א הערליכע מאמר פון ממי שאמרו פול מיט חידושים און שיינע הסברים, א שאד נאר ער האט נישט ממשיך געווען, אפשר אין אייוועלט האט ער ממשיך געווען...
דאס וואס ער שרייבט אז מוחמד דערמאנט נישט קיין איין איינציג מאל ירושלים אין זיין קוראן, א שורה שפעטער אבער שרייבט ער אז אנפאנג האט מוחמד געהייסן דאווענען צו מזרח ירושלים?
קען זיין אז ס'איז נישט אין די קוראן, נאר עפעס א היסטארישע ידיעה וואס אונז ווייסן אז אנפאנג האט ער געהייסן דאווענען צו מזרח ירושלים?
מענין לעניין: הרב ישראל לאו שליט"א האט אמאל פארציילט אז ער האט געכאפט א שמועס מיט דעם גרינדער פון מדינת ישראל דויד בן גוריון און ער האט איהם אויסגעלויבט מיט זיין אקט ביי די "פיעל" קאמישן ווען דער הויכגעשעצטער שטאלצער ענגלישער לארד האט איהם געפרעגט איבער די רעכט פון די אידן אין ארץ ישראל. האט ער אויפגעהויבן א תנ"ך וואס איז דארט געליגן אויפ'ן טיש און געזאגט..."אט דאס איז אונזער שטר אויף ארץ ישראל"...! האט הרב לאו געפרעגט ביי בן גוריון...צי פיהרט זיך דען א מענטש אז ער נעמט דעם שטר (מכירה) אויף זיין הויז און ער צוקנייטשט עס? מיינענדיג צו זאגן אויב ער האלט אז די תורה איז די וואס געט אונז די רעכט צו זיין אין ארץ ישראל פארוואס טרעטסטו אויף די תורה און ביסט איהר מבזה?!
האט הרב לאו אויסגעפיהרט: עטץ ווייסט וואס ער האט מיר געענטפערט? גארנישט! ווייל ער האט געוויסט אז איך בין גערעכט...!