בלאט 4 פון 4

נשלח: פרייטאג פעברואר 15, 2013 3:28 pm
דורך אוהב דעת
sefish האט געשריבן:nobody will dare say that its you

since you're the supposedly "know it all" Nik, to whom respect needs to be given

איך האב יידל טיף אין דער ערד, קיינער האט דא נישט מורא פון קיינעם ,איך דארף גארנישט פון עם, איך האב קיינמאל נישט געטשעקט צו איך האב אפי באקומען א לייק פון עם, די sefish זאלסט מיר מוחל זיין בוזט נישט מסודר, מדארף די מנהלם שטארק מכר טובה זיין, איך וועל דיר זאגען נאכמער שוין חדשים וואס איך בעט רשות צו אחורי און איך בין נאך אלס נישט דארט, און איך שוין מער פון 300 תגובת, סאיז מיר נישט איינגעפאלען אין ווילסטען חלום צו האבען עפעס טענות אויף זיי...
האב א גוט שבת

נשלח: פרייטאג פעברואר 15, 2013 5:04 pm
דורך לאדיך אפ
בין איך די איינציגסטער וואס מיינט אז סעפיש האט דא נאך א ניק....?

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 4:23 pm
דורך randy_couture
אוהב דעת האט געשריבן:
sefish האט געשריבן:nobody will dare say that its you

since you're the supposedly "know it all" Nik, to whom respect needs to be given

איך האב יידל טיף אין דער ערד, קיינער האט דא נישט מורא פון קיינעם ,איך דארף גארנישט פון עם, איך האב קיינמאל נישט געטשעקט צו איך האב אפי באקומען א לייק פון עם, די sefish זאלסט מיר מוחל זיין בוזט נישט מסודר, מדארף די מנהלם שטארק מכר טובה זיין, איך וועל דיר זאגען נאכמער שוין חדשים וואס איך בעט רשות צו אחורי און איך בין נאך אלס נישט דארט, און איך שוין מער פון 300 תגובת, סאיז מיר נישט איינגעפאלען אין ווילסטען חלום צו האבען עפעס טענות אויף זיי...
האב א גוט שבת

wow! you still not in? and you have 300 posts. I guess then I can forget it . do they even bother opening others

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 4:28 pm
דורך אוהב דעת
listan im not paying tham for the job i have no tanos on tham

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 5:36 pm
דורך נייגעריגער
אוהב'ל טייערער:
וועמען פון די הנהלה האסטו פראבירט? קוק מיר אן מיט מיינע בערך 150 תגובות און יא איך בין ב"ה אינסייד!!!!
כ'ווייס נישט וואסארא פראבלעם דו האסט?
און ס'האט מיר אויכעט נישט גענומען א טאג צוויי אבער אין דער ענדע בין'ך אינעווייניג!!

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 5:43 pm
דורך זר זהב
אין איך האב שוין 5900 תגובות געשריבן איך בין אויך נישט אינווייניג, איך האב נישט קיין טענות. איך בין דאנקבאר פאר אזא היימישן מקום וואס איך באקום פאפרי, און די אלע וואס שטייען דערונטער זענען מיר גארנישט שולדיג.

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 5:49 pm
דורך נייגעריגער
אנטשולדיגט פארן זיין א לועג לרש, צוגיסענדיג זאלץ אויף ענקערע וואונדען!!!
כ'בין באמת סארי אז אזעלכע גוטע סחורה באטיילוגען זיך נישט אין די מאחורי שמועסן :evil:
אבער כ'מיין עס אמת'דיג וויאזוי קען עס טאקע זיין??? איך האב גארנישט קיין ספעציעלע פארבינדוגען מיט די העכערע פענסטער??

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 6:33 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:אין איך האב שוין 5900 תגובות געשריבן איך בין אויך נישט אינווייניג, איך האב נישט קיין טענות. איך בין דאנקבאר פאר אזא היימישן מקום וואס איך באקום פאפרי, און די אלע וואס שטייען דערונטער זענען מיר גארנישט שולדיג.

דו ביסט שוין געווען אינעווייניג, קען זיין ביסט געווארן אויסגעשפארט ווען דו האסט גענומען דיין וואקאציע.

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 7:40 pm
דורך גאלד
זר זהב האט געשריבן:אין איך האב שוין 5900 תגובות געשריבן איך בין אויך נישט אינווייניג, איך האב נישט קיין טענות. איך בין דאנקבאר פאר אזא היימישן מקום וואס איך באקום פאפרי, און די אלע וואס שטייען דערונטער זענען מיר גארנישט שולדיג.


שלום עליכם ידידי מקדם, א פארגעניגן דיך צו זעהן דא צוריק,

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 12:42 pm
דורך האלבע שיך
אהערגעברענגט פון דא.

הוגה האט געשריבן:פערינא, שכח פארן אהער ברענגען. ס'נישט קיין שלעכטער פשט. ווער איז דער דזשאו הגדול?



דזשאו הגדול (הנודע בפי כל ׳ביג דזשאו׳) איז א טאלאנטפולע רייכע שרייבער אויף עטליכע וואטס-אפ גרופעס. ער שרייבט עטליכע ארטיקעליך א וואך בעניינים העומדים ברומו של עולם. למשל (די לעצטע פאר ארטיקלעך) געי מערידזש, אבארשעין, ציונות, גיוס בחורי ישיבות, מציצה בפה און פארשטייט זיך אויך בענייני הבלים; חתונה תקנות, גאליציע vs אונגארין, פרה אדומה און וואסער פון די אבני הכותל, איסור פון פרויען זיך צו גאלען דאס קאפ וגם בענייני חקירה, חסידות ופליסופי׳.

איך שטעל מיך פאר אז ער שרייבט נישט דא, פאר די זעלבע סיבות וואס אסאך גוטע שרייבערס וואס איך קען פון וואטס-אפ קומען נישט אהער, דהיינו מ׳באקומט נאר א לימיטיד עקסעס, א גוטע שרייבער אויפ וואטס-אפ איז גלייך מיט יעדעם אויפ זיין גרופע, דא איז דא first class citizens וואס קענען אריין גיין מאחורי דאס רגע די שמועס ווערט אינטרעסאנט, און לאזן דאס שרייבער מיט א אפען מויל, דאס הויזן אראפ ביזן קניען און מיט א רייכע אפעטיט, שטיין אליין מיט נאך קליין קעפיגע רעאגירעס בשעת די סלתה ושמנה פון אינזער קהילה גייט זיך און די עולמות העליונים הנעולים שמועסן צווישען זיך.

אמאל האט מען דאס געדארפט ווייל דא איז געווען די איינציגסטע סטאנציע ווי א קלוג איד׳ל האט זיך געקענט ארויסגעבען, ממילא האט מען געווארט מיט געדולדט ביז מאיז געווארן ׳אקסעפטעד׳ אריין אינעם ׳גימויזשאכץ׳, אבער היינט איכא דרכי אחרינא, פארוואס זאל א יונגערמאן אפשרייבן ארטיקעליך אין זעהן ווי ער איז א אזרח סוג ב׳, ווי איידער עפענען א גרופע און האבן דארט גלייכע רעכטן מיט יעדע איינעם?!?!

נב. איך האב געפענט די ניק דאס צו שרייבן, בתוך עמי אני יושב, איך האב יא צוטריט צו מאחורי, אבער זעקת בני ישראל אני שומע, קול דמי אחינו צועקים מן האדמה... און מ׳דארף א בעסערע סיסטעם ווי עס איז דא יעצט אויפ וועמען אריין צו לאזן און וועם נישט. און פאר מיינע ברודערס די פשוטי עם, אלה אשר לא זכו, דו וואס לעכצן אריין צו קומען מאחורי, דו וואס האפן אז זייער האפענוג וועט ערפילט ווערן (נכסף נכספתי) וויל איך זאגען אז דארט איז נישט יעדע א גרויסע חכם אדער שרייבער, עס איז דא דארט פונקט אזעלעכע קטני הדעת ווי דא אינדרויסען, דו איינציגע סיבה פארוואס דארט זעהט אויס ווי א עולם השלם איז ווייל דו ווייסט אז דו האסט נישט קיין צוטריט דארט בבחי׳ די גראז איז אייביג מער גרין...

ונסיים בברכת הדיוט
ויקיום בנו ומלאה הארץ דעה, און מ׳זאל שוין נישט באדארפן די צימצום און הגבלה פון מאחורי, ווייל די גאנצע וועלט וועט האבן די זעלבע דעות ווי עס איז דא דארט בב״א

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 1:17 pm
דורך הוגה
[tag]האלבע שיך[/tag], א גרויסע יישר כח פארן זיך אריין סיינען מיט א נייע ניק נאר אויף צו ענטפערן מיין שאלה (און זיך אפלאדענען דאס הארץ) :lol:

למעשה, נפשי חשקה צו הערן מער פון די 'ביג דזשאו', רצוננו לראות את מלכנו. וואו קען איך זעהן, לערנען אדער ערהאלטן כל הנ"ל?

בנוגע מאחורי, אויב זענט איר פון די אויסגעשלאסענע זייט וויסן אז איר פארפעלט נישט דווקא עפעס מי יודע וואס, די ריכטיגע סמעטענע איז לדעתי אין תורה ומחשבה, געזעלשאפט וכדומה. דארט שרייבן די גוטע שרייבער.

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 1:26 pm
דורך גבאי שני
האלבע שיך האט געשריבן:איך שטעל מיך פאר אז ער שרייבט נישט דא, פאר די זעלבע סיבות וואס אסאך גוטע שרייבערס וואס איך קען פון וואטס-אפ קומען נישט אהער, דהיינו מ׳באקומט נאר א לימיטיד עקסעס, א גוטע שרייבער אויפ וואטס-אפ איז גלייך מיט יעדעם אויפ זיין גרופע, דא איז דא first class citizens וואס קענען אריין גיין מאחורי דאס רגע די שמועס ווערט אינטרעסאנט, און לאזן דאס שרייבער מיט א אפען מויל, דאס הויזן אראפ ביזן קניען און מיט א רייכע אפעטיט, שטיין אליין מיט נאך קליין קעפיגע רעאגירעס בשעת די סלתה ושמנה פון אינזער קהילה גייט זיך און די עולמות העליונים הנעולים שמועסן צווישען זיך.

אמאל האט מען דאס געדארפט ווייל דא איז געווען די איינציגסטע סטאנציע ווי א קלוג איד׳ל האט זיך געקענט ארויסגעבען, ממילא האט מען געווארט מיט געדולדט ביז מאיז געווארן ׳אקסעפטעד׳ אריין אינעם ׳גימויזשאכץ׳, אבער היינט איכא דרכי אחרינא, פארוואס זאל א יונגערמאן אפשרייבן ארטיקעליך אין זעהן ווי ער איז א אזרח סוג ב׳, ווי איידער עפענען א גרופע און האבן דארט גלייכע רעכטן מיט יעדע איינעם?!?!

נב. איך האב געפענט די ניק דאס צו שרייבן, בתוך עמי אני יושב, איך האב יא צוטריט צו מאחורי, אבער זעקת בני ישראל אני שומע, קול דמי אחינו צועקים מן האדמה... און מ׳דארף א בעסערע סיסטעם ווי עס איז דא יעצט אויפ וועמען אריין צו לאזן און וועם נישט. און פאר מיינע ברודערס די פשוטי עם, אלה אשר לא זכו, דו וואס לעכצן אריין צו קומען מאחורי, דו וואס האפן אז זייער האפענוג וועט ערפילט ווערן (נכסף נכספתי) וויל איך זאגען אז דארט איז נישט יעדע א גרויסע חכם אדער שרייבער, עס איז דא דארט פונקט אזעלעכע קטני הדעת ווי דא אינדרויסען, דו איינציגע סיבה פארוואס דארט זעהט אויס ווי א עולם השלם איז ווייל דו ווייסט אז דו האסט נישט קיין צוטריט דארט בבחי׳ די גראז איז אייביג מער גרין...

ונסיים בברכת הדיוט
ויקיום בנו ומלאה הארץ דעה, און מ׳זאל שוין נישט באדארפן די צימצום און הגבלה פון מאחורי, ווייל די גאנצע וועלט וועט האבן די זעלבע דעות ווי עס איז דא דארט בב״א

פון דיין שרייבן זעהט אויס אז דו האסט נישט קיין צוטריט צו דעם פריוואטן פארום, און דו ביסט נישט באהאווענט מיט דעם סיסטעם ווי אזוי מ'ווערט אריינגעלאזט. עס איז נישט דא קיין ערשטע און צווייטע קלאס בירגער דא, יעדער איז גלייכבארעכטיגט אן קיין שום חילוק. נאר מחמת די האקלקייט פון דעם פריוואטן פארום איז עס נאר אפן פאר אקטיווע מעמבערס - דאס איז א לאגישער מהלך ווי אזוי עס צו האלטן אויף א הויכן ניווא.
ווי הוגה שרייבט שוין, איז דער פריוואטער פארום לאו דווקא "בעסער" פון די אפענע פארומס, עס איז נאר א פלאץ פאר ארטיקלען און שמועסן וועלכע מ'קען נישט אויסשמועסן ברבים.

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 1:14 pm
דורך אךשמח
איך בין מיט דעם 'דזשאו הגדול' אויף וואטסעפפ. ער איז א גאון בחכמה ומדע גארנישט ווייניגער ווי זיינע פארצווייגטע ידיעות בתורה.

ער שרייבט נישט קיינע לענגערע ארטיקלען יעדע וואך, חוץ א שיין געדאנק ערב שבת נאכן זיך מטהר זיין אין מקוה וואו ער באקומט זיינע הארות, און ספעציעל פארפאסטע חידושי תורה לשבת קודש.

אויסער דעם זעט זיך ארויס זיינע בקיאות און קלארע שכל הישר אין פילע אספעקטן, און מען איז נהנה פון זיין ברייטער מוח וואס פליסט געשמאקע בליציגע געדאנקען אן אפשטעל.

איך קען נישט זאגן אויב ער שרייבט יא אדער נישט אין קאווע שטיבל, אבער פורומים איז נישט במקום וואטסעפפ גרופס ולא ראי זה כראי זה. דא שרייבט מען ווען מען וויל זיך ארויסברענגען און הערן רעאקציעס פון מערערע מענטשן און דארט איז עס א געשמאק מקום צו פארברענגען בדיבוק חברים וואס מען קען זיך פערזענליך.

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 1:49 pm
דורך לעמיל
וויאזוי האקט מען אן מיט דעים דזשאו הגדול?