בלאט 4 פון 7
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 8:21 am
דורך קאווע טרינקער
שלשלת האט געשריבן:וויסט איינער, גייט אין ירושלים דאמעריקע "וויליאמבורג" אויך פארקומען אזא הדר קבלוה אסיפה? אויב יא, ווען?
כשיתרצו שני הצדדים.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 9:39 am
דורך Atgan
ווי ס'שיינט, גייט דאנערשטאג זיך גיסן הארצרייסענדע טרערן, בשעת די העכסטע מאמענטן פונעם מעמד - מסתמא ביי די תפילת השל"ה.
עס איז ערווארטערט אז די טרערן גייט גיסן פון איבעראל, איבער גאנץ ניו יארק, ווי אימער ס'נאר דא א היימיש איד גייט ער מיטהאלטן די טרערן.
אין קורצן: אקו וועטער זאגט אז סקומט א גאס פון הימל, כוואונשט די ארגאניזירער אסאך הצלחה. זאל די רבוש"ע העלפן אז סזאל נישט רעגענען דאן.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 1:11 pm
דורך קאווע טרינקער
די מאפע פון די סדר הבאסעס, איז גענומען פון גוגל-מעפס.
פארוואס זאל נישט, כאטש אזא הייליגע ארג. ווייזען פאר די וועלט אז מ'קען אן דעם????
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 1:35 pm
דורך שמעקעדיג
היינט טעמא דרבי'שע חתונות אויף יוטוב.
וואס מיינסטו? וועט מען קענען זעהן א קליפ פון די הדר קבלוה אויפן אינטערנעט תוך כדי דיבור פונעם תם ונשלם?
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 1:36 pm
דורך [NAMELESS]
נאך די פאריאריגע דורעכפאל וואס יעדער פייפט זיך אהן , הער איך אז היי יאר גייט די תקנה זיין אז יעדע היימישע פילטער קאמפעני גייט געבען א צעטעל פאר זייערע קאסטעמער'ס ווי א תעודה אז מ'האט זייער סערוויס, און מ'גייט עס דארפען אריינשיקען צו די חדר אויפצעווייזען אז מ'האט א היימישע פילטער. אויב מ'האט נאר K9 וועט מען ארויסטראסקענען די קינדער פון חדר
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 1:37 pm
דורך שמעקעדיג
ראקלענד - $10 א זיץ
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 1:38 pm
דורך [NAMELESS]
ראשעקאל האט געשריבן:נאך די פאריאריגע דורעכפאל וואס יעדער פייפט זיך אהן , הער איך אז היי יאר גייט די תקנה זיין אז יעדע היימישע פילטער קאמפעני גייט געבען א צעטעל פאר זייערע קאסטעמער'ס ווי א תעודה אז מ'האט זייער סערוויס, און מ'גייט עס דארפען אריינשיקען צו די חדר אויפצעווייזען אז מ'האט א היימישע פילטער. אויב מ'האט נאר K9 וועט מען ארויסטראסקענען די קינדער פון חדר
יעי! הדר קבלוה בשמחה ובאהבה
מען טראסקעט!
טרוק יטרסקון!
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 1:40 pm
דורך [NAMELESS]
אינפלעישען... לעצטע יאר האב איך פאר צעהן דאלער געקענט באקימען א זיץ אין סיטי פילד, יעצט קען איך פאר צעהן דאלאר נאר באקימען א זיץ אין ראקלענד באולדערס.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 1:40 pm
דורך היימישער ליטוואק
אדער גיבן קרעדיט פאר גוגל-מאפס.קאם
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 1:40 pm
דורך שמעקעדיג
ראשעקאל האט געשריבן:נאך די פאריאריגע דורעכפאל וואס יעדער פייפט זיך אהן , הער איך אז היי יאר גייט די תקנה זיין אז יעדע היימישע פילטער קאמפעני גייט געבען א צעטעל פאר זייערע קאסטעמער'ס ווי א תעודה אז מ'האט זייער סערוויס, און מ'גייט עס דארפען אריינשיקען צו די חדר אויפצעווייזען אז מ'האט א היימישע פילטער. אויב מ'האט נאר K9 וועט מען ארויסטראסקענען די קינדער פון חדר
איך האף אז דאס איז נישט אמת. קודם כל קען מען לייקענען אז מען האט א קאמפיוטער בכלל, און נאכדעם ווילסט מיר זאגן אז זיי גייען מיר מחייב זיין נעמען א משומר פילטער פאר $30-40 א חודש?
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 1:47 pm
דורך היימישער ליטוואק
איך זע נישט קיין חתימה פון רבנים, ראשי ישיבה אדער אדמורי"ם. מי רואה אלו אינם יוצאים ויוצא?
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 10:51 pm
דורך היימישער ליטוואק
באקומען אין אישי
Dear all
Baruch Hashem It's leibedik here in Boro park
The city lamp posts have huge posters hung on them, calling upon klall Yisrael etc. to participate in a called for Asifa at 18th avenue park.. Booklets were also placed at the minyan factories.
It doesn't give a list of names of rabbonim who are requesting people to come. -Only an anonymous "Ichud Hakhillos" bshem "Hakadosh Baruch Hu asher lo chafetz bmos hammess ki im bshuvoh midarko... etc."
The advertisements also include a huge map of streets in Boro Park with bus routes for rides to the holy asifa. The booklet did not credit the source of the map information from which it is plagiarized, but i am almost certain that the map is downloaded from the internet. It even shows churches and businesses, just like the maps at google or mapquest.
This fakery bothers me especially because there is supposed to be an umdanah (a presumed fact of human nature) that "Ain adam morish shekker lbanav" ; and that it is impossible to fool 600,000 Jews. If chas vshalom, tens of thousands of Heimesher Yidden are fooled by a poster then it would be attacking the strength of the mesorah. ch"v
Oyf simchos Imy"H
Update
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 7:52 am
דורך קאווע טרינקער
היות ס'רעגענט זייער שטארק יעצט, און דאס קען חלילה שטערן דעם רצון השם זאל זיין בפועל היינט נאכט, האבן די רבנים געבעטן אז מען זאל נישט מזכיר זיין גבורות גשמים ביי שמו"ע, און אוודאי נישט שואל זיין ביי ברך עלינו.
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 8:09 am
דורך אבי גערעדט
פארוואס האט מען דא אזא שנאה צו די מערכה?? אויב גייט עס אויפטון אויף אפאר אידן צו אפילו נאר איין איד צו מוסיף זיין קדושה וטהרה האט זיך שוין געלוינט די גאנצע זאך, נאך אלעם דארף דאך משיח האבן צו וועמען צו קומען.
אויב האבן די מתנגדים דא מורה אז זיי וועלן נישט קענען האבן מער קיין געהעריגע אינטערנעט, עטס דארפטס נישט מורה האבן, עס איז בדרך הטבע נישט שייך צו קאנטראלירן דאס
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 8:43 am
דורך אךשמח
מעמד הדר קבלוה
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 9:04 am
דורך מאראנצןזאפט
אך, רבי הערשל הלפרין איז א נערוון קראצער.
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 9:27 am
דורך היימישער ליטוואק
קאווע טרינקער האט געשריבן:היות ס'רעגענט זייער שטארק יעצט, און דאס קען חלילה שטערן דעם רצון השם זאל זיין בפועל היינט נאכט, האבן די רבנים געבעטן אז מען זאל נישט מזכיר זיין גבורות גשמים ביי שמו"ע, און אוודאי נישט שואל זיין ביי ברך עלינו.
איך ווייס נישט וויאזוי מ'פירט זיך ביי חסידים, אבער ע"פ שולחן ערוך איז מען נישט מזכיר גבורות גשמים פון פסח אן, און אוך בעט מען נישט שאלת גשמים פון פסח.
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 9:36 am
דורך געפילטע פיש
אבי גערעדט האט געשריבן:פארוואס האט מען דא אזא שנאה צו די מערכה?? אויב גייט עס אויפטון אויף אפאר אידן צו אפילו נאר איין איד צו מוסיף זיין קדושה וטהרה האט זיך שוין געלוינט די גאנצע זאך, נאך אלעם דארף דאך משיח האבן צו וועמען צו קומען.
אויב האבן די מתנגדים דא מורה אז זיי וועלן נישט קענען האבן מער קיין געהעריגע אינטערנעט, עטס דארפטס נישט מורה האבן, עס איז בדרך הטבע נישט שייך צו קאנטראלירן דאס
איך האב נישט מורא פאר מיין פערזענליכע אינטערנעט, אבער איך האב מורא פאר מיין געזעלשאפט, ס'באדערט מיר שטארק אז מיר קענען גיין אזוי מיטן קאפ אין וואנט, אז די רבנים צו וועם טויזענטער מענטשען קוקן ארויף זאלן זיין אזוי קורצזיכטיג, און זיך לאזן פארפירן פון פראפאגאנדע וואס האט מיט ריאליטעט קיינמאל קיין שייכות נישט געהאט.
ליתר פרטים עיין
כאן, מ'האט שוין איבערגעקייט די אלע טענות פאראיאר, און קיין סאך האט זיך נישט געטוישט.
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 12:30 pm
דורך קאווע טרינקער
וואספארא היתר איז דאס דאווענען מנחה מעריב אויף די גאס?
הלכה מפורשת אין שלחן ערוך אסר'ט דאס!
ממילא אין סיטי פילד, איז דאך מוקף מחיצות, אין ס'איז א טירחא אהיימצוגיין שפעט וכו', אבער דא 8:45 איז נעילה, רב לייפער וועט מסתמא פארציילען א מעשה פון זיין נדבורנא באבע, און שוין, 8:50 וועט זיך דערעולם פארשפרייטן צוריק למנוחתם, און דאווענען מעריב, מיט יעלה ויבוא בבית מדרשם אזויווי יעדען טאג נאך קביעת עתים, 9:45 אדער אביסל שפעטער לכבוד ליל שישי.
סתם מעריב אין די וועלט אריין? אין א מייק ווי די רעפארמער! רחמנא ליצלן!
והיינו תמיהה דמנחה, קען דר'עולם נישט דאווענען איידער די מעמד, יעדער וואס קומט שפאצירט אריבער לכל הפחות 16 בתי מדרשים.
און די ברכה "ונזכה להעמיד לגיון של מלך הראוים לקבל פני משיח".. ווייסען זיי נישט אז ס'תלוי אין שטיצן קרן הצלה און אין שטיצן נכדי ר"ר אלימלך?
(מיר גרוילט די חילוק פון "הרב הגאון" צו "הרה"ג", פוי)
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 12:58 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז שוין העכסט צייט אז משה געציל זאל אנהייבן שרייבן די נטעי הכינוס, די הלכות פון קינות השנתי.
נהגו להוציא את בני העיר מחוץ לעיר לערוך שם את הקינות.
נהגו לעשות את הקינות בהיכל גדול שגויי הארצות משחקים בה בכדור.
ואם אין היכל של כדור יש עושים אותה בגן שמשחקים בה ילדים כדור.
בין כך ובין כך אין עושים אותה בבית מקורה ובבית אכסדרה מפני חששא דגג.
מתפללים מנחה לפניה ומעריב לאחריה.
נהגו שאחד הרבנים באייראפה יבוא לקינות.
יש נוהגים להושיב את הרב מגריבוב ליד הדרשן, ואין זה מעכב אלא אם בנו הוא מראשי העסקנים.
נהגו להראות על הסקרינס את ארי' פראנקל עם עיר פלוגס באזניו, ואת הרב פילעפ עם אצבעות באזניו, ואינו מעכב.
לפני המעמד נוהגים לומר במייק בלשון אידיש אכטונג אכטונג. ואם אמר באנגליש יצא ידי חובתו.
יש נוהגין לחלק דענישים, יש עושים אותה כמין שוקולד ויש עושים אותה כמין קינמון, נהרא נהרא ופשטיה.
די איבעריגע לאז איך צו משה געציל.
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 1:08 pm
דורך ברסלבער
והיה בצאתם בשלום מן הקינות יריעו כל העם בקול גדול, זה הס"מ והאינטערנט הלך למיתה, ואנחנו נכנס ונלך לחיים טובים ולשלום.
לשנה אחרת כשיקום הס"מ לתחי' יקבעו ויעשו עוד אסיפה ומעמד, וכן יחזור חלילה עד שנזכה לקבל פני משיח וכו'
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 1:09 pm
דורך קאווע טרינקער
מאראנצןזאפט האט געשריבן:אך, רבי הערשל הלפרין איז א נערוון קראצער.
נישט מיינע נערווען.
נאר פאר ווער ס'הערט אים אויס...
דאס ביסל בחירה וואס דו האסט שוין יא, נוץ אויס.
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 2:16 pm
דורך חד גדיא