בלאט 4 פון 4

Re: Re:

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 2:30 pm
דורך תניא בניחותא
היימלינד האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 12:47 pm
דעתי הענייה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2013 10:20 am גאר ווייט פון מציאות....
אזוי וואלטן די ווישאווא תלמידים געוואלט עס זאל ווען האבן געווען, אבער, עס איז קיין ספק נישט געווען אז דער אמרי חיים גייט זיצן אין גרויסווארדיין.
איך האב נישט יעצט קיין צייט, עס איז אן אריכות, מער וועט נאכקומען.
די אמר"ח איז אלע יארן געזעצען אין גרוסווארדיין ביים טאטען, כמעט נישט געווען אין זיין רבנות שטאט ווילחוביץ, משא"כ די ווישאווא רב האט שוין געהאט זיין אייגענע מלוכה אין ווישאווא
קלי וקלי דא"ח
דער אמרי חיים איז געזעצן אין גרויסווארדיין די גאנצע צייט, און די פאנטאפל גווארדיע (aka חניוקעס) זענען געווען זיינע מענטשן, לאידך גיסא אין גרויסווארדיין האבן קוים געוואוינט אפאר מנינים וויזשניצע חסידים נישט געווען קיין גרויסע גליק איבערצונעמען, קוים א ביהמ"ד וואס איז געווען אינמיטן בויען (דער עולם האט געוואוינט צושפרייט איבער מארמאראש) משא"כ אין ווישיווא איז געווען א פארטיגע מלוכה, נאר די כיבוד פונעם טאטנ'ס פלאץ האט ווישעווע רב דערלייגט מיטן זיין אין אמעריקע.

למעשה זענען אלע קינדער געווארן "וויזשניצע רבי'ס"
ווישעווע רב איז געווארן וויזשניצע רבי אין ווישעווע
אמרי חיים אין גרויסווארדיין
דמשק אין וויזשניץ
משום איזה סיבה אפשר ווייל ער איז נישט געווען לאנג רבי (פיר אהאלב יאר, ב' סיון תרצ"ו - י"ג טבת תש"א), און דערנאך איז געווען א וועלט מלחמה, ווערט ער בעיקר געדענקט אלס ווישעווע רב.

Re:

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 3:38 pm
דורך תניא בניחותא
דעתי הענייה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2013 10:28 am
הדד בן בדד האט געשריבן:,און מען האט פארשטאנען מיט א פשטות אז ער וועט זיין ממלא מקום פון זיין טאטן, און אזוי וואלט טאקע לכאורה געווען
איך וועל אי''ה שפעטער עפענען א באזונדערע אשכול, די נושא איז א ברייטע, נאר איין נקודה:
אויב וואלט טאקע אזוי געווען, איז נישט מסתבר אז אין צוויי חדשים האט דער אמרי חיים באוויזען אלעס צו טוישן אזוי ווייט אז מען זאל נישט קענען צוריקדרייען??
אבער ווי געזאגט היסטאריע דארף נישט קיין טעאריע'ס, דאס איז געווען דער מציאות, דער עולם איז געווען מיטן אמרי חיים.
ווישעווע רב איז למעשה אויך געווארן א גרויסע רבי - וויזשניצע רבי אין ווישעווע נישט אין גרויסווארדיין (גרויסווארדיין איז סה"כ געווען א גלות רעגירונג...), אין וויזשניץ גופא איז דער דמשק געווען וויזשניצע רבי, דער אמרי חיים איז געווען וויזשניצע רבי אין גרויסווארדיין.

Re: קאנדידאטן וואס האבן געזאלט ווערן רבי'ס

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 4:57 pm
דורך היימלינד
איה"נ, אין ויזניצא גופא איז די דמשק געווארען רבי

אבער א גרויסע פראצענט פון די אהבת ישראל'ס חסידים זענען למעשה יא אריבער צום אמר"ח, די ווישאווא רב האט אליינס געבויעט זיין חסידות מתלמידיו.

צו די מקום איז גורם אדער נישט ווייס איך נישט אבער היסטאריע האט אסאך מאל געוויזען א דער וואס "אויף די פלאץ" האט עס.
ממילא אפילו אויב גר"וו איז נאר געווען א גלות סטאנציע איז עס למעשה געווען "די פלאץ" פאר בערך 20 יאר.

Re: קאנדידאטן וואס האבן געזאלט ווערן רבי'ס

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 7:40 pm
דורך תניא בניחותא
היימלינד האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 4:57 pm איה"נ, אין ויזניצא גופא איז די דמשק געווארען רבי

אבער א גרויסע פראצענט פון די אהבת ישראל'ס חסידים זענען למעשה יא אריבער צום אמר"ח, די ווישאווא רב האט אליינס געבויעט זיין חסידות מתלמידיו.

צו די מקום איז גורם אדער נישט ווייס איך נישט אבער היסטאריע האט אסאך מאל געוויזען א דער וואס "אויף די פלאץ" האט עס.
ממילא אפילו אויב גר"וו איז נאר געווען א גלות סטאנציע איז עס למעשה געווען "די פלאץ" פאר בערך 20 יאר.
בכלל האט דער אמרי חיים געצויגן אן עולם מיט זיין כאריזמע.
מ’דערציילט אז אמאל בחייו פונעם טאטן האבן ביידע ברודער געפירט א באטע נאכן טיש, דער ווישעווע רב אין איין ווינקעל פון ביהמ”ד און דער אמרי חיים אין א צווייטן ווינקעל, דער ווישעוווע רב האט געהאלטן אין איין זאגן תורות, דער אמרי חיים האט געזונגען שירות ותשבחות כדרכו, צוביסלאך האט זיך דער עולם איינציגווייז אריבער גערוקט צום באטע פון אמרי חיים ביז דער ווישעווער איז געבליבן זיצן אליין, איז ער אויך אריבער צום באטע פון אמרי חיים...
צי די מעשה האט ווירקליך פאסירט איז נישט נוגע למעשה, ס’ברענגט ארויס די סיבה וואס דער המון עם האט מער פארשטאנען צום אמרי חיים, די מארמאראשע אידן ברובם זענען נישט געווען צו שטארק אינטרעסירט און 5 שעה’דיגע לומדישע דרשות.