זר זהב האט געשריבן:דאס איז פון היינט
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=8wyV0cjIIOs[/youtube]
מורי ורבותי. אלס פותח האשכול וויל איך דא זאגן, אז עס טוט מיר זייער וויי, איך האב שוין געגלייבט אז מען האט דא איינגעזעצט א אומשולדיגן מענטש, און איך בין שוין געווען העפי אז ענדליך לאזט מען אים שוין ארויס, אבער דערווייל זעה איך אז לא דובים ולא יער. עס הייבט זיך נישט אן. ער איז גאר יא דער מערדער. והא ראי', אז דער געוועזענער דעטעקטיוו סקארסעלא האלט זיך ביי זיינעם, ער שרייט חי וקים אז ער שטייט ביי זיין אינוועסטיגאציע און ער ציהט נישט צוריק קיין מי הוא זה פון זיינע באשולדיגונגען. געוואלד!!! מען לאזט דא ארויס א מערדער אויף די פריי.
איי וועט איר פרעגן פארוואס איך גלייב דעם דעטעקטיוו? וועל איך אייך ענטפערן זייער פשוט. ווייל ער האט נישט געלערענט אין דעם פארדארבענעם חינוך סיסטעם וואס מיר האבן, ווי מען איז מחנך צו שקר און קארופציע. סקארסעלא האט דאך געלערנט אין די אויפריכטיגע אוניווערזיטעטן, און איז גאר געווארן א דעטעקטיוו (אפשר אפילו א באהאלטענער פאליס...) און די סארט מענטשן זאגן נישט קיין ליגנט. פינטל.
ליגנט זאגן נאר אונז היימישע אידן. און טאקע דערפאר גלייב איך נישט דעם ליבערמאן, איך האב געמיינט מען רעדט כאטש פון איינעם וועלכער האט זיך שוין אויפגעוועקט און געשמעקט די קאווע און זיך אפגעגאלט די בארד און פיאות. דערווייל, וואס ווי ווען, ער זעיט דאך אויס ווי א געהעריגער היימישער ליגנער (אפשר אפילו א מאלעסטער. מן הסתם אפילו זיכער אזוי...) זאל איך אים גלייבן אקעגן דעם אויפגעקלערטן שטודירטן גוי?
נאוופפ, נישט איך...
שוין צוריק שיקן רענטע אין דשעיל אריין