בלאט 4 פון 6
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:57 pm
דורך שעפטל
וואלפה האט געשריבן:גערעכט! אבער מען זעהט ווי קראפטירט זענען די פאליטישענס, צי עס איז די אדער יענע פערד. אבער פערד בלייבט פערד
פערד
ן בלייבט פערד
ן דאס איז עס, אלע זענען די זעלבע, קיינער וועט נישט בעסער זיין. אויב וועסטו אים האבן אויף דיין זייט פאר 20 יאר זיי גערישט צו כאפן קלעפ נאכדעם, אדער וועהל דיר אויס פארקערט...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:10 pm
דורך וואלפה
א דריטע פערד
(איינער האט מיר געשריבען אין אישי אז איך וואלט נישט געדארפט זאגען "פערד" פאר דיר, וויל איך קלאר מאכען אז איך האב ח"ו דיר נישט געמיינט ר' שעפטעל איך האב געמיינט די אזוי גערופענע "עסקנים" וד"ל)
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 10:14 pm
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל האט געשריבן:איך האב געזעהן רעדן פון דעם, אבער אין די רעפארט איז געשטאנען אז ער איז געזעצן פאר הרג'ענען איינעם פאללאק, נישט יחזקאל שמש.
ס'איז אזוי ווי מיין רבי אין חדר האט געזאגט. אויב קומט דיר נישט פאר דעים מאל, קומט דיר פאר אן אנדערס מאל. לויט ווי איך האב געליינט בשעת די מעשה איז זיך פארלאפן איז דער דעיוויד רענטא געווען א ליידיגגייער וואס האט צוגעזאגט פאר זיין "גוירל פרענד" אז זי וועט פון איהם באקומען א סאך דזשולערי. נאר ווען די רויבעריי האט זיך נישט אויסגעארבעט איז זי געגאנגען צו די פאליס און האט איהם פארמסר'ט אז ער איז געווען דער מערדער פון ר' יחזקאל הי"ד. דאס (דער מארד) איז אבער געווען א חלק פון א גרעסערע קאנספיראציע וואו ס'האבן זיך באטייליגט מערערע אינשי דלא מעלי פון אידישן אפשטאם מיט פארשידנארטיגע מאטיוון.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 10:33 pm
דורך berlbalaguleh
שרייבער האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:וויפיל יאר וואלט ער נאך אפגעזיצען?
מיר ליגט אין קאפ מען האט אים פאראורטייל אויף 25 יאר
סאו ס'איז שוין יעצט 23 יאר, דאכט זיך פאר גוד ביהעיווינג גייט אראפ, ס"ה איז ער נישט ארויס צופיל פרי
גאלד האקט, ברוך שכוונתי
ווען ער שווינדלט כאטש וואלט ער יעצט פארדינט, ווייל דאן וואלט ער באקומען 104 יאר, נישט אזוי?
ניין. ער וואלט קיינמאל נישט באקומען 104 יאר ווייל ר'איז נישט קיין איד.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 10:40 pm
דורך זר זהב
היסטאריק, די באריכט אויף WNBC קאנאל 23 יאר צוריק
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=UMBF_-RbW3Q[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 10:46 pm
דורך זר זהב
דאס איז פון היינט
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=8wyV0cjIIOs[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:04 pm
דורך berlbalaguleh
קרעקער האט געשריבן:איך ליין צווישען די שורות אז א היימישע יוד האט געשיקט דע אמתע מערדער דורכפירען די רויבעריי
ווער איז דעס געוועהן?
כ'עלל נישט זאגן, ווייל ס'איז שוין דא אן אנדערער שרייבער אין ק"ש וואס זאגט עס בראשי תיבות. דער זעלבער (חשוב'ער) איד האט (אללעדזשעדלי) אנגעדרייט עטליכע פרשיות פון וואס דער היימישער עולם האט געהאט צו זינגען און צו זאגן. נאר דא ביי די פרשה פון די דזשולערי האט עס געדארפט צו זיין א פשוט'ער "אינשורענס דזשאב". ס'איז נאר געגאנגען ראנג ווייל ח. וויינבערגער, דער שליח וואס האט געדארפט דעליווערן די דזשולערי קיין סאוט אמעריקע איז נישט קיין קטלא קניא און ער האט דערשמעקט אז דער גוי וויל איהם בארויבן.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:25 pm
דורך berlbalaguleh
שעפטל האט געשריבן:פארוואס יעדע קריים דארף צוריקגיין צו די וועבערמאן אישו פארשטייט איך נישט
סיי ווי אזוי ס'זאל נאר זיין טשארלס היינס איז דעמאלטס געווען ניי און אנדערע מויל מאכערס האבן פשוט זיכער געמאכט אז רענטא גייט לעזעזל.
ווייל די וועבערמאן סומאטאכע (באלד וועלן זיך מיינע גוטע פריינט דא אין קאווע שטיבל אנרופן און אויפמערקזאם מאכן איבער מיינע אבסעשאנ'ס, איינס פון וועלכע איז די פרשה פון וועבערמאן). רירט אן א יעדן איינעם און ס'קרענקט עד דוכדוכה של נפש אז מ'קען נעמען א מענטש און אן א טראפ עווידענס באשולדיגן און פארמשפט'ן מיט אזא ברוטאלע אכזריות. דאס קען ח"ו געשען צו סיי .וועמען פון אונז ה' ירחם
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:34 pm
דורך berlbalaguleh
מורינו הרב האט געשריבן:סא אין קורצן. וואס וויל יעצט שמעון אז מען זאל טון?
מ'זאל ליינען זיין ארטיקל אין שטערן.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:41 pm
דורך בן תמליון
berlbalaguleh האט געשריבן:שעפטל האט געשריבן:פארוואס יעדע קריים דארף צוריקגיין צו די וועבערמאן אישו פארשטייט איך נישט
סיי ווי אזוי ס'זאל נאר זיין טשארלס היינס איז דעמאלטס געווען ניי און אנדערע מויל מאכערס האבן פשוט זיכער געמאכט אז רענטא גייט לעזעזל.
ווייל די וועבערמאן סומאטאכע (באלד וועלן זיך מיינע גוטע פריינט דא אין קאווע שטיבל אנרופן און אויפמערקזאם מאכן איבער מיינע אבסעשאנ'ס, איינס פון וועלכע איז די פרשה פון וועבערמאן). רירט אן א יעדן איינעם און ס'קרענקט עד דוכדוכה של נפש אז מ'קען נעמען א מענטש און אן א טראפ עווידענס באשולדיגן און פארמשפט'ן מיט אזא ברוטאלע אכזריות. דאס קען ח"ו געשען צו סיי .וועמען פון אונז ה' ירחם
כ'האב געהערט פון ראביי יאנקי הורוויץ אויף זאב ברעננער שוי אז ער איז איבערגעצייגט אז ווען דער די עי נעמט אויף א קעיס ווייסן זיי זיכער אז יענער איז שולדיק ממילא זאגט ער אז מען קען זיך פארלאזן א נחמיה וועבערמאן הי"ד איז שולדיק.
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 12:45 am
דורך berlbalaguleh
ראביי יענקי הורוביץ שליט"א (פון וועם כ'האב אמאל שטארק געהאלטן) האט פארלוירן יעדן ביסל קרעדיביליטי פאר א פשוט'ן טעם. ווייל ר'האט געזאגט ( אין די פרשה פון וועבערמאן) אז ס'איז דא מערערע פרויען וואס באשולדיגן נחמי' וועבערמאן אין אביוז, און ער האט נישט פראדוצירט אפילו איינע. מיט פארשידענע תירוצים, אז זיי זענען אינטימידעיטעד אדער אז זיי ווילן נישט אויפמישן אלטע פרשיות. און ביי מיר פערזענליך (און זיכער א סאך אנדערע)ווענדט זיך מיין איגענע דזשאדזשמענט איבער די שולד אדער אומשולד פונ'ם באטרעפנדן אויב ס'איז דא מער ווי איין באשולדיגער. אויב איינער האט עפעס צו זאגן וואס איז אמת האט ער נישט מורא צו גיין זאגן עדות אין קאורט. סתם ווארפן סטעיטמענטס וואס קענען נישט ווערן איבערצייגט דערנידערט דעם פרעסטיזש פון'ם באשולדיגער.
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 12:48 am
דורך berlbalaguleh
בן תמליון האט געשריבן:כ'האב געהערט פון ראביי יאנקי הורוויץ אויף זאב ברעננער שוי אז ער איז איבערגעצייגט אז ווען דער די עי נעמט אויף א קעיס ווייסן זיי זיכער אז יענער איז שולדיק ממילא זאגט ער אז מען קען זיך פארלאזן א נחמיה וועבערמאן הי"ד איז שולדיק.
נחמי' וועבערמאן איז נאכנישט קיין קדוש. פארוואס שרייבסטו "הי"ד"?
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 1:11 am
דורך דעת תורה
berlbalaguleh האט געשריבן:קרעקער האט געשריבן:איך ליין צווישען די שורות אז א היימישע יוד האט געשיקט דע אמתע מערדער דורכפירען די רויבעריי
ווער איז דעס געוועהן?
כ'עלל נישט זאגן, ווייל ס'איז שוין דא אן אנדערער שרייבער אין ק"ש וואס זאגט עס בראשי תיבות. דער זעלבער (חשוב'ער) איד האט (אללעדזשעדלי) אנגעדרייט עטליכע פרשיות פון וואס דער היימישער עולם האט געהאט צו זינגען און צו זאגן. נאר דא ביי די פרשה פון די דזשולערי האט עס געדארפט צו זיין א פשוט'ער "אינשורענס דזשאב". ס'איז נאר געגאנגען ראנג ווייל ח. וויינבערגער, דער שליח וואס האט געדארפט דעליווערן די דזשולערי קיין סאוט אמעריקע איז נישט קיין קטלא קניא און ער האט דערשמעקט אז דער גוי וויל איהם בארויבן.
פארוואס שרייבסטו פריער אז דער מארד איז געווען א קאנספיראציע? מסתמא האסטו געמיינט די רויבעריי.
איך פארשטיי נאר נישט איין זאך: אויב איז דאס געווען א געפלאנטע אינשורענס רויבעריי, פארוואס האט וויינבערגער נישט מיטגעשפילט? נאך עפעס: פארוואס האט דער גוי - סיי וואס זיינע מאטיוון זאלן זיין - נישט געהאט אנגעגרייט א קאר צו אנטלויפן דערמיט על כל פלאפ שלא תבוא?
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 2:47 am
דורך berlbalaguleh
דעת תורה האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:קרעקער האט געשריבן:איך ליין צווישען די שורות אז א היימישע יוד האט געשיקט דע אמתע מערדער דורכפירען די רויבעריי
ווער איז דעס געוועהן?
כ'עלל נישט זאגן, ווייל ס'איז שוין דא אן אנדערער שרייבער אין ק"ש וואס זאגט עס בראשי תיבות. דער זעלבער (חשוב'ער) איד האט (אללעדזשעדלי) אנגעדרייט עטליכע פרשיות פון וואס דער היימישער עולם האט געהאט צו זינגען און צו זאגן. נאר דא ביי די פרשה פון די דזשולערי האט עס געדארפט צו זיין א פשוט'ער "אינשורענס דזשאב". ס'איז נאר געגאנגען ראנג ווייל ח. וויינבערגער, דער שליח וואס האט געדארפט דעליווערן די דזשולערי קיין סאוט אמעריקע איז נישט קיין קטלא קניא און ער האט דערשמעקט אז דער גוי וויל איהם בארויבן.
פארוואס שרייבסטו פריער אז דער מארד איז געווען א קאנספיראציע? מסתמא האסטו געמיינט די רויבעריי.
איך פארשטיי נאר נישט איין זאך: אויב איז דאס געווען א געפלאנטע אינשורענס רויבעריי, פארוואס האט וויינבערגער נישט מיטגעשפילט? נאך עפעס: פארוואס האט דער גוי - סיי וואס זיינע מאטיוון זאלן זיין - נישט געהאט אנגעגרייט א קאר צו אנטלויפן דערמיט על כל פלאפ שלא תבוא?
כ'על טרייען צו ענטפערן על ראשון ראשון. גערעכט. כ'האב געמיינט צו זאגן אז די רויבעריי איז געווען א קאנספיראציע מיט'ן מאטיוו צו האבן (צוריק) סיי די דזשולערי און סיי די געלט פון די אינשורענס קא.. דער גוי (רענטא) איז טאקע נישט געווען קיין פראפעשיאנאל היטמאן. אדער רויבער. נאר סתם א ליידיגגייער. נאר אונטערגעבעט און צוגעגרייט דעם מצב אז מ'זאל קענען בארויבן דעם שליח. אין דעים האבן זיך באטייליגט עטליכע נידריגע פארשוינען פון אידישן (רעליגיעזו?) אפשטאם. וויינבערגער האט נישט מיטגעשפילט ווייל ער איז נישט געווען א חלק פון די קאנספיראציע. נאר אן ערנסטער שליח. אויף די פראגע פון צוגרייטן דעם מצב איז דער ענטפער אז וויינבערגער האט געהאט א קביעות'דיגן דרייווער וואס פלעגט איהם אפווארטן אויף זיינע נסיעות צום עירפארט אין די פריע פארטאגס שעות. נאר יענער איז נישט געקומען. די דעטעקטיווס גריבלען זיך צו יענער איז בכוונה נישט געקומען.
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 5:08 am
דורך הדד בן בדד
זר זהב האט געשריבן:דאס איז פון היינט
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=8wyV0cjIIOs[/youtube]
מורי ורבותי. אלס פותח האשכול וויל איך דא זאגן, אז עס טוט מיר זייער וויי, איך האב שוין געגלייבט אז מען האט דא איינגעזעצט א אומשולדיגן מענטש, און איך בין שוין געווען העפי אז ענדליך לאזט מען אים שוין ארויס, אבער דערווייל זעה איך אז לא דובים ולא יער. עס הייבט זיך נישט אן. ער איז גאר יא דער מערדער. והא ראי', אז דער געוועזענער דעטעקטיוו סקארסעלא האלט זיך ביי זיינעם, ער שרייט חי וקים אז ער שטייט ביי זיין אינוועסטיגאציע און ער ציהט נישט צוריק קיין מי הוא זה פון זיינע באשולדיגונגען. געוואלד!!! מען לאזט דא ארויס א מערדער אויף די פריי.
איי וועט איר פרעגן פארוואס איך גלייב דעם דעטעקטיוו? וועל איך אייך ענטפערן זייער פשוט. ווייל ער האט נישט געלערענט אין דעם פארדארבענעם חינוך סיסטעם וואס מיר האבן, ווי מען איז מחנך צו שקר און קארופציע. סקארסעלא האט דאך געלערנט אין די אויפריכטיגע אוניווערזיטעטן, און איז גאר געווארן א דעטעקטיוו (אפשר אפילו א באהאלטענער פאליס...) און די סארט מענטשן זאגן נישט קיין ליגנט. פינטל.
ליגנט זאגן נאר אונז היימישע אידן. און טאקע דערפאר גלייב איך נישט דעם ליבערמאן, איך האב געמיינט מען רעדט כאטש פון איינעם וועלכער האט זיך שוין אויפגעוועקט און געשמעקט די קאווע און זיך אפגעגאלט די בארד און פיאות. דערווייל, וואס ווי ווען, ער זעיט דאך אויס ווי א געהעריגער היימישער ליגנער (אפשר אפילו א מאלעסטער. מן הסתם אפילו זיכער אזוי...) זאל איך אים גלייבן אקעגן דעם אויפגעקלערטן שטודירטן גוי?
נאוופפ, נישט איך...
שוין צוריק שיקן רענטע אין דשעיל אריין
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 10:33 am
דורך קרעקער
Menachem Lieberman " I Was Told Who To Pick Out of the Lineup"
http://www.youtube.com/watch?v=gsm28N_i ... ata_playerאיינער קען דעם ליבערמאן? ער איז משוגא אינגאנטצן? זאל ער כאטש וויינען און בעטען רענטאס מחילה, ער האטעך עם אפגעהארגעט זיין לעבען
איך וואלט נישט געוועהן שאק אויב רענטע שיסט עם נעקסטע וואך
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 10:48 am
דורך בן תמליון
אין מיינע אויגן רעדט דער ליבערמאן ווי א מענטש זייער בדעת און נאכדערצו מיט א גוטן ענגליש. ער זאגט ער איז געווען א קינד און נישט פארשטאנען פונקטליך וויאזוי דער סיסטעם ארבעט די דעטעקטיווס האבן איהם אויסגענוצט און ער'ט געגלייבט אז רענטע איז טאקע געווען דער שיסער. ער קרעדיטעט דער שטערן פאר ערשט אויפברענגען ספיקות אין איהם צו רענטע איז שולדיק און זאגט אז לעצטנס ווען ער זעט אומשולדיקע מענטשן ווערן באשולדיקט האט ער באשלאסן צו רעדן.
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 11:02 am
דורך קרעקער
ער איז שוין אן אדאלט 20 יאהר און ביז יעצט האט ער זיך געפילט או קעי וואוסענדיג אז ער האט פאלטש עדות געזאגט? און אז איינער זיצט וועגן עם אין דזשעיל בחנם?
דו קענסט עס אנקוקען ווי אזוי די ווילסט קענסט אפילי זאגען אז ער מאכט א קידוש ה' אבער דע נארמאלער גוי קוקט עס אן אז א יוד איז מודה אז ער האט פאלטש עדות געזאגט און איינגעזעצט א גוי
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 11:06 am
דורך בן תמליון
קרעקער האט געשריבן:ער איז שוין אן אדאלט 20 יאהר און ביז יעצט האט ער זיך געפילט או קעי וואוסענדיג אז ער האט פאלטש עדות געזאגט? און אז איינער זיצט וועגן עם אין דזשעיל בחנם?
דו קענסט עס אנקוקען ווי אזוי די ווילסט קענסט אפילי זאגען אז ער מאכט א קידוש ה' אבער דע נארמאלער גוי קוקט עס אן אז א יוד איז מודה אז ער האט פאלטש עדות געזאגט און איינגעזעצט א גוי
קוק איבער דעם אינטערוויא ער זאגט זייער זאכליך ער'ט נישט געטראכט אלע יארן רענטע איז אומשולדיק ביז לעצטנס. ער'ט נישט פאלש עדות געזאגט ערצ איז געווען א 12 יעריקער בחור און אומוויסנד געטוהן ווי מען האט איהם געהייסן.
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 12:55 pm
דורך בדחן
נאכען זען די ליבערמאן קליפ, האט איינער ערגעץ געזעבן רב הרוויץ?
איך וויל וויסען צו ער איז נאך אזוי באגלייבט אינעם סיסטעם,
נשלח: מוצ"ש מערץ 23, 2013 9:11 pm
דורך זר זהב
דעיוויד רענטע
האט געליטן א מאסיווע הארץ אטאקע נעכטן נאכט, ער איז אין שפיטאל.
נשלח: מוצ"ש מערץ 23, 2013 10:29 pm
דורך קאווע טרינקער
תוחלת ממושכה מחלה לב (משלי יג, יב)
נשלח: מוצ"ש מערץ 23, 2013 11:35 pm
דורך קינות גירושין
האט מנחם ליבערמאן אפיציעל געזען דעם שיסער אדער די מענטש אין די קאר???