ווי אזוי קוקט ער אויס?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
איך זאג דיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:42 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך איך זאג דיר »

הרב "קאווע טרינקער" אויב איך מעג וואלט איך געוואלט געבן א אפשאצונג, איר האט ליב פארשידענע מיני געטראנקען אבער קאווע האט איר בהחלט נישט ליב איר טרינקט פארשידענס אבער קאווע נישט, איר גיט זייער אכטונג אויף הוט, די שוך אייער איס שיין 6אויסגעפוצט אבער משום מה איז די שטריימל נישט דער שענסטער נישט ווייל ס'אינטרעסירט אייך נישט נאר פשוט אויף דעם האט איר עפעס נישט קיין צייט, אבער איר האט אין פלאן אז ביום מן הימים וועט איר קויפן א נייעם הערליכן שטריימל, ווען איר זענט אין מקוה אדער ביי די קאווע און איר הערט אז מ'רעדט פאליטיק אדער אנדערע נארישקייטן קרענקט עס אייך געפערליך אבער במשך השמועס ווערט איר מיט געשלעפט און איר ווערט גאר דער ראש המדברים, איר האט ליב צו לערנען קצות איבערהויפט אויף מסכת יבמות, איר האט א האנט זייגער אבער משום מה ליגט עס כמעט קיינמאל נישט אויף די האנט, ווען איר עסט נוסלעך קראצט אייך דערנאך די האלדז, איר האט זייער ליב נגינה איבערהויפט אלטע פארצייטיצע מאדזיצער ניגונים, געווענדליך פרייטאג צונאכטס נאכן אור החיים שיעור גלוסט זיך אייך א טעללער טשולענט אבער נישט אלץ וועט איר זיך מטריח זיין נעמען, דער פיינע ווארימע בעט איז אייך מער ניחא,
פארוואס זאג איך דיר ?, ווייל איך וויל זאלסט וויסן,
ברעט מענינג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:14 pm
האט שוין געלייקט: 189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך ברעט מענינג »

איך טראכט יעצט אריין זעט מיר אויס אז ודי למבין בעסטע יום טוב איז טאקע יעצט פסח!
אלעס מיט א שמייכל
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

פארהאן געוויסע ניקס וואס אנדערע ווילן וויסן וויאזוי זיי קוקן אויס, זה בכה וזה בכה. פון די ניקס אבער וואס יעדער איינער וויל מסתם וויסן ווער ער איז, איז דער וואן-ענד-אנלי בילאווד "קאווע טרינקער". אויסצולויבן זיין געשמאקן אנוועזנהייט איז נישט דא דער פלאץ, וואס יא, לעצטנס האב איך אין אכט גענומען צוליב סיבות מסיבות שונים (מלשון וכלים מכלים) אז דער קאווע טרינקער איז מיינס א שכן.

פאר אסאך פון ענק קען זיין וועלן געוויסע אספעקטן זיין א שאק ווען ענק וועלן הערן וויאזוי ער קוקט אויס, אבער אויף דעם האבן שוין אונזערע מאמעס אנגעזאגט "נאר אזעלכע פראבלעמען".

דאס אז קאווע טרינקער איז פעשליך, איז געוויס וואס יעדער שטעלט זיך פאר, און איז בכלל נישט סורפרייזונג. אכילה פארנעמט א פראמינענטן ארט אין זיין טעגליכען לעבן. אכילה איז זייער א ברייטע ווארט ווען מ'רעדט פון קאווע טרינקער, דאס קען מיינען קליינע סאוער דראפ דזשעליס אין זיין קאר, א טאץ מזונות אין סמעדריש, ביז א שמאלץ-רינעדיג ריב-סטעיק אין די היימישע רעסטוראנטן. (זיין טאטע עסט גראדע נישט בשר בהמה אלס קאשוי, קאווע האט שוין אבער געבראכן דעם חומרא נאך אלס בחור). ביי א זכר מאכט ער אויך נישט קיין חילוק צו ער איז הונגעריג אדער נישט; צו ס'איז דא א גרויסע אויסוואל נאש אדער חמין, אדער סתם פאפקארן מיט טענדשערינס. ער ווישט אריין מכל הבא לידו, כלחוך השור את ירק השדה. און אויב מ'פרעגט אים ביים וואכטנאכט: "קיגל האט איר שוין געהאט ר' קאווע'לע", ענטפערט ער "ס'וועט נישט שאטן נאך א טעלער". כ'רעד שוין נישט פון טשולענט, וואס צוליב איזה סיבה איז ער ממש געפאלן אין ליבע מיט די געמויזאכץ פון בונדלעך. קישקע באטראכט ער גראדע אלס א חלק פונעם טשולענט, און נישט ווי א באזונדערן מאכל. (נפקא מינה להנודר מן הטשולענט).

בעצם איז קאווע'לע א שטיקל לינקער, אבער אויף זיין הלך ילך מערקט זיך בכלל נישט -- הגם אז ער זאל עוסק זיין אין א בית שמש קולט סאמאטוכע איז גראדע יא עפעס וואס זאל מאכן שטארק סענס פאר אים. און דאס אז ער גייט אנגעטוהן אביסל נאכגעלאזט, טענה'ט ער "כאשר אבדתי אבדתי". אז ער האט סיי ווי נישט דעם לעבן ער וואלט ווען בעפארצוגט, וואס גייט אים אן וויאזוי ער קוקט יעצט אויס. דער אמת איז אבער אז ער איז בטבע אזא איינער וואס קערט נישט קיין סאך איבערן אויסזעהן, און איז בכלל אן איזי-גאוינג מענטש.

הויזן גייט ער נאך פון רויט-קלודינג, פשוט ווייל די שניט זייערע לויפט אביסל ברייטער; טלית קטן גייט ער א וואלענע אינדרויסן. א וועסטל גייט ער אויך, אבער נאר צוגעמאכט די ערשטע צוויי קנעפלעך. מילא האט ס'וועסטל א פנים ווי א שטיקל בארג.

אין בית מדרש, וואו דער עולם ארום אים קטן'ט פאר געלעכטער פון זיינע פערל רייד, איז א נארמאלע זאך ער זאל באפעסטיגן זיין שווארץ-ברוין אפגעריבענעם פאסיק, אינמיטן א זאפטיגן שמועס. אלזא, ווען ער גיט אזא הייב ארונטער דעם שליסל-קלינגעדיג הויזן, בו בזמן ווען ער גיבט א שלעפ דעם אלטמאדישן שטיקל לעדער, קען מען באמערקן צומאל אז ער גייט אזאנע קליינע ווייסע זאקן. אים צו זעהן מיט א בלויען רעקל און שווארצע הויזן, איז אויך העכסט נארמאל.

העמעדער גייט ער געווענדליך פלאזא-פלאס, מ'קען אים אמאל זעהן מיט אוריענט-סופער אויך. דאס אז די קנעפלעך ביים ארבל זאלן זיין אפען, איז ממש וויאזוי ער גייט היינצוטאגס אפציעל, טייל מאל אפילו אזא לייכטען קנייטש אויף ארויף.

די מעשה מיט די בארד איז אזוי. ווען ער איז געווען יונגער פלעגט ער שניידן מיט א שערל דא דארט, ווען ער האט אנגעהויבן זען ס'צעוואקסט זיך אביסל ארויס פון קאנטראל. מענטשן האבן אבער באמערקט און אנגעמערקט, האט ער אנגעהויבן זיך קנאבלען דעם בארד. למעשה היינט דרייט ער דאס שוין אויך נישט ארויף, נאר לאזט דאס לויפן זיין וועג. און אין פאקט וואקסט דאס בכלל נישט אזוי ארויס פון די ראמען, צוזאמען מיט די האלב געמאכטע פיאות קוק דער בארד אויס פארהעלטנמעסיג מסודר.

ער גייט נישט קיין עטרה אויפן טלית בכלל, און דאס איז בשיטה. פארוואס אבער, איז שוין א מעשה פאר זעך. (קרעדיט: ר' שמשון דער פארעווער).

א קאר דרייווט ער א 2003 שעווי ווענטשער. היטשעס טיילט ער אלץ און אייביג, און אנדערש ווי ביי די מער נייערע מיני-ווענס, ברויך דער היטש-כאפער זיך נישט ספראווענען מיטן עלעקטעראנישן טיר וועלכע פארשטייט זיך קיינמאל אויפן ווינק. ווען דער יעניגער שלעפט, שטייט דאס שטייף; ווען דער דרייווער דריקט דעם קנעפל האט זיך דאס שוין אנגעהויבן ריקן פארדעם דורך דעם שלעפער, מילא טאנצט דאס שוין צוריק, און אינצווישן האט מען שוין אויך געטוישט געירס פון דרייוו צו פארק -- מער ווי איינמאל. ביי קאוועניו קען מען זיך באלד אריינזעצן, די טיר איז אייביג אפען -- אין פאקט געדענקט ער אפילו נישט ווען ער האט צום לעצט פארשפארט זיין קאר. אין זיין קאר טוהט זיך שוין יא א שטיקל איבערקערעניש. דאנען ליגט אן ערוב פון ובלכת בדרך טעיפס, דא ליגט אן ארטסקרול גמרא, דערונטער פאפיטעס שאלאכץ, אריינציר צוויי אנגעפילטע ספרים בעגס, ליידיגע קאוק פלעשלעך, ספרים פון רב קורמאן, די.ווי.די פונעם לעצטן סיום הש"ס, און ס'קען ארבייטן אין קאר עפעס פון אינצווישן ר' אביגדור מיללער און א ספק קול באישה. שובבים טעיפס פונעם רבי'ן האט ער אויך אין קאר; ער דארף דאך וויסן פון וואס צו חוזק'ן.

למעשה גייט ער קויפן א נייעם קאר בקרוב, ער ווייסט נישט צו ער זאל נעמען דעם סיענע, צו אדעסי. ער איז בכלל נישט קיין קארגער, ער האט געקויפט דעם ווענטשער בימים ההם ברענד-ניו. נאר ער דארף פשוט נישט קיין קאר. "פיר רעדלעך און ס'פארט, ס'טראגט מיר וואו איך וויל, איז בעסער ווי גוט", אייסערט זיך קאווע'לע כסדר. אבער למעשה, מאכט אים די קאר שוין צופיל פראבלעמען, און ער גייט זיך נישט ארומשפילן ביים מעקעניק יעדן שני וחמישי. די ווייפערס זענען אים אפעציעל אויפגעשטעלט, ווי צו דערמאנען דעם "כל זמן שישראל מסתכלין כלפי מעלה". די בלינקערס נעמען זיך טאנצן ווילד ווען די נערווען שפילען זיי, און ביים לינקן וויידל לעקטער האט ער שוין געלייגט מער ווי איינמאל שטארקע-טעיפ, אבער פארט שווימען דארטן ארום וואסער.

עניוועי, זיינע קינדער האבן אים זייער ליב, און איך גיי כאפן א שחרית. (שחרית כאפט מען נישט, מ'דאווענט)

[tag]קאווע טרינקער[/tag]
שפתים ישק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך שפתים ישק »

[tag]יואב[/tag] באטשי, שפתים קישאקTM!
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יואב.... פיר אויס...: ומחה ה' דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן.


צו באשרייבן קאווע טרינקער, קען קאווע טרינקער אויך. אבער אויף צו באשרייבן יואב, קען נאר יואב.
יואב, מיר ווארטען פאר דעם ארטיקל.

[tag]יואב[/tag]
Under influence
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

שמעקעדיג איז א אינגערמאן בערך דרייסיג, הויעך און דאר, א ברוינליכען שמאלע בארד היבש מער כשיעור ציגעלע, האלב געמאכטע פיאות, פלאכע הוט, עקאו סטעפ אין שיך, פלאזא פלאס העמעדער, וואלנע טלית קטן אינדרויסן, און האט נישט קיין גלעזער. ער פלעגט אמאל גיין שווארץ און ווייסע, אבער האט געמאכט די לעיזאר אפעראציע אויף די אויגן פאר עטוואס מער ווי צוויי יאר צוריק.

שמעקעדיג איז מער ווייניגער א פרומער, אבער אינדערהיים איז ער סאך מער פרום, אדער ווי אנדערע וועלן דאס אנרופן "ער בי עסט". ער רופט נישט זיין ווייב ביים נאמען, הגם הער נאר איז שוין אפילו פאר אים עקסטרעם און איבערגעטריבן. ווען ער וויל זאגן אז ער ברויך אין טוילעט, זאגט ער: "איך דארף ארויסגיין".
למעשה איז ער נאך אלעם צופרידן אז זיין ווייב איז א יאנטשי פארפרומטע, ווייל ער איז איבערצייגט אז אזוי וואקסן זיינע יערליך געבוירענע קינדער אויף בעסער.

איינער וואס קען נישט זיין ווארימען און איידלען כאראקטער, קען נערוועז ווערן פון זיין ענדלאזע גוט מארגן'עריי ער ווינטש דעם גאנצן שטאט יעדן צופרי.

שמעקעדיג האט א פאלם פיקסי, און זעצט זיך יעדע צופרי אריין אין בית מדרש טוילעט ליינען קאווע שטיבל, אייוועלט, דראדזש ריפארט און קוקט בינגס בילדער. הגם אונטערן פארשלאסענעם בית כסא טירל איז ער צוגעבינדן צום געוועב, האט ער נאך אלץ נישט אויפגעגעבן דעם מנהג קדוש פון אריבערווארפן דעם טלית קטן איבער סקיסע טיר.

שמעקעדיג האט שוין פראבירט צו ראנען א פרינטינג פירמע, אבער האט זיך פארמאכט נאך אין שנה ראשונה פונעם אבן הפינה. היינט איז ער א סעילסמאן פאר עפעס א לאקאלע העלטה פוד קאמפאני, און טוהט אביסל אין גראפיקס אויך.

דרייווט א סיענע, זאגט אין כמעט יעדן זאץ די ווארט דעפענטלי, אדער נאו פראבלעם; דאווענט אלץ מיט מנין, איז זיך גערן מתנדב פאר א צירוף צו אנדערע מנינים, גייט יעדן טאג אין מקווה נאכן שויער, לערנט דריי שעה א טאג; האט שבת א טיפיקל טראדיצינאלע סעודה וואו מ'עסט זיסע געקאכטע סאלמאן פיש, פלייש פון די טשיקען זיפ וועלכע מ'האט שוין געקאכט פאר דארנאשטאג נאכטמאל, פערפל, קיגל אא"וו. קידוש מאכט ער אין א זמירות, אבער זמירות זינגט ער אויף אויסנווייניג פון שלום עליכם ביז ווען ער שלאפט שוין איין אינמיטן יום זה לישראל, און זיינע קינדער וועלכע מוזן מיטזינגען, און איינזיצן ביים סעודה מיט דרך ארץ, ברויכן אים פארריכטן זיינע פארשלאפענע גרייזן ער מאכט מיטן אויסמישן קעפלעך פון פאראגראפן.

ס'מיינט אבער נישט זיינע קינדער האבן אים נישט ליב. ער איז זייער א ווארימער טאטע, פארשטייט דאס הארץ פון א קינד, פארלאנגט נישט קיינעם צו זיין אזוי ווי דעם אנדערן, שלאגט נאר פאר חינוך און נישט סתם ווען ער איז אין כעס, קויפט כסדר מתנות, און גיבט זיי אסאך ליבשאפט.

ער האט שטארקע שלום בית, קלויבט אליינס אויס נוי סוכה פאר סוכות, עסט בית רחל מצות, און נוצט נישט אלע הכשרים.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

נא, סטאפ שוין לאכן דארט!

ניין, איך קען נישט!

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

איך שליקעץ שוין, אבער נאך אלץ

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
איך וויל לאזן צוואה, אויב שטארב איך פון געלעכטער זאלט איר וויסן יואב איז שולדיג. איך בין אים מוחל אויב ער וועט קומען בדחנ'ן אויף די לויה.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איין זאך קען איך ענק זאגן: עס שפירט זיך ווי מען האט געלייגט אויף מיר א מצבה לעבעדיגערהייט..
איך זעה וויפיל גוטע זאכן מען שרייבט און מען חלומ'ט פון מיר, און לב יודע מרת נפשו ווי ווייט אוועק איך בין פון דעם, עס גיט א גוטע ציפ אין הארץ.
איך לערן 3 שעה א טאג? א גוטער מאן? א גוטער טאטע?.... הלואי! אפשר מיינסטו 3 שעה "קאווע שטיבל"?
והחי יתן אל לבו.
ייש"כ יואב פאר די שובבי"ם מוסר שמועס.
וירח ה' את ריח הניחוח
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יואב, האסט פארגעסן צו שרייבן ער איז א עניו אויך.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

יואב, היינט נאכט גייסטו זיכער אין גן עדן, אזא געלעכטער אונז צוגעטיילט!! אבער בלייב נאך דא מיט אונז מיר דארפן דיר נאך האבען מיט אונז..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווען איך זע די שרי מאות, שרי אלפים, ושרי רבבה, וואס מ'האט ברייט אויפגעשמירט. ווער איך איינגעמיירעט, ונהי בעינינו כחגבים.
אבער אפשר דאך, איז דא איינער וואס קען עפעס אויסקלארן מיין בילד.
ווער איז דאס 'אדנירם'?
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

דיין בילד איז דאך פון ר' שימי דויטש שליט''א.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואס?!
מיין בילד איז פונעם בעל התניא.

[tag]איך אויך[/tag]
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

רילי? איך האב געהערט מענטשן רופן עם דער ליאוזנער און שימי דויטש רופט זיך אויך ליואזנער רבי.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
פארשפארט