נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 5:03 pm
ס'איז מיין צווייטע ניק, איך האב באקומען צו ווייניג לייקס האב איך דיסיידעד צו נעמען די זאך אין די הענט אריין...
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=3474
בדחן האט געשריבן:קודם דארף איר דיר גראטעלירען פאר דיין נייעס סארטט תגובות וואס קימט מיט א פערטיגע לייק דורוך newkav
ווי אזוי האסטע עס ערלעדיגט?
[/quote]לאמיר זען וואו די איזראעלישע פאטריאטן, וואס טרינקן א גאנץ יאר קאווע מיט אונז אונאיינעם דא אונעם קאווע שטיבל, האבן צו זאגן אויף אזא טאג.
אונטערעסאנט אז די איטעליגענטע שרייבער, פונעם אלטוועלטיכע קאווע שטיבל, האבן נאך גארנישט געשריבען וועגן דעם "חג הצמאות" דער טאג וואס דוד בן גיריון שר''י, מיט זיינע שתפים, וואו דער איידעם דעם הייליגן אמרי אמת זי''ע, דער כופר בעיקר איטשע מאיר לעווין, האבן בעזר "צור ישראל" אונעם סאמען הייליגען שבת, אונטערגעשריבען דעם מגילות עצמאות, און מייסד געווען דעם קליין שנארישען לענדל מדינת ישראל
די איינציגע וואס פייערן נאך ה' אייר זענען די סאטמארע, מיט תחנון עצרת'ער וכו'
האט זיך רבי מיכאל בער אנגעריפען בזה''ל: דער איטשע מאיר, מיז זיין אדער א חולה נפש, אדער א מין און אן אפיקורס: פארוואס?
דערציילט רבי מיכאל בער, אז ווען ער איז געווען מיט זיין שווער, דער נייטרא'ר רב ז''ל ביי די כניסיה פון די אגודה, און וויען, נאך בעפאר די מלחמה, האט דער איטשע מאיר געקלאפט אויפן טיש, וואו א וואנזיניגער, און געשריגען מיט קולי קולת, אז יודן מיזן האבן א אייגענע מדינה, האט רבי מיכאל בער אויסגעפירט, דאס קען נאר זאגן א כופר, אדער א טיפוש, ע''כ המעשה:
איז אזוי: קיין טיפוש איז דער איטשע מאיר נישט געווען, ער האט פארשטאנען אן עסק, ער האט געמאכט די מעשה מיטן בעלזער רב, און מיטן טשעביטער רב, אזוי, אז אלע היינטיגע פאלאטיקאנטען, און גבאים, קענען זיך פארשטעקן פאר אים, אלא מאי? איז ער געווען א כופר, הוא אשר דברתי!
דער רב הרשע קוק, האט אים נאך איינגעפאקט 1000 מאל, און נגלה, און אין נסתר, דאך האט דער גאון רבי יאשע רזין, דער ראגאטשעבער גאון, געשריבן אויף אים עוף טמא! ווערט נישט אזוי דערשראגן פון זיין לאנגער בארד!
נאר נאך דעם וואס קוק האט גענדיגט זאגן א לאנגע פורים תורה פארוואס עס גייט נישט אן קיין איסור מחיקת ה' ביי א דריק מאשין, אפי' די בליי צולאזט זיך, האט אים דער חז'א גענפערט: א ביי אותיות הפיכות גייט נישט אן קיין מחיקת ה', און די גאנצע קוק פילפול איז געגאנגען צו די ריחות
לאמיר זען וואו די איזראעלישע פאטריאטן, וואס טרינקן א גאנץ יאר קאווע מיט אונז אונאיינעם דא אונעם קאווע שטיבל, האבן צו זאגן אויף אזא טאג.
אויף דעם טאר מען ע''פ הלכה נישט ענפערן
אויף פוסטע דעמאגאגיע ביסטע גוט און א מענטש צום טיש??
די סאטמארע דארפן היינט זאגן הלל אלס כשם שמברך על הטוב כך מברך על הרעה...
אבער אויב גייסטו גיין מיט שיטת סאטמער אז יעדער וואס זאגן אנדערש ווי דיר איז שגץ פוי
אמת אמת, סאטמאר האט קיינמאל קיינעם נישט טעראריזירט, קיינמאל נישט געשטאכן קיין רעדער, קיינמאל אויסגעשאסן קיין פענסטער, קיינמאל נישט צוריסן קיין פרוכת, קיינמאל נישט חרוב געמאכט קיין בתי מדרשים מיט ספרי קודש, קיינמאל נישט צושלאגן קיין מענטשען, ועוד הרבה שאי אפשר לפורטם, פארן "בלויזן חטא" פון נישט גיין בדרך סאטמאר, אדער אנטיילנעמען אין א פראגראם, עווענט, עצרת, וכדו' פונעם צד שכנגד, קיינמאל!
מ'ברויך דערמאנען די יונגע דור וואס געדענקט נישט, אז סאטמאר איז נישט אלעמאל געווען א חסידות וואס האט זיך געריסן ביי די קעפ אינעווייניג, וואס האט געשפריצט וואסער און זיך געהארגעט אין בית המדרש אום שמחת תורה, ס'געווען אמאל גוטע צייטן ווען זיי האבן טעראריזירט גאנץ וויליאמסבורג, ווען איינער האט זיך געוואגט צו טוהן עפעס נגד רצונם. ברוך השם היינט זענען זיי ביזי מיט די אייגענע גארבידזש.
איינער זאגט מיך אז נעכטען נאכט איז און וויליאמסבורג ארום געפארען אפאר קארס מיט מדינת ישראל פענער דערויף און מ'האט עס פראבורט אראף צו רייסען עס איז ממש געגאנגען קלעפ
berlbalaguleh האט געשריבן:עוד מישהו האט געשריבן:צו די וואס שרייען מ'דארף וויסן היסטאריע פאר מ'רעדט, און איטשע מאיר לעווין מיט הרב פישמאן האבן אונטערגעשריבן שבת.
לידיעתכם איז ה' אייר געווען פרייטאג יענע יאר, די צערעמאניע פון די זעלבסטשטענדיגקייט דעקלעראציע איז פארגעקומען פרייטאג נאכמיטאג גאנץ פרי פארן זמן כניסת שבת, די זמן יענע וואך איז געווען אפאר מינוט פאר 7, און די צערעמאניע איז געווען 4 אזייגער נאכמיטאג.
איטשע מאיר לעווין איז בכלל נישט געווען אין ארץ ישראל ה' אייר, ער איז געווען אין אמעריקע, ער האט גע'חתמ'ט נאכן צוריק קומען פון אמעריקע אויף די בריוו.
און אויב שוין האבן טענות וואס איז מיט לעווינשטיין, אויך א פארשטייער אין די נייע רעגירונג און אן אונטערשרייבער אויף די מגילת העצמאות?
די ס"ה איז, פאר מ'שרייבט "פאקטן" דארף מען גוט איבערגיין אויב די פאקטן זענען אמת.
איך וויל נאר דא מחזק זיין דיינע ווערטער. דאס איז דאך א דבר ידוע אז די דעקלאראציע פון עצמאות און אונטערש/רייבן די מגילת העצמאות איז פארגעקומען פרייטאג נאכמיטאג. אבער ווען איינער רעדט אין די וועלט אריין וועט ער נישט נאכקוקן אויב די פאקטן שטימען אדער נישט.
געפילטע פיש האט געשריבן:איך בין. נישט געכאפט וואס דו מיינסט, נישט געוויסט אז דאס איז אויך א קרייעם.
איך אויך האט געשריבן:יעצט געליינט דעם אשכול, דער מטורף קאך לעפל דארף א ערנסטע דאקטער, עני יוניטס עוועיליבל?
berlbalaguleh האט געשריבן:היימישער ליטוואק האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:דער רב הרשע קוק, האט אים נאך איינגעפאקט 1000 מאל, און נגלה, און אין נסתר, דאך האט דער גאון רבי יאשע רזין, דער ראגאטשעבער גאון, געשריבן אויף אים עוף טמא! ווערט נישט אזוי דערשראגן פון זיין לאנגער בארד!
אן אריינגיין אין דיינע באטיטלונגען פון דעם רב הראשי ז"ל, וויל איך נאר אייך מודיע זיין, אז דער בריוו פון דעם ראגעצאווער ז"ל, ווי אויך הונדערטע אנדערע זענען געפעלטשט געווארן דארך דער מייסטער קנאישער בריוו-פעלשער ר' משה חיים אפרים בלאך. והדברים ידועים ועתיקים.
משום כבודך, וכבוד גדולי ישראל מחדר הקנאים ז"ל, איז כדאי נישט צו קוואוטן פון דארט.
דו מיינסט זיכער דעם "ספר" דובב שפתי ישינים.אויף וועלכן ר' סענדער דייטש זכותו יגון עלינו האט אויך עדות געזאגט אז ס'איז געפעלשט.
היימישער ליטוואק האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:היימישער ליטוואק האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:דער רב הרשע קוק, האט אים נאך איינגעפאקט 1000 מאל, און נגלה, און אין נסתר, דאך האט דער גאון רבי יאשע רזין, דער ראגאטשעבער גאון, געשריבן אויף אים עוף טמא! ווערט נישט אזוי דערשראגן פון זיין לאנגער בארד!
אן אריינגיין אין דיינע באטיטלונגען פון דעם רב הראשי ז"ל, וויל איך נאר אייך מודיע זיין, אז דער בריוו פון דעם ראגעצאווער ז"ל, ווי אויך הונדערטע אנדערע זענען געפעלטשט געווארן דארך דער מייסטער קנאישער בריוו-פעלשער ר' משה חיים אפרים בלאך. והדברים ידועים ועתיקים.
משום כבודך, וכבוד גדולי ישראל מחדר הקנאים ז"ל, איז כדאי נישט צו קוואוטן פון דארט.
דו מיינסט זיכער דעם "ספר" דובב שפתי ישינים.אויף וועלכן ר' סענדער דייטש זכותו יגון עלינו האט אויך עדות געזאגט אז ס'איז געפעלשט.
באהאנדלונג אויף אייוועלט
שמעקעדיג האט געשריבן:נארישע שאלה...
די אלע פרומע וועלכע "האלטן ספירה" זינגען און טאנצן בתופים ומחולות אום ה' אייר? זינגען דעם התקווה מיט מוזיק בערי יהודה ובחוצות ירושלים?
איך פרעג נאר.