בלאט 4 פון 13

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:34 pm
דורך יאיר
לעיקוואוד האט געשריבן:קודם כל, יא, זייער אסאך לומדים, מסתם רוב כאפען בכלל נישט, אז דער רמב"ם האט אנגעקוקט זאכען אינגאנצען אנדערש ווי דער שאגת אריה, און אז רוב פשעטלך פון ר' חיים בריסקער אינם רמב"ם האבן בערך אזויפיל צוטוהן מיטן רמב"ם ווי לאקשן קוגל מיט א תימנישער סחוג. זייער אסאך היינטיגע פשעטלך און מהלכים און נגלה זענען ווייט פון אויסגעהלט גלייך און יושרדיג טאקע וועגן דער קוגל רעסיפי.

ווי הגרי"י וינברג האט געשריבן:
"שאלתי פעם אחת את הגרי"ד בהיותו בברלין: מי גדול ממי: הגר"א מווילנא או ר' חיים מבריסק? והוא ענני: כי בנוגע להבנה ר' חיים גדול אף מהגר"א. אבל לא כן הדבר, הגר"א מבקש את האמת הפשוטה לאמתתה, ולא כן ר' חיים. הגיונו וסברותי' אינם משתלבים לא בלשון הגמ' ולא בלשון הרמב"ם. ר' חיים הי' לכשלעצמו רמב"ם חדש אבל לא מפרש הרמב"ם. כך אמרתי להגאון ר' משה ז"ל אבי' של הגרי"ד שליט"א".

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:36 pm
דורך לעיקוואד
ר' סענדר (חזקיהו אלכסנדר סנדר יצחק) איז א ערשטער קאזין פון ר' יצחק משה. זיין טאטע איז געווען ר' חיים אריה א מקובל געוואוינט אין שוייץ האט ארויסגעגעבן מאירת עינים פון ר' יצחק דמן עכו ויש ממנו ספר על אגרת הרמב"ן ובאור החיים עה"ת. אחיו ר' יוסף איז געווען ר' יצחק משה'ס טאטע.
ר' סענדר קאכט זיך שטארק אין קדושה ענינים און האט אפאר ספרים געשריבען וועגן דעם, א חלק מלפני הפרגוד (תורת העבודה והתשובה על שובבי"ם, און טהרת התורה צויי בענדער אויף תקנת עזרא). און א חלק מאחורי.
ר' יצחק משה האט נאך א יונגערער ברודער ר' מנחם וואס איז אויך ווערט אן אפהאנדלינג.

אגב ר' ארהם ארלנגר מח"ס ברכת אברהם איז אויך א פעטער פון ר' יצחק משה ור' סענדר.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:43 pm
דורך היימישער ליטוואק
לעקוואוד און יאיר, איך קען הערן אז איר זאלט האלטן אז דאס איז נישט העלפ-פול צוזאמצומישן די אלע דרכים וכו' כדי להודיע אז עס זענען פאראן הרבה דרכים למקום. אבער וואס איך זאג איז אז פון מישן אדער בעסער געזאגט פון צוזאמשטעלן איז קיין ראיה נישטא אז ער האט נישט עומד געווען אז לא הרי הרב סעדיה גאון כהרי הווילנא גאון, ולא הרי הסבא דאתונא כהרי הסבא משפולה, ולא הרי מרן הבית יוסף כהרי מרן אלישיב.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:46 pm
דורך לעיקוואד
דאס בין איך מסכים אז סנישט ממש א ראיה מוכרחת, אבער א שטיקל ראיה איז עס. סאיז אויך דא חילוקים פון וועם מרעדט און וויפיל זיי פארשטייען אז סשטימט נישט. ויש לחלק בין גברא לגברא ובין הבנה להבנה ואכ"מ.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:51 pm
דורך לעיקוואד
איך האב מורא דא יכלה הזמן והמה לא יכלו, כמו שכבר כתב קאווע טרינקער לעיל. איך מיין אז אויף יעדער פון די פערסנאען דארף מען שרייבען א באזונדערע אשכול, און אחוץ פון דעם נאך אן אשכול מסביר זיין מער אין א ברייטערע קאנטעקסט דער ענין פון די משפיעים וואס הייבט זי און וואס ענדיגט זיי. איך זעה שוין מקען דא שרייבען א גאנצע טיזיס איבער דעם און באקומען א דוקטורוט לענין המשפיעים החסידיים בשנות תש"נ-תש"פ.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 12:03 am
דורך משה געציל
מאראנצןזאפט האט געשריבן:
האט אן אינטערסאנטן motto אז שטענדיג איז אין א געוויסע בחינה די העכסטע צייט פון יאר. ער קען רעדן פון א גרינעם עת רעוא פ' וישב כאילו יעצט איז קידוש החמה איינמאל אין 28 יאר. זעט אויס אז ס'דא מענטשן וואס שעפן א סיפוק דערפון.

דער מאטיוו פון מאכן א פשוטע ליל שישי פאר א זאת חנוכה, איז דוקא זיינער? איך דענק אז דאס איז א טאקטיק וואס ווערט געניצט דורך אסאך אנדערע משפיעים אויך.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 12:07 am
דורך ר' שמחה
מאראנצןזאפט האט געשריבן:ער איז אן אמעריקאנער יונגל און א תלמיד פון ישיבה אף סאוט פאולסבורג וואו ער האט פלייסיג געלערנט מיט אזעלכע לייבן ווי הגרח"א ממונקאטש הגר"א מבעסערמין הגר"א זצ"ל מגעלטצעלער (ביז ער איז געפלויגן) און נאך.

איר זענט זיכער אז די אלע אויסגערעכענטע האבן געלערענט אין איין צייט אין סאוט פאולסבערג ?

לדוגמא, לפי ידיעתי האט רח"א ממונקאטש חתונה געהאט תשמ"ה ווען רצ"מ איז געווען א אינגער בחור. (בכלל האט רח"א געלערענט אין ס"פ נאר זומער בחודש אב)

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 12:11 am
דורך לעיקוואד
מאראנצןזאפט האט געשריבן:\

1. רבי יצחק משה ערלאנגער.

דער משגיח אין רחמיסטריווקא ישיבה אין ירושלים, דער מחבר פון די אמעל פאפולערע קונטרסים 'חסידות אויף פארשידענע נושאים מיט בלויע דעקלעך.

זיינע קונטרסים זענען זייער ווארעם געשריבן מיט אסאך ענערגיע, אבער מאכן נישט קיין סאך קלוגער אבער דעם מיליאן דאלער פראגע חסידות מהו?

ער איז א איד וואס פרובירט אריינצוברענגען זיין עבודה למעשה און שב"ק עסט ער 10 ערליי דיפס מיט פארשידענע גווניםן מכוון כנגד די עשר ספירות. אודאי זעט ער אז די גרינע באבאגאנאש זאל גובר זיין אויף די רויטע טאמאטא דיפ.



אביסעל לשון הרע איבער ר' יצחק משה.
רי"מ איז פון די ערשטע, איך מיין אז ממש די ערשטע, פון די wave משפיעים פון וועם מיר רעדן, ער האט מער וייניגער אנגעצונדען דער מעטש וואס האט אנגעברענגט דער גאנצער זאך. דער ערשטער קונטרס זיינע "חסידות!!!" איז געווען ווי א קול קורא להחזיר עטרת החסידות ליושנה, הגם אז סשטייט נישט דארט פונקט וואס דאס איז דער חסידות פון וואס ער רעדט, כמ"ש רבינו מרנצז"פ למעלה, איז איין זאך זייער קלאר, אז דאס וואס דער עסטעבלישמענט רופט חסידות איז נישט דאס, בקיצור דאס איז גאר א שטארקע סטעיטמענט קעגן דער סטטוס קוו, און זייער א passionate רוף מזאל זיך אויפוועקן און אנהייבן טוהן עפעס אנדערש.

למעשה איז ער אביסעל געבליבען דער שלימזל פון דער גאנצער זאך, ווייל ער איז טאקע געווען דער ערשטער whistleblower, און בשעת וואס אנדערע יונגערע פון עם האבען שוין גאנצע בתי מדרשים וקהילות האט ער כמעט גארנישט. די סיבות פאר דעם זענען אפאר, ראש וראשון אז ער האט זיך געהאלטן א חסיד פון דער ראחמיטסריקווא רבי ז"ל ר' ישראל מרדכי. געוורען איז ער געכאפט אלץ בחור ביי זיין טאטע ר' יוחנן, האט געלערנט דארט אין ישיבה (אינם פריערדיגער גלגול פון ישיבת מאור עינים), און איז ווייטער געבליבען דארט אן אמתער חסיד. און האט זיך נישט דערוואגט צו מאכען שבת פאר זיך אדער בכלל טון עפעס אן אמתער שריט אן אישור פון זיין רבי'ן. נאר די לעצטע פאר יאר וואס דער רבי לעבט שוין נישט, און פון ר' דוד הגם לפנים איז ער זיך מכניע (קומט צו זיין טיש אפאר מאל א יאר..) איז ער א קנאפע חסיד פון עם, און עכ"פ זעהט עם נישט אלץ זיין רבי וואס ער דארף זיך באמת מכניע זיין פאר עם. בנוסף לזה אז דער ראחמיסטריווקער פאליטיק זעהט עם אביסעל אלץ א געפאר פאר די חסידות דארט, האט ער זיך ערלויבט צו עפענען א בית מדרש'ל אין אשדוד ווי ער האט אפאר חסידים, און האט שוין היינט אן אייגענער מנין אויך אין ירושלים.

עס זענען דא נאך סיבות וואס זענען תלוי אין זיין פערסאנעליטי, וואס איך האב נישט כרגע קיין חשק מסביר צו זיין.

די לעצטע יארען איז ער כמע יעדער צווייטער שבת נישט אינדערהיים, ער פארט ארום דער וועלט מפיץ זיין תורת החסידות לפי גירסתו, און דאס איז זיין חיות, כעין די אמאליגע מגידים ואוס פלעגן פארן פון שטאט צו שטאט זאגען מוסר פארן עולם.

כחלק פון זיין זיך איבער שרש החסידות איז ער אנגעקומען לערנען אסאך קבלה, זיצט שוין יארען אין שער השמים, און דער סיכום פון וואס ער האט געפינען וועגן דעם איז א ספר "קבלת הגאונים" פון דריי דיקע בענדער, וואס איבער דעם איז דא אסאך צו רעדן.

איז גאר א שטארקער מבקר פון דער גאנצער חרדישער עסטעבלישמענט, הגם אז אין דרשות ברבים היט ער זיך נישט צו רעדן, פאר פראגמאטישע טעמים, קען ער זיך אויסדריקען ביחיד מיט גאר שארפע ביטויים און האט באופן כללי נישט קיין שום טראסט אין דער גאנצער מהלך, בעיקר ווייל ער טענה'ט אז סאיז דער היפך פון אמתער עבודת ה' על דרך החסידות.

הגם ער פליט אסאך אין הימל, איז ער מצד שני גאר שטארק מכיר אינם מציאות, (משא"כ למשל ר' מוטל אדער רצ"מ), און וייסט אז אין עפעס א פלאץ איז דא א גבול צו דער גאנצער הימל פליעניש און דער אמתער מבחן ונסיון פון א מענטש איז אין פשוטער בעלבת'ישער בשר ודם'דיגר זאכען, לעבט נישט נאר אין תאוריות נאר אויך אין מציאות.

ודי בזה כעת.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:07 am
דורך הוגה
מאראנצןזאפט האט געשריבן:רבי דן איז א טייערער איד וואס האט אמאל באקומען דעם פאדיום פארענט פון 40 טויזנט אידן פלאס וואו ער האט געוויינט בדמעות שליש איך האב נישט קיין סך מער.
איך האב אמאל געהערט בשם אים א גוט ווארט, אז א בחור'ל מאכט זיך א סדר יומי אין משנה ברורה, און קומט אן צו דער הלכה אין שלחן ערוך אז מ'דארף אינזין האבן ביי די שמות הקדושים היה הוה ויהי' וכו', און נעמט זיך אונטער דאס איז איז מ'גייט טוען צו דער זאך.
מה נעשה, א גאנצן דאווענען איז ער נערוועז פאר'ן נעקסטן שם וואס קומט שוין אט, און אויב האט ער נאך אמאל אינזין געהאט איין ווארט ביים דאווענען בלייבט ער יעצט מיט גארנישט.
ס'איז א גרויסער יסוד אין עבדות ה'.




גר ותושב אנכי עמכם. איך ליין שוין א אפאר טעג אבער דאס איז מיין ערשטע תגובה.

איך האב געוואלדיג הנאה פון די שמועס דא און פון אלע זאכליכע און אינטערעסאנטע אינפארמאציע טראץ דעם וואס אני הקטן האב נישט געטראפן דאס פלאץ ביי קיין איינער פון די אויבן דערמאנטע, דאך קען איך גוט פארשטיין די וואס האבן יא.

איך האב נישט קיין סאך צוצולייגן, עס וואלט מיר אבער געווען גאר אינטערעסאנט צו הערן מער איבער ר' דן. איך האב בכלל קיינמאל נישט געוואוסט אז ער האט אן עמטליכע פאלאואינג.

פאר א צייט צוריק האב איך אנגעטראפן אין א לייברערי א בוך מיטן נאמען "וכי נחש ממית", געשריבן אין עיברית דורך איינער "ישראל סגל". עס האט אויסגעזעהן אינטערעסאנט האב איך עס אנגעהויבן צו ליינען.

שרייבט ער דארטן זיין לעבענס געשיכטע ווי אזוי ער איז אויפגעצויגן געווארן אין ירושלים ביי פרומע עלטערן און דערנאך אין פונוביזער ישיבה ביז ער האט אפגעלאזט די אידישע דרך און אזוי ווייטער. רוב פון די בוך פארציט זיך איבער זיין רילעישאנשיפ מיט זיין עלטערע ברודער (רופט אים נישט אן ביים נאמען) וועלכער איז שפעטיר געווארן א מנהיג אדער ראש ישיבה. די שרייבער פרובירט ניטאמאל צו באהאלטן זיין שרעקליכע ווייטאג/שנאה וואס ער האט אקעגן דעם ברודער און ער שיט אויף אים פעך און שוועבל אן רחמנות. נאכן שטודירן די נושא אביסל האב איך אויסגעפונען אז דער ברודער איז נישט קיין אנדערע ווי ר' דן.

ווי שטארק איך האב פארשטאנען אז א פארווייטאגטע נוגע בדבר איז נישט נאמן, האט דאס פאקטיש פארמירט א גאר שלעכטע איינדרוק איבער ר' דן אין מיין מח.

פארדעם בין איך שטארק אינטערעסירט צו הערן אפאר פאזיטיווע שטריכן איבער אים. ותודה למפרען

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:10 am
דורך מורינו הרב
ווען דער ברודער איז געשטארבן איז ר' דן נישט געזעצן שבעה אויף אים.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:11 am
דורך הוגה
מורינו הרב האט געשריבן:ווען דער ברודער איז געשטארבן איז ר' דן נישט געזעצן שבעה אויף אים.


איך האב געוואוסט אז ער איז נישט געווען ביי די לוי' אבער נישט געזעצן שבעה אויך האב איך נישט געוואוסט. איז דאס או הלכה זאך אז מען זיצט נישט שבעה נאך אן אפגעפארענע ברודער?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:37 am
דורך לעיקוואד

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 6:51 am
דורך מאראנצןזאפט
משה געציל האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:
האט אן אינטערסאנטן motto אז שטענדיג איז אין א געוויסע בחינה די העכסטע צייט פון יאר. ער קען רעדן פון א גרינעם עת רעוא פ' וישב כאילו יעצט איז קידוש החמה איינמאל אין 28 יאר. זעט אויס אז ס'דא מענטשן וואס שעפן א סיפוק דערפון.

דער מאטיוו פון מאכן א פשוטע ליל שישי פאר א זאת חנוכה, איז דוקא זיינער? איך דענק אז דאס איז א טאקטיק וואס ווערט געניצט דורך אסאך אנדערע משפיעים אויך.



ביי אים איז עס אויך ליל חמישי און נישט אז ס'איז זאת חנוכה נאר דעס סאמער יום המיתה.
בקיצור ער איז דער גרעסטער מגזם אין דעם הינזיכט און פרעדיגט דאס ממש 365 טעג א יאר.

ר' שמחה, ניין איך בין נישט זיכער, כ'האב צוזאמגעשטעלט די ליסטע פון גאסן שמועות.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 7:42 am
דורך shem-tov
יישר כח פאר דעם אשכול, ס'איז מורא'דיג אינטערעסאנט

כ'האף קיינער וועט מיך נישט אנשרייען אז ס'באלאנגט נישט אהער, אבער אפשר קען איינער באשרייבן ממש בקיצור די חילוקים צווישן די אלע היינטיגע גרויסע רבי'ס בעניני כח השפעה. למשל וואס איז די חילוק צווישן די סאטמארע רבי'ס און דער בעלזער רביס מהלך און דער סקווירערס רבי. וכדו' וואס טוען זיי אז זייערע חסידים בלייבן חסידים. וואס פארלאנגען זיי יא און וואס נישט. איז עס געלט, כבוד, צו בלויז די קינדער, מיט וואס און וויאזוי שפירט זיך היינט א חסיד צוגעבינדען צו זיין רבי'ן. כ'מיז מודה זיין על האמת, מען זעהט די בילדער פון רבי'ס מיט טויזענטער חסידים, און איך טראכט רבש"ע וואס האבן די אידן פון אים? געזונטערהייט. כ'באלאנג צום חסידות אבער מענשען זענען דאך נישט משוגע ס'מוז דאך זיין ער זאל זיין מקושר צו אים, אין וואס שטעקט דער קשר. וואס איז דער כח המושך צום טיש, חתונה, אלע תפלות ועוד. ס'איז קלאר אז יעדע מנהיג, רב, רבי און אפילו ראש ישיבה האט א מהלך

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 9:22 am
דורך מאראנצןזאפט
בעצם וואלט מען געקענט דרש'נען אויף יעדע ווארט פון לעיקוואד תילי תילים של הלכות אבער איין זאך קען איך מיך ישט איינהאלטן הגם ס'פארקריכט אינגאנצן פונעם אשכול.
לעיקוואד שאקלט יסודות און טענה'ט חידושים אז רבי חיים האט מיט'ן רמב"ם וויפיל איך האב מיט העליפארני.
ס'זעט נישט אויס פון זיינע ווערטער ווי ער איז נישט מחשיב תורתו של רבי חיים, נאר אז מיט'ן רמב"ם האט עס גארנישט.
איך האב שוין לאנג דעם הרגש אז די חילוקים פון ר' חיים אינעם רמב"ם איז אזויווי איינער זאל דארט זוכן ראשי תיבות און גימטריאות, וואס ס'קען אפילו זיין אמת און ס'איז מן השמים, אבער דער רמב"ם רעדט נישט פון דעם, נישט דאס איז זיין כוונה, און ס'וואלט אים קיינמאל איינגעפאלן.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 11:08 am
דורך איחוד פעלד
מען מאכט צופיל אוועק ר' חיים. זיינע חידושים זענען אזוי ווי עני אנדערע ספר אויף רמבם פין זיין צייט.

לדעתי איז אפילו אור שמח וואס אפיציעל איז ער יורד לעומק דער אריגינעלער רמב"ם אויך נישט רמב"ם.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 11:11 am
דורך [NAMELESS]
איינער וואס לערנט אסאך רבי חיים זעהט אז ער האט אויך נישט געהאלטן אז ער לערנט אפ רבי חיים, נאר ער זאגט שיינע הגיונות און הענגט עס אן אויף זיין לשון. קוקט אן, אין שעיקספיר לערנט מען אויך אריין הסברים און מען זעהט אויך פארצווייגטע סימבאלן אין עגנון, ווייל א גרויסער מחדש אדער ארטיסט איז פארצווייגט און אין זיין אונטערן באוואוסטזיין איז ער מרמז אויף אנדערע זאכן. א טיפער קריטיקער קען אין א שטיק ליטעראטור זעהן נישט בלויז די מאמענטאלע באשרייבונג פונעם ארטיסט נאר אויך דעם ארטיסט'ס גאנצע הארץ און מח.
אפשר האט רבי חיים געהאט אזא צוגאנג אין רמב"ם.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 11:19 am
דורך איחוד פעלד
קען איינער שרייבען וועגען רבן גמליאל?

ר' לייבל מינצבורג

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 11:19 am
דורך אביגדור
דער מתמידים מנהיג.

ר' יצחק דוד גרוסמאן - Disco Rabbi

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 11:21 am
דורך אביגדור
אינטרעסאנטע איד.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 11:35 am
דורך איחוד פעלד
קען איינער שרייבען וועגען רבן גמליאל?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:07 pm
דורך מאראנצןזאפט
דאס איז דירעקט נישט מאראנצןזאפט'ס אשכול איך געב נאר דעם פתח כחודו של מחט.
ייש"כ און אויב האסט מער אינפארמאציע איבער רבי לייב ביטע שרייב.
הגם ער איז אביסל אנדערש און פיט נישט דעם אנצוג 'חסידישער משפיע'.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:09 pm
דורך מורינו הרב
איחוד פעלד האט געשריבן:קען איינער שרייבען וועגען רבן גמליאל?


איחוד, מען האט עס געזען די ערשטע מאל אויך. פארוואס קלערסטו אז ביים צווייטן מאל ווען מען ענדערש לאכן פון די דזשאוק?

אגב; דארפסט מיר זאגן שכוח. איך האב עס יעצט געברענגט צום קענטעניס פונעם עולם...