בלאט 4 פון 5

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 7:41 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ. דער בריוו איז מורא'דיג. ס'הייסט אן ע"ה בלייבט אן ע"ה. .. :? 8-) :lol: :roll: :x :P :P :P :oops: :oops: :oops: :cry: :( ;) :o

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 2:07 am
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:שיך בענדל

אייוועלט האט קאפירט מיין בריוו
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 73#p897373

(אפשר זאל איך יא אנהויבן נוצן דעם וואטערמארק?)

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 12:33 pm
דורך מ גפני
שמעקעדיג האט געשריבן:[
(אפשר זאל איך יא אנהויבן נוצן דעם וואטערמארק?)

יא נוץ עס

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:27 pm
דורך שמעקעדיג
אוי בין איך מקנא דעם פערזאן מיט זיינע שווערע דאגות :lol: :lol:

.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:34 pm
דורך בשבילי!
מיר פירן זיך צו גריסן א גוטן מועד, סברענגט גוטע זכרונות..

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:48 pm
דורך רויטע וואנצעס
מ'פירט זיך צו ווינטשן "א גוטן דאקטאר".

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 1:40 pm
דורך מ גפני
וואס זאגט איר צו דעם בריוו?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 1:49 pm
דורך פלאוויוס
ס'זעט אויס ווי א טראָיאַנער פערד. אבער ס'מוז נישט זיין.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 2:52 pm
דורך איך אויך
איך זעה נישט וואסי שלעכט מיטן בולעטין בריוו. פארשטייט זיך איך אידענטיציפיר נישט מיט זיינע דיעות (און דער שמועס מיטן מגי''ש איז ל''ד פארגעקומען) אבער דאס ווייסט יעדער אז עס זענען פארהאן סאטמארע (עקסטרעמיסטע) אידן מיט אזוינע דיעות.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 2:54 pm
דורך איך אויך
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מ'פירט זיך צו ווינטשן "א גוטן דאקטאר".

צ''ל א גוטן דאטקער פאר דעם רעדאקטאר .סגראמט אפילו..

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:30 pm
דורך berlbalaguleh
פלאוויוס האט געשריבן:ס'זעט אויס ווי א טראָיאַנער פערד. אבער ס'מוז נישט זיין.

פלאוויוס: יעצט זיי מסביר פאר אנשי שלומנו, טאקע דעי מענטשן וואס זעען נישט גארנישט און הערן נישט גארנישט און ווייסן נישט, אדער ווילן נישט וויסן פון גארנישט, וואס א "טראיאנער פערד" איז. או.קעי. א פערד ווייסט א יעדער וואס ס'איז. אבער, א טראיאנער. אפשר א באיאנער, וואלט ער שוין געוואוסט. ניין , דאס אויכעט נישט ווייל דער טאטע האט עים "פראטעקטעד" פון וויסן פון אנדערע שיכטן און קרייזן... :roll:

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 10:25 pm
דורך petergrifin
מילא ער װיל נישט זײנע קינדער זאלן זען א ציוני אקעי זאל זײן. אבער האבן א פראבלעים מיט אנדערע אידן? פרומע אידן, אפגעהיטענע
אידן װאס זעהן נישט אויס װי סאטמערע? איך מײן אז עס פעלט איהם אביסל אהבת ישראל. (און שכל)

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 3:01 am
דורך berlbalaguleh
petergrifin האט געשריבן:מילא ער װיל נישט זײנע קינדער זאלן זען א ציוני אקעי זאל זײן. אבער האבן א פראבלעים מיט אנדערע אידן? פרומע אידן, אפגעהיטענע
אידן װאס זעהן נישט אויס װי סאטמערע? איך מײן אז עס פעלט איהם אביסל אהבת ישראל. (און שכל)

דעיס איז דאך געווען די באהאלטענע אגענדא אין יענע ק"ק,. דאס ווערט דארט אנגערופן מיט דעם שיינעם נאמען. "תורת התבדלות"...!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 4:28 pm
דורך שמעקעדיג
כ'האב דאס געפינען אין מיינע ארכיוון פון א צייט צוריק (איבער א יאר), כ'מיין עס איז נאכנישט געווארן ארויפגעשטעלט.

.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 4:32 pm
דורך לית דין בר נש
וואס איז עס אנדערש פון יישר כח, נישט דא פארוואס?
אזוי ווי עס אידישט זיך אזוי גויאישט זיך

(שמעקעדיג פליז שיק צריק מיין תשובה צו די בלאט אפיס) טענק יו די קענסט ענטפערן נאו פראבלעם אז די ווילסט!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 5:56 pm
דורך שמעקעדיג
די פראבלעם מיט די נארישע בריוון זענען צווייפאכיג,
די וועלט זאגט, נישט אלעס וואס דו טראכסט זאלסטו שרייבן, און נישט אלעס וואס דו שרייבסט זאלסטו אפדרוקן...
די ערשטע פראבלעם דא איז קודם כל א פלא אז א מענטש האט בכלל אזעלכע מאדנע דאגות נעבעך, ס'קומט געווענליך פון צופיל ליידיגגיין, אבער שוין, טראכט וואס דו ווילסט, אבער שרייב עס נישט!
והשנית והיא העיקר, אז יענער ש.א.ל. (עפעס מיט די נייע מאדע שאלן?..) האט שוין יא געשריבן וואס ער האט געטראכט, ווי איז די שכל פון די רעדאקציע עס צו דרוקן?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 6:44 pm
דורך איך אויך
קאם אן שמעקי זאג מיר נישט אז דו מיינסט באמת אז איינער שיקט אריין די בריוון צום הויכגעשעצטער בלאט רעדאקטער ,איין באורד נישט צו קליגע בחור'ל זיצט און שרייבט כמעט אלע פון זיי.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:09 am
דורך ירח בן יומו
שמעקעדיג האט געשריבן:די וועלט זאגט, נישט אלעס וואס דו טראכסט זאלסטו שרייבן, און נישט אלעס וואס דו שרייבסט זאלסטו אפדרוקן...

אין די היינטיגער וועלט דרוקט מען גלייך יעדער געדאנק נאך פאר מ'טאראכט צו עס איז אויזסהאלטען
היינט זאגט מען שוין פארקערט "נישט אלס וואס מ'דרוקט דארף מען ליינען, נישט אלס וואס מ'ליינט דארף מען נאכזאגען"

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 11:38 pm
דורך מנחם
[center]לכבוד "דער בלאט"[/center]

שוין א לענגערע צייט וואס עס האט זיך אריינגעריסן א פרישע מאדע במחנינו, נעמליך די אינגעלייט און בחורים בעלי קוראים ליינען ווי גאנצע פרעפעסארן דריקענדיג פונקטליך אויף יעדן טעם און נקודה ח"ו נישט פארטוישן בטעות קיין "מרכה" מיט א "טיפחה".

אלטס לאנגיעריגע בעל קורא וואס האט נאך געהאט די זכיה צו ליינען כמה פעמים אין סענדז סטריט, שפיר איך פאר א פליכט אויסצודריקן די טיפסטע מחאה אויף דעם וואס די אויבנדערמאנטע שלא קראו ולא שנו ניצן די הייליגע תורה ווי א קרדום פאר זייער טאלאנט! ווער געדענקט נישט ווי דער רבי זי"ע האט געליינט דעם "דרגא תביר" ווי א "מהפך פשטא"? איז דען איינעם איינגעפאלן אז די טראפן זענען בכלל מעכב? און ווער רעדט נאך פון די נעלאגישע פונקטליכקייט מיט וואס מען ליינט איר!

לולא דמוסתפינא וואלט איך געזאגט אז עס נעמט זיך בכלל נישט פון די דקדוק בהלכה, נאר ליבערשט פון די אומגלויבליכע רוח ה'אויפגעקלערטקייט און חוצפה וואס הערשט ביים אינגן דור אפצושפעטן מכל הקודש לנו, ודו"ק כי קצרתי.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 4:35 pm
דורך ישמעאל הכהן
אין קאנעטיקוט וויל מען אידיש. וואס טוט מען? וואס וועט יעצט זיין cool?

Turning to Yiddish.jpg
Turning to Yiddish.jpg (106.53 KiB) געזען געווארן 3723 מאל

סימפטאמען פון וואטסע-פעטעיטעס

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:33 am
דורך שמעקעדיג
קוקט אויס ווי דער ל.ג. (ליידיג-גייער?) פון ב"פ קוקט גענוי ווילאנג יענעמ'ס שמו"ע געדויערט, און וואס יענער טוט,

א מינוט, כ'פארשטיי נישט. דעם בריוו שרייבער'ס שמו"ע נעמט לענגער? דאן ווי אזוי ווייסט ער פונקטליך ווילאנג יענעם למדנ'ס שמו"ע געדויערט און וואס ער טוט דערנאך?
כ'האב מורא כ'האב אים געפאקט ביי די מעשה!! ער קוקט ארויס אינמיטן שמונה עשרה רח"ל..!!!
.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:51 am
דורך ישמעאל הכהן
די איינגערעדטע לצים פרובירן צו זיין אזוי קיל און פאלקסיש מיטן שרייבן יעדע וואך די ווארט ''וואטסעפפ'', אפשר וועט עס זיי ברענגען נאך א לעלו אינגערמאן ליינער...

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 4:04 pm
דורך שמעקעדיג
.