין נישט אפילו אין בלאט היינט צוטאגס... וועגן די ארטיקלען איז יש ויש, אבער ווי שוין ערווענט זענען אלע ארטיקלען זייער מלחמה'דיג, כלל ישראל איז אונטער אטאקע, היינס אונטער אטאקע, וויליאמסבורגער געשעפטן אונטער אטאקע, יאנקל ראזענבוים אונטער אטאקע, דער עדיטאריעל שטיפט אונז אונטער אן אטאקע. עס מעגן אויך זיין אביסל סאלידערע ארטיקלען נישט נאר אזאכע ווילדער דראמא שטיקלעך. (נניח אז ער וויל גיין אויפן סטייל פון "בינה", וואס האט יעדע וואך איין טאפיק וואס זיי קענטן אויס לארכה ולרחבה מיט עטליכע ארטיקלען, דארף ער נאך אויך א תיקון גדול ואכמ"ל)
עכ"פ, עס בלייבט צום האפן אז אויף נעקסטע חודש וועט ער זיך פארבעסערן, און מיר וועלן זיין מער ווי צופרידן צו קענען צוריקקומען נעקסטן חודש דערציילן פארן ציבור די גוטע נייעס אז 'מצליח' האט מצליח געווען...
נ.ב. איך ווארט נאך אלץ תשובה צי איינער ווייסט וואס די ארגענעזאציע OJPAC גייט טון.

'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 13, 2012 4:31 am
- האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
סוואלט באמת געווען א פארגעניגען צו זעהן ווי די צוויי רעדאקטארן ראלניצקי און שפילמאן רייסן זיך ארום, צוויי שארפע פערזאנען מיט פליסיגע פעדערן. אבער כ'מיין אז דאס וועט נישט אזוי שנעל פאסירן. לויט וויפיל איך ווייס זענען זיי זייער נאנט איינעם מיטן אנדערן, און שטיצן זיך אונטער איינעם דעם צווייטן זייער שטארק.
ווען איך האב געפרעגט שפילמאן צו ער שרייבט אויף קאווע שטובל האט ער מיר געזאגט אז אויב באשלוסט ער זיך צו לאזן הערן אויף קאווע שטובל, וועט ער שרייבן אדער אונטער זיין נאמען אהרן יוסף שפילמאן, אדער אונטער מצליח. און ער וועט זיך נישט אויסבאהאלטן. לאמיר האפן ער וועט באשליסן ארויפצוקומען דא, כ'מיין דער עולם וואלט דערפון שטארק הנאה געהאט.
בנוגע די ספעלינג מיסטעיקס זאגט ער אז ער ווייסט דערפון, און סאיז געווען א טעכנישע פעלער וואס וועט אי"ה מער נישט פאסירן, ער האט איצט אויפגענומען א פרישער עקספיריענס מגיה וואס ווי ער זאגט לייגט ער גאר שטארקע דגוש אז דאס זאל זיך נישט נאכאמאל איבערשפילן. לאמיר טאקע האפן אויף דעם.

על ראשון ראשון. אז ראלניצקי שטיצט מצליח קען עס זיין איינע פון די צוויי;
אדער האלט ער נישט אז ענק זענען א סכנה פאר זיין מאגאזין וואס דאס איז ביטערע נייעס פאר ענק.
אדער איז ער א זעלבסמערדער, וואס ווי ווייט איך קען אים, איז ער דאס בכלל נישט.
שנית, אדרבה, זאל ער ארויפקומען דא און אונז מהנה זיין מיט זיינע ידיעות (איך מיין עס ערענסט).
שלישקעס, קענסט מיר מסביר זיין ווי אזוי אזא טעכנישע פעלער פאלט אריין? קומט ער רשע דער קאמפיוטער און טוישט ווערטער כדי עס זאל ״נישט״ שטומען מיט די כללים??

- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
איך האב נישט געליינט די אויסגאבע (איך נעם נישט אריין אינדערהיים מאגאזינען אן קיין הכשר) אבער איך מיין אז עס לוינט זיך יא עס ארויסצוגעבן בלויז פאר די געשמאקע אשכול דא, ווי עס גיסן זיך גוטע ווערטער און רעיונות פון ביידע צדדים.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)