בלאט 4 פון 37

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:35 pm
דורך זר זהב
דאס איז נישט מיין שולד, איך בין א שוגג.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:37 pm
דורך קאווע טרינקער
(בד"וו, טויש דיין חבר ותיק צו 3000)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:40 pm
דורך זר זהב
קאווע טרינקער האט געשריבן:(בד"וו, טויש דיין חבר ותיק צו 3000)

רעד צום מנהל

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:00 pm
דורך נאך א פשט
קאווע טרינקער האט געשריבן:זר האט בטעות געלערנט דף היומי!!!!!!

תמליון האט געברעגנט א גמרא אין סנהדרין "דינסטאג יולי 03" אבער מורי ורבותי
ס'שטייט אין היינטיגן דף!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!


שמעקעדיג האט געשריבן:אוי געוואלד!!!
אוי לנו מיום הדין ואוי לנו מיום התוכחה!!!!!


אפשר דאס פארענטפערט על המחיה'ס קשיא, ווי אזוי מען מעג פאסטען צום גדליה, ווייל אויף אזאליכע גרויסע עבירות מעג מען פאסטען אבל אין די שלושים קודם יוהכ"פ. :lol:

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:07 pm
דורך קאווע טרינקער
דא רעדט זיך אפ זר איבערן מכשול

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:08 pm
דורך קאווע טרינקער
אוקי, ס'פארפארט
לאמיר זיך צוריק זעצען לערנען

שאלה: איינער האט?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:09 pm
דורך זר זהב
קאווע טרינקער האט געשריבן:דא רעדט זיך אפ זר איבערן מכשול

דו מיינסט דא

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:51 pm
דורך נאך א פשט
נייע שאלה.
פארוואס איז ראש השנה פאר יוה"כ? לכאורה וואלט מען געדארפט קודם האבן א יום תשובה און מחילה און דערנאך א יום הדין.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:55 pm
דורך קאווע טרינקער
דער עיקר פון ראש השנה
איז קבלת מלכותו לכבוד דעם נייעם יאר

יום הדין, איז שוין א טפל

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:02 pm
דורך נאך א פשט
קאווע טרינקער האט געשריבן:דער עיקר פון ראש השנה
איז קבלת מלכותו לכבוד דעם נייעם יאר

יום הדין, איז שוין א טפל


אבער למעשה איז דאך ר"ה אויך א יום הדין. אפילו לשיטתך וואלט מען חוץ קבלת מלכותו ר"ה געדארפט האבן אן עקסטערע יום הדין נאך יום כיפור

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:04 pm
דורך zurich
נאך א פשט האט געשריבן:נייע שאלה.
פארוואס איז ראש השנה פאר יוה"כ? לכאורה וואלט מען געדארפט קודם האבן א יום תשובה און מחילה און דערנאך א יום הדין.

פארקערט, דער אייבערשטער ווייזט מיט דעם זיין רחמנות און ליבשאפט צום יודישן פאלק.
שוין נאכן יום הדין, וואס נארמאל וואלט מען שוין אויפגעגעבן, זאגט דיר דער באשעפער מיט זיין גרויס אהבה, ניין מיין קינד, געב נישט אויף, איך גיב דיר נאך א טאג פאר תשובה!!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 6:10 pm
דורך נאך א פשט
zurich האט געשריבן:
נאך א פשט האט געשריבן:נייע שאלה.
פארוואס איז ראש השנה פאר יוה"כ? לכאורה וואלט מען געדארפט קודם האבן א יום תשובה און מחילה און דערנאך א יום הדין.

פארקערט, דער אייבערשטער ווייזט מיט דעם זיין רחמנות און ליבשאפט צום יודישן פאלק.
שוין נאכן יום הדין, וואס נארמאל וואלט מען שוין אויפגעגעבן, זאגט דיר דער באשעפער מיט זיין גרויס אהבה, ניין מיין קינד, געב נישט אויף, איך גיב דיר נאך א טאג פאר תשובה!!


איך הער. אבער לענ"ד איז די קשיא בעסער ווי די תירוץ.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 10:59 pm
דורך געפילטע פיש
קודם כל איז די ערשטע מקור אז ראש השנה, "יום תרועה", איז אויך א יום הדין ערשט אין משנה, שנית, איז דאך דאס די סדר, ראש השנה איז דיכ יבה, עשי"ת תות מעל תשובה מטה צו זיין די דין לטובה, און יוה"כ איז די חתימה.

תמיה בנוסח הסליחות

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 6:40 am
דורך על המחיה
עס איז מיר שוין לאנג שווער געווען דאס וואס מען זאגט ביי די סליחות 'מי שענה לאברהם אבינו בהר המוריה הוא יעננו'

ווי טרעפט מען און די תורה אז אברהם אבינו האט מתפלל געווען בהר המוריה אין אז זיינע תפלות זענען דארט נתקבל געווארען?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 10:00 am
דורך איחוד פעלד
נאך א פשט האט געשריבן:נייע שאלה.
פארוואס איז ראש השנה פאר יוה"כ? לכאורה וואלט מען געדארפט קודם האבן א יום תשובה און מחילה און דערנאך א יום הדין.


גוטע קשיא
די אמתע תירוץ, דער יום הדין איז פין ראש השנה ביז נאך יום כפור.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:32 am
דורך קאווע טרינקער
על המחיה האט געשריבן:עס איז מיר שוין לאנג שווער געווען דאס וואס מען זאגט ביי די סליחות 'מי שענה לאברהם אבינו בהר המוריה הוא יעננו'

ווי טרעפט מען און די תורה אז אברהם אבינו האט מתפלל געווען בהר המוריה אין אז זיינע תפלות זענען דארט נתקבל געווארען?

ער איז געהאלפן געווארן מיט א קינד....
אפילו ער האט נישט געבעהטען

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:45 am
דורך על המחיה
ביים הר המוריה איז ער געהאלפען געווארען מיט א קינד?

מהיכי תיתי לן?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:48 am
דורך קאווע טרינקער
יצחק איז געבליבן לעבן

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 12:00 pm
דורך שמואל הלוי
נאך א פשט האט געשריבן:נייע שאלה.
פארוואס איז ראש השנה פאר יוה"כ? לכאורה וואלט מען געדארפט קודם האבן א יום תשובה און מחילה און דערנאך א יום הדין.

ראש השנה איז תשובה מיראה און יום כיפור איז תשובה מאהבה.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 12:01 pm
דורך קאווע טרינקער
שמואל הלוי האט געשריבן:
נאך א פשט האט געשריבן:נייע שאלה.
פארוואס איז ראש השנה פאר יוה"כ? לכאורה וואלט מען געדארפט קודם האבן א יום תשובה און מחילה און דערנאך א יום הדין.

ראש השנה איז תשובה מיראה און יום כיפור איז תשובה מאהבה.

ניין, סוכות אין מאהבה
לכך ראשון לחשבון עונות, כי אז קראצט מען אפיר חטאים ישנים כדי שיתהפכו לזכיות

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 2:52 pm
דורך על המחיה
קאווע טרינקער האט געשריבן:יצחק איז געבליבן לעבן


זאגסט נישט שלעכט

אט דאס האב איך געטראפען און של"ה הק' פר' וירא

אמנם כי דייקת שפיר תמצא בפסוק ובדברי רבותינו ז"ל שהיו אב ובנו מצדדים ליפטר ממיתה זו, אם בפסוק כתיב 'ויאמר אברהם אלהים יראה לו השה', וזו היה תפלה ממנו שימציא השם יתברך שה במקומו, וסיים אחר כך ואם לא ימציא לו השם יתברך שה אזי 'לעלה בני', מכל מקום התפלל הוא שיעשה לו השם יתברך נס, ושעל זה אנו אומרים 'מי שענה לאברהם אבינו בהר המוריה הוא יעננו', כי הוא נענה על תפלתו.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 2:54 pm
דורך קאווע טרינקער
שכוח
כ'האב אלץ געוואוסט אז כ'האב א הויכע נשמה.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 3:19 pm
דורך על המחיה
נאך א קשיא

וויאזוי קען א פרוי זאגען ביים בענטשען ברכת המזון די ווערטער 'ועל בריתך שחתמת בבשרינו'?