בלאט 4 פון 13

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 11:36 am
דורך לעיקוואד
איך זעה מזוכט דא אביסעל נעגאטיווע ליכט, איז דא האט איר:

לא אחות: סולקה מהלימודים עקב ספקות באמונה
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4384176,00.html

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 12:10 pm
דורך יואליש
פון די רעקלאמע קוקט בכלל נישט אויס אז די פאנעל זאל האבן צוטוהן מיט אפענטפערן מידיא.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 12:47 pm
דורך בן תמליון
נישט קלאר יואליש מיין איך וואס זיי ווילן. עפעס משמע אז מען גייט פארמירן א "רעספאנס" א קאנטער מהלך צום ארטאדאקס דאמינאציע פון העדליינס אין די פרעסע. און איצט אז פוטסטעפס האט שוין א פולברייט סקאלער צו פאכען זעט אויס זיי האלטן די קארטן פון שפיל גייט זיך טוישן. עס איז נישט קלאר וויפיל זיצן די לימיטעד סיט זאל האט, אבער ווילאנג די ארטאדאקסן קענען אנפילן א סיטי פיעלד מיט א וואונק, קענען ראביי רעטשל מיט פוטסטעפס פארגעסן דערפון, מיר וועלן דאמינירן די העדליינס עד ביאת משיחנו.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 1:20 pm
דורך געפילטע פיש
העדליינס האט לאו דוקא מיטן מספר פון מענטשען, מיר אידן זענען דאך די מעט מבין העמים, ניטאמאל א פראצענט פונעם וועלט פאפולאציע, און מיר פילן אן די העדליינס ארום די וועלט טאג טעגליך, ממילא קען א קומץ קטן פונעם קומץ קטן באווייזן די זעלבע קונץ.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 2:57 pm
דורך מאראנצןזאפט
שוין כ'האב געוויסט ס'וועט קומען דעם טאג.
ראביי יששכר כ"ץ, מגדולי משפיע דורינו...
א וויליאמסבורגער, אן ערליכן טאטן מיט א טשולנט טאפ ממש פון די סמעטענע, געלערנט האט ער אין מאנדרא ביי מהר"א, גאנץ א גוט קעפל, ליב געהאט צו קוקן מפתחות פון תשובה ספרים, לערנען רמב"ם פרענקל, און גענומען די הוראה כנהוג באותו מקום ובאותו זמן .
נכבדות בו ידובר, מ'האט אים אנגעטראגן פאר יעדן וויליאמסבורגער נגיד'ל און למעשה איז ער געווארן אן איידעם ביי הרב קאפל שווארץ.
דער זיווג האט נישט עולה יפה געווען מאיזה סיבה שהוא ונתפרדה החבילה. א כהן איז ער געווען, קיין גרויסע אויסוואלן האט ער נישט געהאט, גענומען א מיידל ממרחקים, ענד דע רעסט איז היסטארי.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 3:25 pm
דורך יידל
אביסל פארדרייט די כראנאלאגיע, אבער ס'מאכט נישט אויס. אלענפאלס די מדובר איז דאך איבער זיין זון אשר שמואל, נישט אבער אים.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 8:47 pm
דורך berlbalaguleh
יידל האט געשריבן:אביסל פארדרייט די כראנאלאגיע, אבער ס'מאכט נישט אויס. אלענפאלס די מדובר איז דאך איבער זיין זון אשר שמואל, נישט אבער אים.

אבער די שאלה בלייבט נאכאלץ: פארוואס איז ער געווארן א נודע בגוים שטאטס א נודע ביהודה? :oops: :?:

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 8:49 pm
דורך berlbalaguleh
דרך אגב: האט ער עפעס א שייכות מיט זשיבוי? דער זשיבויער דיין/רב ז"ל האט אויך געהייסן ר' אשר שמואל כ"ץ.

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 1:17 am
דורך יואליש
וועלכע חלק פון יהודה וואלט עפרעשיעטעט וועלכע חלק פון מייקראביאלאגיע?

דרך אגב האב איך אמאל געהערט אז דער פאטער'ס זיווג שני האט א פי. עיטש. די. אויפן נודע ביהודה פון ישיבה אוניווערסיטי.

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 1:34 am
דורך קאווע טרינקער
יואליש האט געשריבן: אגב האב איך אמאל געהערט אז דער פאטער'ס זיווג שני האט א פי. עיטש. די. אויפן נודע ביהודה פון ישיבה אוניווערסיטי.

Professor Sharon Flatto

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 11:20 am
דורך בן תמליון
גוגלענדיק פראפעסארין שעראן פלאטא (כ"ץ?), קום איך אנטקעגן א גאר היציגער וויכוח צווישן איר און פראפעסאר אלען נאדלער וואס באציהט זיך צו די טעמע אין איר בוך איבער פראג און דער נודע ביהודא. ווי איך פארשטיי, און איך האב נישט דעם בוך, פרובירט פלאטא צו פארברענגען א מהלך אז דער נודע ביהודא איז געווען א מיסטישער און קבלה ליבהאבער נישט ווי פאפולער אנגענומען. נאדלער אטאקירט איר שטעלונג און טענה'ט אז דער נודע ביהודא איז דירעקט נישט געווען קיין מקובל. ספעציעל דינגען זיי זיך איבער א תשובה איבער אויפגראבן א נפל צו מאכן א ברית ווי דער נו"ב שרייבט "לדעת המקובלים שיש גלגול נשמות" וואס פון דעם דרינגט אויף פלאטא אז דער נודע ביהודא האט געטוהן אין קבלה, נאדלער זאגט אז פון דא זעט מען פארקערט, דער נודע ביהודא רעדט מיט ביטול אויף די קבלה.

רעספעקט פאר אן אשת חבר (און אפשר מיין בייעס) אין א זייט געלייגט, איז לדעתי נאדלער גערעכט, פון אלע נודע ביהודא'ס ספרים זעט מען נישט אז ער איז געווען אן עוסק בנסתרות נאר פארקערט. אויפן געדאנק קומט ארויף די תשובה איבערן לשם ייחוד ווי ער שרייבט "בדורנו הזה... עזבו את תורת ה'... ומתנשאים ברום לבבם כל אחד אומר אנכי הרואה ולי נפתחו שערי שמים ובעבורי העולם מתקיים צדיקים ילכו בם וחסידים יכשלו בם" וואס זאגט אביסל וואס ער האט געהאלטן פון די אלע מיסטישע מעשיות.

זעט דא דעם וויכוח. ווער עס האט צו זאגן זאל מוסף נופח זיין.

http://www.jewishreviewofbooks.com/publ ... l/exchange

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 11:24 am
דורך דענקער
אין פארווערטס איבער די שטייגנדע דאמינאציע פון די פונדאמענטאליסטן איבער די אלגעמיינע אידישע פאפולאציע.

http://m.forward.com/articles/177405/th ... dst/?p=all

הודעה צו בן תמליון

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 12:17 pm
דורך berlbalaguleh
איך האב ערשט יעצט באמערקט דיין ביי-ליין (אונטערשטע שורה). איך האב אזוי שטארק געלאכט אז כ'בין שיער אראפגעפאלן פון בענקל. איך וועל בל"נ קאמענטירן אין אשכול "קאמענטארן אויף אונטערשריפטן".

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 12:45 pm
דורך בן תמליון
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב ערשט יעצט באמערקט דיין ביי-ליין (אונטערשטע שורה). איך האב אזוי שטארק געלאכט אז כ'בין שיער אראפגעפאלן פון בענקל. איך וועל בל"נ קאמענטירן אין אשכול "קאמענטארן אויף אונטערשריפטן".


קענסט דעם איד מיט די הירינג עידס? די וועג ווי ער פלעגט עס זאגן מיט זיין אונגארישן תקיפות. וואס מלמדים איז געווען אמאל.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 1:11 pm
דורך berlbalaguleh
בן תמליון האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב ערשט יעצט באמערקט דיין ביי-ליין (אונטערשטע שורה). איך האב אזוי שטארק געלאכט אז כ'בין שיער אראפגעפאלן פון בענקל. איך וועל בל"נ קאמענטירן אין אשכול "קאמענטארן אויף אונטערשריפטן".


קענסט דעם איד מיט די הירינג עידס? די וועג ווי ער פלעגט עס זאגן מיט זיין אונגארישן תקיפות. וואס מלמדים איז געווען אמאל.

רעדנדיג פון אמאליגע מלמדים: איך האב געהאט א מלמד ר' איטשע גוטמאן ע"ה. ער האט געליטן אויף מאגן ברענונג. גלייך אין אנהייב אינדערפריה האט ער אויסגערופן אין קלאס. "ברענגטס מיר נאר אהער דעם פייערלעשער". יונגלעך זענען געלאפן צום פענסטער, וואו ס'איז געווען א באקסעלע בעיקינג סאדא. ער האט אריינגעלייגט אביסל אין א גלעזל וואסער און אויסגעטרונקען. דער "בוירפ" וואס האט זיך געהערט נאכדעים האט אויפגעציטערט דעם בילדינג. דאס האט זיך איבערגעחזר'ט כמעט א יעדן טאג.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 3:56 pm
דורך הדד בן בדד
וואס איז דאס א "בוירפ"?

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 4:11 pm
דורך מאראנצןזאפט
בן תמליון, כ'ווייס נישט צו ס'איז ממש א ראי' דאס וואס ער רעדט מיט ביטול, און ס'שווער אנצונעמען אז ער האט נישט געקענט א לימוד וואס יעדער בנשק" וואס וויל קען דאס לערנען, שוין נישט אויסגערעדט די אלע סעלעברעטיס למיניהם וואס לערנען היינט קבלה אנגעהויבן מיט מאדאנע און געענדיגט ביי בריטני ספיערס.
דער נודע ביהודה הייבט אן א תשובה אזער האט נישט קיין שום אנונג בחכמת הדקדוק, און נאכהער קומט א הערליכע תשובה אין דקדוק מיט קראנטע ראיות פון תנ"ך ממש צום שטוינען.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 4:33 pm
דורך יואב
הדד בן בדד האט געשריבן:וואס איז דאס א "בוירפ"?


טייטש #1: א מין פרוכט וועלעכע וואקסט אין מעסיג ווארימע לענדער.
טייטש #2: א קליינער אינסעקט וועלעכע טאנצט ארום צווישן דופן עקומות.
טייטש #3: צעהן האר צוזאמגעקלעבט וועלעכע שווימען אין מקווה.
טייטש #4: אפפאל פון א פייגל וועלעכע לאנדעט אויף די האד פון א קאר.
טייטש #5: עפעס דעמאניסטראטיש אריינגעקריצט אין א סיידוואלק. (למשל, כולנו לוואשינגטאן יום ג').
טייטש #6: אנגעקאטנטע טוילעט זיצן. (ס'טרעפט זיך אין בתי מדרשים).

הדד, דו מאכסטוך, אדער דו ווייסט באמת נישט ?
האט דיר דיין ווייב קיינמאל געהייסן קלאפן אויפן ריקן פונעם פיצל?
"אבער א גרעפעטס" ווי ר' שלום דים וואלט זיך אויסגעדריקט.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 4:36 pm
דורך בן תמליון
מאראנצןזאפט האט געשריבן:בן תמליון, כ'ווייס נישט צו ס'איז ממש א ראי' דאס וואס ער רעדט מיט ביטול, און ס'שווער אנצונעמען אז ער האט נישט געקענט א לימוד וואס יעדער בנשק" וואס וויל קען דאס לערנען, שוין נישט אויסגערעדט די אלע סעלעברעטיס למיניהם וואס לערנען היינט קבלה אנגעהויבן מיט מאדאנע און געענדיגט ביי בריטני ספיערס.
דער נודע ביהודה הייבט אן א תשובה אזער האט נישט קיין שום אנונג בחכמת הדקדוק, און נאכהער קומט א הערליכע תשובה אין דקדוק מיט קראנטע ראיות פון תנ"ך ממש צום שטוינען.


ווי איך פארשטיי וויל רבנית פלאטא אויפווייזן אין איר בוך אז דער נודע ביהודא האט געטוהן אין קבלה און איז געווען דערין. איך האב נישט געליינט איר בוך אבער עס איז לכאורה נישט אזוי. צו דער נו"ב וואס האט געקענט כל התורה האט בכלל געלערנט קבלה, מסתבר אז יא חאטש איך ווייס נישט. איינער וואס קען גוט זיינע ספרים וועט וויסן.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 4:41 pm
דורך קאווע טרינקער
עם כל הכבוד פאר אונזערע חברים דא,
וויאזוי איז שייך צו פסק'נען אויף א מיינונג איידער מ'הערט אויס דעם צד שכנגד?
לאמיר מאכן א נאכט-ארויס מיט איר, הערן ממקור ראשון, און נאכדעם צולייגען אונזערע 2 סענט

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 4:42 pm
דורך יידל
וואס פעלט אויס א נאכט-ארויס? מ'קען ליינען איר בוך. לענ"ד דראפט זי זיך אויף גראדע ווענט, אבער וואס ווייס איך?

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:45 pm
דורך chosen people
אינז האבן שוין א קאנדעדאט פאר די זיממער אין די קעטסקילס.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 6:53 pm
דורך הדד בן בדד
יואב האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:וואס איז דאס א "בוירפ"?


טייטש #1: א מין פרוכט וועלעכע וואקסט אין מעסיג ווארימע לענדער.
טייטש #2: א קליינער אינסעקט וועלעכע טאנצט ארום צווישן דופן עקומות.
טייטש #3: צעהן האר צוזאמגעקלעבט וועלעכע שווימען אין מקווה.
טייטש #4: אפפאל פון א פייגל וועלעכע לאנדעט אויף די האד פון א קאר.
טייטש #5: עפעס דעמאניסטראטיש אריינגעקריצט אין א סיידוואלק. (למשל, כולנו לוואשינגטאן יום ג').
טייטש #6: אנגעקאטנטע טוילעט זיצן. (ס'טרעפט זיך אין בתי מדרשים).

הדד, דו מאכסטוך, אדער דו ווייסט באמת נישט ?
האט דיר דיין ווייב קיינמאל געהייסן קלאפן אויפן ריקן פונעם פיצל?
"אבער א גרעפעטס" ווי ר' שלום דים וואלט זיך אויסגעדריקט.


יואב, א געוואלדיגער שקויעך. טייטש דריי געפעלט מיר דאס בעסטע