בלאט 4 פון 4

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 6:51 pm
דורך איינגעמיירעט
קופערניקוס האט געשריבן:גם אני מצטרף אז ליינען, זוכן און פשוט טראכטן בשבתך בבית כסאך איז נאך סיי ווי אזוי גוט צו ארויסקומען מיט א קלארע מסקנה ווי "מעדיטאציע". רובא דרובא מענטשן קענען סיי ווי נישט קאנטראלירן די טרעפיק פון זייערע מחשבות, און די "מעדיטאציע פארטאגס" איז במחילת כבוד איינגעמיירעט א בייס סאמעך.
איינגעמיירעט גייט לכאורה לשיטתו אין אנדערע תורה ומחשבה פארומס ווי ער איז דוגל בשיטה אז מיר פארשטייען נישט אלעס און אז לעיקוואד האט נישט קיין רעכט אפצולערנען א משנה ברורה און איר דורכטוהן ללא משא פנים, ווייל די גאר קלוגע מענטשן האבן טיפערע חכמה דערין.
ואני הקטן האלט אז חכמה איז נישט אזוי קלוג, חכמה איז טאטאל בהישג ידנו, א גוטע קאפ קען סערטשן די גרעסטע חכמה אנליין און איר משיג זיין אין איין שמונה עשרה אדער להבדיל בית כסא.

אויב חכמה בא דיר מיינט סוירטשען ידיעות דעמאלס האמיר נישט די זעלבע דעפענישען אויף חכמה
חכמה מיט וויסען ידיעות האט קיין שייכות נישט און איך מיין אז דארף נישט מאריך זיין דער חילוק

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 6:59 pm
דורך איינגעמיירעט
מוח שליט האט געשריבן:
איינגעמיירעט האט געשריבן:איך הער וואס די האלטסט
איך האלט קאווע שטיבעל איז כפשוטו א קאווע שטיבעל.
מקומט זיך אויסליפטערען פון אביסעל פרעשער,אויסגרעפסן וואס שטעקט און בויך,
עפ״י רוב זענען די שמועסען אויבערפלעכליכע און לייכטזיניג,אזוי ווי און די לייוו קאווע שטיבעל.
זיצענדעג און קאווע צימער הערט מען כסדר פון די פריש אויפגעקומענע חכמים וואס האבען נארוואס געליעזען א פריש ביכעל,זיי קומען אריין און שטיבעל און זאגען איבער ווארט ביי ווארט פונעם ביכעל,די יושבים און די קאווע צימער הערן צו מיט פארגאפטקייט,אזוי ווי מהערט אויס שלמה המלך אליינס.
אקוראט דאס איז קאווע שטיבעל און מיינע אויגען.
אויב וויל איך פארשטיין און אנאליזירען עפעס אן ענין ברויך איך אויפשטיין אפאר פארטאגסען און מאכען אפאר מעדעטאציעס נישט פון קוליצען דא

    נמצא אז דיין תגובה זעלבסט איז א אויבערפלעכליכע און לייכטזיניגע אויסגרעפס וואס שטעקט אין בויך. ווערן מיר אויב אזוי אריינגעצויגען אין ר' יאסעל העללער'ס "כאפ צוויי און צוואנציג".
    נעמליך, אז נאר מצד לייכטזיניגקייט שאצטו אפ קאווע שטיבל פאר לייכטזינגע הודעות. אבער באמת זענען די הודעות טיף און ריכטיג. אויב אזוי איז דאך דיין יעצטיגע הודעה אויך נכלל אין דעם, און עס איז יא טיף און ריכטיג. נמצא אז דער טיפער אמת איז גאר אז די הודעות זענען באמת לייכטזיניג. ונכלל בתוכם דעי הודעה זעלבסט. און מצד טיפקייט איז אמת אז אלע תגובות, אינקלודינג דיינס דא, זענען לייכטזיניג. וחוזר חלילה. :roll:

    ערענסט גערעדט. קאווע שטיבל איז א הערליכע פלאץ ווי מען קען רעדן פון אלעם. פון א לייכטזיניגע גרעפס, ביז א טיפזיניגע פארטאגס מעדיטאציע. ווי ערווענט לאנג צוריק בין איך גרייט אויסצוהערן דיינע פארטאגס מסקנות. איך וועל אפי' מיט-מעדיטירען מיט דיר. פארוואס נאר גרעפסען, איינגעמיירעט?

    איך האב נישט די צייט זיך צו אויסשפרייטען מיט הסברים יענץ לאז איך פאר מיין אנדערע ניק ווי איך בין מער לינק און דעם ניק וויל איך נאר מגלה זיין פאר מענטשען וואס בלאנדזשען אריין, אז מזאל נישט נתפעל ווערען פון די חכמה חיציונות פון די געשראבאכץ דא ס׳איז זעלטען צוטרעפן דא איינער וואס זאל מגלה זיין אביסעל השגות אמיתיות וואס קומט פון די שכל הישר פון די מענטש

    נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 7:08 pm
    דורך יאיר
    איינגעמיירעט האט געשריבן:
    קופערניקוס האט געשריבן:גם אני מצטרף אז ליינען, זוכן און פשוט טראכטן בשבתך בבית כסאך איז נאך סיי ווי אזוי גוט צו ארויסקומען מיט א קלארע מסקנה ווי "מעדיטאציע". רובא דרובא מענטשן קענען סיי ווי נישט קאנטראלירן די טרעפיק פון זייערע מחשבות, און די "מעדיטאציע פארטאגס" איז במחילת כבוד איינגעמיירעט א בייס סאמעך.
    איינגעמיירעט גייט לכאורה לשיטתו אין אנדערע תורה ומחשבה פארומס ווי ער איז דוגל בשיטה אז מיר פארשטייען נישט אלעס און אז לעיקוואד האט נישט קיין רעכט אפצולערנען א משנה ברורה און איר דורכטוהן ללא משא פנים, ווייל די גאר קלוגע מענטשן האבן טיפערע חכמה דערין.
    ואני הקטן האלט אז חכמה איז נישט אזוי קלוג, חכמה איז טאטאל בהישג ידנו, א גוטע קאפ קען סערטשן די גרעסטע חכמה אנליין און איר משיג זיין אין איין שמונה עשרה אדער להבדיל בית כסא.

    אויב חכמה בא דיר מיינט סוירטשען ידיעות דעמאלס האמיר נישט די זעלבע דעפענישען אויף חכמה
    חכמה מיט וויסען ידיעות האט קיין שייכות נישט און איך מיין אז דארף נישט מאריך זיין דער חילוק

    אויב חכמה מיינט ביי דיר מעדיטאציע און לערנען מהר"ל האבן מיר נישט די זעלבע דעפינישאן אויף חכמה.

    נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 2:55 am
    דורך איינגעמיירעט
    ר' יאיר לאמיר גיין שטייטעלעך:
    וואס מיינט חכמה ?

    חכמה מיינט אז דער מענטש נעמט דעם של ראש וואס דער אויבערשטער האט עם באשאפען, און ער דעוולעפט עס דורך אפלערנען און זיך מתבונן זיין, און דעם ליגט אפלערנען און זיך מתעמק זיין בדברי חכמה פון פריערדיגע,נוצען דעם חוש הביקורת וואס דער אויבערשטער האט געגעבן אוועקצוווארפען די פסולת סיי מיט די קאממען סענס וואס אונז האב מיר,און מיט חוקר זיין די מציאות הדברים צו סשטימט מיט די חכמה.

    אויכעט איז דא א כח החידוש וואס אונז האב מיר צו ממציא זיין נייע דברי חכמה, געווענטליך איז עס געבויט אויף פריערדיגע דברי חכמה וואס כננס על גבי ענק קען מען צולייגען א פרישע טיפירע קנייטש,אדער איז עס געבויט אויף די יסודי החכמה וואס איז איינגעבויט און מציאות הבריאה,לדוגמא 1+1=2, א יעדע זאך האט א עילה און א סיבה וכו', אלע כללי חכמה המוכרחים וואס אויף דעם קען דער מענטש בויען ווייטער און אויספיגערען די וועלט און זיך אליינס,
    איך מיין כל הנ"ל איז פשוט.

    יעצט לאמיר גיין א שלב ווייטער,
    דאס אלעס וואס אונז האמיר פריער גערעדט וואלט געווען זייער פיין, מיט צוויי באדינגענגען:

    א) א געזונטע שטוב
    ווען א מענטש געבוירט זיך רואיג אין א געזונטע שטוב, די עלטערען באזארגען דאס קינדס מענטשליכע באדארפענישן, באגיסען דאס קינד מיט זייער נאטורליכע ליבשאפט, און געבן א עדזשוקעישין פארן קינד פון די בעיסיק דברי חכמה, און די כללי החכמה, דערנאך לאזען זיי דאס קינד שפראצן און דעוועלאפען זיין אייגען שכל, זיין vision, זיין הרגש השכל.

    ב) א געזונטע געזעלשאפט
    ווען א מענטש ווערט געבוירען אין א געזעלשאפט וואס לעבן צוזאמען צו בענעפיטירען איינער פארען צווייטען,און איינער פונעם צווייטען,יעדער זוכט זיך אליינס צו דעוועלאפען און לאזט דעם צווייטען זיך צו דעוועלאפען לפי שכלו, קיינער צווינגט נישט ארויף זיין הבנה און השקפה אויפן צווייטען.

    וואס טוט זיך מיט א קינד וואס ווערט געבוירען אין א שטאט ווי פאלגענד:
    וויליאמסבורג, מאנסי, ניו סקווער, טאהש, קרית יואל, עיר התורה לעיקוואד, בני ברק, קרית וויזשניץ, קרית פאפא, קרית קאשוי, קרית לאקשעלדריק, להבדיל אלף אלפי הבדלות עזה, עמיש טאון, מיניסטרי, church house ,north Korea ,north wazariston Pakistan

    ווערט אויפגעצויגען און גייט אדורך די הויכקלאסיגע עדזשוקעישען סיסטעם פון: סאטמאר, פאפא, בעלזא, וויזניץ, באבוב ,סקווירא, פיטסבורג אשדוד, גור, קרעטשניף רחובות, נייטרא, תולדות אברהם יצחק ואהרן, דושינסקי, מאשלאו פארקוויי, געדצעהלער, ר' משה גרין ,משה ווייס, מונקאטש, קלויזענבורג, בית חינוך הישן מאנסי, בית טראנא, בנות מרגליא, בנות מרגלית, בנות ציון, בנות ?????? בית חנה, בית אסתר, בית רחל, בית שרה, בית זלפה (זייטס מיר מוחל אויב ס'נישט דא) בית צפורה.

    די געדאנקען-גאנג פון מענטשען וואס זענען געבוירען אין אזא ענווייראמענט איז היפש עפעקטירט, נעמענדיג אין באטראכט קודם די יסודי החכמה וואס מ'פארפעלט צו לערנען מיט אזא מענטש, און נעמענדיג אין באטראכט די הויפענעס פון הבלים וואס מ'וואשט און מ'פארדרייט די קעפ, נישט לאזענדיג א מקום חלל און קאפ צו טראכטען א גראדע מחשבה.

    און צווישן אונז זענען דא פארשידענע אופנים וויאזוי ס'קלאפט אויס דיע חינוך סיסטעם, די גרעסערע חלק וועט מיט גיין מיט אלעס וואס מ'האט עם געווישט די קאפ, אזא איינער וועט פארענטפערען א יעדע חסיד'ישע מעשה, וועט כסדר פארענטפערן, גרויס מאכען, און שווערן טריישאפט צו די פארטיי, רבי, רב, קהילה, וואס מ'האט אים אויסגעלערענט אלס קינד צו גלייבען. פארשטייט זיך ער וועט כסדר דערנידערן און בארעדען דעם רעבינ'ס בר פלוגתא.

    המשך יבוא.

    נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 10:55 am
    דורך איינגעמיירעט
    המשך פון פריערדיגע תגובה:

    נאך א חלק פון אונזער געזעלשאפט וועט גראדע יא האבען פארשידענע ספיקות אין די זאכען וואס מהאט אריינגעלייגט אין מח, אבער זייענדיג א חלק פון אונז און זייענדיג מקיים דעם ובנ"י פרו וישרצו וירבו ויעצמו במאד מאד, און האבענדיג דעם פעקעדזש דיעל וואס קומט מיט מיט אזא משפחה, מאכט מען דאס שנעלע החלטה צו פארמאכען דעם אויבערשטן שטיקעל פונעם מענטש און אויפהערן צו טראכטען, און נוצען אלע כוחות בלויז צו ברענגען פרנסה און צו enjoyen די משפחה און קינדער.

    דאס לעצטע חלק פון אונזער געזעלשאפט באשטייען פון די מענטשן וואס זענען ערגעץ-וואו סטאק געווארען מיט מיטפארן מיט דעם סיסטעם, און זיי מוזען טוישען זייער געדאנקען-גאנג, די אפטיילונג איז אויכעט צוטיילט אין פארשידענע קאטעגאריעס, עפ"י רוב רעדט מען פון מענטשן וואס האבן געליטען פון דעם סיסטעם, א שטייגער פון אביוסיוו עלטערען, אביוסיוו רעזשים פירער, אביוסיוו רעבע'ס, אביוסיוו מגי"ש וראשי ישיבות, וכו', אדער פון א lack of care און אטענשאן, זיך פילענדיג פארלאזט און אומ-אנערקענט פילט מען זיך ווי א דריטע ראד צום סיסטעם, און צוביסלעך פאנגט מען אהן צו אנערקענען אז די רעבי'ס פארענטשע קען זיין אנגעפילט אהן מיר, די כוללת קוויטעל פונעם רעבין קען זיין פיל, די סדרנים ביים יום הצלה פאראדע וועלען זיין אקטיוו אן מסדר זיין מיין פלאץ, און אחרון אחרון חביב "די רבי מיט די קינדער און אייניקלעך וועלען נאך האבען שיין פרנסה אהן מיין פדיון", דא דארף אזא מענטש אויף איינמאל זיך אויסשטעלן א נייע מהלך החיים, א פרישע מהלך המחשבה, זייענדיג צו'חוש'ט פון זיין אלטע געדאנקען-גאנג ווייסט ער נישט וואס צו האלטען און וואס אוועקצוווארפען, וואס צו איבערפארעמען, פארשידענע אנגעווייטאגטע געפילען מאכט עם שווער פון זעהן גראד זאכען, און צומאל קומען דיע אהן לבאר שחת נישט קענענדיג דילען מיט אזא גרויסע load of shi פאלען זיי אריין און פארשידענע אדיקשענס און לויפען אוועק פון לעבן. די מער רואיגע קומען און קאווע שטיבעל וכדומה געבן אויס זייערע confusions, פרייען זיך אביסעל צו ארויס שרייבען די מים גנובים וואס מ'האט געליינט און געסוירטשט, האלטען זיך אונטער מיט ליצנות מאכען פונעם סיסטעם וכל הקדוש להם.

    דאס איז אלעס לפי ראות עיני א part פון סיסטעם, סיסטעם באשטייט פון מענטשען וואס זענען בעד די סיסטעם און פון אזעלכע וואס זענען קעגן די סיסטעם.

    וואס טוט מען אבער אויב וויל מען זיך אויס טוהן די בגדים צואים, מ'וויל פרובירען צו טראכטען זאכען לאמיתו, נישט ווערען געדרייווט פון אגענדאס און resentments, מ'וויל טאקע זעהן דאס ריכטיגע (געהערט בשם אהבת ישראל מוויזניץ, דער תולדות ברענגט שמעתי ממורי אז אויב א מענטש וויל זעהן די אמת פון א זאך זאל ער אוועקלייגען זיינע נגיעות און ער זאל אזוי טראכטען, האט דער וויזשניצער געזאגט "יא א פיינע עצה אבער ווי נעמט מען א עצה צו די עצה"), און אויף דעם האב איך געברענגט די געדאנק פון מעטדעטאציע וואס העלפט אביסל דער מח פון דער מענטש זיך צו אויפהייבען פון די פארשידענע אגענדאס וואס דער מענטש איז פארדרייט און העלפט עם אביסעל אנצוקומען צו א הלכה ברורה.

    אויב איך וועל האבען נאך צייט און געדולד העל איך שרייבען אביסעל וואס און וויאזוי מ'קען מאכען מעדיטאציע, און וואו מ'קען מאכען.

    נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 11:49 am
    דורך [NAMELESS]
    איינגעמיירעט, שטארקע דברי טעם A1 :like :like

    נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 12:34 pm
    דורך איינגעמיירעט
    שכח קופרניקוס פאר די support ס׳איז שוין געווען ביי מיר א בחינה פון כמעט שעברתי

    נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 12:36 pm
    דורך [NAMELESS]
    וואס הייסט כמעט שעברתי?
    די שרייבסט זייער גוט, און די פאקט אז די ביסטו נישט נושא פנים לאיש, די ביסט ווי ציונים רופן "דוגרי" און די זוכסט נישט צו זיין פאפולער, איז לאו דווקא א חסרון, בעיני האט עס אויך מעלות גרויסע, חזק ואמץ.

    נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 12:50 pm
    דורך אביגדור
    קופערניקוס האט געשריבן:איינגעמיירעט, שטארקע דברי טעם A1 :like :like


    זייער שיין! :like

    נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 1:04 pm
    דורך איינגעמיירעט
    איך האב גראדע נישט געפלנט עס צושרייבען מיט דע איינגעמיירעט ניק סהאט זיך בטעות אזוי געמאכט

    נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 1:28 pm
    דורך אביגדור
    איינגעמיירעט האט געשריבן:איך האב גראדע נישט געפלנט עס צושרייבען מיט דע איינגעמיירעט ניק סהאט זיך בטעות אזוי געמאכט

    טעות חוזר.

    נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 1:30 pm
    דורך [NAMELESS]
    איינגעמיירעט האקט שטיקער מיט זיין אנדערע ניק, ווען מיטן איינגעמיירעט ניק מאכט ער מעדיטאציע.

    נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 1:35 pm
    דורך געפילטע פיש
    איז דען פארהאן אזא זאך ווי אן אייגענע מיינונג? נאר א אראגאנטער טיפש האט א מיינונג וואס מינה לא יזוע עד ביאת גואל, א קלוגער מענטש איז א הולך, ער עוואלווד, און א פשוטע שמועס מיט א צווייטע מענטש, זען אן ארטיקל, אדער סטאטיסטיקס קען עם בייגן די מיינונג אדער אויפשאקלען אביסל.

    נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 2:08 pm
    דורך איינגעמיירעט
    זייער גוט ארויסגעברענגט געפילטע
    ואדרבה פרוביר איינטאג ארויס צוגיין פון דיין לבוש אלס ריין ראסע באבוב,און פרוביר זיך אריינצולייגען און א קאפ פון א נארמאלער באבוב 45 חסיד,הייב אהן צו מדמה זיין למשל ביסט ווען א זוהן פון ריינהאלד, נייגער,קנאבלעך,צוויבעל,האלבערשטאם,אונגאר,רייכבערג,מיללער,זאפארין,האממער,גארדאן,וכ״ו
    זיי דיך מדמה אלס א קינד און אן איידעם פון זיי וויאזוי דיין געדאנקען גאנג וואלט געפארען פאר אזוי ארום פאר צוויי וואכען מיט דעם געדאנקען גאנג,דערנאך טוה דיך צוריק אהן מיט דיין היצטיגע לבוש און טראכט דורך די צד 48
    בטוח אני די וועסט קענען קומען דא מיט צוויי ניקים און זיך טענהן מיט דיך אליינס אהין און צוריק.
    האב איך א חבר וואס האט דאס געטוהן און זיין צושפליטערטע קהילה
    נאך פיר וואכען איז ער אנגעקומען מיט מסקנות המעדיטאציע.
    ער לאזט זיי ביידע זיין רעביס און שפילען קוויטלעך,זיי קענען זיך ביידע רופען וואס א נאמען פון וועלכע שטאט זיי ווילען פון גאליציא ,פולין ,אונגארין, רומניא, מארמאריש ,זיזינבערגען,בראנקס,יונייטעד סטעיטס,ארגאנטינא, זיי קענען ביידע אנטוהן וואס א קאסטיום סגעפעלט זיי צו זייער רעבעצין פארשטייט זיך סזאל זיין פערפעקטלי פיטטעד און די רעביס גוף זאל גלאנצען לתפארת כל החסידים
    זיי קענען טיילען און ווארפען בא די טישען וואס א סארט קיגעל זייער אווערסייז בני מעיים פארלאנגט,
    בנוגע רעיל עסטעיט די הייליגע נכסים און בנינים קענען זיי זיך שלאגען עד יום מותם,
    והעיקר האט עם די מעדיטעשין קלאר געמאכט ,אז נישט זיין רבי און נישט די צד שכנגד העט א פינגער און וואסער אריינלייגען און עם,ממילא איז ידו מסולקת and he is going to get a life

    נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 2:23 pm
    דורך אביגדור
    אפשר.

    נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 6:21 pm
    דורך איינגעמיירעט
    איך בין נישט און באבוב איך האב נאר אויסגערעכענט נעמען וואס איך קען מפי השמועה
    אויפען ערגסטען פאל זיי דיך מצייר אז דיין טאטע און שווער זענען ריין ראסע 48 און די ביסט פון דיע יונגעלייט וואס האבען אפגעלאזט זייער משפחות און געגאנגען מיט די קארטשינע
    What about ביסט א זוהן פון ליפשיץ,אדער נאך בעסער ביסט א זוהן פון אונגאר אליינס ?

    נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 2:39 pm
    דורך אויס מענטש
    גרעיד דזשאב איינגעמיירעט !
    זייער גוטע ארטיקלעך מיר ווארטן בכליון עינים אויף די המשך ועל של עתה באתי
    ווי ? ווי אזוי ? און ווען ? מאכט אט די היילגיע מעידטאציע ?
    keep up

    נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 3:14 pm
    דורך איינגעמיירעט
    נוא אויב האסט יא הנאה געהאט זיי אזוי גוט און קוועטש דעם לייק קנעפל.
    בנוגע מעדיטאציע העל איך דארפען האבען געגעסן נאך אזא שווערע פארטרוקענטע טשולענט ווי דיע וואך און האבען נאך אזא לאנגע סעשין און ביה״כ מינווייל קען איך דיר געבן א גרינגע בוך פאר מתחילים מיטען נאמען Jewish maditation געשריבען דורך אדוני מורי ורבי זצוקלה״ה ר׳ אריה קאפלאן ס׳איז דא צו באקומען און בארנס ווי אוכט אונליין

    נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 3:23 pm
    דורך אויס מענטש
    כדברי לעיל
    גלייך איך מער ווען יענער ליינט און קויפט און קומט מיר פארציילן און עס איבערזאגן בטוב טעם ודעת אויף קאווע שטיבל

    עמיר מוזן ווארטן