בלאט 4 פון 5
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 12:46 pm
דורך שטילע אינגערמאן
[tag]רויטע וואנצעס[/tag] מזל טוב מזל טוב אסאך נחת.
כ'האב לעטצענטס געהאט א אינגעל (דערמאנט אונעם אשכול) אפשר קען מען שוין רעדן פון א שידוך?
ווי ניישט ווי געהערן מ'ביידע צו די זעלבע קרייז קאווע שטיבעל, כ'מיין ס'וואלט געווען א פיינע זאך.
[tag]באריסטא[/tag] וועט זיין שדכן
[tag]שמעקעדיג[/tag] וועט געבן די חתן שיעורים
[tag]אפטעמיסט[/tag] וועט גראמען ביים חתונה
[tag]ראשעקאל[/tag] וועט האבן סידור קידושין
אין אזוי ווייטער יעדער איינער וואס ער טויגט.
ס'וועט זיין א חתונה צו געדענקען, יעדער וועט זיין בבגדי שבת, אין זיך באמת מיטפרייען. ק"ש וועט זיין פארמאכט יענע נאכט.
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 12:50 pm
דורך שמעקעדיג
איזהו חכם הרואה את הנולד...
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 1:03 pm
דורך אפטעמיסט
מזל טוב, וואנצעס!!! טאקע א שמחה!
נעווער מיינד, ס'וואקסט אונז אונטער א גאנצע נייע דור פון ניקס. געב עס אפאר יאר און ס'שפראצט ארויס א @בת וואנצעס און א @בן שטילע. און יא, כ'בין וויליג צו גראמען. אבער וואנצעס? ער קען דער פאך בעסער ווי מיר. זאל ער זיך אליין אויסרופן.
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 2:38 pm
דורך פלעין יודיש
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:[tag]אפטעמיסט[/tag] וועט גראמען ביים חתונה
איך בין נישט מסכים
איך בעט
האלב פרייז ווייניגער פון אים פליז נעם מיך
אגב, וואנצעס אסאך נחת פון דער און פון אלע
נא, ווער האט א גראם אויף איטס עי גירל?
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 6:39 pm
דורך רויטע וואנצעס
[tag]שטילע אינגערמאן[/tag], כאכאכאכאכא. כ'האמיר איבערגעקלערט צו יא צו ניין. צום סוף רוף איך איינער פאר אינפערמעישן, זאגט ער מיר ס'א געוואלדיגע איידיע, ער איז דאך אויך א רויטער, אפילו זיין קוטשמע איז רויט. און ער שיקט מיר גלייך א לינק צו דיין אוואטער. פשיהא... ממש ענבי הרויטע גפן בענבי הרויטע גפן דבר נאה ומתקבל.
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 8:34 pm
דורך יין שרף
שמעקעדיג האט געשריבן:איזהו חכם הרואה את הנולד...
כ'האב מיר געוואונדערט פארוואס בלשון המשנה הייסט זי א חכמה...
נשלח: מוצ"ש מאי 10, 2014 10:59 pm
דורך שטילע אינגערמאן
[tag]רויטע וואנצעס[/tag] כ'בין ארום געלאפן אלע בתי מדרשים אין געזוכט א רויטע אינגערמאן וואס געבט קידוש, כ'האב געטראפן צוויי,
איינס א גביר, אביסעל פעשלעך, געגעבן צו פרעסען א גאנצע שבת סעודה.
דער צווייטע א עובד, מער פארמארגערט, שמייכלט צו יעדעם,
וועלעכ'ס ביזטו?
נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 3:58 pm
דורך טעפל
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:[tag]רויטע וואנצעס[/tag] כ'בין ארום געלאפן אלע בתי מדרשים אין געזוכט א רויטע אינגערמאן וואס געבט קידוש, כ'האב געטראפן צוויי,
איינס א גביר, אביסעל פעשלעך, געגעבן צו פרעסען א גאנצע שבת סעודה.
דער צווייטע א עובד, מער פארמארגערט, שמייכלט צו יעדעם,
וועלעכ'ס ביזטו?
אינטערעסאנט איך האב געטראפען פונקט פארקערט, א רויטען פעשליכען ארימאן, און א דארע אויפגערעגטן גביר...
נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 4:28 pm
דורך רויטע וואנצעס
סארי מ'האט אפגעשטופט די קידוש, די בעבי איז צו רויט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 31, 2014 12:57 am
דורך שטילע אינגערמאן
מזל טוב, מיין ווייב'ס יום הולדות
נשלח: דאנערשטאג יולי 31, 2014 1:11 am
דורך קאווע טרינקער
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:מזל טוב, מיין ווייב'ס יום הולדות
וואס האט זי געהאט, אונגעל? מיידל?
נשלח: דאנערשטאג יולי 31, 2014 1:17 am
דורך שטילע אינגערמאן
קאווע טרינקער האט געשריבן:שטילע אינגערמאן האט געשריבן:מזל טוב, מיין ווייב'ס יום הולדות
וואס האט זי געהאט, אונגעל? מיידל?
אירע מאמע האט זעהאט א מיידל בערך דרייסיג יאר צירוק, אויפן היינטיגן טאג
נשלח: דאנערשטאג יולי 31, 2014 7:37 am
דורך פלעין יודיש
און איך האב נאך געמיינט אז די ביסט א פרוי'ס פערזאן
נשלח: דאנערשטאג יולי 31, 2014 8:59 am
דורך איך אויך
וואס איר מאן האט אנגעשלאגן?
נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 1:36 am
דורך שטילע אינגערמאן
מזל טוב, 7.2 וועגט ער, מיאוס ווי די נאכט
נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 1:37 am
דורך ליפא
לייג make up
נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 1:38 am
דורך קל וחומר
מזל טוב. זאל ער זוכה זיין צו א גרינגן מוטער בשעטו"מ.
נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 1:45 am
דורך קאווע טרינקער
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:מזל טוב, 7.2 וועגט ער, מיאוס ווי די נאכט
ווער? ער אדער זי?
נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 2:09 am
דורך קל וחומר
קאווע טרינקער האט געשריבן:שטילע אינגערמאן האט געשריבן:מזל טוב, 7.2 וועגט ער, מיאוס ווי די נאכט
ווער? ער אדער זי?
ליטוואק וואלט געענטפערט 'ביידער' וד"ל
נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 8:52 am
דורך טמיר
מזל טוב! וואס איז די אדרעס? דר'עולם וויל שיקן פעקלעך
נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 9:25 am
דורך שמעקעדיג
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:מזל טוב, 7.2 וועגט ער, מיאוס ווי די נאכט
ראט אינעם טאטן צי אינעם מאמען?
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 7:51 pm
דורך ראוונע
מזל טוב
איוואנקע טראמפ די אידישע טאכטער פון דאנעלד טראמפ האט יעצט געבוירען די גרעסטע אין די שענסטע אינגעל בעיבי
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 8:34 pm
דורך ישראל גלויבער