מיין שלום בית געשיכטע
- באס דרייווער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 39
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:50 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל
א גיט יאר מיינע חבירים
קודם א ישר כח פאר דע תגיבות דעיס געט מיר גוואלדיגע חיזוק אויף ווייטער אז מען דעהערט מיר
באמת קימט זיך א ישר כח פאר דע הנהלה פארן צי שטעלן אזא פלאץ אז מענטש זאל זיך קענען אויסגעבען זאכן וואס איז שווער צי דערציילן פאר אנדערע
דע גאנצע אשכול דרייט זיך שוין און מיין קאפ א לאנגע צייט, נאכן אנהייבען שרייבען אביסעל וואס איך בין דורך האב איך שוין געשפירט ממש א שטיין אראפ פין מיין האלז
באמת האב איך נאך אסאך אין בוך צי דערציילן וואס איך בין אלטס דורך ביז איך האב דעגרייכט מיין יעצטיגער מצב ב"ה
איך וויל אזוי פיל מגיב זיין אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו
עטס דארף פארשטיין איך בין געווען נארמאלער אינגערמאן וואס האט קיינמאל נישט געחלומ'ט אז איך קען זיין א גרוש איך געהאלטען ווי יענער אז עס איז דע חברה שטארבערס און מיט מיר עס קיין שייכות נישט
חוץ מזה קיין שטארקע סעלף קאנפידענס האב איך דענסמאל אויך נישט געהאט, מיינע הצלחות איז געווען געוואנדען ווי אזוי יענער קיקט מיר אן
פארדעים איז נישט קין קשיא פארוואס איך בין אזוי צישאסען געווען און פארוואס זי האט געקענט ראטען אויף דיעם
איך וויל נאר זאך אריין האקען אז איינע פין מיינע גרעסטע מיסטעק איז געווען אז איך האב מיר אינטער געוווארפען צי איר
ווייל א פרוי נישט קיין חילוק ווי קליג זי איז איז מיט דיעם פינק ווי א 3 יעריג קינד
א קינד וואס וועט שפירן אז ער ווארפט זיך אראפ אויף דער ערד אין שטויסט מיט דע פיס באקימט ער ואס ער וויל וועט דאס אייביג טיען
א פרוי איז דע זעלבע טאמער זי באקימט דע מעסעזש אז טאמער ער איז א שמאטע אדער טאמער איך בלאז אדער דיגרעיט אים באקום איך וואס איך וויל וועט זי עס האלטען און אייו טיען
גראדער ער ברעננט זייער גיט ארויס איך מיז אים גראטאלירן
ווען איך ווייס ווען פארדיעם דע זאכען וואס ער שרייבט וואלט איך מיר געקענט איינשפארן אסאך ווייטאגען און שברי לב
דער עולם וויל וויסען וואס דע קלייניקייטען זענען איך האב נישט געהאט קיין חשק צי פארציילן
אבער איך האב געקלערט אז עס וועט זיין לתעלת וועל איך יא זאגען
מיין ווייב האט געהאט א קאמפיאטער אינדערהיים אן אינטערנעט איך אין שוואכע מיניט געכאפט א וויי פיי פין א שכן
וואס טיט א נייגעריגער אינגערמאן ווען הערט אזוי פיל פין אינטערנעט ער גייט ווי ער גייט וד"ל
דע גאנצע זאך האט געדויערט צווישען 5-10 מיניט איך גדענק נאך דע אנדערע טאג האב איך געוויינט געזאגט תהלים איך בין געווען באמת צישאסען אויף שטיקער
איין זאך האב איך נישט געוויסט אז מען דארף אויסמעקען דע היסטארי אין זי האט באמערקט אז עפעס קיק איך זי האט נאכגעטשעק דע היסטארי און פארטיג
נאכדעים האט זיך אנגעהויבן דרייען א ראד זי האט שוין געזעין אז איך היט נישט מיינע אויגען ווען איך גיי איו גאס וכדומה וכדומה
איך האב געוואלט וויטער ממשיך זיין נאר איך בין זיייער צישאסען פין דע טראגעדיע וואס איז פארגעקימען ביי אינז שטאט דיע נאכט
א משפחה וואס איך קען זייער גיט
איך האף איך וועל מיר באלד ציזאמנענען און שרייבען ווייטער

-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 117
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:36 pm
- האט שוין געלייקט: 578 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל
Bus Driver, I can't type yiddish from where I am now, but I just want to tell you that you sound like a real Tzadik and good natured person (which very possibly added to your misfortunes back then) and I'm sure now that you have your eyes open and much more self awareness you will iy"h get out of your misery and have a happy successful life. Its great what are you doing here (and no, I'm not one who likes just gossip), talking about it, it could go a long way in your rehabilitation. I wish you, your wife (this one or any future one) and kids all the best!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 110 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל
דיין שווער איז א אפגעפליקטער בהמה אזוי ווי אסאך זיינס גלייכן
אויב מיין איידעם וואלט דעס געטוהן וואלט איך קיינמאל נישט געלאזט מיין טאכטער גט'ן
אפילו ער איז איינמאל דורכגעפאלען מיט ערגערס וואלט איך עם פארשטאנען און נישט וועגען דעם חרוב געמאכט מיין טאכטערס לעבן
נאר אויב ער איז א טשיילד מאלעסטער אדער הוקט ארום מיט פרויען אין גרויסן, דעמאלס איז ער א סכנה
צוויייטנס, געב ארויס דעם נאמען פון דעם אפגעפליקטען מנוול רב און טעראפיסט וואס האבען זיך אויפגעפירט אזוי גרויליג
געענדיגט מיט די אלטע סאקאמארע מארמארישע דרעקישקייט פון קענען זיך ארומשפילן מיט יענעמ'ס לעבן ווי ס'וואלט געוועהן קלעי
לאזן זיי דא אויסגעפראקט ווערן, וועט עס זיין כאטש א למען ישמעו ויראו פאר אנדערע זיך גוט אויפצופירן.

"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- באס דרייווער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 39
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:50 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל
איך בין נאך זייער ציבראכען פין דע היינטיגע טראגעדיע
עס מיר שווער צי האבען דע ריכטיגע ישוב הדעת וואס מען דארף האבן צי שרייבן
איך וויל נאר איין זאך מתקן זיין וואס איך האב פריער געשריבן
עס טאקע געווען נאר ממש קלייניקייטן אבער איין גרויסע זאך האט געפעילט
דעים " על כל פשעים תכסה אהבה" דיעס האט געפיעלט פאר דעים איז נישט קיין קשיא פארוואס אז קלייניקייט האט געקענט אנמאכען א זעלכע צרות
אגב אורחא מיין ציהל איז נישט קיינעם אנצילערנען איך בין שוין ב"ה דורך דעים סטעיזש
דיע אלע זאכען לאז איך פאר דיעם פין אויבן ער זאל קער נעמען פין זיין וועלט ווי אזוי ער פארשטייט
איך האב איין ציהל אויפצישטעלן הערליכע שיינע שטיב מיט מיין ווייב אינאיינעם עמוע"ש
מיין ציהל דא איז צוויי זאכן
איינס אלטס דאגה בלב איש ישחנה
צווייטנס אנדערע און מיין מצב זאלן וויסען וואס ציטיען און וואס נישט ציטיען
איך האף מארגען אי"ה ממשיך צי זיין

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איך וויל דא אויפקלערן דעם ענין וואס קוקט אויס אז א גרויסער עולם דא איז אנגעווייטאגט דערויף, איך האב שוין אביסל מאריך געווען דערין אין מאחורי הפרגוד, און אביסל ביי די וועבערמאן סומאטאכע, ועוד יש דברים בגו און ס'איז וויכטיג צו וויסן.
גיין צו פראפעסיאנאלע הילף איז וויכטיג פאר יעדן, און בפרט פאר איינעם וואס איז אין א קלעם און דערזעהט נישט א וועג ארויס מיט זיין שלום בית. פארשטייט זיך מען זאל מאכן ריסוירטש בעפאר דעם, מען זאל נישט גיין צו סתם א געלט פרעסער, און א טויגניכס, און איינער וואס ציהט אויס שעות ארוכות, און לכתחילה זאל מען גיין צו א לייסענסד. אבער מען דארף פארשטיין אז דער טעראפיסט/מערידזש קאונסלער האט זיך געלערנט דערויף לאנגע חדשים און יארן, און אויב טוט ער שוין יארן דערין, האט ער שוין אויך אסאך עקספיריענס אין די זייט, און ער דארף צוריק פארדינען זיין אינוועסטירטע געלט, ער דארף דאך אויך פארדינען פרנסה. ס'איז נאריש צו באשולדיגן די קאונסלערס פארן נעמען געלט פאר זייער דזשאב, בלויז ווייל א גרויסער חלק עולם איז שוין געספויעלט מיט מעדיקעיד/העלט קעיר פאר פיזישע דאקטוירים.
עס איז גרינג צו זאגן 'מען זאל גיין צו איינעם וואס נעמט נישט קיין געלט און ארבעט לשם מצוה', וויפיל אזעלכע טרעפט מען בכלל? און אסאך וועלכע זענען שוין יא גרייט צו העלפן ווייסן נישט די ריכטיגע שריט און קענען מער אפטון ווי אויפטון ח"ו, און אפילו די וואס ווייסן יא, וועלן טון פאר יענעם נאר ווילאנג ער האט צייט און געדולד, און שפעטער ווען ער ווערט ביזי קען ער דראפן די גאנצע קעיס, און אפשטופן אויף ווען ער וועט האבן מער צייט, און דאס איז נישט קיין תכלית.
איך בין שוין געווען ביי עטליכע קאונסלערס צוליב פארשידענע ענינים, מחוטב עציך עד שואב מימיך, פון סתם שוסטערס לא יוצלח'ניקעס וועלכע רייסן געלט און טוען גארנישט אויף, און שלעפערס וועלכע נעמען דעם אויסגעקארגטן 3/4 שעה און גייען איבער די פאריגע וואכעדיגע סעסיע, און מען רעדט וועגן באצאלן, און ביז וואס-ווען-וואו איז די צייט פאריבער, ביז וואונדערבארע קאונסלערס ביי וועלכע איך האב זיך דערוואוסט פול מיט נייע נוצליכע אינפארמאציע וואס קומט מיר צוניץ יעדן טאג אין לעבן (וואס מען לערנט נישט אויס אלס חתן/כלה), און זענען ווערד יעדן דאלער.
סך הכל פון מיין תגובה, ווארפט נישט זאמד אין די אויגן פון אלע שלום בית העלפערס, זיי מיינען אונזער טובה אויך, מען דארף זיי האבן (היינט מער פון אלעמאל), נאר מען דארף זיך גוט נאכפרעגן בעפאר מען גייט, וועלכע איז גראדע אביסל שווער, די קאונסלערס קענען נישט געבן רעפערענסעס צוליב קאנפידענשאל אישוס, אבער מען קען געוואויר ווערן מיט אביסעלע ריסוירטש, און מען קען זעהן א שיינע הצלחה. און די געלט וואס מען אינוועסטירט ביי זיי קען זיך אויסצאלן בעסער ווי סיי וועלכע ביזנעס אינוועסטמענט!

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
כל ימי עני רעים, זה רחמן. עס איז זייער ווייטאגליך מיטצוהאלטן אזעלכע פעלער וואו יונגעלייט דארפן מיטמאכן אלעס מצד א "חסרון הבנה" פון דער פרוי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מאראנצןזאפט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
באס דרייווער.
עס איז וויכטיג צו וויסען די פאלגענדע.
זאגסט אז דיין ווייב האט געהאט א קאומפיוטער און זי האט געזעהן אין היסטערי ווי די ביסט געגאנגען.
עס זעהט אויס אז דיין ווייב איז נישט אזוי נאאיוו און זי פארשטייט צו קוקען אין דיין היסטערי זעהן ווי די ביסט געגאנגען.
ווען ענק האבען זיך מפשר געוועהן און שלום געמאכט, האלט דיין ווייב נאך אלץ חשבון ווי די גייסט אויף א קאמפיוטער, אדער די טראסט איז אזוי שטארק אז זי לאזט דיך ניצען א קאמפיוטער אויף וואס די ווילסט?
בעצם פין דיין שרייבען דא אויף ק"ש וואלט איך תולה געוועהן אז די קענסט טוהן וואס די ווילסט, איז די שאלה, וויאזוי האסטו דאס געטוהן? פין ווערען געכאפט על דבר האסור אויף'ן קאמפיוטער, ביז א טראסט צו קענען גיין אויף די אינטערנעט און אפילו שרייבען אויף ק"ש אהן איר וויסען?
והעיקר שאלה וואס איך בין זעהר נייגעריק צו וויסען, דיין שווער, וואס האט פארשטאנען אז זיין טאכטער דארף דיך גט'ן רח"ל צוליב די גרויסע בגידה, וואסערע מין מענטש איז ער, א בן תורה אדער א בעה"ב? האט ער אינטערנעט בכלל אדער נישט? כלומר, איז ער א מענטש וואס האט אליין אינטערנעט און פארשטייט אויך די תאוות פין די אינטערנעט, און איז סתם א היפאקריט וואס האלט אז ער מעג אבער זיין איידעם נישט, אדער איז ער א פרומע אנגעהיטענער וואס קוקט נישט און ווייסט נישט פין קיין קאמפיוטער צו זאגען?

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
איחוד איך מיין אז דער שווער האט שוין זיכער טועם געווען טעם חטא
און מוז אליינס שמוציג ווייל אז נישט וואלט ער זיך נישט געזוכט אזוי מוחל צו זיין די עבירות אויף יענעם'ס חשבון
מיין נישט אז עס איז א ווערטל
מיר האט געזאגט איינער פון די גרויסע חי"ת זיי"ן'ס וואס זענען ביזי מיטן חטא הידוע, צו צושפרייטן די אלע שטיקלעך וכו'
אז דער רבי האט געזאגט אז, איינער וואס האט פוגם געווען איז א תיקון, ער זאל מתקן זיין אנדערע,
פארשטייסט זיך האלט ער נישט ביים מתקן זיין יענעם וויל ער מתקן זיין???!!!

דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
- באס דרייווער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 39
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:50 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל
א גיט יאר איך וועל יעצט אביסעל ממשיך זיין ווי איך האב געהאלטען
מין מגי"ש נישט קיין עקספיריענס ווען א פראבליעם מאכט זיך שוין,אבער זייער גיט פארשטאנען און שלום בית
ער געהאט מיט מיר א שמיעס קודם האט ער מיר אריין געגעבן א שטארקייט אז דע וועלט ענדיגט זיך נישט טאמער מען גט זיך
נאכדיעם האט ער אריין מיר געגעבן א שטארקייט נישט צי מורא צי האבען פין איר
ער מיר געהייסען אז ווען איך קום אהיים זאל איר זאגען דע ווערטער
ווי שטארק די האסט געוואלט בלייבן מיט איר פשוט ווייל איך האלט איך וועל קיינמאל נישט טרעפען אזא גלונגענע מיט אזוי פיל מעלות ווי איר דע עיקר ריעם איר אויס ביזן הימל
זאג איר אויך אז אז איך (זאג איר מיין נאמען זי מיז וויסען אז די האסט בעקאפ וואס שטייען אינטער דיר)מאך דיר שוין משיגע א לאנגע צייט אז די זאלסט איר אפלאזען
איך האלט אז די קענסט זייער גרינג טרעפן א צוויטער זאג איר אז איך האב אפילו שוין אנגעטראגן א גרושה וואס וואלט געחלש'ט פאר דיר
נאר ביז יעצט האסטי נישט געוואלט ווייל די האסט געהאלטן אז קיינער קען איר נישט ריפליעסען
אבער יעצט האסטי מחליט געווען געניג איז געניג די קענסט נישט קען חרוב מאכן דיין גאנצער לעבען פאר דע אלע מעלות פאר א ווייב וואס איז נישט גרייט צי זיען א צווייטען מעלות אויך
און זאג איר קלאר אז ביסט גרייט זיך צי גט'ן און לאמיר שוין זיך פארבינדען מיט א רב וואס וועט עס מסדר זיין
באנאכט ווען איך בין אהיים געקימען האב איך איר געזאגט אלעס וואס ער האט מיר געהייסן
גלייך האב איך געזעין ווי זי האט געטוישט קאלירן
זי איז געווארן אזוי באמאכט איך געדענק א גאנצע נאכט האט זי זיך געדרייט אין בעט
שפעטער מסתם 2 אזייגער האב איך געזען זי גייט ארויס קאלן וועמען זי האט געקאלט ווייס איך נישט, אבער פינעם רעדען האב איך פארשטאנען אז עס איז געווען מיין שווער
דע אנדערן טאג האט מיר מיין מגי"ש פארבינדען מיט א רב וואס ער האט געקענט אביסעל און ער הייסט און שטאט שטארק און דע עינינים
ער האט מיר געמאכט א אפויטמענט מיט יענעם רב מען האט אפגעשמיסט א זמן עטליכע טעג שפעטער זיך צי טרעפן מיט מיין ווייב
איך בין נאך נישט געווען קליג וואס דע רבנים זענען אין מיין מגי"ש וואס איז עלטער פין מיר מיט א שיינע פאר יאר האט אויך נישט געוויסט
למעשה ווי עס זיעט אויס האט זיך מיין שווער פארבינדען מיט אים פאר איך מיט מיין ווייב האבען זיך געטראפן מיט אים
ווייל ווען איך געקימען צי אים האב איך געזעין אז ער האט שוין אויף מיר א שווארצע בליק
למעשה ווען אינז זענען געקימען צי אים דע ערשטע האט זאך אנגעהויבן מיט זיינע שטיקעס אז ער זיכט נישט דע גאנצע זאך און אפשר זאל מיר זיכן א צווייטער רב ער וויל נישט דע געשעפטען,
איך האב אים שטארק געבעטען אז איך שפיר ער איז דער איינציגסטער וואס איך שפיר ער קען שטעלן דע זאך, בלייבן אדער גט'ן, ענדליך מכלמומרשט איינגעגבען
ער זעץ זיך אראפ דע ערשטע זאך נעמט ער ארויס שטרי ברירין אינז זאלן ביידע אינטער שרייבען
איך וויל דא אריין האקען מיט א פאר ווערטער דע גרעסטע טעות וואס איך האב געמאכט במשך דע גאנצע צייט איז געווען אז איך האב אינטערגעשריבען דע פאפיר
ווייל און דע סקאנדע וואס איך האב אינטערגעשריבען דיעם פאפיר בין איך געווארן און זיינע הענט כחומר ביד היוצר
איך האב פארלוירן אלע מיינע רעכטען סיי בד"ת סיי און קארט, ער האט מיר געקענט סטראשען מיט דע ערגסטע און ער האט מיר טאקע ווי איר וועט שפעטער ליינען
פארוואס זאג איך עס אייך ווייל איך איר זאלט וויסען קיינמאל נישט אינטער שרייבן קיין שטרי בירירין נאר מיט א עקספיריענס טוען
למעשה האבען אינז ביידע אינטערגעשריבן, ער הייבט אן פרעגען אירע טענות
זי הייבט אן צי מיט אירע מעשיות יעצט האט זי שוין נייע מעשיות ווי געטראפען זביב על בגדו וד"ל, און אויב זי האט זיך נישט געקענט אויסדריקען געהעריג האט ער איר ארויס געהאלפען
ער האט גאנצע צייט געמאכט מיט דע קאפ ווי געפערליך עס איז, און געגבען אזא שטרענגע בליק אויף מיר אבער רוב צייט איז ער געשטאנען און געשמייכעלט צי איר
איך געדענקט נאך ווי און מיטן פרעגט ער איר ווי איך האלט מיינע הענט ווען איך שלאף
איך האב געמיזט א גאנצע צייט שווייגען און בייסען מיינע ליפן ווי אזוי מען טיט מיר אויס נאקעט
איז אזוי איז עס אנגעגאנגען בערך 2 שעה, יעדע 20 מיניט בערך האט מען אריין געהאקט מיט א טעלאפאן פאר 5-10 מיניט
ביי דע ענדע פין דע צווי שעה ווען זי האט גענדיגט מיט אירע טענות האב איך איך געוואלט אנהייבען צי רעדען
ריפט ער זיך אן יעצט איז שוין אביסעל שפעט לאמיר עס איבער לאזן פאר א צווייטע מאל איך האב האב געמיינט איך פאל חלשות אבער קיין ברירות האב איך סייוווי נישט געהאט
למעשה איז געבליבן דע נעקסטע זיצונג וועט זיין דע אנדערע וואך
כאטש איך בין אוועק זייער ציבראכען דאך האב איך זיך איינגערעדט ווען ער וועט מיר אויסהערן וועט ער זיך טוישן
פאר מיין מגי"ש האב איך נישט דערציילט אלע פרטים פשוט ווייל איך האב מיר געשיעמט , אים האב איך געזאגט אז עס איז געווען גאנץ כמעשה
שפעטער וועל איך ממשיך זיין ווייטער

- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
באס דרייווער היקר,
איך האב געלייענט דיין געשיכטע ביז אהער, און דאס בלוט זידט מיר.
איין זאך: כ'וויל זייער שטארק אז דער לעצטער פאסט פון דער געשיכטע זאל דערציילן ווי גליקליך דו ביזט היינט, אז אלעס אין לעבן גייט דיר געשמירט אין אלע הינזיכטן. איך ווינטש עס דיר, ווייל עס קומט זיך דיר. אבער אפילו אן דעם: דו דארפסט -- ביזט מחיוב -- צו זיין גליקליך, פשוט אויף צו'להכעיס די אלע פסיכאפאטן וואס זענען דיר דערגאנגען די יארן.

און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
זאלסט שוין פארקויפן די בוך/מאווי רייטס...
ובכלל האסטו א זעלטענע טאלאנט צו שרייבן שפאנענד און דראמאטיש.

Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- באס דרייווער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 39
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:50 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל
במשך דע גאנצע וואך האב איך מיר אנגעגרייט ווי אזוי אפציטענטפערן אירע טענות
איך האב מיר אנגערייט מיט ריאיות און הוכחות אז דע גאנצע זאך איז שקר וכזב
למעשה דע אנדערע וואך זענען מיר צירוק געגאנגען צי אים
אינז זעץ מיר זיך אראפ ער הייבט גלייך אן אז ער דורך געטראכט דע גאנצע זאך אין ער האט מחליט געווען אז ער וויל איך זאל גיין צי א ס' טרעפיסט ער זאל געבען זיין דייגענאז אויף מיר
איך הייב אים צי בעטען אז מען האט מיר נאך איגאנצען נישט אויס געהערט איך האב אויך זאכן צי זאגען
זאגט ער מיר אז זיעט נישט דע נחיצות פין דעים ער האט שוין עניוויע ארויס דע גאנצע פרשה סאיז אים אשאד דע צייט
וויפיל איך האב פראבירט צי בעטען איז געווען צי טויבע אויערען
ער זאגט מיר מיט א תמימות אז דע אלע זאכן וועל איך קענען זאגען פארן טערעפיסט
ער זאגט נאך דער טערעפיסט וועט גלייך זיען דע אמת אין ער איז א ספעשליסט און דיען ענינים סא וואס פיעלט אויס דע גאנצער וויכח
איי פארוואס האט אויס געפיעלט אויסציפרעגען מיין ווייב אלע דיטעלס וואס ווי אינזער פריוואטע לעבען גייט צי, גיי פריעג
איך בהמה האט באמת געמיינט אז א טרעפיסט וועט אויספרעגען און ער איך דאך ספעליסט וועט ער גליייך זיען דיעם אמת האב איך מסכים געווען בלית ברירה
למעשה באנאכט האט מיין מגי"ש געקאלט ווי אזוי איז געווען האב איך אים אלעס דערציילט
זאגט ער מיר גלייך עפעס שמעקט נישט גיט
בערך צוויי שעה שפעטער קאלט ער מיר צירוק אז ער האט מיר פארבינדען מיט א עסקן און יענער וויל זיך טרעפען מיט מיר און ער וועט אויך דארט זיין בערך 12:00 אזייגער באנאכט
איך קען מיר פשוט אייננהאלטען צי זאגען ראו מה בין בני לבן חמי
דער עסקן איז אבעה"ב וואס איז טרוד א גאנצער טאג על המחיה באנאכט איז ער גרייט ארויס צי העלפן אנדערע אידן בלי שום תשלום גמול
מיינע עלטערן האבן אים געבעטען עטליכע מאל זיי ווילן אים געבען עפעס געלט נאכדעים וואס ער האט אריין געלייגט אזוי פיל שעות , ער בשום אופן געוואלט נעמען איין פעני
נאך אזאך ער קיינמאל נישט במשך דע גאנצע צייט זיך געוואלט טרעפען צייט מיט ווייב נאר אויפן טעלאפאן פשוט אלטס ערליכקייט
ער זאגט ער האט א פאלעסי זיך נישט צי טרעפען מיט קיין פרוי נישט א חילוק וואס
משא"כ דע רב פינק פארקערט חוץ מזה וויל איך נישט זאגען ווי זיינע אויגען געלאפען א גאנצע ציייט
למעשה האב איך מיט מיין מגי"ש זיך געטראפען מיט אים איך דערצייל אים דע גאנצע פרשה
ער איז נישט געווען אינטערסירט צי הערן קיין שום בעדרום סטאריס למעשה האב איך אים דערציילט אז יעצט וויל ער איך זאל גיין צי א ס.. טערפי
ער זאגט מיר גלייך הייב שוין דער טלעפאן און זאג אים לא מיט אלף ווייל וויסען זאלסטי טאמער די גייסט פארלירסטי אלע דיינע רעכטען נישט אויך דיין ווייב נאר אויף דיינע קינדער אויך
דיעס איז נאר א שטיקעל דיר צי מסדר זיין אז די וועסט זאגען אז די האסט אמאל געבאדען דינע קינדער מיינט עס די טיסט ר"ל דע ערגסטע עבירות
און דע חברה ווייסען ווי אזוי דיר עס צי מאכן זיי זענען געשאלטע חברה
איין זאך וואס איך האב אים נישט דערציילט איז אז איך האב אינטער געשריבן שטרי בירורין
איך האב אים תכף געקאלט דיעם רב זאגען אז דעיס קימט נישט און באטראכט איך גיין נישט צי א טעראפיסט
זאגט ער מיר ר'איד טייערע די האסט אינטער געשריבן שטרי בירירן און וועסט פאלגען ווי א טאטעלע
איך האב אים אנגעהויבן בעטען פארוואס ער טיט עס צי מיר ווען ער האט אפילו מיר נישט אויסגעהערט
זאגט איך ווייס אויך וואס איך האב ציטען און א גיטע נאכט, און מיר געלאזט הערן דע דייל טאן
איך בין צירוק אריין צי דעים עסקן איך דערציילט וואס ער האט מיר געזאגט
אים איז שווארטץ געווארן פאר דע אויגען אז איך האב שוין אינטער געשריבן פאר אים
ער מיר גלייך געזאגט איך מיז אים געבען א טאג ווייל אינז זענען אויף גרויסע צרות ער מיז טראכטען ווי אזוי אינז פארן ווייטער
איך האף שפעטער אדער מארגען צי ממשיך זיין

איחוד פעלד האט געשריבן:באס דרייווער.
ווען ענק האבען זיך מפשר געוועהן און שלום געמאכט, האלט דיין ווייב נאך אלץ חשבון ווי די גייסט אויף א קאמפיוטער, אדער די טראסט איז אזוי שטארק אז זי לאזט דיך ניצען א קאמפיוטער אויף וואס די ווילסט?
בעצם פין דיין שרייבען דא אויף ק"ש וואלט איך תולה געוועהן אז די קענסט טוהן וואס די ווילסט, איז די שאלה, וויאזוי האסטו דאס געטוהן? פין ווערען געכאפט על דבר האסור אויף'ן קאמפיוטער, ביז א טראסט צו קענען גיין אויף די אינטערנעט און אפילו שרייבען אויף ק"ש אהן איר וויסען?
היינט ב"ה איז דא זייער א גיטע שלום בית און עס אינטעסירט איר אינגאנצען נישט מיין רוחניות
- באס דרייווער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 39
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:50 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:באס דרייווער.
והעיקר שאלה וואס איך בין זעהר נייגעריק צו וויסען, דיין שווער, וואס האט פארשטאנען אז זיין טאכטער דארף דיך גט'ן רח"ל צוליב די גרויסע בגידה, וואסערע מין מענטש איז ער, א בן תורה אדער א בעה"ב? האט ער אינטערנעט בכלל אדער נישט? כלומר, איז ער א מענטש וואס האט אליין אינטערנעט און פארשטייט אויך די תאוות פין די אינטערנעט, און איז סתם א היפאקריט וואס האלט אז ער מעג אבער זיין איידעם נישט, אדער איז ער א פרומע אנגעהיטענער וואס קוקט נישט און ווייסט נישט פין קיין קאמפיוטער צו זאגען?
מיין שווער ווייסט גראדע נישט צי זאגען פין קיין קאמפיאטער
ער אויף מיר סתם א שלעכעטע אויג ווייל ער האלט האט נישט באקימען וואס ער ערווארטעט אויף זיין גלאנגענע טאכטער
יעצט האט ער שוין געהאט א תירוץ פארוואס זי דארף מיר אפלאזען
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
כבוד הרב באס דרייווער
מילא די צייטונגען מוזן מאכן פארזעצונגן, ווייל אז נישט וועט נישט זיין די אנדערע וואך וואס צו ליינען
אבער איר טייערער איד, האלט אייך נישט צוריק, דער עולם דא איז געשפאנט ביזן דאך, יעדע ווארט פון אייך, ווערט געליינט בטוב טעם ודעת, און עפענט די אויגן און פארטונקלט די הערצער, פון אונז אלע, ביטע ענדיגט שוין מיט די גאנצע געשיכטע און מיט די פרייליכע ענדע, ווייל אונזער הארץ איז מיט אייך און קען נישט אריבער טראגן אייער צער, און די צער פון די יונגעלייט וואס האלטן יעצט בשעתן שרייבן די שורות עס אינמיטן דורכמאכן, און איר מיט אייערע וועטרער קען זיי שטארק מחזק זיין און עפענען די אויגן,
איך וואלט געבעטן די טויגליכע דא, אז ווען אלע מאמרים פון דעם הויעכגעשעצטן מנהיג ישראל, וועט פארענדיגט ווערן זאל זיך יאווען אן עסקן, וואס זאל עס צוזאמנעמען און ארויף לייגען מיט תיקוני והגהות הכותבים, אויף א פי די עף, לזכות הרבים יישר כח