בלאט 4 פון 4
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 4:28 am
דורך קול דודי
האט א קליגער יוד אמאל געזאגט: אל תאמר מה היה שהימים הראשונים היו טובים מאלה, כי לא מחכמה שאלת על זה.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:04 am
דורך לעיקוואד
@מוטי
דו ווילסט וויסען צו איך קלער אז אמאל איז געווען אזעלכע זאכען אדער צו איך קלער אז היינט איז אויך דא אזעלכע זאכען?
וויבאלד סרעדט זיך דא פון מיסטיששע רוחניותדיגע ענינים וואס איז זייער שווער מוכיח צו זיין, אז דער בעש"ט האט פארציילט אז ער זעהט נשמות וכו', איז האסטו א ברירה יא צו גלייבען אדער נישט צו גלייבען. דו האסט בוחר געווען יא צו גלייבען אין די פריערדיגע ואוס פארציילען אזעכלע מעשיות און נישט אין די היינטיגע. דאס איז אבער א החלטה פון אמונה, בפועל איז דא היינט פונקט ווי אמאל צדיקים וואס זאגען אז זיי זענען מתקן נשמות וכו' וכו'. א חלק וואס איך קען פרעזענליך. ממעג זיך ספקנען אויב איז עס אמת אדער דמיון, אבער פונקט די זעלבע ספקות איז דא אויף די פריערדיגע. די פאקטן וואס מקען זעהן זענען אייניג היינט און אמאל, לגבי גלייבן זאל יעדער גלייבען וואס ער וויל.
לגבי משה רבינו תנאים ואמוראים שלשלת מסורת התורה אונזער הערכה צו זיי איז לאו דווקא ווייל זייז זענען געווען גרעסערע מענטשען ווי אונז נאר וויבאלד זיי געבן אונז איבער דער מסורת התורה. אחוץ דער ענין פון אמונה בנבואת משה שהיה אב לנביאים וכו', אבער דאס האט נישט צוטונן מיט ירידת הדורות נאר מיט דער ענין מיוחד פון נבואת ותורת משה.
איך האב אויך א הערכה צו דזארדזש וואשינגטאן וחבריו, ווייל איך האב געליינט אמעריקאנער היסטארי וואס מאכט זיי פאר גרויסע גיבורים. בפועל אבער איז דא אסאך שמוץ צו פארציילען אויף זיי, פרעג זיך נאר נאך וועגן בען פרענקלין'ס ממזרים למשל, און פארשטייט זיך רוב וואס איז געווען צווישען זיי איז געווען ריין פאליטיק כאז כן היום. ספעלט נישט היינט קיין גרויסע מענטשען אין די גויישע וועלט, וואס פארמעסטן זיך בקלות בחכמה ובמעשים מיט אלע פריערדיגע. לאוו דווקא אז זיי טוהן אין פאליטיק, אבער דאס האט שוין פאליטישע סיבות.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:26 am
דורך לומד
זר זהב האט געשריבן:איי דיסאגריע, קיינער וואלט נישט געהאט אינטערנעט? און מ'וואלט געצויגן פרנסה פון שטריקן דאליס? דאס וואס מ'האט געקענט ארויסזעהן די טעלעוויזשאן איז נאר ווייל ס'האט מיט פרנסה נישט געהאט שייכות
איר קענט יודען יראי ה' וואס זענען מלוה ברבית אדער ציען פרנסה דרוך איסורי הנאה, אדער באיזהו אופן וואס איז אסור עפי' דת תורה?
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 5:32 pm
דורך לומד
מענין לענין כו' כ'האב אמאל געהערט דערציילען אז מען האט געפרעגט הגאון ר' מנחם זעמבא זצ"ל ווי אזוי איז ער מגדיר די גאונות פון הגאון האדיר גאון הגאונים שר התורה כל רז לא אניס ליה הרבה דורות לא קם כמוהו רבינו הראגאטשאבער זצ"ל, ס'איז דאך דא גאוני אדורים בזמנינו אזוי ווי הגאון ר' יוסף ענגיל זצ"ל ר' חיים עוזר זצ"ל ועוד מיט וואס איז ער מיוחד מיט זיין גאונות?, האט ער גענפערט לאמיר זאגען אז מען וואלט צוזאמען גענימען צען תלמידי חכמים און זיי זאלען אדרוך לערנען אינאיינעם בחברותה נאר די ערשטע משנה פון ב"מ שנים אוחזין בטלית בעיון גדול פאר א וואך צייט און מען זאל זיך שטעלען אויף יעדען מינדענסטן דיוק למשל פארוואס שנים און נישט שלשה וכדו' אוחזין און נישט תופסין טלית פארוואס נישט בגד וכדו' מיט אלע לומדות ופשעטליך וועלען זיי דערנאך זיכער ארויס קומען מיט א משונה'דיגע קלאר קייט כנתינתן מסיני, אזוי מיט אזא קלארקייט האט די ראגאטשאבער געקענט "כל התורה כולה".
ס'איז א גוטע מעשה!!!
נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 12:58 am
דורך מחשבה
לעיקוואד האט געשריבן:והנני מונה מקצת שבחן של מקצת מגאוני דורנו המפורסמים, והכל סתם מה שאני זוכר על הרגע, ובהשוואה לדורות קודמים.
ר' חיים קנייסבקי געדענקט ש"ס וכל ספרי חז"ל קלארער ווי א שום גדול וואס איך וייס וועגן אפשר ביז'ן ראגעטשאבער אדער דער ווילנער גאון. ר' עובדיה יוסף געדענקט כל התורה כולה און יעדער פארשטיפטע תשובות ספר בעסער ווי אסאך גדולים פון אסאך דורות. ר' יעקב חיים סופר כנ"ל. ר' דב לנדו קען כל התורה כולה ראשונים ואחרונים מיט אלע לומדות קלאר. ר' חיים גריינמאן האט ערנסטע עיונ'שע ספרים אויף גאנץ ש"ס. ר' שלמה פישר איז קלאר מיט אן אייגנארטיגקייט אין רוב מקצועות התורה בהלכה ובאגדה.
ר' משה שפירא זאגט שטערקערע און מערערע מערכות אין השקפה ווי ר' צדוק הכהן. ר' מאטל זילבער'ס דרוש קען זיך גרינגערהייט פארמעסטן מיט'ן זרע קודש און אמרי נועם. ר' יצחק גינזבורג'ס דרוש שטייגט איבער יעדער ספר וואס איך קען. ר' בן ציון ליפשיץ איז א עובד ה' וואס פארמעסט זיך מיט אלעס חסידישע יודען פון אמאל. אזא עקסטרעמער עבודה ווי האדמו"ר מאמשינוב, ר' אליעזר ברלנד, ר' צבי מאיר זילבערבערג, וייס איך נישט אויב סאיז דא אפילו אין די מעשה ביכלאך.
אייזען. א מחיה 1000 לייקס!!
אבער לענ"ד איז געניג הגאון הצדיק רבי בן ציון ליפשיץ שליט"א איך מיין אז אזא יוד קען זיך טאקע פארמעסטן מיט גאונות אין עבדות ה'. ישר כח פארן קלאר ארויס ברענגען דער ענין, אין ארויס האקען דעם מצומצם'דגע מהלך.