בלאט 4 פון 4

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:51 am
דורך משכיל
אויף די אינטערוויו רעט ער זייער שטאט און ווארפט דעם קאפ זייער פאני, מען קען פלאצען צוצוהערען זיין דרשה

אין אידיש ביי זיינע דרשות האט ער גערט אויך שטאט אבער מיט טעם און סארקעסעם

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 9:11 pm
דורך מאראנצןזאפט
הרב דאמב איז דער אינציאטאר וואס האט אוועקגעשטעלט דער מהלך פון משניות סייעתא דשמיא.
ער האט געשיקט א סעמפל אויף מסכת זרעים פאר הרב גרינבוים. זיין אריגינעלע איידיע איז ווייטער נאכקאפירט געווארן.

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 9:56 am
דורך [NAMELESS]
פאריגע וואך איז געוועהן הרב דאמב'ס הקמת מציבה

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 4:11 pm
דורך סקרן
שמעתי מאחד מידידי שהי' עד להמעשה
דער פאלטישאנער רב {רב שטיין} איז געווען זייער נאנט ביי סאטמאר רב
די גבאים האט עס נישט געפאלן ווייל ער איז געווען אן אגודיסט אויך
אמאל ווען ער איז געזעצן די ערשטע ביי אים אויף א טיש אדער אן אנדערן מאמענט האבן די גבאים געלייגט אויף זיין פלאץ פון פריערט א קליינע קונטרס פון הרב דאמב
ביודעם אז ער וועט עס שטארק נישט ליב האבן און אוועקווארפען ווייל דאמב שרייבט דארט כל דבר אסור אויף אלע גדולי ישראל כידוע
וכך הוה ער האט נאר געזעהן וואס דאס איז און עס אוועקגעווארפען
סאטמאר רב קוקט אים אהן און פרעגט אים מאי האי?
האט ער אים געענטפערט מיט א מעשה וואס האט פאסירט מיט זיין רבי'ן ר' מאיר שפירא ר"י יח"ל
א תלמיד האט אים אמאל געשיקט א בריוו מיט גרויסע טיטלן און צוגעענדיגט ר' יודא מאיר שפירא זצ"ל
דערביי צושרייבענגיד עיין מהרש"א מס' עירובין דף ... שכך קורין לצדיקים גם בחייהם
ר' מאיר שפירא האט געהאט גרויס חלישות הדעת פון דעם
האט פאלטישאנער רב געענדיגט זיין סיפור און דעם רבי'ן
שטעלט אייך פאר איינער שיקט א בריוו צום רבי'ן און שרייבט אל מע"כ.....ר' יואל טייטעלבוים ימ"ש וזכרו עיין ספרי רב דאמב שכך קורין לצדיקים בזה"ז
נחה דעתו של רבינו וקרבו כנהוג
שמעתי מעדים נאמנים

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 10:41 pm
דורך berlbalaguleh
חוקר וסקרן: און דער דאמב איז טאקע געווען א פארדארבענער מענטש. כאטש א תלמיד חכם ובקי בתורת החסידות (ער האט געהאט א חב"ד'ס'קער רבי'ן.). געהאט זייער א שמוציגן פיסק. אויף א יעדן ערליכן איד האט ער גערעדט די ערגסטע דברי נבלה. יא. ר'איז געווען א גרויסער בעל מכניס אורח, זאגן זיינע מלמדי זכות און גוט זאגערס. ער האט אויכעט געהאנדלט מיט צלמים אין זיין דזשולערי געשעפט. יא. ס'איז מותר עפ"י הלכה, זאגן זיינע גוטע פריינט. אפשר, יא....אבער ווי פאסט עס פאר א חסיד'ישן איד א ת"ח. וואס האט ער געזאגט פאר א גוי'טע וועלכע איז געקומען צו איהם אין געשעפט קויפן א צלם....דא האסטו דיין פארשטינקענעם צלם. נעם עס און גיי דיר ארויס ...און אלץ מיט פארמאכטע אויגן.כדי נישט נכשל צו ווערן ח"ו צו קוקן אויף אן אישה, אדער א צלם...אדער האט ער עס גענומען אין די האנט און באהאנדלט מיט ליעבשאפט. ארויסנעמענדיג עטליכע גאלדענע צלמים, קלענערע און גרעסערע, צו ווייזן פאר זיינע קליענטן...פוי.. ס'עקלט מיך וואספארא בריה שפילה ונבזה ער איז געווען . חוץ זיין א צודרייטער אויך...!

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 11:25 pm
דורך איסר האטלקי
די מעשה פון חוקר וסקרן איז אמת ויציב, שמעתי מבנו של להבחל"ח מרן מוהרי"א מפאלטיטשאן זצ"ל.

צוויי הגהות:
חלילה צו זאגן אז ער איז געווען אן אגודיסט, ער איז געווען א פייערדיגער קנאי, ער האט אויפגעטראטן ביי פילצאליגע דעמאנסטראציעס, ער האט כמה פעמים בארעדט ברבים די אגודיסטן.
מיט דעם אלעם איז ער אויך געווען א פייערדיגער חסיד, משום איזה סיבה שהוא, פון הרה"ק רבי חיים מאיר'ל מוויזניץ זצ"ל, טראץ זיין קעגנעראפט צו אים בנוגע אגודה.

זיין מערכה אנטקעגן הרב דאמב האט זיך אנגעהויבן אין יח"ל, ווען דער פאלטיטשאנער רב איז געשטאנען פיייער מיט הרה"ק רבי מאיר שפירא זצ"ל. גארנישט געהאט מיט קנאות צו טון.

Re: הרב ירחמיאל ישראל יצחק דאמב ז"ל

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 11:32 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הרב דאמב איז, דוכט זיך, געקומען נאכ׳ן פטירה פון הרב שפירא

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 10:08 am
דורך איך אויך
ניין דער שמוציג יונג האט פראבירט צו מאכן א מרידה אין יח''ל אקעגן ר' מאיר ווען ר' שימעלע האט פארלאזאט די ישיבה. עס ווערט דערמאנט בקצרה דא.

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:08 am
דורך דולה ומשקה
איך אויך האט געשריבן:ניין דער שמוציג יונג האט פראבירט צו מאכן א מרידה אין יח''ל אקעגן ר' מאיר ווען ר' שימעלע האט פארלאזאט די ישיבה.


נישט ריכטיג, ר' שימעלע האט געהאט חסידים נאך אינדערצייט פון רבי מאיר שפירא, וואס פאר מהר"ם שפירא האט דאס נישט געשטערט צופיל, ער האט זיך געקימערט דעמיט, וויבאלד די סדר און הנהגת הישיבה איז אנגעגאנגען כרגיל, נאר נאך א האלב יאר צו אביסל מער פון דער פטירה פון מהר"ם שפירא ווען רבי משה'לע באיאן'ער האט געוואלט פארכאפען די לייצעס פון דער הנהגת הרוחני פון דער ישיבה, האט ער אינטערגעברעגט און געמאכט זיכער אז ר' שימעלע זאל פליען. די בכיות איז געוועהן בקולי קולות ווען ר' שימעלע האט געזאגט זיין דרשת פרידה אין היכל פון דער ישיבה, דער גאנצע עולם האט מיטגעוויינט, עס איז געוועהן ווי א דאלפעטע קלאפ אין איין יאר.

דער ישיבה נאך ר' שימעלע איז קיינמאל נישט געוועהן די זעלבע, די הנהלה האט אנגעהויבען אריין צו נעמען וועם אימער וכו' וכו', הגם אין כמות איז געוועהן סאך בחורים אבער אין איכות איז דאס געפאלען מיט א מורא'דיגע שנעלקייט, ווייט נישט געווען דער פארגלייך די עילוים און חריפים פון פריער.

ועוד יש לדלות ולשקות, אמנם הוא מהדברים שהשתיקה יפה לה, וד"ל.