קלי וקלי דא"חהיימלינד האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 10, 2024 12:47 pmדי אמר"ח איז אלע יארן געזעצען אין גרוסווארדיין ביים טאטען, כמעט נישט געווען אין זיין רבנות שטאט ווילחוביץ, משא"כ די ווישאווא רב האט שוין געהאט זיין אייגענע מלוכה אין ווישאוואדעתי הענייה האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 22, 2013 10:20 am גאר ווייט פון מציאות....
אזוי וואלטן די ווישאווא תלמידים געוואלט עס זאל ווען האבן געווען, אבער, עס איז קיין ספק נישט געווען אז דער אמרי חיים גייט זיצן אין גרויסווארדיין.
איך האב נישט יעצט קיין צייט, עס איז אן אריכות, מער וועט נאכקומען.
דער אמרי חיים איז געזעצן אין גרויסווארדיין די גאנצע צייט, און די פאנטאפל גווארדיע (aka חניוקעס) זענען געווען זיינע מענטשן, לאידך גיסא אין גרויסווארדיין האבן קוים געוואוינט אפאר מנינים וויזשניצע חסידים נישט געווען קיין גרויסע גליק איבערצונעמען, קוים א ביהמ"ד וואס איז געווען אינמיטן בויען (דער עולם האט געוואוינט צושפרייט איבער מארמאראש) משא"כ אין ווישיווא איז געווען א פארטיגע מלוכה, נאר די כיבוד פונעם טאטנ'ס פלאץ האט ווישעווע רב דערלייגט מיטן זיין אין אמעריקע.
למעשה זענען אלע קינדער געווארן "וויזשניצע רבי'ס"
ווישעווע רב איז געווארן וויזשניצע רבי אין ווישעווע
אמרי חיים אין גרויסווארדיין
דמשק אין וויזשניץ
משום איזה סיבה אפשר ווייל ער איז נישט געווען לאנג רבי (פיר אהאלב יאר, ב' סיון תרצ"ו - י"ג טבת תש"א), און דערנאך איז געווען א וועלט מלחמה, ווערט ער בעיקר געדענקט אלס ווישעווע רב.