בלאט 4 פון 4
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 3:18 pm
דורך שעפטל
אריין אין צימעס....
האלט טאקע מהרש"מ אז ער האט אפילו א שאנס קעגן מהרי"י? קען זיין אין ריעל עסטעיט, אבער סקולען האט נישט קיין סאך ריעל עסטעיט, די אידן (א ווי איך) וואס גייען צו אים האלטן פשוט אז ער איז א ערליכע איד, נישט אז ער איז א חסידות.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 5:12 pm
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:דאס האב איך געטראפן איין טאג הענגען אין סמעדרעש, איין שטיק חכמה!!
"די איינציגע אופן וואס איז רעקאמענדירט צו בלייבן א ערליכע איד". ודפח"ח.
אויבן האב איך צוגעברענגט דעם נארישן צעטל "שבירתן הוא טהרתן" וועלכע הענגט אין די שוהלן.
מהו דתימא אז אונזערע קאלעגעגס אויף אייוועלט האבן הנאה פון אזעלכע סארט צעטלעך,
דערויף וויל איך לינקען אהין, להראותך, אז אפילו זיי זענען אויסגעשפראכן אנטקעגן די אומ'שכל'דיגע מודעות:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 65#p683965
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 11:36 pm
דורך galitzyana
look t this
נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 7:14 am
דורך קינות גירושין
קען איינער מברר זיין צו סאיז אמת אז גאטליב האט טאקע געזאגט אזאלכע ווערטער?
נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 11:58 am
דורך שלשלת
יעצט איבערגעגקוקט א קליפ פונעם אסיפה. ער האט דערמאנט די ווערטער, ס'איז א בחינה פון תבעל להגמון תחלה
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 1:20 am
דורך הוגה
איך האב דער שבת געדאווענט אין א שול, ווי די רב האט געהאלטן א דרשה און פארלאנגט אז די עולם זאל גיין צום כינוס דער וואך. די רב האט פארציילט בפרטי פרטים ווי די סקולענער רבי האט צוזאמגערופן אן אסיפה דחופה און האט מעורר געווען אז מען דארף ווייטער שטיין על המשמר אקעגן די מגיפת האינטערנעט. דערנאך האט די סקולענער רבי פארלאנגט אז מען זאל נאך דער ערב ראש חדש צוזאמנעמען די עולם אויף א כינוס, טראץ דעם וואס עס איז אזא קורצע צייט, וכו'.....
פון די באריכטן און די ווידיאו קליפ האב איך נישט געזעהן אז די סקולענער רבי זאל האבן אויפגעפאדערט און באשטעטיגט די אסיפה. בין איך גערעכט? האט ער פשוט אויפגעבאקן דער מעשה? אדער איז ער גערעכט?
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 1:24 am
דורך בן מלך
אויף די קליפ זעהט מען דען די גאנצע אסיפה? מ'זעהט דאך קוים אפאר מינוט?
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 3:17 am
דורך גנדי
בן מלך האט געשריבן:אויף די קליפ זעהט מען דען די גאנצע אסיפה? מ'זעהט דאך קוים אפאר מינוט?
המוציא מחבירו עליו הראי'
זאג דעם רב ער זאל ארויס געבן א קליפ ווי סקולענע רבי פארלאנגט וועלן מיר אים גלייבען.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 12:51 pm
דורך שלשלת
כווייס נישט יא צו נישט אמת. אבער דאס איז זיכער אז דער סקולענר רבי שליט"א האט גערעדט ביים אסיפה, כאטש מזעהט עס נישט אויף די קליפ פון JDN וכדומה
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 12:53 pm
דורך גנדי
שלשלת האט געשריבן:כווייס נישט יא צו נישט אמת. אבער דאס איז זיכער אז דער סקולענר רבי שליט"א האט גערעדט ביים אסיפה, כאטש מזעהט עס נישט אויף די קליפ פון JDN וכדומה
ווי קען מען זעהן די קליפ?
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 1:00 pm
דורך ידען
אויב סקולענע רבי רופט איז עס מער ווי יענע רב רופט?
די ערשטע אסיפה האט ער גערופען?
פארוואס זאל מען נישט גלייבען אז ער רופט יעצט אויך?
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 1:12 pm
דורך שלשלת
בילד ווי סקולענער רבי איז משמיע דברותיו הק' ביים אסיפה
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 1:15 pm
דורך שלשלת
גנדי האט געשריבן:ווי קען מען זעהן די קליפ?
קליפ און בילדער