בלאט 4 פון 7

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 1:31 am
דורך שעפטל
וואס באסטאן האט זיך פארזינדיגט ווייסעך נישט, אבער דאס קוקט מער אויס ווי אן אטענטשן סיקער זיכט פובליסיטי

דאס יא... ס'איז א גוטע נאכט פאר פרעזידענט אבאמא... יעצט גייט מען צוריק צו קאנגרעס און סענאט זיי זאלן פריש איבערקלערן די גאון קאנטראל....

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 1:39 am
דורך שעפטל
טויט
1366349506205.jpg
1366349506205.jpg (27.59 KiB) געזען געווארן 1303 מאל

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 2:01 am
דורך [NAMELESS]

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 2:10 am
דורך [NAMELESS]
ווי קען מען עס וואטשן לייוו?

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 5:57 am
דורך באשטעטיגט
(Reuters) - One suspect in the Boston Marathon bombing was killed during a shootout with police and a massive manhunt was underway for the second suspect in the Boston suburb of Watertown, officials said on Friday.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 8:45 am
דורך שעפטל
ק/פ

סוספעקט נומער איינס טויט. נאך מאסיווע שיסערייען, שעדליכע אויפרייס-מאטריאל קעגן די פאליציי, שטורעמישע פייער-אויסטויש, איבערנאכט אין באסטאן.

די געיעג האט זיך אנגעהויבן נאך א ריף אנהויב נאכט פונעם קעמפוס פון טעכנעלאגיע אינסטיטוציע, וואו ס'איז באריכטעט געווארן אז צוויי פארדעכטיגטע האבן אראפגעשאסן א פאליס אפיציר און גע'גנב'עט זיין קאר.

א גרונטליכע זיכעריי נאכן קאר האט פארנומען די גאסן און שאסייען, נאך א וויילע איז די קאר געזעהן געווארן אין 'וואטערטאון', און איז בלאקירט געווארן דורך די פאליציי.

א העסליכער פייער-אויסטויש איז אנטשטאנען נאך וואס די פארברעכער האבן אנגעהויבן שיסן, און געווארפן אויפרייס מאטריאל אויף די אפיצירן.

איינע פון די פארברעכער איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, וואו ער איז נאך א קורצע צייט ערקלערט געווארן טויט. און ער איז אינדעפעצירט געווארן, אלס דער אנגעבליכער סוספעקט נומער איינס אינעם באסטאן מעריטאן באמבעס.

פאליציי האבן אפגעשפארט א רונדע פון צוואנציג גאסן, אין פארזוך צו כאפן דעם צווייטן סוספעקט.

לויט באריכטן איז א מאן ארעסטירט געווארן. אבער נישט בעפאר ער איז באפוילן געווארן זיך אויסצוטוהן אינגאנצן, בעפאר זיי האבן אים ארעסטירט. אטוריטעטן לייגן אפ דעם באריכט אויב דער ארעסטירטער איז סוספעקט נומער צוויי.
one dead0.jpg
one dead0.jpg (20.43 KiB) געזען געווארן 1615 מאל

פאליציי האבן איצט אינדערפרי ארויסגעגעבן א פארלאנג פון די איינוואוינער צו פארבלייבן אינדערהיים. און פון די ביזנעסער צו פארבלייבן פארמאכט.
אלע שטאטישע טראנזיט מיטלען זענען אפגעשפארט געווארן, און מ'זאל זיך נישט באנוצן מיט קיין שום אנדערע פאבליק סערוויסעס, באסעס, אדער טעקסי'ס.

עף בי איי זאגט אז די צוויי טעראריסטן זענען ברידער פון טשעטשניע לעבן רוסלאנד 19 און 20 יאר אלט. איינער טויט צווייטער פארוואונדעט. זיי גלייבן אז דאס זענען די זעלביגע וואס האבן געשאסן אויף טויט א פאליציאנט נעכטן נאכט אין MIT. דערנאך קארדזשעקט און בארויבט א 7/11 אין MA

פאליציי פארן ארום מיט באסן שווער באוואפנט. זיי האבן געהייסן יעדעם בלייבן אינדערהיים און פארשפארן די טירן. אלע סקולס, ביזנעסער און געשעפטן זענען פארשפארט.
police on bus.jpg
police on bus.jpg (41.44 KiB) געזען געווארן 1615 מאל


שטעלן אפ יעדע קאר. פובליק טראנספארטאציע אפגעשטעלט אויפן באפעל פונעם מא. גאווערנער. קיין שום קאר טאר נישט זיין אויפן ראוד
searching.jpg
searching.jpg (45.87 KiB) געזען געווארן 1615 מאל

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 8:58 am
דורך ניו יארק
איך מיין אז די מומביי שלאבערישע פאליציי האבן זיך נישט וואס צו שעמען פאר די באסטאן פאליס...

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 9:01 am
דורך שעפטל
די פאליציי פארן ארום געפאנצערט
searching2.jpg
searching2.jpg (39.92 KiB) געזען געווארן 1742 מאל

א באריכט קומט אריין אז זיי שטייען ביי א הויז און רופן אויס מיט הויעכהילכערס אז דער מערדער זאל זיך אינטערגעבן
house1.jpg
house1.jpg (68.27 KiB) געזען געווארן 1742 מאל

house2.jpg
house2.jpg (18.56 KiB) געזען געווארן 1742 מאל

house3.jpg
house3.jpg (45.87 KiB) געזען געווארן 1742 מאל


די לאק-דאון נישט צו עפענען די טיר פאר קיינעם חוץ פאליציי גייט אן אין באסטאן און וואטערטאון

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 9:30 am
דורך [NAMELESS]
שקויעך שעפטל פאר די ריפארט.
כ'האב געזעהן א ריפארט אז די טעראריסטען זענען מסתמא מוסלעמענער, ווייל אין די געגענט אין טשעטשניע פון ווי זיי קימען זענען דא אסאך פון זיי

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 9:48 am
דורך שעפטל
מענטשן שיקן אלע מיני ריפארטס...

NY| Manhattan| *Dangerous Condition*| New York City| Individual wanted for the boston bombing may be heading to Manhattan in a grey Honda CRV MA: Plates 316ES9 according to CSP BOLO state M/W may be wearing suicide vest. 8

Mayor canceled his radio show this morning

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 9:51 am
דורך שעפטל
פאליציי זיכן יעצט א דריטער פארשוין וואס איז מסתמה אויך געווען פערמישט, יענער איז לויט די באריכטן אויפן עמטרעק, די באהערדע האבן ארומגענומען דעם באן.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 9:57 am
דורך [NAMELESS]
ממי_שאמרו האט געשריבן:ווי קען מען עס וואטשן לייוו?

http://www.vosizneias.com/128718/2013/0 ... -in-boston

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 10:20 am
דורך [NAMELESS]
קלעסמעיט'ס זאגן אז די צוויי טעראריסטען זענען געוועהן געהעריגע קינדער מיט חברים וכו' , און זיי האבן אפילו נישט געוויסט אז זיי זענען נישט געבוירן געווארען אין אמעריקא.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 10:26 am
דורך שעפטל
און דער פעטער זייערער איז שפראכלאז...

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 10:34 am
דורך זר זהב
Suspects' Uncle: Men Lived In Cambridge Together For Decade; 'Absolutely Deserved' To Die...

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 11:07 am
דורך לעמאן דזשוס
זר זהב האט געשריבן:Suspects' Uncle: Men Lived In Cambridge Together For Decade; 'Absolutely Deserved' To Die...


ער האט מער ווי איין פעטער... און די מידיע האט גערעדט צו ביידע, איינער איז שפראך לאז, דער צווייטער ווייסט שוין איינמאל וואס ער האט צו זאגן.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 11:27 am
דורך שעפטל
מיט איין פעטער האט ער נעכטן גערעדט אויפן טעלעפאון

די זענען שרעקליכע מחוצפים אדער וואנזיגע פארשוינען. די גאנצע לאנד אדער וועלט גאר דרייט זיך איבער צוליב זיי און זיי קאלן נאנטע, באראבעווען א סעווען עלעווען געשעפט, דרייען זיך ארום פראנק און פריי נאכדעם וואס די עף בי איי האט ארויסעגעגעבן בילדער פון זיי פאר די מאסן פאבליק בעהטענדיג פאר הילף זיי אראפצורוימען פון די פרייע וועלט.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 11:32 am
דורך לעמאן דזשוס
כשעפטיל, און פאר די חוצפה אליין פארדינען זיי גואנטאנאמא פאר א הונדערט און דריי יאר.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 11:34 am
דורך שעפטל
געב זיי כאטש א יאר מער מ'זאל נישט מיינען אז זיי זיצן פאר די זעלבע סיבה..

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 11:40 am
דורך פיקציע
מער נישט דא קיין 'זיי', נאך וואס דער עלטערער ברודער איז זיך געגאנגען טראפן מיט די באבעס אויף די אנדערע וועלט.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 12:30 pm
דורך [NAMELESS]
די פאליטיקעל קארעקטנעס פון די מידיא מאכט מיר שרעקליך נערוועז. מען הערט נישט די ווארט מוסלים דערמאנען, מען איז נאר ביזי ברענגען אז א פעטער האט געזאגט אז זיי האבן געהרגעט ווייל זיי זענען לאזערס, טוה מיר א טובה, ווען איך פיל ווי א לאזער שרייב איך א גוטע ארטיקל אין קאווע שטיבל, אנדערע לאזערס זיצן אין בעיסמענט פון שומרי שבת, די וואס פלאנירן מעכטיגע באמבע אטאקעס טוען עס ווייל זיי זענען עקסטרעמע מוסלמענער פון די טעראר לאנד טשעטשניע. וואס איז די נארישע געים פון דאס באהאלטן?

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 12:49 pm
דורך [NAMELESS]
בענגאזי דערמאנט דיר עפעס??

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 2:57 pm
דורך עוד מישהו
קען מיר איינער מסביר זיין די לאגיק פון די באסטאן פאליציי דעפארטמענט, מ'האט אפגעשפארט די שטאט, אלע טראנספארטאציע מיטלען ארבעטן נישט, און מענטשן זענען פארשפארט אין זייערע היימען, און באפוילן געווארן נישט צו עפענען קיין טירן פאר קיינעם נאר פאר פאליציי.
אויב די פארברעכער איז באוואפנט מיט שווערע געווער און אויפרייס מאטריאל, וואס העלפט א פארמאכטע טיר? מיט איין קליינע באמבעלע קומט די טיר אראפ ואו א קארטאפל שיילער שיילט שאלאכץ?!