בלאט 4 פון 8
נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 2:40 am
דורך berlbalaguleh
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:ונבנתה העיר האט געשריבן:דאכציך אז דאס איז די מעינלענדס, עס זענען אבער דא צוויי אינזלן - איינע א רוסישע און די אנדערע אן אמעריקאנע - וואס זענען צוויי און א האלב מייל.
איך ווייס נישט, אבער וואס וועסטו האבן פון א בריק ציווישן צוויי אייזיגע אינזלן? די פלענער זענען אויף מחבר זיין אלעסקע צו סיבעריע גופא.
און וואס וועט דער חשוב'ער מגיד זאגן אז אלאסקא גופא איז אמאל געווען א שטיק פון רוסלאנד... נאר דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט (בימים ההם) האט עס אפגעקויפט פון דעם רוסישן צאר (צער) ווייל יענער האט געדארפט געלט אויף צו הוליען און שיכור'ן...!
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 10:05 pm
דורך [NAMELESS]
ונבנתה העיר האט געשריבן:'אמר רב יהודה אמר רב' איז נישט טייטש 'רב יהודה האט געזאגט בשם רב', מען דארף זעצן די ווערטער אזוי: אמר רב יהודה - רב יהודה האט געזאגט [פון דא און ווייטער הייבט זיך אהן ר"י ווערטער]: אמר רב - רב האט געזאגט.
הרב ונבנתה" איך מיין אז אמר רב יהודה אמר רב מיינט אז ער האט עס "נאך געזאגט -אין געהערט" אין נאמען פון רב , ולא כפרושך !!
ומסברה מיינט עס אז ער האט עס נאך געזאגט -אין געהערט. וויבאלד ער איז געווען א תלמיד פון רב כדראינן במסכת סוכה דף ט. ברש"י . וכן בכתיבות. והאומר דבר בשם אומרו וכו.
(ובנוסף לזה.דכך מקובלנו ממגי"ש שקיבל ממגי"ש עד דורו של אמר רב יהודה אמר רב. דכך הפירוש,)
ובנוסף לזה. אז אזוי זאגן דער של"ה הקדוש. אין יד מלאכי ועוד. אז עפ"ר אין גאנץ ש"ס מיינט עס כדפירשתי, אחוץ ווען עס שטייט"משום" למשל אמר רב ששת משום ר'שמעון בן יוחאי. וואס דעמאלדס מיינט עס זיכער אז ער זאגט אז יענער זאגט, אין נישט אז ער האט עס אליינס געהערט פון אים ,
עס זענען דא געוויסע אויסנאמען ווי עס שטייט יא אמר וכו. אמר וכ. ווי דעמאלדס האט ער עס אויך נישט אליינס געהערט. למשל אין פרק השולח ביי המקדיש עבדו וכו.
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 10:27 pm
דורך ונבנתה העיר
מיינע ווערטער גייען בכלל נישט אריין אין די נקודה צו ער האט עס 'אליינס' געהערט פון רב אדער נישט.
כ'זאג פשוט ווי אזוי מען דארף זעצן די ווערטער, אמר ר"י אמר רב איז נישט בגימטריא 'רב יהודה האט געזאגט אין נאמען פון רב'.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:06 am
דורך [NAMELESS]
רב ונבנתה,
לדבריך, ווי לערענט איר פשט אין א לשון הגמרא (ב"ב צ"ט: והרבה מקומות כיוצא בזה)
ואותן אגפיים מי זורעם רב יהודה אמר שמואל בעל השדה זורעם רב נחמן אמר שמואל בעל השדה נוטעם
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:29 am
דורך ונבנתה העיר
פיין פיין.
אבער ע"כ מוז מען זאגן אז עס איז געווארן אזא סלענג, ווייל ממנ"פ פעהלט דא עפעס א ווארט.
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 7:18 pm
דורך ונבנתה העיר
אין ארץ ישראל הייסט ריעל עסטעיט 'נדל"ן' - נכסי דלא ניידי.
אה, אונזערע ציונים...
נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 12:31 am
דורך ונבנתה העיר
כַּכָּתוּב עַל יַד נְבִיאֶךָ לָכֵן כֹּה אָמַר יְיָ שַׁבְתִּי לִירוּשָׁלַיִם בְּרַחֲמִים בֵּיתִי יִבָּנֶה בָּהּ נְאֻם יְיָ צְבָאוֹת וְקָו יִנָּטֶה עַל יְרוּשָׁלָיִם: וְנֶאֱמַר עוֹד קְרָא לֵאמֹר כֹּה אָמַר יְיָ צְבָאוֹת עוֹד תְּפוּצֶנָה עָרַי מִטּוֹב וְנִחַם יְיָ עוֹד אֶת צִיּוֹן וּבָחַר עוֹד בִּירוּשָׁלָיִם.
'עוד קרא לאמר' איז א חלק פונעם לשון הפסוק.
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 10:15 pm
דורך ונבנתה העיר
פשוט פשט אין כי האדם עץ השדה, און אין הבן יקיר לי אפרים אם ילד שעשועים - איז בתמי'.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 12:24 am
דורך שמעון וואלף
נישטא אזא פסוק "ושמחת בחגך והיית אך שמח". ס'איז צאמגעשטעלט פון צוויי פסוקים.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 12:38 am
דורך געוואלדיג
די פסוק חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו שטייט גאר אין.... איכה.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 7:56 am
דורך שמעון וואלף
איך האב געמיינט אז ס'שטייט אין ברוך ה' יום יום
Re: האט איר געוואוסט אז?...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 8:02 am
דורך יהושע חיים
און השבינו השם אליך איז אויך אין איכה? (יא עס שטייט אויך אין סלחות)
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:13 am
דורך דריידל
אליך נישט עליך
נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:18 am
דורך דריידל
די פסוק ונסלח לכל עדת בני ישראל ולגר הגר בתוכם כי לכל העם בשגגה שטייט ביי די פרשה פון פר העלם דבר של ציבור נישט ביי יוה"כ.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 6:38 pm
דורך יהושע חיים
דריידל האט געשריבן:אליך נישט עליך
פאראכטן
יישר כח
Re: האט איר געוואוסט אז?...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 7:22 pm
דורך ירא שמים
ויאמר ה׳ סלחתי כדבריך שטייט ביים חטא מרגלים נישט ביים חטא העגל , כאטשיג רש״י ברענגט עס לגבי חטא העגל.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:05 pm
דורך יהושע חיים
לא רעב ללחם ולא צמא למים (יא דער ניגון) איז א קללה וואס אויף דעם האט רשב"י געזאגט ח"ו שתשתכח תורה מישראל שנ' כי לא תשכח מפי זרעו
נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 12:11 pm
דורך שמעון וואלף
די פסוק "איש את רעהו יעזרו ולאחיו יאמר חזק" רעדט זיך וועגן די גוים וואס וועלן מלחמה האלטן מיט די מלך המשיח
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:15 pm
דורך דריידל
רובה דרובה איז ווייניגער ווי רוב
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:31 pm
דורך לית דין בר נש
די מיינסט במציאות נישט בלשון בני אדם
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:28 pm
דורך דריידל
נו אודאי
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 9:58 pm
דורך ונבנתה העיר
שרה איז געווען א שוועסטער פון לוט.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 12:32 am
דורך [NAMELESS]
....אז אדולף היטלער'ס טאטע האט געהייסן אויפן לעצטן נאמען "שיקעלגרובער" (Alois Schicklgruber).
ער האט אזוי געהייסן נאך זיין מאמען'ס לעצטע נאמען. ער איז געווען א נישט כשר קינד, זי האט נישט געוואלט פארציילן ווער דער פאטער פונעם קינד איז, ממילא האט מען אים פארשריבן לויט די מוטער. ס'איז געווען יארן צוריק שמועות אז אלואיס'ס טאטע איז געווען א ייד, איינער לעפאלד (ליפא) פראנקענבערגער וואס אדולף'ס מאמע זאל האבן געארבעט ביי אים אין שטוב אלס קעכערין אין די צייט וואס זי איז געווארן טראגעדיג. היטלער האט אריינגעלייגט גרויסע כוחות אין די פריערדיגע דרייסיגער יארן אויסצופארשן די שמועות וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין באזיצלאז. לויט די SS אויספארשער האט אזא "ליפא פראנקענבערגער" קיינמאל נישט עקזעסטירט. זי, אלואיס'ס מאמע האט א פאר יאר נאך זיין געבורט געהייראט מיט יוהאן היידלער (פון דעם איז שפעטער געווארן 'היטלער'), און אין די אפציעלע ווערסיע פון דער דריטער רייך איז אנגענומען געווארן אז יוהאן האט שוין אויך געהאט שייכות מיט אלואיסן'ס מוטער פארדעם און פון אים האט זי געהאט אלואיס. אזוי האט מען אויך איבערגעשריבן אין א נייע געבורטס-שיין, און מזל טוב מקודשת... אין 1937 האט ער פארארדענט דאס פאבלוצירונג פון א בוך מיטן נאמען "דער ייחוס פונעם פיהרער" (Die Ahnentafel des Führers) להסיר לזות שפתיים און פעסטצושטעלן אז ער, היטלער, איז באמת פון ריין עסטערייכישען אפשטאם.
בכל אופן, א צוועלף יאר פאר אדלוף איז געבוירען האט זיין פאטער זיך געביטן דעם נאמען צו "היטלער" אזוי אז אדולף אליינס, אין קעגענזאץ צו לעגענדעס, האט קיינמאל נישט געהייסן 'שיקעלגרובער' אדער 'היידלער' ("האוטטלער" אין פרייסישען אקצענט) נאר היטלער.
ת.נ.צ.ב.ה. (ליפא פראנקענבערגער)