בלאט 4 פון 8
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 12:27 am
דורך הוגה
לעיקוואד האט געשריבן:הסברא פשוטה לחלק איז קלאר אז סדא א ריזיגע חילוק פון הרגנען א בהמה צו הרגנען א מענטש, וויבאלד א מענטש האט א נשמה, אדער רוף עס א קאנשיסנעס, משא"כ א חיה, עכ"פ האט נישט א קאנשיסנעס אויף די דרגא פון א מענטש. אפילו נישט פון א קראנקער וכו'. די חילוק איז נישט אין די שכל נאר אין די קאנשיסנעס. עס איז דא א קלארער חילוק פיזיש פון די נערווס סיסטעם, א מענטש שטערט עס אסאך מער צער וכו'. פאר די זעלבע סיבה איז ענדערש צו הרגנען געוויקסען ווי בהמות, הגם אז ביאלאגיש לעבן ביידע, וויבאלד געוויקסען האבען נישט קיין פילינגס. דאס איז א פיזישע פאקט און דארף נישט אנקומען צו קיין שום אמונה נישט אין גאט און נישט אין נשמה.
איך האב טאקע אלץ געווינדערט, ווער זאגט אז בהמות האבן נישט קיין נשמה, און אז זיי האבן נישט קיין שכל? מען זאגט אלץ א שפריכווארט "יענער האט שכל ווי א קי". קען איינער אויפווייזן בברירות צו דאס איז א קאמפלימענט אדער א בליידיגונג?
דו שרייבסט אז זיי האבן נישט א קאנשענס, און זייער צער איז נישט ווי אונזער. זאג נאר, האסטו שוין אמאל געכאפט א שמועס מיט א כפרה? אפשר ווען יא וואלט דיר די כפרה אויסגערעדט דאס הארץ ווי יאר איין יאר אויס אום חודש תשרי פירן די אידישע נאציס אדורך א כפרה האלעקאוסט. אפשר וואלט די די סקאנק פארציילט ווי זיין געוויסן פייניגט אים א יעדעס מאל וואס ער נפחה'ט ארויס זיין שמעק ארום אנדערע. טריי נאר צו כאפן א שמועס מיטן סקאנק נעקסטע מאל דו טרעפסט, כ'בין זיכער אז זיי זענען גאר פריינטליך.
לגבי צומח און חי זענען שוין מערערע שטודיעס אגורך געפירט געווארן וואס צייגן אן אז זיי לעבן און האבן געפילן. שטודירער צייגן אן אז ביימער און געוואוקסן וואקסן בעסער, שענער און שנעלער ווען מען רעדט און זינגט צו זיי יעדן טאג.
פארשטייסט אליינס אז איך האלט נישט אזוי, ס'נאר חומר למחשבה.
טו א גוגל סירטש איבער רעדן צו געוויקסן.
דא האט איר א לינק בנוגע עמאשענס און קאנשענס ביי וואסער און אייז.
http://en.m.wikipedia.org/wiki/Masaru_Emoto
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 12:30 am
דורך הוגה
הרב מח שליט, צען פוינטס פאר די "קאנשענס" טעאריע לגבי גילגולים. איז דאס אייגנס? (אויב יא איז עס גאר א גוטס) אויב האסטו עס געזעהן ערגעץ ביטע צייכן אהן מראי מקומות.
אידער וועי איז דאס א חידוש ביי מיר און שכח פארן שעירן דא.
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 1:01 am
דורך נולד מאוחר
לויט מח שליט שטימט אז מ'ווערט מגוגל אין דומם. קאנטשעסנעס שטעלט זיך אהער א שטיין.
מח שליט האלט אז שטיינער האבן קאטשנעס ?
מח פארוואס זאגסטו אז ווען די טרינקסט ווערסטו א צווייטע מענטש? דאס ביזטו אזא קאנטשסנעס האסטו ווען די טרינקסט. ווען מיין קאטשנעס טרינקט האט ער אן אנדערע קאנטשעסנעס.
דרך אגב טרינקען אין לסד ווייזט אז קאנטשעסנעס איז תלי אונעם גוף. אפי' א מענטש זאל נישט זיין קאנטשעס אז מבאט עם אריין געשפריצט אלקהאל אונמיטן שלאפן, וועט עס נאך אלץ האבן אן עפעקט אויף זיין קאשטנעסעס.
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 1:05 am
דורך מוח שליט
הוגה האט געשריבן:הרב מח שליט, צען פוינטס פאר די "קאנשענס" טעאריע לגבי גילגולים. איז דאס אייגנס? (אויב יא איז עס גאר א גוטס) אויב האסטו עס געזעהן ערגעץ ביטע צייכן אהן מראי מקומות.
אידער וועי איז דאס א חידוש ביי מיר און שכח פארן שעירן דא.
זיכרון איז געווענליך א גנב. כרגע געדענק איך נישט פונקטליך. יישר כוח פאר די קאמפלימענט
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 1:14 am
דורך מוח שליט
נולד מאוחר האט געשריבן:לויט מח שליט שטימט אז מ'ווערט מגוגל אין דומם. קאנטשעסנעס שטעלט זיך אהער א שטיין.
מח שליט האלט אז שטיינער האבן קאטשנעס ?
דרך אגב טרינקען אין לסד ווייזט אז קאנטשעסנעס איז תלי אונעם גוף. אפי' א מענטש זאל נישט זיין קאנטשעס אז מבאט עם אריין געשפריצט אלקהאל אונמיטן שלאפן, וועט עס נאך אלץ האבן אן עפעקט אויף זיין קאשטנעסעס.
דו האלטסט אז קאנשעסנעס איז מער ווי א חלום, א דמיון? פארוואס קען איך מיך אפמאכען צו חלומען אדער דמיונ'ן פון א שטיין, אבער נישט אפמאכען צו זיין קאנשעס דערפון? איז דאס נישט היינו הך.
א שטיין אין מיין חלום האט קאנשיסנעס? יא און ניין. דהיינו בעומק איז דאך דער שטיין איך און נאר איך. סו"ס איז דאך נישטא קיין צווייטער אין מיין חלום, ואל יתערב זר בשמחתינו. ווען איך "באשאף" דעם שטיין און מיין חלום איז דאך דאס נישט מער ווי באשאפען א מחשבה אין מיר. נו, איז דען א מחשבה עפעס אנדערש ווי איך אליין? קומט אויס אז דער שטיין אין מיין חלום איז איך איך איך. נו, 'איך' בין דאך קאנשעס, איא? נמצא אז דער עומק פון די שטיין איז קאנשעס.
נו שוין יעצט קענסטו שוין שלאפען און חלומ'ן רואיג פון שטיינער און ביינער. אבער שטיי נישט אויף מאוחר.
אופס, במאוחר האסטו מוסיף געווען עפעס.
זייער א גיטע שאלה. ווי האלטסטו מיט אלע מיינע שאלות ביז אהער? דו הערסט מיין טענה?
אויב בין איך גערעכט מיט מיין פריערדיגע פונקטן איז דאך מובן אז קאנשעסנעס איז וואס "שאפט" עקזיסטענץ. לדוגמא ווען בדרך נס אדער מיט virtual reality שטעלט זיך אויס אז יעדער איינער למפרע ומכאן ולהבא וועט זיין קאנשעס אויף דעם ליידיגען שטח דא אז עס איז א טיש, דאן איז דאס א טיש. וואס איז דען א טיש אויב נישט אירע "טיש'ליכע" תוצאות פאר אונזער קאנשעסנעס.
אויב אזוי פארוואס פארשטייסטו נישט אז קאנשעסנעס האט אפגעמאכט אז ווען די געוויסע כעמיקאל גייט אריין אין מיין מוח, ווערט אויס מוח שליט. פארשטייט זיך אז די אפמאך איז מצד די כלליותדיגע אפמאך פון אפאר פשוטע הגדרות. דהיינו אז די עלעמענטען האבן א געוויסע סטרוקטור און א געוויסע צורה פון ענערגיע. איינמאל מען האט אפגעמאכט די פשוטע הגדרות, פארט שוין אלא תוצאות אין תוצאי תוצאות פון אט די הגדרות. אויב איז דא אזא מושג פון צויי כוחות דאן איז דא א מושג פון פיר. אויב פיר איז מער ווי צוויי דאן וועט פיר געווינען און שטארקען אויף צוויי. עד כדי כך אז די צעלן און מיין מוח וועלן ווערן (לדוגמא) ווייניגער מחובר איינס צו צווייטען ווייל דער ספעציפישע כעמיקאל וועט געווינען איבער מיין מוח צעל, און וועט עס אביסעלע פונאנדערשיידען.ממילא וועט די סיסטעם וואס קאנשעסנעס האט אפגעמאכט זיין אפעקטירט עקקארדינגלי.
ביטע טראכט אריין וואס איך זאג. ביטע ענטפער מיר צו איך האב מיך עטוואס עקספלעינט. עס איז נישט געשמאק צו רעדן שטותים ברבים, און אפי' אויסקוקען ווי מען רעדט שטותים. עס איז אסאך געשמאקער ווען מען איז מלבן די סוגיא.
יישר כוח.
בנוגע דיין מיטעלסטע שאלה, ביטע זיי דיך בעסער מסביר.
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 1:49 am
דורך נולד מאוחר
ווען די זאגסט אז קאנשטעסנעס שאפט, מיינסט דיקארט אז גארנישט עקזיסטירט נאר א טראכטער? כווייס אז די גלייכסט נישט ווען מברענגט דרויסינדיגע מקורת כוויל פשוט מאכן זיכער כ'פארדטיי וואס די זאגסט.
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 7:24 am
דורך לעיקוואד
הוגה האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:הסברא פשוטה לחלק איז קלאר אז סדא א ריזיגע חילוק פון הרגנען א בהמה צו הרגנען א מענטש, וויבאלד א מענטש האט א נשמה, אדער רוף עס א קאנשיסנעס, משא"כ א חיה, עכ"פ האט נישט א קאנשיסנעס אויף די דרגא פון א מענטש. אפילו נישט פון א קראנקער וכו'. די חילוק איז נישט אין די שכל נאר אין די קאנשיסנעס. עס איז דא א קלארער חילוק פיזיש פון די נערווס סיסטעם, א מענטש שטערט עס אסאך מער צער וכו'. פאר די זעלבע סיבה איז ענדערש צו הרגנען געוויקסען ווי בהמות, הגם אז ביאלאגיש לעבן ביידע, וויבאלד געוויקסען האבען נישט קיין פילינגס. דאס איז א פיזישע פאקט און דארף נישט אנקומען צו קיין שום אמונה נישט אין גאט און נישט אין נשמה.
איך האב טאקע אלץ געווינדערט, ווער זאגט אז בהמות האבן נישט קיין נשמה, און אז זיי האבן נישט קיין שכל? מען זאגט אלץ א שפריכווארט "יענער האט שכל ווי א קי". קען איינער אויפווייזן בברירות צו דאס איז א קאמפלימענט אדער א בליידיגונג?
דו שרייבסט אז זיי האבן נישט א קאנשענס, און זייער צער איז נישט ווי אונזער. זאג נאר, האסטו שוין אמאל געכאפט א שמועס מיט א כפרה? אפשר ווען יא וואלט דיר די כפרה אויסגערעדט דאס הארץ ווי יאר איין יאר אויס אום חודש תשרי פירן די אידישע נאציס אדורך א כפרה האלעקאוסט. אפשר וואלט די די סקאנק פארציילט ווי זיין געוויסן פייניגט אים א יעדעס מאל וואס ער נפחה'ט ארויס זיין שמעק ארום אנדערע. טריי נאר צו כאפן א שמועס מיטן סקאנק נעקסטע מאל דו טרעפסט, כ'בין זיכער אז זיי זענען גאר פריינטליך.
לגבי צומח און חי זענען שוין מערערע שטודיעס אגורך געפירט געווארן וואס צייגן אן אז זיי לעבן און האבן געפילן. שטודירער צייגן אן אז ביימער און געוואוקסן וואקסן בעסער, שענער און שנעלער ווען מען רעדט און זינגט צו זיי יעדן טאג.
פארשטייסט אליינס אז איך האלט נישט אזוי, ס'נאר חומר למחשבה.
טו א גוגל סירטש איבער רעדן צו געוויקסן.
דא האט איר א לינק בנוגע עמאשענס און קאנשענס ביי וואסער און אייז.
http://en.m.wikipedia.org/wiki/Masaru_Emoto
איך ווייס אויך פון די מחקרים/דמיונות וועגן הרגשים פון וואסער מיט געוויקסען. פאקטן זענען אבער, אז פילינגס פון צער וכו' זענען נישט עפעס א מופשטדיגע זאך וואס פילאסאפען זאלען זיך טענה'ן דערוועגן. נאר עס איז א זאך וואס דארף קלארע פיזישע כלים עס זאל נתקים ווערן. מדארף האבען א נערוואס סיסטעם פון א געוויסע שטארקייט מזאל בכלל קענען פילען pain, און א גראז, אדער אפילו אנדערע מער פשוט'ע חיות, וואס האבען דאס נישט, קענען במציאות נישט פילען קיין פיין. סוועט נישט העלפן טויזנט פסאודו-מחקרים אז אויב מרעדט שיין צו א געוויקס וואקסט עס בעסער. די פראבלעם איז נישט נאר אז מיר קענען נישט רעדן מיט דער כפרה, נאר אז דער כפרה האט טאקע נישט די כלים צו רעדן און זיך אליינס ארויסהאבען.
יעצט, אמת דאס איז אלץ נאר ביז א געוויסע דעגרי, א הינדל אדער א קי האט יא געוויסע הרגשים און פילינגס וואס אפשר מבחינת הנפש הבהמית פון א מענטש איז עס כמעט די זעלבע, און פארדעם איז באמת נישט אויסגעהאלטען צו פייניגען בהמות וחיות און עתידים ליתן את הדין אויף די וועג וויאזוי מבאהאנדלט זיך מיט די טשיקענס ביי כפרות און ביים שלאכטהויז. ווער עס וויל אן אמתער זכות פאר'ן יום הדין, נישט עפעס א ספק סגולה ספק מנהג שטות, זאל אנשטאטס דרייען אן אומשולגידער הינדעל איבער זיין קאפ לאזן די הינדלעך צורי און געבן די געלט פאר צדקה. אבער דאס איז א צוייטער שומעס.
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 7:36 am
דורך לעיקוואד
מוח שליט האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:מוח שליט האט געשריבן:ווי באקאנט, איז נתגלה געווארען שפעטערע דורות טיפערע הבנות בכל המקצועות, כננס על גבי ענק. אדער כענק על גבי ענק.
א] מיין אייגענע קאנשעסנעס ווערט מגולגל יעדע מינוט צו א צווייטע פערסינאליטי, ווער רעדט נאך טאמער טרינק איך אביסעלע. וביותר אויב נעמט איינער אביסעלע Lsd, איז ער ממש א צווייטע מענטש.
ב] אויב מען זאל בדרך נס טוישען יעדעם איינעמס קאנשעסנעס אז מיר זאלן זיין קאנשעס פון דעם טיש דא אז עס איז א באנק. כמובן אז מיר רעדן אז עס איז נכלל און דעם ספעציפישען קאנשעסנעס טויש אלע תוצאות ותוצאי תוצאות פון דעם אז דאס איז א באנק. דהיינו, אלעס וואס א באנק וועט מיך מאכן שפירן, וועל איך שפירן [ליין - זיין קאנשעס] ביי דעם (געוועזענעם) טיש. וועט דאס אוודאי לכו"ע זיין א באנק. if it walks like a duck' quacks like a duck, then it is a duck. וואס איז דען די "מציאות" אז נישט דאס וואס איך און יעדער איז קאנשעס פון?
אויב א] און ב] זענען גערעכט, קומט אויס בהכרח אז,
ג] מיין קאנשעסנעס קען אויך אהערשטעלן פאר מיר א גאנץ נייע גוף, און א נייע סביבה.
גלגול איז פשוט טיפער און בעסער אפגטייטשט קאנשעסנעס.
סנישטא קיין הוכחה אז קאנשיסנעס קען עקזעסטירען בנפרד פון א גוף וואס טראגט עם, כל שכן נישט אז סאיז דא אזא זאך קאנשיסנעס פון א דבר דומם אדער אפילו א בעל חי (תלוי וועלכע), כל שכן נישט אז סוועט טאקע בלייבען די זעלבע קאנשיסנעס נאכן טויש. ממילא ווייס איך נישט וואס איז די שייכות צו גלגול. אדרבה, אז דו זאגסט אז סטוישט זיך יעדער רגע איז נישט שייך אויך נישט מעניש זיין פאר אן עבירה פון נעכטן, ומה ענין גלגול לכאן?
בנוגע קאנשיסנעס אהן א גוף - ביטע ענטפער אויב דו ביסט מסכים צו ב'. אויב נישט ביטע זיי מסביר ווי מיין טעות ליגט.
אויב ביסטו מסכים צו ב', איז דאך די גאנצע מציאות תלוי אויב מען איז קאנשעס דעפון. לדוגמא אויב זאל איך זאגען אז עס עקזיסטירט דער טיש דא אבער קיינער איז קיינמאל נישט געווען קאנשעס דערפון, און נישט פון אירע תוצאות, און קיינער וועט קיינמאל נישט זיין קאנשעס פון איר אדער פון אירע סופפאזעד תוצאות. וועסטו דאך מיך אוודאי פרעגן, "מיט וואס איז עס א טיש"? פארוואס זאגסטו אז עס עקזיסטירט דא א טיש? מיט וואס איז עס אנדערש ווי ווען עס איז קיימאל נישט געווען דא א טיש און וועט קיינמאל נישט זיין?
נמצא אז עקזיסטענץ איז תלוי אין קאנשיסנעס. פון דעם איז מוכרח אז קאנשעסנעס איז נישט תלוי אינעם גוף. די סיבה קען נישט זיין תלוי אינעם מסובב.
בנוגע גלגול- מיין קאנשעסנעס קען אהערשטעלן א צאמשטעל וואס רופט זיך מוח שליט, און אויך א צאמשטעל וואס רופט זיך מיין אמתע נאמען. איך קען דראפען אביסעל עסיד און דאן בין איך א צווייטע מציאות לגמרי. איך האב מיך געטוישט מיין קאנשעסנעס. איינמאל מען פארשטייט אז קאנשעסנעס איז נישט תלוי אינעם גוף, נאר פונקט פארקערט, דאן איז פשוט אז דער קאנשעסענס קען זיין אויסגעשטעלט און סיי וואספארא גוף זי וויל, נאכאמאל און נאכאמאל. די גוף אליין איז אויך נאר א חלק פון איר געבוי. און פונקט אזויווי זי האט דאס געטוהן דאס ערשטע מאל קען זי עס טון נאכאמאל. אז מיין קאנשעסנעס קען זיך חלומ'ן א כאראקטער מיט א גאנצע געבוי פון א גוף וכו', דאס ערשטע מאל, פארוואס קען נישט זיין נאכאמאל?
צוזאמען מיט דעם נייעם געבוי וועט אויך זיין די דמיון און די חלום אז איך בין די זעלבע ווי פריער. וואס מיינט בכלל 'די זעלבע ווי א רגע צוריק'? דאס איז דאך אויך נאר א דמיון. דער זעלבער דמיון קען אויך זיין 'דער זעלבער ווי א גילגול צוריק'.
לגבי עונש - ווען מען רעדט פילוזפיע פארלירט זיך א געוואלד פון די פשוטע אפטייטש פון מאראל און גאט וכדו'. גאט איז דאך נישט קיין בעל רחמים, און עונש איז נישט ווייל "איך" האב געטוהן שלעכטס.
עונש מיינט סך הכל אז אינערהאלב מיין יעצטיגע וועזען איז דא סתירות. ווי איין חלק איז מנגד, טוט וויי, פארן צווייטן חלק אין מיר.
מען קען נישט רעדן פונעם פשוט'ן אפטייטש פון עונש ווען מען רעדט פילוזפיע.
קודם כל, ניין, איך פאר זיך בין בכלל נישט מסכים צו ב', דו שטעלסט פאר אזא מאדערנע ניו-עידזש סארט אידיאליזם אז אלס איז תלוי אין דער מוח, אויף וויפיל איך וייס איז נישטא קיין זאך אזוי מנוגד צו קאמאן סענס ווי דאס, און איך האב נישט קיין בעסערע זאך פון קאמאן סענס לויט דעם שוקל צו זיין זאכען. בקיצור דו זאגסט אז אויב א בוים פאלט אין א וואלד ווי קיינער איז נישט דארט מאכט עס נישט קיין קול. במחכ"ת אלו דברי הבל פילוסופיים ממדרגה ראשונה.
יעצט, אפילו זאל איך מסכים זיין צו די הנחה, הייב איך נישט אן צו פארשטיין וויאזוי פון דעם איז מוכרח אז קאנשיסנעס קען זין קיים אן א גוף זאל עס טראגען, כל שכן נישט אזדער קאנשיסנעס זאל זיין דער זעלבער ווען מלייגט עם אריין אין א צוייטער מצב.
זאג, מיר קאנשיסנעס אליינס איז אויך נאר קיים אויף וויפיל איך בין קאנשעס דערפון? אדער דאס איז קיים בין כך? אם כצד הראשון, איז למסקנא גארנישט קיים, דער וויידל ליגט עם אין פיסק פון דער גאנצער פשעטל. ואם כצד השני, איז הדרן צו נארמאלער רעאליזם.
אפילו מווע גליבען אין אזא מעטאפיזיקה ע"פ ספר "הסוד" אז דער מציאות ממש איז תלוי אין קאנשיסנעס ממש, און זיך מתעלם זיין פון די אומצאליגע לעכער וואס איז דא אין די טעאריע. איז בכלל נישט נובע פון דעם אז דער קאנשיסנעס קען זיין קיי אויך אן א מציאות. דאס וואס ער איז א סיבה איז נישט מכריח אז ער קען זיין קיים אן דער מסובב. בכלל צו מאכען קאנשיסנעס פאר אזא מין גאט וואס באשאפט מציאות איז אבסורד, ווייל קאנסישענס האט נישט קיין אנדערע טייטש ווי דער מודעות צו א געוויסע מציאות. עס איז נישטא אזא זאך קאנשיסנעס וואס איז זיך נישט מתייחס צו עפעס א מציאות, קאנשיסנעס פאר זיך איז אזוי לעכערליך, און אפשר מער, ווי מציאות אן מהות. ווייל די אפטיייטש פו קאנשיסנעס איז וויסען עפעס, אן עס זאל זיין עפעס איז נישטא קיין קאנשיסנעס.
בכל אופן רעדט מען דעמאלטס נישט פון א געוויסע קאנשיסנעס פון א מענטש נאר פון דער קאנשיסנעס הכללי, אדער גאט אליינס, איז וואס דרייסטו א קאפ מיט גלגולים?
בקיצור זאגסטו אלעס איז אלעס און ממילא איז אלעס גלגולים פון אלעס. שיק א גריס פאר דער שטיקל דיר וואס איז מגולגל אין דיר, אדער פארקערט. איך פארשטיי שוין נישט וואס טוט זיך דא.
בכלל מישסטו דא צאם דמיון מיט מציאות באופן נורא ביותר. לאמיר געבן א דיקטישנערי דעפינישען. דמיון: מה שאינו קיים אלא במוח המדמה אותו. מציאות: מה שקיים בנפרד מן המח היודע אותו. יעצט דו ברענגסט מיר דא א ראיה פו דראגס וואס ברענגען געוויסע דמיונות פאר מענטשען אז דער מציאות איז קיינמאלנישט קיים. ביסטו פשוט מהפך את הקערה על פיה. סאיז קלאר פאר יעדער מענטש נישט אויף דראגס אז די דראגס טוישען נישט קיין שום מציאות זיי מאכען נאר א מענטש דמיונען פארשידענע זאכן. וועסטו פרעגן פון ווי ווייס איך אז דער אמתער מציאות איז אן די דראגס און זיי זענען א דמיון, אפשר פארקערט, קענסטו זיך דינגען וועגן דעם פילאסאפיש אסאך, אבער ווען דו טראכסט אז דו קענסט אדורכגיין א וואנט ווייל דו האסט גענומען צופיל lsd, ביטע טוה עס נישט טאקע. אה, כהאב פארגעסן, די חברה קדישא וואס וועט דיר אויפפיקען פו דארט איז אויך נאר א דמיון. שוין, ווייס איך נישט וואס צו זאגען, לחיים לחיים!
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 7:46 am
דורך לעיקוואד
מוח שליט האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:מוח שליט האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט וויסען דער מציאות פון גאט און נישט זיין מהות, וכמו שהסברת במשל הקאמפיוטער.
לא ירדתי לסוף דעתך. אז מען האט נישט קיין שום מושג פון די מהות פון א זאך, וואס מיינט דאס אז מען ווייסט אז עס עקזיסטירט?
וואס עקזיסטירט?
לעיקוואד האט געשריבן:אבער אין נישט וויסען וואס ער איז איז דאך אז מקען נישט וויסען זיין רצון, ממילא פרעג איך אז דאס איז א סתירה צו כל התורה כולה וואס איז געבויט אויף די הנחה אז מיר ווייסען יא זייער קלאר וואס איז רצון ה' .
רצון איז נישט עצמותו. די פאקט איז אז עס איז דא א וועלט, הרי לך אז ער האט באשאפען, מאניפעסטירט, א.ד.ג. א וועלט, אפילו מען פארשטייט נישט אים אליין. פונקט אזוי קען זיין א רצון אפי' מען פארשטייט נישט עצמותו. ובאופן אחר, אויב נעמסטו אהן אז עס איז דא א גאט, [במובן המלא פון די ווארט גאט] איז דאך בהכרח אז די בריאה איז געשעהן מרצונו. הרי לך אז עס איז דא א רצון.
א- מציאות ולא מהות איז טאקע א ליידיגע ווארט. הכוונה א מפארשטייט נאר אז עס איז דא אזא קיום און נישט קיין שום ספעציפישע תכונה דערפון .
אמת שבזה עצמו יש לעיין, אבער סאיז לפחות נישט קיין סתירה'דיגער מושג. משא"כ צו שפילען זאגען א רגע מפארשטייט פונקט וואס גאט וויל און א רגע שפעטער זאגען מיר האבען נישט קיין השגה אין גאט דאס איז א סתירה מיניה וביה.
ב- איך וייס נישט וואס הייסט רצון אן עצמות.
ווער וויל? אדער איז ער אליין וויל, רעדט מען ווייטער וועגן עצמות, אדער איז נישט ער וויל, איז פון וועמען רעדן מיר? סאיז דא נאף עפעס א גאט וואס הייסט "רצון ה'", בנפרד מה' בעצמו??
דאס אז סאיז דא א וועלט איז אפשר, אויב קען מען אזוי זאגען, א ראיה אז גאט וויל סזאל זיין א וועלט, און באמת דאס אויך נישט, אבער אוודאי קומט דאס נישט נאנט צו שאפען א תורה וואס איז אלס געבויט אויף וואס ער וויל אין דער וועלט. דא נוצט מען דאך דער חוסר הידיעה במהותו צו פארענטעפערן זין הנהגה אין דער וועלט, נישט דער מופשטדיגער נקודה פון זיין מציאות, וממילא איז א סתירה צו זאגען מצד אחד לית מחשבה תפיסא ביה ומצד שני שרוצה בתומ"צ.
איך פארשטיי אז עס איז א קלארע סתירה צו זאגן אז איך גלייב אז עס איז דא מציאות X אבער איך האב גאר קיין שום אהנונג וואס דער X איז. עס איז גערעדט דזיבעריש. מען האט גארנישט נישט געזאגט.
וואס גלייבסטו? אז
וואס עקזיסטירט?
אויב דו האלטסט אז עס איז דא א גאט במלא מובן המלה פון גאט, ווי קענסטו האלטען אז די וועלט איז נישט ע"י רצונו?
די וועלט האט מילאנע פרטים און אלעס איז ברצונו, פארוואס קען נישט זיין א רצון פון א תורה פונקט דאס זעלבע?
איך וייס נישט ווי דו זעהסט דא א סתירה. לאגיש איז נישטא דא קיין שום סתירה. עס איז קיים x' אבער איך וייס נישט צו זאגען וואס x איז. וואס איז זיך דא סותר?
איך וייס נישט וואס מיינט גאט במלוא מובן המילה. יש כל מיני הגדרות לזה און זייער אסאך פון זיי קומען נישט אן צו זאגען רצונו. וגם אם תאמר שכל הפרטים ברצונו, קומט עס בכלל נישט אן צו א רצון באופן של תורה, וואס איז שוין געזאגט וואס ער אליינס וויל, נישט נאר וואס מיר זעהן אז סדא א וועלט שנברא ממנו מוכרחים אנו לומר שזה ברצונו. והבן.
בכל אופן, אויב זאגסטו אז מקען יא פארשטיין גאט, טענה איך זיך נישט מיט דיר. איך טענה זיך נאר מיט דערנ וואס זאגט אז מקען עם נישט פארשטיין און בנשימה אחת לייגט ער אראפ א גאנצע רשימה פון זאכען וואס דער גאט איז און וואס ער וויל.
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 8:19 am
דורך לעיקוואד
הוגה האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:
אויב גאט אליינס וואלט געווען א תירוץ אויף מאראל וואלט דאך די שאלה פון צדיק ורע לו זיך נישט אנגעפאנגען קיינמאל, און וואלט אברהם אבינו נישט געטעהנ'ט השופט כל הארץ לא יעשה משפט, וויבאלד משפט איז ביי דעפינישין וואס השופט כל הארץ טוט. זעהט מען קלאר אז סאיז דא מאראל וואס קען מחייב זין אויך דער אייבישטער אליינס. און אויב פירט ער זיך נישט אזוי איז א קשיא אויף עם. יהיה מה שיהיה התירוץ.
.
לעיקוואד טייערע, ס'נישט דא קיין שום קושיא אויף אים. ווער איז ער? ווער זאגט דיך אז וואס ער טוט שטימט נישט מיטן דרך המשפט? ווייל אין דיינע אויגן און מיט דיין קליינעם שכל זעהט עס נישט אויס משפט מיינט נאך נישט אז ס'נישט. ווען דו וועסט זיין במדרגתו וועסטו קענען פרעגן קושיות אויף אים.
עס זענען דא קושיות, אבער די קושיות קומען מצדינו. לויט אונזער בעסטע הבנה דארף מען "דאס" פרובירן צו פארענטפערן. "דאס, נישט אים". פארשטייסט?
ניין איך פארשטיי נישט טייערע. אברהם אבינו איז געקומען צו "עם", דער אייבישטער אליינס, און זיך פשוט געטענה'ט מיט עם וואס הייסט אז ער טוט א זאך וואס איז נישט ע"פ חוק ומשפט, ביז דער אייבישטער האט עם משכנע געווען אז סאיז יא ע"פ משפט וויבאלד סנישטא אפילו עשרה צדיקים. משה רבינו האט גערעדט צו עם אליינס און עפ געפרעגט וואס הייסט ער פירט זיך נישט אויסגעהאלטן ע"פ דין, און דער אייבישטער האט עם נישט גענפערט וואס הייסט, אז איך טוה אזוי איז קלאר אז סאיז ריכטיג. אונז אין אונזערע תפלות ניצען כל מיני טענות , און אלס פאר עם אליינס. דאס איז אלץ קשיות אויף דער אייבישטער וויאזוי קען זיין ער טוט אזוי און אזוי, נישט קיין חילוק וואס די תירוץ איז, און למיטה ידיעתי איז נישטא קיין צופרידענשטעלנדע תירוץ, ווערט אבער די קשיא נישט בטל און די קשיא איז טאקע אויף עם.
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 11:00 am
דורך שמעקעדיג
איר זיינט נישט מחולק איינער מיטן צווייטן, די קשיות זענען קאי וקיימא, צדיקים האבן זיך ערלויבט פארצוהאלטן ה', און מיר טוען אויך אזוי אין דאווענען און אין תהלים (למה יאמרו הגויים וגו'), אבער נישט אלץ באקומט מען די תשובה אזוי קלאר ווי אברהם אדער משה האבן באקומען, און דאן דארף מען גלייבן אז כאטש מען פארשטייט נישט, איז דער חסרון תלוי בי, נישט אין השי"ת וואס איז צדיק בכל דרכיו, אין עול.
עכ"ז, עס איז אביסל שווער פארוואס ה' איז געווארן אזוי ברוגז אויף משה ווען ער האט געפרעגט למה הרעותה.
לפענ"ד, די גרעסטע ראי' אז השי"ת האט הנאה פון א טשאלענזש, איז ביי די מעשה פון גדעון, אין ספר שופטים פרק ו'. אידישע קינדער זענען אדורך שווערע צייטן, שטייט דארטן אזוי: ויבוא מלאך ה' ויישב תחת האלה אשר בעופרה, אשר ליואש, אבי העזרי. וגדעון בנו חובט חיטים בגת, להניס, מפני מדיין: וירא אליו מלאך ה' ויאמר אליו, ה' עמך גיבור החיל! ויאמר אליו גדעון, בי אדוני, ויש ה' עמנו, ולמה מצאתנו כל זאת, ואיה כל נפלאותיו אשר סיפרו לנו אבותינו לאמר, הלא ממצרים העלנו ה', ועתה נטשנו ה' ויתננו בכף מדין. בקיצור, דער מלאך איז אים געקומען זאגן א גוט ווארט, "ה' עמך גבור החיל", האט אים גדעון פארגעווארפן, אזוי? דער באשעפער איז מיט מיר? דאן פארוואס באטרעפט אונז דער שלאק? וואו זענען אלע זיינע וואונדער ואס ער האט געטון אין מצרים?
רש"י איז עס נאך מסביר בטוב טעם ודעת, איה כל נפלאותיו אשר סיפרו לנו אבותינו, פסח היה, אמר לו (גדעון להמלאך) אמש הקרני אבא את ההלל, ושמעתיו שהיה אומר בצאת ישראל ממצרים, ועתה נטשנו! אם צדיקים היו אבותינו, יעשה לנו בזכותם. ואם רשעים היו, כשם שעשה להם נפלאותיו חנם כן יעשה לנו, ואיה כל נפלאותיו? ד.ה. ממה נפשך, אז דער טאטע האט מיר פארגעליינט פון הלל אז השי"ת האט ארויסגענומען די אידן פון מצרים, און היינט זענען מיר פארלאזט, וואס איז פשט דערין? אויב זענען זיי געווען צדיקים, זאלן מיר געהאלפן ווערן בזכותם; און אויב זענען זיי געווען רשעים, פארוואס פארדינען מיר נישט ניסים פנקט ווי זיי?
ביי אונזער סאסייעטי וואלט מען שוין געווארן אפגעסטעמפלט אלס אן אפיקורס. וואס איז דאס מיט דיר? קשיות אויף השי"ת? רחמנא ליצלן! מ'דארף גלייבן וכו'. אבער וואס איז געווען דעם באשעפערס תשובה? ער האט זיך אנגערופן צו גדעון, אנשטאט דעם מלאך, ווי פאלגענד:
ויפן אליו ה' ויאמר, לך בכחך זה והושעת את ישראל!!... זאגט דארט רש"י, וועלכע כח? "בכח הזכות הזה שלמדת סניגוריא על בני"!
וואס איך וויל מסביר זיין, אז מען פרעגט השי"ת מיט א אמת'ע תמימות פשט אין זיינע דרכים, האט ער גאר הנאה דערפון. קען זיין אז משה לפי גודל מדריגתו האט ער געדארפט האבן א טיפערע אמונה, מער ווי געווענליך, ענליך צו וואס חז"ל זענען מסביר דעם עונש פון יוסף הצדיק אין תפיסה שניתוסף לו ב' שנים ווייל ער האט געטון זיין השתדלות צום שר המשקים, ווייל לויט זיינע מדריגות האט ער געדארפט טון ווייניגער השתדלות, הגם דאס איז אויך שווער צו פארשטיין פאר אונז פשוט'ע מענטשן, אבער מען זעהט אז עס איז דא ענינים דערין.
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 11:47 am
דורך מוח שליט
לעיקוואד האט געשריבן:קודם כל, ניין, איך פאר זיך בין בכלל נישט מסכים צו ב', דו שטעלסט פאר אזא מאדערנע ניו-עידזש סארט אידיאליזם אז אלס איז תלוי אין דער מוח, אויף וויפיל איך וייס איז נישטא קיין זאך אזוי מנוגד צו קאמאן סענס ווי דאס, און איך האב נישט קיין בעסערע זאך פון קאמאן סענס לויט דעם שוקל צו זיין זאכען. בקיצור דו זאגסט אז אויב א בוים פאלט אין א וואלד ווי קיינער איז נישט דארט מאכט עס נישט קיין קול. במחכ"ת אלו דברי הבל פילוסופיים ממדרגה ראשונה.
יעצט, אפילו זאל איך מסכים זיין צו די הנחה, הייב איך נישט אן צו פארשטיין וויאזוי פון דעם איז מוכרח אז קאנשיסנעס קען זין קיים אן א גוף זאל עס טראגען, כל שכן נישט אזדער קאנשיסנעס זאל זיין דער זעלבער ווען מלייגט עם אריין אין א צוייטער מצב.
זאג, מיר קאנשיסנעס אליינס איז אויך נאר קיים אויף וויפיל איך בין קאנשעס דערפון? אדער דאס איז קיים בין כך? אם כצד הראשון, איז למסקנא גארנישט קיים, דער וויידל ליגט עם אין פיסק פון דער גאנצער פשעטל. ואם כצד השני, איז הדרן צו נארמאלער רעאליזם.
אפילו מווע גליבען אין אזא מעטאפיזיקה ע"פ ספר "הסוד" אז דער מציאות ממש איז תלוי אין קאנשיסנעס ממש, און זיך מתעלם זיין פון די אומצאליגע לעכער וואס איז דא אין די טעאריע. איז בכלל נישט נובע פון דעם אז דער קאנשיסנעס קען זיין קיי אויך אן א מציאות. דאס וואס ער איז א סיבה איז נישט מכריח אז ער קען זיין קיים אן דער מסובב. בכלל צו מאכען קאנשיסנעס פאר אזא מין גאט וואס באשאפט מציאות איז אבסורד, ווייל קאנסישענס האט נישט קיין אנדערע טייטש ווי דער מודעות צו א געוויסע מציאות. עס איז נישטא אזא זאך קאנשיסנעס וואס איז זיך נישט מתייחס צו עפעס א מציאות, קאנשיסנעס פאר זיך איז אזוי לעכערליך, און אפשר מער, ווי מציאות אן מהות. ווייל די אפטיייטש פו קאנשיסנעס איז וויסען עפעס, אן עס זאל זיין עפעס איז נישטא קיין קאנשיסנעס.
בכל אופן רעדט מען דעמאלטס נישט פון א געוויסע קאנשיסנעס פון א מענטש נאר פון דער קאנשיסנעס הכללי, אדער גאט אליינס, איז וואס דרייסטו א קאפ מיט גלגולים?
בקיצור זאגסטו אלעס איז אלעס און ממילא איז אלעס גלגולים פון אלעס. שיק א גריס פאר דער שטיקל דיר וואס איז מגולגל אין דיר, אדער פארקערט. איך פארשטיי שוין נישט וואס טוט זיך דא.
בכלל מישסטו דא צאם דמיון מיט מציאות באופן נורא ביותר. לאמיר געבן א דיקטישנערי דעפינישען. דמיון: מה שאינו קיים אלא במוח המדמה אותו. מציאות: מה שקיים בנפרד מן המח היודע אותו. יעצט דו ברענגסט מיר דא א ראיה פו דראגס וואס ברענגען געוויסע דמיונות פאר מענטשען אז דער מציאות איז קיינמאלנישט קיים. ביסטו פשוט מהפך את הקערה על פיה. סאיז קלאר פאר יעדער מענטש נישט אויף דראגס אז די דראגס טוישען נישט קיין שום מציאות זיי מאכען נאר א מענטש דמיונען פארשידענע זאכן. וועסטו פרעגן פון ווי ווייס איך אז דער אמתער מציאות איז אן די דראגס און זיי זענען א דמיון, אפשר פארקערט, קענסטו זיך דינגען וועגן דעם פילאסאפיש אסאך, אבער ווען דו טראכסט אז דו קענסט אדורכגיין א וואנט ווייל דו האסט גענומען צופיל lsd, ביטע טוה עס נישט טאקע. אה, כהאב פארגעסן, די חברה קדישא וואס וועט דיר אויפפיקען פו דארט איז אויך נאר א דמיון. שוין, ווייס איך נישט וואס צו זאגען, לחיים לחיים!
איידער איך גיי אריין בפרטיות אין דיינע טענות וויל איך זאגן אז
א - איך פארשטיי נישט פארוואס דו ביסט אזוי מבטל idealism, אז עס איז ממש אבסורד וכדו'. ווייסטו דען נישט אז גאר אסאך גיטע קעפ וואס האבן זייער שטארק געטראכט פאר אסאך יארן, האבן געהאלטן אזוי? פילוסופים מן השורה ראשונה במשך כל הדורות, אנגעהויבען פאר טויזענטער יארן צוריק בימי די גריכישע פילאסאפערס, זענען געווען אנהענגערס פון דעם שיטה. א שנעלע בליק אין
וויקיפידיע וועט דאס מאמת זיין. פון ווי דיין שטארקע זיכערקייט?
ב - איך בין נישט אזוי שטארק איבערצייגט אין די אמת פון די שיטה וואס איך האב געזאגט דא. פשוט ווייל לב יודע מרת נפשו, איך ווייס שוין וויפיל שיטות איך האב שוין געהאלטן און דערנאך געזעהן אז עס איז נישט אזוי זיכער. איך בין מער נוטה צו האלטען גאר א שטארקע סקעפטיסזם כעין תכלית הידיעה שלא נדע. איך בין מער נוטה צו זעהן זאכן אהן זאגן קיין שום הגדרות דערויף. וואס איך בלייב דעמאלט איז א וועלט פון דירעקט פערסעפשען. אין א געוויסע וועג ברענגט עס מיך ווייטער צוריק צו איידיעליזם. פשוט ווייל איך ניץ אקקעמ'ס רעיזאר און איך זאג די ווייניגסטע וואס איז שייך. נעמליך, "איך שפיר און בין קאנשעס", מער פון דעם ווייס איך נישט. רעד דיך נישט איין אז ריאליזם איז די פשוט פשט און איידיעליזם איז די חידוש. פונקט פארקערט. ריאליזם איז מען מוסיף מער ווי די מינימום. א קינד וואס האט נאך נישט קיין פשעטליך "ווייסט" נאר פון sense perceptions, ער האט נאך נישט אויסגעבויט א מושג פון internal און external ריאליטי. ריאליזם איז דעריבער די מוציא מחבירו. דהיינו ריאליזם איז מוסיף און עס איז עליו הראי'.
איך וועל איבערגיין דיין טענה, נישט דיין דברי ביטול, און זעהן וואס די ביסט מיר מוסיף און הבנה. יישר כוח.
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 2:37 pm
דורך הקטן
מח איך באלעק זיך די פינגער פין א יעדע ווארט דיינער
דיין לעצטע תגיבה לייגט דיך אריין אין Contextualism חדר (ווי איך דיין באמערקונג "מען קען נישט רעדן פונעם פשוט'ן אפטייטש פון עונש ווען מען רעדט פילוזפיע." וכו' )
check it out
Contextualism
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 4:20 pm
דורך מוח שליט
שקויעך הקטן פאר די קאמפלימענט.
איך בין נישט קיין מבין אויף איינעם וואס רעדט מיט ביטול אויף א תורה שלימה פון גאר אסאך פילוזפען. אמת מען קען האלטען אז מען האט גאר א גוטען קאפ, אבער יענע האבן דאך לכאורה אויך געהאט גוטע און טיפע קעפ. איך פארשטיי ווען מען רעדט פון גוטע קעפ וואס האבן געהאט אן אגענדע, דעמאלט איז גאנץ אן אנדערע זאך. אבער אפענע, טיפע, שטארקע קעפ, וואס מחשבה וחקירה איז זייער גאנצע קיום, און נאכ'ן טראכטען פאר יארן און יארן זאגן צענדליגע פון אט די בעלי כשרון א געוויסע מהלך און הבנה, פון ווי נעמט זיך די מהלך פון טאטאלע ביטול צו זייער מיינונג? מיין שאלה איז נישט נאר אויף הרב לעיקוואד, מיין שאלה איז אויף כמה חברים חשובים דא וואס זענען מסכימים לדבריו. להבהיר איך מיין דאס נישט אלץ טענה אויף איינעמ'ס כאראקטער, איך וויל באמת פארשטיין וואס דא גייט פאר. די חברים המסכימים דא זענען דאך לכאורה נישט קיין פארמאכטע קעפ כלל וכלל, און אוודאי דער בעל המאמר בעצמו, טא וואס איז פשט?
אוודאי געוויס קען מען פרעגן און זיך מתווכח זיין, און אפשר אפי' האלטן זיך שטארק ביי איין מיינונג, [חאטש דאס לעצטע פארשטיי איך נישט פונקט וויאזוי], אבער זילזול וביטול צו א שיטה וואס צענדליגע און מסתמא הונדערטער אפענע געזונטע קעפ האבן אנגענומען במשך הדורות איז נישט מובן פאר מיר.
אפשר וועט מען מוזען זאגן דאס וואס Oscar Wilde האט אמאל געזאגט, I'm not young enough to know everything.
נאך אסאך זוכעניש איז מיר געלונגען צו טרעפן דעם שטיקל וואס איך האב אמאל געליינט דא בשם Ernst Mach.
I treat matter as a mental symbol standing for a relatively stable complex of sensational elements.
. [page 363 of his ‘The analysis of sensation]
איך האב דוקא געזוכט צו טרעפן פון א סייענטיסט און נישט פון די "פילוספיים ההבליים", כלשונו פון לעיקוואד.
דער מר. מאך. האט אנגעקוקט חומר/ריאליטי/מציאות, אז באמת רעדט מען דא נישט מער ווי א קאמפליצירטע צאמשטעל פון מיינע/אונזערע sensations. דאס רעדן דערפון ווי א אביעקטיווער מציאות איז נאר למען הקיצור, עס איז נאר א סימבאלישער וועג צו אידענטפיצירען א געוויסע מין sensation.
וועסטו דאך אוודאי פרעגן ווער איז שוין דער גרויסע Ernst Mach? און וואס געבט א חשיבות פאר אט די טעאריע זיינער.
לאמיר אלזא נעמען א סייענטיסט וואס איך האף אז אפי' לעיקוואד וועט האבן צו אים א משהו דרך ארץ, אלבערט איינשטיין. קוק דא וואס ער שרייבט אויף דער מר. מאך.
One sees that in this paradox [the pursuing of a beam of light paradox] the germ of the special relativity theory is already contained...The type of critical reasoning which was required for the discovery of this central point was decisively furthered, in my case, especially by the reading of David Hume's and Ernst Mach's philosophical writings." (Albert Einstein, "Reply to Criticisms," in Albert Einstein: Philosopher-Scientist, Edited by Paul Arthur Schilpp, Harper Torchbooks, p 679, 1949/1951.) n
קרעדיט פאר די מראה מקום: ספק ספיקא maybe maybe
אוודאי אויב איז דא אסאך חכמים וואס האלטן אנדערש ווי די שיטה, שוואכט דאס אפ פון אנצונעמן מיט א זיכערקייט דעם געוויסען מהלך. אבער פון אפשוואכען ביז זילזול וביטול איז א ווייטע מרחק.
דער חכם הנזכר איז איינס פון גאר אסאך וואס זענען געגאנגען מיט דעם מהלך. דעריבער איז מיין שאיפה צו פארשטיין די חשובע חברי הפורום בנוגע מיין שאלה וואס איך האב דא געפרעגט.
בתור שאלה אמיתי וויל איך וויסען צו איז מעגליך אז עס איז דא מצד די חשובי הקהלה א שטיקל בייעס קעגן סיי וואסארע טעאריע וואס קען מאמת זיין די פילוספיה היהדות? קען דאס אפי' מעגליך זיין? אז מכוח די גרויסע יסורים וואס מען האט פון די אלע שקרים וואס מען פארקויפט, גייט מען אויפ'ן אנדערען עקסטרעים, און מען לאזט נישט צו אין קאפ גארנישט וואס עס קען זיך אפי' דאכטען אז דאס איז מאמת די שיטות פון די יושבי חושך? זענען ביידע זייטן לקוי מיט נגיעות?
איך מיין נישט דא קיין זילזול, איך מיין צו פארשטיין. עס איז דאך נישט מסתבר אז לעיקוואד וויל סתם מבטל זיין יענמ'ס מיינונג מיט זילזול על לא דבר. וה"ה כלפי די לייקערס זיינע.
החותם מיט פולען רעספעקט פאר די געוואלדיגע גאונות פון לעיקוואד ושאר חבריו.
נ.ב. פארשטייט זיך אז איך דארף מיך נאך ספראווען מיט די לעגיטימע שאלות וואס לעיקוואד האט למעשה געשריבען....
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 5:06 pm
דורך יאיר
איך בין נישט קיין מבין אויף איינעם וואס רעדט מיט ביטול אויף א תורה שלימה פון גאר אסאך פילוזפען. אמת מען קען האלטען אז מען האט גאר א גוטען קאפ, אבער יענע האבן דאך לכאורה אויך געהאט גוטע און טיפע קעפ. איך פארשטיי ווען מען רעדט פון גוטע קעפ וואס האבן געהאט אן אגענדע, דעמאלט איז גאנץ אן אנדערע זאך. אבער אפענע, טיפע, שטארקע קעפ, וואס מחשבה וחקירה איז זייער גאנצע קיום, און נאכ'ן טראכטען פאר יארן און יארן זאגן צענדליגע פון אט די בעלי כשרון א געוויסע מהלך און הבנה, פון ווי נעמט זיך די מהלך פון טאטאלע ביטול צו זייער מיינונג? מיין שאלה איז נישט נאר אויף הרב לעיקוואד, מיין שאלה איז אויף כמה חברים חשובים דא וואס זענען מסכימים לדבריו. להבהיר איך מיין דאס נישט אלץ טענה אויף איינעמ'ס כאראקטער, איך וויל באמת פארשטיין וואס דא גייט פאר. די חברים המסכימים דא זענען דאך לכאורה נישט קיין פארמאכטע קעפ כלל וכלל, און אוודאי דער בעל המאמר בעצמו, טא וואס איז פשט?
כך הוא דרכה של פילוסופיה, זה בונה מגדלי תאומים, וזה מנפץ אותם על רגל אחת. ושניהם צודקים, כי סוף סוף הכל בגדר אין סוף ובלתי מוגבל, נמצא דאין כאן לא בנין זקנים ולא סתירת נערים, כי הכל אחד בתכלית האחדות הפשוטה.
אגב, לא הרי אידיאליזם דמוח שליט [שליקוואוד מכנה "ניו עידזש אידיאליזם"] כהרי אידיאליזם דפילוסופיה, ושניהם הררים התלויים בשערה.
נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 7:27 pm
דורך מוח שליט
וויאזוי איז זילזול וביטול א דרך פון פילוסופיה? במקרה איז די טייטש פון די ווארט פילו-סופיה, אוהב חכמה. philo טייטש אוהב, sophia טייטש חכמה. אויב האט מען ליב חכמה דאן הערט מען אויס יענעם.
איך האלט נישט אז איר זענט נישט קיין אוהב חכמה. מיר קוקט אויס אז עס איז דא עפעס א ספעציעלע אפהאלט פון זעהן דעם זייט פן די מטבע, אויס מורא אז שיטת הגילגול לדוגמא קען נאך האבען אביסל אינטעלעקטואלע קרעדיביליטי, היה לא תהיה.
It so happens to be, אז איך האלט מיך נישט פאר קיין ספעציעלער גס השכל, וגם לרבות אז איך האב בכלל נישט מורא צו זעהן זאכען אנדערש ווי איך האב געטראכט ביז היינט. ונוסף לזה האב איך א שוואכקייט פון זיך דוקא דראפענען צו טראכטען און חקרנ'ן. ואחרי כל אלה זעה איך אז איידיעליזם האט אסאך וואס צו זאגן פאר זיך. דערפאר וואונדערט מיך ווי זענט איר אזוי זיכער מיט ענקער שיטות עד כדי זילזול וביטול פונעם צד שני? מי יתן און איך זאל לכה"פ זעהן טענות של הבנה מסביר צו זיין פארוואס מיינע ראיות און טענות זענען לקוי ומחוסר הבנה [ווי למשל נקודה ב' וואס לעיקוואד מאכט אוועק אהן מסביר זיין פארוואס די חשבון מיינער שטימט נישט]. אדרבא ואדרבא, I have no ax to grind, די מינוט איך פארשטיי דיין טענה, בין איך מיט דיר.
ר' יאיר טייערער זיי מיר טאקע מסביר ווען איז די אויסגעהאלטענע וועג צו רעדן דברי ביטול וזילזול, און ווען זאל מען מיט רעספעקט לדברי חבירו, רעדן דברים של טעם.
דו שרייבסט אזוי קורץ און שארף, אזוי בדרך 'אגב' אז איך רעד פון אן אנדערע איידיאליזם ווי דאס וואס די פילוזפען זאגען. דו לערנסט אריין אין מיינע ווערטער אנדערש ווי איך אליין האלט אז איך זאג. און דאס זאגסטו אזוי נאר בדרך אגב. איז דאס נישט אביסעלע מיאוס צו טון? איז דאס נישט א געוואלדיגע מאס ביטול אז א' איך ווייס ניטאמאל וואס איך אליין זאג. ב' אז דו האסט די רעכט מיר און יעדעם דאס מודיע זיין אהן דעם וואס דו זאלסט דארפען נעמען די מיה עס מסביר זיין.
איך ווייס נישט פון וואס דאס קומט? איך בין באמת משוכנע אז עס קומט נישט פון שלעכטע מדות, אבער איך וויל וויסען וואס יא.
לדעתי איז דאס א נושא וואס מען מעג געהעריג אויסשמיסען און פארשטיין. עס איז נישט געזונט דאס צו באהאלטן. מען קען נישט שרייען אז מען איז לוחם פארן אמת אין זיך נישט וויסענדיג מאכן פון די קשיות וואס איך פרעג אויף אייך.
To reiterate, איך האב דאס העכסטע רעספעקט פאר אלע בעלי מחשבה דא, איך פרעג עס נישט ח"ו לקנטר. איך פרעג עס אויך נישט ווייל איך בין באליידיגט, דעריבער ביטע רעדט נישט צו צו מיר קיין דברי נחמה. אמת אז עס איז נישט געשמאק ווען מען מיינט אז מען גייט האבען א גיטע באלערענדע שמועס, און מען ווערט פלוצים פארווארפען פון ביידע וועלטן. אבער אי משום הא לא איירינן. דאס איז א פופצען מיניטיגע אומבאקוועמליכקייט אויב דאס. וואס מאכט מיך מאריך זיין אין דעם איז ווייל עס קוקט מיר אויס אז דאס איז נישט נאר אן איינמאליגע הוראת שעה, דאס איז עפעס א מהלך, א פרינציפ וואס ביי געוויסע איז עס א יתד בל תמוט. דעריבער בעט איך מיט פולען רעספעקט ילמדינו רבינו.
ביטע ענטפערן די שכל פון די זאך. עס פעלט נישט אויס צו אטאקירן, רחמנות האבן, מבטל זיין, אדער זיין patronizing.
נשלח: מוצ"ש אפריל 27, 2013 11:09 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
מוח שליט,
איך בין נישט קלאר על מה יצא כל הקצף.
אקאראשט קום איך פון א תגובה אין מאחורי וואס איינער האט געזאגט אז מיינע ווערטער זענען "הוילע לופט". מיר איז אינגאנצען נישט איינגעפאלן עפעס א טענה אויף זיין לשון. צו זאגן אז עס איז א מיאוסע זאך צו שרייבן אז מען האלט אנדערש ווי דיר אויב נעמט מען נישט די טירחא מסביר צו זיין באריכות פארוואס מען דינגט זיך מיט דיר, קוקט מיר אויס היבש איבערגעטריבען.
בתקוה אז איך האב גערעדט גענוג איידל, און זיך גענוג גוט מסביר געווען.
נשלח: מוצ"ש אפריל 27, 2013 11:56 pm
דורך [NAMELESS]
איך מוז דא אריינקומען ענטפערן!
איך מוז אריינקומען דא ווייל עס איז א מחלוקה צווישן הרים הגדולים, צווישן הגאונים הגדולים, די פילאסאפן און בקיאים, ידענים און עמקנים לעיקוואד און יאיר. די הני תרי צנתרי דדהבא, פארי ועמודי השטיבל, און דעם גרויסן חכם, מחדש און דענקער מח שליט. און ווי באקאנט אין די תשובה ספרים איז אייביג ביי די הרים הגדולים קומען די זבובים אריין, און נאכן התנצלות פון "מי אנכי להתערב בין ההרים הגדולים ואיך יבוא זבוב וכו' וכו'" בלא בלא קומט מען מיט אייפער און מען דזשאמפט אריין אין די הרים הגדולים. וכן אעשה גם אנכי.
צווייטנס, ווייל מח שליט איז א תלמיד חכם שלא נספד כהלכה, זיין גאונות האט אונז שוין אלע גאר בארייכערט, זיינע מאמרים איבער חז"ל, זיינע הערליכע אויפפאסונגען אויף מגילת אסתר און נאך גאר רייכע מאמרים האבן אונז שוין אסאך מהנה געווען. זיין גאר גרויסע ברייטקייט הייבט אונז אויף און זיין גאר חדשנות'דיגע מקוריות'דיגע וועג פון טראכטן איז כמים קרים על נפש עייפה, דעריבער, ווען מח שליט דרוקט אויס אומצופרידנהייט מוזן מיר אינטערווענירן, און כאטש אזוי ארויסווייזן הוקרה לאדם הגדול בענקים אשר את מימיו אנו שותים.
בפרט נאכדעם וואס החכם "פונדעסטוועגןדאך" איז לא ירד לעומק דעת המח, און ער מיינט אז כבוד עצמו הוא דורש, וויל איך דא מסביר זיין.
מח שליט איז באמת כשמו כן הוא, מח שליט על הלב, און ער פרעגט דא א שטארקע קושיא וואס איז די היזיגע נטייה צו אוועקמאכן יעדע זאך וואס שמעקט היימיש, אפילו ווען זי איז אויסגעהאלטן?
שאלה טובה ועמוקה, שאלת חכם חצי תשובה.
והתשובה הוא כי דרגת "מח שליט על הלב" הוא דרגה גבוה, כמבואר בספר הבינונים. די רוב פון אונז האט די הארץ אויך גאר שטארק אריינצורעדן, זי איז א מאן דאמר צום טיש.
אסאך פון אונז זענען געליטענע, ווי די אליין האסט דערמאנט אין דיינע ווערטער. די מאושרים בתוכנו זענען בלויז אינטעלעקטואל געליטענע, וואס שפירן אפשיי צום שקר שנחלו לנו אבותנו און צום שמאלן באקסל אין וועלכע מען האט אריינגעפירט זייערע מוחות, צו פארשווענדן די יארן מיט תירוצים אויפן בית יוסף'ס קושיא, און וויכוחים איבער בחירות.
אסאך זענען אבער אמת'דיגע אפגעבריטע, אידן וואס אלעס אין זייער לעבן זייער חיי נישואין, זייער פיזישע עקזיסטענץ, זייער פינאנציעלע שטאנד, זייער קשרים מיט די עלטערן, זייער געזעלשאפטליכער קיום, אין יעדע איינציגע נושא שפירן זיי אז מען האט זיי ביטער אפגענארט און צוגענומען זייער לעבן פאר א גאר צווייפלהאפטיגער נזיד עדשים. די אלע אידן זענען נישט בלויז אזוי פארעווע אפגעקילט, נאר זיי זענען הייס אנגעווייטאגט. ואין כאן מקומו להאריך בכל נקודה ונקודה, און איך בין זיכער אז איר פארשטייט גענוי וואס איך מיין.
די דאזיגע אידן זענען ביי די דעה אז מיר זענען א מחלה וואס מען דארף אויסהיילן און דאס צו טון מוז מען אויסרייסן די מחלה.
די איינציגסטע עצה קעגן טפשות איז דורך חכמה. די איינציגע עצה קעגן אמונות טפלות, טפשות, פאגאניזם, בלינדע סטאנדע, וכדומה איז ראציאנאליזם. ווען עדיסאן האט אנגעצינדן די בירנע זענען אלע שדים ורוחות צעלאפן, ווילן די דאזיגע אידן אנצינדן די בירנע.
די דאזיגע אידן, און במחילת כבודם שטעל איך אריין לעיקוואד און יאיר אין די קאטעגאריע, ווילן גיין עד הקצה האחרון און אננעמען די מערסטע מאטריאליסטישע שיטות און דעות. די פילאסאפיעס וואס זענען ווי נאנטערע מחותנים צו פאקטישע וויסנשאפט, די אמונות וואס מען קען מנתח זיין אויף א לעבארטאריע טישל. צו פארטרייבן מיסטישע אבערגלויבנס מוז מען נוצן הארטע וויסנשאפט, און צו אריינשיינען אין די פינסטער מוז מען האבן א ליכט וואס שיינט לכל הדעות.
די דאזיגע חכמים ווילן נישט גלייבן קיין פילאזאפיעס וואס זענען חצי מיסטיש, וווייל זיי קומען שוין פון דארטן און זענען אפגעבריטע, און ווי זאגט דער רמב"ם אין די שמונה פרקים? אז מען דארף גיין בקצה הגבול האחרון.
די, טייערער מח שליט ביסטו ברוך השם ריין פון די ווייטאג, צו ווייל די ביסט באמת מח שליט על הלב, צו די ביסטו מאושר מיט דיין לעבן אדער ביסט זייער טאלעראנט, צו די ביסטו אפשר קיינמאל נישט געווען באדראט פון א קאנטראלירנדע געמיינדע, אוון דעריבער קוקסטו אן זאכן גאר שטארק אפען און מיט אמתע בקשת האמת, אשריך, אבער די מוזסטו פארשטיין דיינע קאלעגע חכמים.
אין אונזער פאל, ווען עס רעדט זיך וועגן גלגול וואס איז ניטאמאל קיין עניין מעניני אמונתנו, אן עניין וואס ווערט נישט דערמאנט אין אונזערע ריינע מקורות, נאר אין די שפעטערע מיסטיקער המושפיעם מרוח זמנם, איז זיכער פארשטענדליך אז די שלבם שליט על מחם זוכן נישט צו הערן גארנישט, און ווילן נאר זיך באפרייען פון די קייטן, און גיין עד קצה הראציאנאליזם, והדעה הקרובה יותר למדע. און די דאזיגע דעה איז כמובן אז קאנשעסנעס איז בלויז א טייל פונעם פיזישן עקזיסטענץ פון א מענטש, און איז צונויפגעשטעלט פון בשר ודם, און צו וואס גיין באשאפן נייע אומזעהבארע ברואים, נפשות, רוחות וחיות יחידות?
איינער וואס שפירט נישט ווי ער איז אין טורמע, קען זיך ארומקוקן אין אלע סארטן דעות, און טאקע טרעפן חן אין א פילאזאפישע דעה וואס איז אין איינקלאנג מיט א מסורה, אבער די איינגעשפארטע זוכן צו אנטלויפן ווי ווייטער, און איך פארשטיי זיי זייער גוט.
איך רעד נישט איבער מיר, איך זעלבסט בין בלויז א תמימישער איד, א שיבער אויב איר געדענק גוט, וואס זוכט צו שפייזן א משפחה, ואין לי עסק בגלויות, קל וחומר בנסתרות, נאר אלס זבוב וואס וויל ערקלערן די נשרים הגדולים העפים בשמים, חויתי דעה, אני מקוה שכיוונתי לאמת.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 1:09 am
דורך [NAMELESS]
די פלא איז אז די פילאזאפן איבער וועמען איך שרייב, זענען אלע יעצט ביי ל"ג בעומר פייערס, און מיין תגובה איז א קול קורא במדבר.... גיי פארשטיי די מאדנע פילאזאפן, באלד וועלן מיר געווארן ווערן אז אין ריעל לייף זענען זיי קנאקעדיגע כניאקעס...
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 1:17 am
דורך פוןדעסטוועגןדאך
זיי דיך מודה, ווען נישט דו האסט גענוג געהאט פון פייערס און אויבענעס פאר דיינע קינד'ס קינדער, טאנצטו ווען מיט א ברען אזוי אז עס רינט ווען שווייס אהן א מעגליכקייט פון פארווישן.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 1:29 am
דורך נולד מאוחר
מח שליט, ביסט מסכים אז די מיסדים פון גולגול האבן עס פארשטאנן מיט א פשטות, אן קאנשטעסנעס תורה?
דיין תורה איבער גולגול איז גלייך ווי א ספגעטי מאנסטער טאנצט יעצט בר יוחאי די זאגסט אז סקען זיין גוגול, אדער די זאגסט לכאורה איז דא גולגול? קאנטשעסנעס קען דיר צישטעלן א לבנה פונקט ווי א מענטש. וואס עפעס האלסטו אז קאנשטעסנעס שטעלט צי א מענטש?
לויט די בעלי הגוגל איז גולגל אן עונש דאכטזיך, לויט דיר גייט דאס יעדער דורך צדיק ורשע גלייך?
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 4:01 am
דורך טאמבל סאס
שמעקעדיג האט געשריבן:לפענ"ד, די גרעסטע ראי' אז השי"ת האט הנאה פון א טשאלענזש, איז ביי די מעשה פון גדעון, אין ספר שופטים פרק ו'. אידישע קינדער זענען אדורך שווערע צייטן, שטייט דארטן אזוי: ויבוא מלאך ה' ויישב תחת האלה אשר בעופרה, אשר ליואש, אבי העזרי. וגדעון בנו חובט חיטים בגת, להניס, מפני מדיין: וירא אליו מלאך ה' ויאמר אליו, ה' עמך גיבור החיל! ויאמר אליו גדעון, בי אדוני, ויש ה' עמנו, ולמה מצאתנו כל זאת, ואיה כל נפלאותיו אשר סיפרו לנו אבותינו לאמר, הלא ממצרים העלנו ה', ועתה נטשנו ה' ויתננו בכף מדין. בקיצור, דער מלאך איז אים געקומען זאגן א גוט ווארט, "ה' עמך גבור החיל", האט אים גדעון פארגעווארפן, אזוי? דער באשעפער איז מיט מיר? דאן פארוואס באטרעפט אונז דער שלאק? וואו זענען אלע זיינע וואונדער ואס ער האט געטון אין מצרים?
רש"י איז עס נאך מסביר בטוב טעם ודעת, איה כל נפלאותיו אשר סיפרו לנו אבותינו, פסח היה, אמר לו (גדעון להמלאך) אמש הקרני אבא את ההלל, ושמעתיו שהיה אומר בצאת ישראל ממצרים, ועתה נטשנו! אם צדיקים היו אבותינו, יעשה לנו בזכותם. ואם רשעים היו, כשם שעשה להם נפלאותיו חנם כן יעשה לנו, ואיה כל נפלאותיו? ד.ה. ממה נפשך, אז דער טאטע האט מיר פארגעליינט פון הלל אז השי"ת האט ארויסגענומען די אידן פון מצרים, און היינט זענען מיר פארלאזט, וואס איז פשט דערין? אויב זענען זיי געווען צדיקים, זאלן מיר געהאלפן ווערן בזכותם; און אויב זענען זיי געווען רשעים, פארוואס פארדינען מיר נישט ניסים פנקט ווי זיי?
אפשר וועגן דעם האט גאט נישט אינטערווינט ווען יפתח האט געמאכט דעם נדר, און צום סוף איז זיין טאכטער אים אנטקעגן געקומען... נאר געלאזט אים ברענגען איר פאר א קרבן. נישט ווי ביי אברהם ווען ער האט אים דאס לעצטע מינוט אפגעהאלטן פון שחט'ן יצחק.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 10:11 am
דורך לעיקוואד
מכובדנו הרה"ג ר' מח שליט שליט"א.
איך גיי זיך נישט דא איבערבעטן מיט דיר אויפ'ן נוצען לשונות של זלזול וביטול וכה"ג, כמו שהסברת והסבירו אחרים אז דאס איז נישט קיין ענין פון א פרעזענליכער כבוד עצמי, און אוודאי איז דאס נארמאל אז
ת"ח המתווכחים זה עם זה בהלכה איז דא א בחינה פון נעשים אויבים זה לזה וכך היא דרכה של תורה ופילאזאפיע. נאר סאיז טאקע דא א יסודישע שאלה אויף די מהלך וואס פירט זיך דא וואס מדארף אויף דעם ענטפערן בכובד ראש.
אבער, כמה תשובות בדבר, ואמנה אותם אחת לאחת.
א) דן ביסט גערעכט אז איך האב א מנהג צו רעדן אפטמאל מיט אן אופן וואס קוקט אויס ווי דברי זלזול אפילו אויף גרויסע חכמים אדער שיטת וואס גרויסע חכמים האבען געהאלטען, בין איך דא מוסר מודעה אז דאס קומט נישט פון רמות רוחא דאית בי, דהיינו נישט איך טראכט באמת אז סאיז ראוי מזלזל צו זיין אין די גרויסע מענטשען און שיטות, עס איז נאר א צורת ביטוי מיינער אז איך רעד אמאל אזוי ברייט און איך בין מגזים אביסעל, איך מיין אבער נאר דער נקודה וואס איך ברענג ארויס און די שפראך וואס איך נוץ איז נאר א לבוש פאר דעם, וואס מדארף נישט נעמן ערנסט.
ב) ויש כמה סיבות פארוואס איך פיר זיך צו רעדן אזא שפראך, איז קודם כל ווייל אפטמאל איז די דרך ארץ וואס מהאט פאר גרויסע מענטשען, אדער פאר געוויסע רעיונות און שיטות, לאזט נישט דן זיין אין דעם עיקר רעיון כמו שהוא. משא"כ אז מלייגט עס לכתחילה אראפ אויף א לייכטע הומאריסטישע שפראך אן כל מיני גינוני כבוד ונימוסים , און מלייגט ארויף די זאך אויף די טיש אן קיין משחקי ומכבסי מילים, איז גרינגער און קלארער צו רעדן פון די זאך אליינס.
ג) ובדבר זה הנני מתלמידי הרה"ק מקאצק זי"ע וואס האבען מזלזל געווען אין אלע עניני חיצוניות און געזעהן א געוויסע טיפע שקר און זיוף אין אלעמאל אנהאלטען אזא ערנסטע פנים און רעדן נאר אויף יעדער זאך מיט די ריכטיגע אויסגעהאלטענע ווערטער , און די עיקר הקפדה ווערט נישט אויף וואס מזאגט נאר אויף וויאזוי מזאגט עס, וכאשר העירו רבים איז דאס גאר א שטארקע יסוד פון דער חרדישע געזעהלשאפט וואס אסאך פון דער דיסקורס זיינע דרייט זיך ארום וועלכע ווערטע מעג זאגען און נישט איבער דער תוכן הדברים עצמם. דא בין איך מסכים צו קופערניקוס אז דער שפראך איז א שטיקל רעקאציע צו דער שכל'דיגע בית הסוהר וואס אבותינו ורבותינו האבן אונז אריינגעלייגט אין, און נאך וואס סזעהט מיר אויס אז א גרויסע חלק פון דעם איז בלאף און ווערטער שפילעריי, גיי איך פארקערט און ערלויב מיך צו רעדן ברייט און אפן יעדער זאך ברחל בתך הקטנה ובשם המפורש אן קיין חכמות. אפילו כלפי שמיא יש מקום אז אמאל שעצט דער אייבישטער דרייסטקייט און זאגען אין פנים אריין אן כל מיני גינונים ומשחקי כבוד ומילים. וכמו שהביא שמעקעדיג למעלה מגדעון, ויש עוד מקורות.
ד) עס איז דא אזא מין מנהג מוזר ביי פילאסאפען, בפרט ביי פילאסאפען פון די סארט וואס זאגען די מיני טעאריעס וואס דו ברענגסט, אז מטאר נישט ח"ו א לאך טוהן אדער ארויסברענגען א פוינט מיט הומאר. עס זעהט אמאל אויס כאילו די גאנצע תורה זייערער וועט צוגיין אויב וועט קומען אזא קופערניקוס און עס מסכם זיין מיט הומאריסטישע גראמען. אלץ דארף מען זיין אזוי ערנסט, און נעמן יעדער טענה ווי צודרייט עס זאל נישט זיין מבחינת השכל הישר מיט די פולסטע ערנסטקייט מיט אזא בייזער פנים און פארקנייטשטע שטערן. לעומת זה זאג איך, קאם אן, מיר מעגן זיין מענטשען, מיר מעגן זיין קינדער, ממעג אמאל זיך נאריש מאכען און זיך אפילו שלאגען אמאל, אין גאד ספיריט. די תורה און די פילאספיע וועט נישט אונטערגיין אויב מיר וועלן unקנייטשען די שטערן פאר אפאר מינוט און זיך אביסעל משתולל זיין. אזוי איז די פילאסאפיע נישט קיין חכמה פון טויטע מענטשען (כהערת ניטשה) נאר א לעבעדיגע זאך, תורת חיים, וואס ערלויבט אין זיך די גאנצע חיוניות פון פשוטע געשמאקע פאן לעבן. און נישט עפעס א מנתוקדיגע ליידיגע טעאריע וואס מדארף זיך אנטוהן א ספעציעלער פנים פאר וואס מרעדט אריין אין דעם.
ה) דארפסט פארשטיין אז קאווע שטיבל איז נישט קיין בית המדרש לפילוסופיה. אויך די פון אונז וואס אינטרעסירען זיך אין פילוסופיה והשקפה וכו', קומען ע"פ רוב נישט דא במטרה עס צו לערנען אדער אמתדיג דורכטוהן ענינים. הגם אוודאי לערנט מען און סווערט נתברר כל מיני ענינים בדיבוק חברים וואס איז אפטמאל שווער צו טרעפן אין די נארמאלער וועלט. דאך איז דער עיקר הגדרה פון קאווע שטיבל א פלאץ ווי מקומט פארברענגען און זיך אויסדזושכענען. כל אחד כפי דרכו והמעניין אותו, זה בצימעס וזה בתורה ומחשבה. ממילא איז נישט ריכטיג צו פאדערן אז מיר זאלען דא דן זיין אין פילאסאפישע סוגיות מיט די גאנצע כובד ראש וואס פאדערט זיך אין בית מדרש. עס איז נאטורליך אז אין א פלאץ וואס מקומט לכתחילה ווען מדארף זיך אביסעל אויסליפטערן זאל די שפראך זיין מער לויז און אפען.
אגב, איך מיין אז דאס איז די סיבה פארוואס עס איז דא לייקס אויף כמה תגובות מיינע אין דער אשכול, ולא כמו שהתרעמת עליהם שמסכימים דווקא לדעתי. נאר ווייל מיינע תגובות זענען פשוט מער 'פאן' צו ליינען ווי דיינע דא, למשל וואס איך האב מסביר געווען אויוון וועגן דורכגיין א וואנט, און סאיז אלעמאל גרינגער מיטציהאלטען מיט איינער וואס שרייבט מיט שארפקייט און הומאר ווי מיט איינער וואס לייגגט פאר טיפע רעיונות מיט די גאנצע ערנסטקייט וואס קומט זיך זיי.
ו) כל זה באופן כללי, יעצט ספעציפיש לגבי דער נושא וואס אונז רעדן. אוודאי ווייס איך אז פארשידענע גרויסע פילאספאער האבען געהאלטען פארשידענע ווערסיעס פון אידיאליזם און אז די וועלט איז א טרוים אן אילוזיע וכו', און אוודאי מבחינה פילוסופית גרידא איז דאס נאך אזא שטארקע צד ווי רעאליזים. און אז מרעדט פילאסאפיש דארף מען נעמן ערנסט דער צד אין באטראכט און מסביר זיין פונקט ווי יעדער אנדערע צד. דער פראבלעם איז נאר אז איך גלייב נישט אז אפילו איינע פון די פילאספען שדגלו בשיטת כאלה האבען מצליח געווען צו לעבן מיט די שיטה בפועל. כלומר, עס איז א שיטה וואס שטימט זייער זיין אפשר פילאסאפיש, אבער למעשה איז קלאר פאר יעדער איינער אין די וועלט, טף ונשים ופילאסאפים, אז דאס איז נישט ריכטיג. איך מיין אז סנישטא א זאך וואס איז אזוי מנוגד צו קאמאן סנס ווי דאס. און וויבאלד נאך אלעס איז קאמאן סענס דער שטערקסטער און איינציגסטער מקור פון וויסנשאפט, וואס אויף דעם בויט זיך אלעס, איז נאריש צו פראבירען עס אפווענדען מיט אזעלכע טענות. ממילא, איז לענ"ד דאס וואס קומט זיך פאר די טעאריעס איז נישט קיין ערנסטער דיון נאר א ווערטל. דהיינו, מבחינת ערנסט לאגיש גערעדט שטימט עס אפשר זייער גוט, אבער פאקטיש איז עס א נארישקייט, און דאס ברענגט מען ארויס מיט'ן זיך ווערטלען דערויף אסאך בעסער ווי מברענגט עס ארויס מיט זיך טענה'ן קאלט און מנותק. אין אנדערע ווערטער, איך מיין אז די זלזול אין דער שיטה איז א פילאסאפישע טענה. און איז נישט סתם אוועקגעמאכט.