בלאט 4 פון 7

וועדשטיבעל אנקעטע

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 12:09 am
דורך סאשי פיש
יעדער זאל שרייבען וועלכע וועדשטיבעל ער האט די מערסטע ליב

מיינע איז טאמעטא

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 12:10 am
דורך קאווע טרינקער
אריק שרון

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 12:11 am
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:נו, נא, נעה ליצנות.......................נו זאג שוין! מיינסט אז פרוכט איז קאמפעטישאן מיט געפילטע פיש? ס'צוויי אנדערע קאטעגאריעס

קאמפעטישען? נעה, קיינמאל נישט. חוץ אויב די מייער וואס שטייט אזוי שטאלץ ווי א קינד ביים חימוש סעודה אויפן שפיץ פישל הייסט אויך א פרוכט.

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 12:11 am
דורך זר זהב
@סושי פיש, טאמעטא איז א פרוכט! גלייב עס אדער נישט!!

איז זיי מוחל וועהל אויס א וועדזשטעבל

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 12:15 am
דורך קאווע טרינקער
איך גלייך מער עגבניות ווי טאמאטען והחזיר יבין

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 12:16 am
דורך זר זהב
והציונים יבין כצ"ל.

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 12:17 am
דורך זר זהב
מיין וועדזשטעבעל איז ספינעטש

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 12:19 am
דורך סאשי פיש
איך האב געוואלט שרייבען אוואקאדא אבער צו מיין מזל זע אז עס איז אויך א פרוכט
גיי איך שרייבען עגפלענט
בעיקר וויפעל זאכען מען מאכט דערפון

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 12:20 am
דורך קאווע טרינקער
זר זהב האט געשריבן:מיין וועדזשטעבעל איז ספינעטש

זר, איך האב געוואוסט אז כ'קען מיט דיר נישט וועטשערען...

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 12:21 am
דורך זר זהב
אז וועסט ארויסקומען מיט מיר וועל איך איינגיין אויף באקסער, איך בין סאפט

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 1:23 am
דורך געוואלד געשריגן
זר זהב האט געשריבן:@סושי פיש, טאמעטא איז א פרוכט! גלייב עס אדער נישט!!

איז זיי מוחל וועהל אויס א וועדזשטעבל


דער באקאנטע שפריכווארט

"Knowledge is knowing that a tomato is a fruit. Wisdom is knowing that a tomato doesn't belong in a fruit salad."

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 8:19 pm
דורך שמעקעדיג
ווינטער, אראנדזש (מאראנצן בלק"ש)
זומער, וואסערמעלאנע, אבער א גוטן פערזשעך אדער פלוים איז אויך פיין.
טרויבן ווען ס'איז הארט.

פליז זאג מיר נישט מען קען פיקן נאר איינס.

כאב נישט ליב עגפלענט און ספינעטזש.

וואס זאגט עס איבער מיינע גענעס?

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 8:23 pm
דורך מאראנצןזאפט
וויאזוי זאגט יאנקל מיללער: נאך א מזל איך גלייך נישט ספינעטש, ווייל פעך, ס'דאך גרויליג!

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 8:40 pm
דורך זר זהב
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס זאגט עס איבער מיינע גענעס?

מיט דעם האב איך געוואלט צוציען די בייאלאגישע ליינער זיי זאלן אנטיילנעמען אין די אנקעטע. ס'נישט געלונגען :x

פרישע אנקעטע

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 3:03 pm
דורך זר זהב
אויב חלילה וואלסט געבוירען געווארן א 'נישט איד' חלילה חלילה. (נאר פאר דאס ארויסזאגן מוז איך פאר איך גיי ווייטער זאגן ברוך אתה ה' שלא עשני גוי) אין וועלכע לאנד וואלסטע געוואלט וואוינען? א ארטאדאקסישער איד האט דאך נישט צופיל אויסוואהלן.

איך וואלט גע'פיק'ט דענמארק.

פליז גיבט אפ אייער שטימע

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 3:05 pm
דורך לעמיל
טעקסעס

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 3:14 pm
דורך זר זהב
איז דאך ווייטער אמעריקע

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 3:38 pm
דורך לעמיל
עס מוז זיין אונדרויסען פון אמעריקא? איך האב ליב אמעריקא אבער ניו יארק האב איך פיינט

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 3:43 pm
דורך זר זהב
אקעי. און פארוואס עפעס די שמייליגע טעקסעס?

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 3:45 pm
דורך לעמיל
זיי זענען גוט פאר ביזנעס

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 3:56 pm
דורך קאווע טרינקער
קרית יואל

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 3:59 pm
דורך לעמיל
קאווע טרינקער האט געשריבן:קרית יואל

וואס איז דא דארט?

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 4:00 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:אקעי. און פארוואס עפעס די שמייליגע טעקסעס?

דא האסטו עטליכע סיבות, קוק די ערשטע פאר תגובות פון דעם לינק:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 39#p588539