בלאט 4 פון 7

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 11:24 am
דורך לעמאן דזשוס
איך הער. און וואס איז בנוגע זיך אליין פארבן אין אייגענעם הויז נישט פראפעסיאנאל?

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 11:28 am
דורך פיקציע
ווי איך האב נאכגעהערט פון איינעם וועלכער האט געהערט די רעקארדירונג פון די אסיפה האט הרב ישעי' ווייס גערעדט קעגען שמירן, זאגענדיג אז שמירן איז געמאכט צו פארדעקן פעלערן אויפן פנים, נישט צוצילייגן מער ווי א נאטורליכע אויסזען.
ס'איז משמע אז ער האט עס נישט גענצליך גע'אסר'ט.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 11:31 am
דורך לעמאן דזשוס
תנוח דעתך ודעת ר׳ ישעי׳ שהנחתם את דעתי ודעת אשתי.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 11:59 am
דורך בן תמליון
איינער זאגט מיר נאך בשם אשתו בשם אדער ר' בערל כ"ץ אדער ר' הלל וו"ב ביים אסיפה האט געפרעגט עס שטייט אשת חיל מי ימצא, לכאורה וואלט געדארפט שטיין אשת חיילת לשון נקבה וואס איז חיל לשון זכר? נאר וואס דען אמאל דארף די נקבה זיין שטארק ווי א זכר נישט זיך לאזן פארפירן פונעם מאן וואס טויג נישט דאס איז דער אשת חיל מי ימצא!

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 12:12 pm
דורך טאמבל סאס
די צה"ל האבן טאקע אזעלכע חיילות!..
און זיי זענען נישט שלעכט זאגט מען.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 12:13 pm
דורך לעמאן דזשוס
מיט אזוינע טיפע דקדוק פראגעס ווער דארף טאקע דעם מלבי״ם מיטן אבן עזרא.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 12:20 pm
דורך געפילטע פיש
"זיך נישט לאזן פונעם מאן"... השם ישמרנו, נאכדעם גייט מען זאגן אז די אינטערנעט איז גורם גיטין.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 12:23 pm
דורך דענקער
בן תמליון האט געשריבן:איינער זאגט מיר נאך בשם אשתו בשם אדער ר' בערל כ"ץ אדער ר' הלל וו"ב ביים אסיפה האט געפרעגט עס שטייט אשת חיל מי ימצא, לכאורה וואלט געדארפט שטיין אשת חיילת לשון נקבה וואס איז חיל לשון זכר? נאר וואס דען אמאל דארף די נקבה זיין שטארק ווי א זכר נישט זיך לאזן פארפירן פונעם מאן וואס טויג נישט דאס איז דער אשת חיל מי ימצא!

אה! אזוי וואונדערליך ווי עס שטימט אין פסוק עס איז ברור אז דאס האט שלמה המלך ע"ה געמיינט.

איך פארשטיי נאר נישט וויאזווי אידן האבן פארשטאנען דעם פסוק, און געזינגען יעדן פרייטאג נאכט אשת חיל ביז היינט?

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 12:31 pm
דורך הוגה
געפילטע פיש האט געשריבן:"זיך נישט לאזן פונעם מאן"... השם ישמרנו, נאכדעם גייט מען זאגן אז די אינטערנעט איז גורם גיטין.


די תירוץ וואס זיי וועלן ענטפערן איז אזוי. די אינטערנעט האט געמאכט די יונגערמאן זאל פארפארן און באקומען גוי'אישע השגות. ממילא האט די ווייב נישט קיין ברירה נאר צו פאלגן די דעת תורא און זיך שטעלן פעסט צוצופיקסן די מאן און אים צוריקברענגן צום דרך וועלכער איז אויסגעפלאנט געווארן פאר אים. ווען די מאן בייגט זיך ווען אונטער און קאפיטולירט צום ווייבס פארלאנגן וואלט אלץ פיין געווען. די פראבלעם איז אז די מאנס השפעה פונעם אינטערנעט איז שטערקער און ער שלאגט זיך מיטן ווייב און דאס איז גורם דאס גט.

פון דא טאקע קומט די ברייט באנוצטע סטאטיסטיק אז ניינציג פראצענט גיטין קומט פון די אינטערנעט.

נו ווער קען זיך קריגן מיט אזעלכע דברי חכמה.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 12:46 pm
דורך שעפטל
הערענדיג היינט צופרי ווי די יענטע אין די בילדינג לייגט אראפ די העכערקייט פונעם אסיפה האט מיר אויפגעשאקעלט! וויאזוי קען א רב בישראל זיך אויפשטעלן פארענט פון הונדערטער (?) פרויען בשעת ווען אפאר רבנים זיצן דארט אינטער א טינקעלע גלאז (די נשים האבן זיי געקענט זעהן, אבער זיי האבן נישט געקענט זעהן די נשים) און אראפרייסן געוויסע זאכן וואס זענען לגמרי נישט אסור און נאך שרייען אז מ'דארף אנפייפן די מענער אפילו זיי פארלאנגן עפעס.

זענען די רבנים טאקע אין ביזנעס פון גיטין? זיכן זיי טאקע מער קאסטומערס???

ווי איך האב פארשטאנען האט מען גערעדט אקעגן מעיק אפ און דער רב דארט האט זיך אויסגעדריקט "פון די אויגן טאר מען ניטאמאל רעדן! איך רעד נאר פון די וואס שמירן זיך די פנים ווייל מ'מיינט אז מ'מעג ווייל די מאמע האט עס אויך געטוהן"

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 12:50 pm
דורך שעפטל
נאך אזאך האב איך געהערט (און נאכדעם איז מיין אינגל'ס באס געקומען און כ'האב פארלאזט ס'מקום) אז מען האט געלייגט געוואלדיגע דרוק אויף אלע נשים אז זיי מוזן ערשיינען, מ'האט עפעס געצייכענט.

קוקט אויס אזוי מוז מען היינט טוהן, אז נישט קוקט עס אויס ווי די יערליכע חיזוק צאמקום וואס קומט פאר יעדעס יאר אין עטרת אברהם ווי פרויען שטעלן זיך אויף און האקן אויף אלע מאדעס. די פראבלעם איז נאר אז 70% דארטן קומען סייווי מיט א זומער מאנטל און צו 95% פונעם עולם דארט דארף מען קיין מוסר נישט זאגן.. און צו די וואס מ'וויל יא רעדן זענען נישט דארט און קוים ווייסן אז ס'איז געווען צו וואס מ'האט גערעדט דארט

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 1:10 pm
דורך געפילטע פיש
שעפטל האט געשריבן:"איך רעד נאר פון די וואס שמירן זיך די פנים ווייל מ'מיינט אז מ'מעג ווייל די מאמע האט עס אויך געטוהן"

איך בין נייגעריג וואס די כלל דערביי איז, ביי וואס טאר מען נישט אפנויגן פון וואס די מאמעס און באבעס האבן געטוהן, און ביי וואס דארף מען יא משנה זיין.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 1:27 pm
דורך קינות גירושין
ווארוואס ווער איך אזוי נערוועז און אנגעצויגען ווען מען איז זיך מתווכח און דברי שטות פון ווייס דעשינסקי פילעף ט״ב???

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 1:31 pm
דורך ידען
קינות גירושין האט געשריבן:ווארוואס ווער איך אזוי נערוועז און אנגעצויגען ווען מען איז זיך מתווכח און דברי שטות פון ווייס דעשינסקי פילעף ט״ב???

ווייל זיי ווילען מאכען מיין ווייב מיאוסער ווי זי איז..

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 1:32 pm
דורך געפילטע פיש
איך ווער אויך נערוועז, אבער דאך פיהל איך א דראנג דערצו.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 1:35 pm
דורך לעמאן דזשוס
ס׳וואלט געוועהן אינטערעסאנט צו הערן פון א ווארטזאגער פאר די אסיפה וואס און פארוואס און זיי צילעווען און בעיקר צו זיי האלטן אז דאס טוט עפעס. און נאכמער וואס טרייבט זיי צו דיזע הגבלות.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 2:02 pm
דורך בדחן
שעפטל האט געשריבן:ווי איך האב פארשטאנען האט מען גערעדט אקעגן מעיק אפ און דער רב דארט האט זיך אויסגעדריקט "פון די אויגן טאר מען ניטאמאל רעדן! איך רעד נאר פון די וואס שמירן זיך די פנים ווייל מ'מיינט אז מ'מעג ווייל די מאמע האט עס אויך געטוהן"


שמירען די אויגן ביי נשים איז איינע פון די טעמים וואס די גמרא גיט אן פאר חרבון ביהמ״ק, (אזוי ליגט מיר אן זכרון)

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 2:03 pm
דורך חד גדיא
עס שטייט נישט אזא זאך אין די גמרא. נאר אז פרויען האבן זיך באשמירט און למעשה פראבירט צו פארכאפען בחורים.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 2:07 pm
דורך דעת תורה
וויאזוי פארכאפן? מיט געווער? (אפשר מיינסטו די ארס בכעוס און דו מאכסט א גזירה שוה אז די משקרות עינים איז דאס זעלביגע).

יען כי גבהו בנות ציון ותלכנה נטויות גרון ומשקרות עיניים וברגליהם תעכסנה.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 2:18 pm
דורך שעפטל
פיין האט ער דאך נישט געוואלט רעדן פון די אויגן. אבער וואס טוהט זיך מיטן "אל תיטוש" פון לייגן פשוט'ע מעיק-אפ? וואס איז דאס געהאקעריי דערויף?

בכלל מ'קען זאגן אז מ'טאר נישט, ס'איז נישט צניעות'דיג וכו' אבער זאגן אז מ'זאל עס נישט טוהן אפילו די מאן פארלאנגט דאס איז ראדיקאל און די קאנסעקווענצעס זענען ביטער!

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 2:23 pm
דורך געפילטע פיש
איינער פון די פעולות וואס די בנות ציון האבן געטוהן כדי מחטיא צו זיין בחורי ישראל איז געווען "ממלאות עיניהן כחול", אזוי אויך זענען זיי געגאנגען "ארוכה בצד קצרה" און געגאנגען "עקב בצד אגודל" כדי צו ברענגן אויפמערקזאמקייט צו זיך, מ'זאגט אבער נישט אז מ'טאר דאס נישט טוהן להלכה, נאר די כוונה איז די פראבלעם, און יעדע זאך קען מען טוהן אויף א נארמאלע אופן, און אויף א אויסגעלאסענעם אופן.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 2:25 pm
דורך שמעקעדיג
אינטרעסאנט, אז י.מ. סופר שרייבט אלץ אין די 3 וואכן ביי די חורבנות המקדש, אז מען זאל נישט פארטייטשן די פסוקים פשוטו כמשמעו, חס ושלום צו טראכטן אז אונזערע עלטער עלטער זיידעס און באבעס האבן געטון אזעלכע געמיינע זאכן, נאר עס האט א העכערע משמעות די אלע ענינים און פסוקים.

אבער ווען מען דארף דעם גנב נעמט מען איהם פון די תליה, הא?...

בערלבאלעגאלע, וואו ביסטו ווען מען דארף דיך? :?: :?:

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 2:29 pm
דורך נולד מאוחר
ערגעץ איז שוין דא א שמועס איבער די הלכהדיגע חלק פון שמירען די אויגן.
נישט יעדע מאל ווען די רבנים זיכען ציפארברענגען זייער אווענט סקהעדזשאל און דרך אגב פאניגען אידשע קונדער, דארפן אונדזערע פארנימענע תלמידי חכמים דא אודך איבער חזרן.