בלאט 4 פון 5

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 7:55 pm
דורך שעפטל
קיין לשון גנאי האב איך ח"ו נישט געשריבן. כ'האלט אויך אז טאהש'ע רבי איז א ערליכע איד, אבער צו שרייען אז די טיטול קדוש פשוט שטימט נישט אויף האדמו"ר הגה"ק מ'פאפא שליט"א פארשטייסטו יא? וואס האט דיר דער הייליגער פאפא רבי זז"ג געטאן? ער איז נאך אזא מנהיג ווי טאהש'ע רבי, נאך אזא מתמיד, נאך אזויפיל אויפגעטוהן פאר אידענס וועגן, נא וואוינט ער נישט אין די מרחקים, דארף מען נישט פארן צו אים, פארדעם איז כבודו במקומו מונח?

איך זאג עס נאכאמאל, טאהש'ע רבי איז קיין וועלט קדוש נישט געווען אפאר יאר צוריק, ער האט געהייסן א ערליכע איד. דער בלאט האט אנגעהויבן צו קרוינען רעכטס און לינקס און היינט איז עס שוין אסור להרהר אחרי'

לגבי זיין דאווענען, ווילאנג ער דאווענט לענגער און ערליכער ווי מיר וועל איך ניטאמאל רעדן דערפון.

זיין הערצה פון פריערדיגע צדיקים, הער איך יעדע מאנטאג און מיטוואך אויף א צווייטן בנש"ק'ל. ברענג מיר בכתב גלייב איך...

צום שלוס בלייבט מיר נאר איבער איבערצוחזרן דיינע ווערטער
ויהי מלעיבים במלאכי אלקים, והוי יזהר בגחלתן של צדיקים, דו קענסט נאר שרייבן ווי לאנג דער אייבירשטער געבט דיר לעבן, נאכדעם אית דין אויף יעדע ליצנות און גנאי אויף צדיקים.
אבער געדענק ס'איז א טו-וועי סטריט, נאר אלע וואס דו האלסט אז זיי קענען פארברענען זענען טאקע אזוי בריעדיג.. ס'דא צדיקים וואס דו -פאר וואטעווער ריזען- האלסט נישט אז זיי זענען אין פאקט יא מלאכי אלקים.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 7:56 pm
דורך בדחן
איך האב יעצט די ערשטע מאל געליינט די אשכול און איך וויל אראפשרייבען מיין סך הכל פינעם אשכול לויט ווי אזוי איך פארשטיי עס.

זר זהב, א זאלוני במקור אבער גלייבט נישט און אים, ער איז דא פארזיכערן אז דער אנדערע סאטמערער רבי באקימט אויך נישט קיין טיטלען,
גאלד, ער גלייבט יא און זיין רבי וואס איז די אנדערע זייט פון זר'ס רבי און ער פארגינט פאר ביידע רבי'ס טיטלען.
קעניגרייך, פראבירט - אן הצלחה - צו צוענדיגען די ארבייט וואס מען האט אנגעהויבן פאר א יאר ביים כינוס אז עס איז נאר דא דריי גדו"י.
שעפטיל שרייבער, ער גלייבט בכלל נישט אין קיין רבי'ס, און פון זייט זאל יעדער באקימען אלע טיטלען אדער זאל קיינער גארנישט באקימען.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 8:17 pm
דורך קעניגרייך
***

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 8:21 pm
דורך קאך_לעפל
וואס איז די דעפעניציע פון דער ווארט הקדוש?

דער רמב''ן און פרשת קדושים זאגט אויפן פסוק קדושים תהיו, אז א קדוש מיינט, איינער וואס איז זיך מקדש במותר לו, דאס הייסט אפי' זאכן וואס מען מעג טאן, טיט ער נישט, ווייל ער וויל זיך הייליגען,

רש''י הקדוש, זאגט קדושים תהיו מיינט, אז מען איז פרוש בעריות,

איז לויט די ראשונים שטימט לכוארה אויף דעם טאהשען רבי'ן דאס ווארט הקדוש,

און די חסידישער וועלט, האט מען עפעס אנגענימען, אז דער ווארט הקדוש, מיינט איינער וואס האט נאך קיינמאל און זיין לעבן נישט פוגם געווען און קדושת היסוד, אזא שטייגער וואו הרה''ק רבי מיכל'ע זלאטשעווער זי''ע,

איז אזוי:

ווער קען היינט זאגן אויף איינעם דער ווארט הקדוש? ווער קען דען היינט וויסן, ווער עס האט יא פוגם געוען, אדער ווער עס האט נישט?

דאס אז יענער גייט איינגעבויגען, און מאכט הויה'עס משונת, א גאנצען טאג, און פאסט משבת לשבת, און גיבט מיליאנען פאר צדקה, מיינט נאך נישט אז ער האט ריינע הויזען,

דעריבער אויב א יוד וואס א צדיק א בעל רוח הקודש זאגט אויף אים אז ער איז א קדוש, מן הסתם ווייסט דער צדיק ברוה''ק אז דער יוד האט נאך און זיין לעבן נישט פוגם געווען:

(עס איז כדי צו באמערקן, אז די צדיקי בית סיגוט, האבן כמעט אויף קיינעם נישט געשריבען דאס ווארט הקדוש, דער עצי חיים זי''ע האט עס נאר געשריבען אויפן צעשענעבער רב זי''ע, און רבינו הקוה''ט מסאטמאר זי''ע האט עס געשריבען אויפן אימרי אמת מגור זי''ע,)

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 8:24 pm
דורך דעת תורה
סאטמאר רב האט געשריבן אויפן אמרי אמת קדוש? גיוו מי עי ברעיק.

אפשר מיינסטו דער רש"ב.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 8:25 pm
דורך קאך_לעפל
דעת תורה האט געשריבן:סאטמאר רב האט געשריבן אויפן אמרי אמת קדוש? גיוו מי עי ברעיק.

אפשר מיינסטו דער רש"ב.


יא עס איז געדריקט און שו''ת דברי יואל, איך גיי עס אויף זיכען און דיר זאגן פוניקליך וועלעכע תשובה,

עס איז א חידוש עצום, אבער דאס איז דער פאקט:

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 8:26 pm
דורך שעפטל
קעניגרייך האט געשריבן:שעפטל יעצט קענסטו שוין רעדן וויפיל דו ווילסט, ווייל איך זע אז מיין בולעט פוינט האסטו געכאפט און דאס איז:

ויהי מלעיבים במלאכי אלקים, והוי יזהר בגחלתן של צדיקים, דו קענסט נאר שרייבן ווי לאנג דער אייבירשטער געבט דיר לעבן, נאכדעם אית דין אויף יעדע ליצנות און גנאי אויף צדיקים.

געדענק נאר איידער דו שרייבסט איבער א גדול הדור נאכאמאל זאל דיר די ווערטער גוט ליגן פאר די אויגן.

יעצא האסטו מיך צומישט

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 8:27 pm
דורך berlbalaguleh
שעפטל האט געשריבן:געשלאגן ניין, בארירט? ס'דא היפש אסאך (געלט) פארווייטאגטע. וד"ל

איפה הם? וואו זענען זיי? דא אין קאווע שטיבל קענען זיי זיך ארויסגעיבן.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 8:28 pm
דורך שעפטל
בדחן האט געשריבן:איך האב יעצט די ערשטע מאל געליינט די אשכול און איך וויל אראפשרייבען מיין סך הכל פינעם אשכול לויט ווי אזוי איך פארשטיי עס.

זר זהב, א זאלוני במקור אבער גלייבט נישט און אים, ער איז דא פארזיכערן אז דער אנדערע סאטמערער רבי באקימט אויך נישט קיין טיטלען,
גאלד, ער גלייבט יא און זיין רבי וואס איז די אנדערע זייט פון זר'ס רבי און ער פארגינט פאר ביידע רבי'ס טיטלען.
קעניגרייך, פראבירט - אן הצלחה - צו צוענדיגען די ארבייט וואס מען האט אנגעהויבן פאר א יאר ביים כינוס אז עס איז נאר דא דריי גדו"י.
שעפטיל שרייבער, ער גלייבט בכלל נישט אין קיין רבי'ס, און פון זייט זאל יעדער באקימען אלע טיטלען אדער זאל קיינער גארנישט באקימען.

האלסט אנדערשט? האסט אויך רבי'ס וואס קריגן דעם הגה"ק און דו האלסט אז זיי טארן נישט?

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 8:36 pm
דורך יידל
קעניגרייך האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
קעניגרייך האט געשריבן:לאמיר דיר פרעגן א פראגע, פארוואס איז עס אז א קוה, א הערש, און א פערד, עסן די זעלבע גראז, און ביים מטיל גללים זיין, האבן זיי אלע אנדערע סייזעס, איינער גראבע גללים, איינער שמאל, און איינער קליין?

א קאמבינאציע פון פאקטארן. די ערשטע פאקטאר איז די סייז און פארעם פון די מאגן און די קישקעס. די צווייטע פאקטאר איז די פי הטבעת, געוויסע חיות האבן הארטערע מוסקעלען וועלכע קענען פארמירן די פארעם פון די גללים. א דריטע פאקטאר איז ווי לאנג די ספינקטער וואס קאנטראלירט די גללים-פראדוקציע איז אפן. ביי געוויסע חיות מאכט זיך עס צו נאר נאך א לאנגע צייט, פראדוצירנדיג לענגערע שטיקלעך. א פערטע פאקטאר איז וועלכע סארט עסן די בהמה/חיה/מענטש עסט, וואס איז גורם אין אנדערע קאנסיסטענסיס, און דאס האט פארשטייט זיך א השפעה אויפן פארעם.

כ'האף אז דאס איז גענוג אינפארמאציע. אז נישט קען איך מאריך זיין.

אזוי האט א שנעלע איבערבליק פון וויקאפידיע געגעבן. אבער הקשיא במקומם עומדת.

ווילסט, הייסט עס, אז איך זאל יא מאריך זיין. נו, בסדר. בהמה'שע גללים איז נישט מיין פארטעל, אבער אז א איד בעט ווי קען איך אים אפזאגן?
איז אזוי. דו האסט געפרעגט אויף א קוה, א הירש, און א פערד. וועל איך אלזא מאריך זיין איבער די דריי באשעפענישן, ותן לחכם ויחכם עוד.

ווארענונג: נישט לייענען אינמיטן עסן

קוען וועלכע עסן גראז האבן רינעדיגע גללים (נישט צו וואסעריג אבער מער לויז ווי אנדערע בהמות). דאס איז וויבאלד קוען פארדייען גראז זייער גוט און עס בלייבט כמעט נישט קיין אומפארדייעטע חלקים. פארוואס פארדייען זיי גראז אזוי גוט? וויבאלד קוען זענען מעלה גרה, און זיי פארמאגן פיר אפטיילונגען אין זייערע מאגן, ווערט עס זייער גוט פארדייט. אזוי אויך פארמאגט גראז א הויעכע מאס פראטעין וועלכע טוט אויך באשטייערן צום רינעדיגע קאנסיסטענסי. אזא קוה וועט מאכן פלאכע, רונדיגע גללים. אבער קוען וועלכע עסן דגן (grain) וואס פארמאגט ווייניגער פראטעין און אזוי אויך פארדייעט זיך עס נישט אזוי גוט, וועלן האבן גללים וועלכע זענען דומה צו די גללים פון פערד, הארטערע שטיקלעך וואס זענען מער ווי א באלי, נישט פלאך. הערשן זענען אויך מעלה גרה, אבער אנדערש ווי קוען, עסן זיי נישט סיי וועלכע גראז וואס קומט זיי אונטער, נאר זיי וועלן זיך קלויבן די גראז וואס זיי עסן. און וויבאלד זיי עסן נישט מכל הבא ליד נאר גייען ארום זוכן גראז און עסן דערפאר פיל שטייטער ווי קוען, זענען הירשן גללים פיל קלענער וויבאלד זיי גיבן ארויס אביסל אויף אמאל. ווידעראום פערדן זענען נישט קיין מעלה גרה, דערפאר ווערט זייער עסן נישט אזוי גוט פארדייט און דערפאר זענען זייערע גללים הארטער און רונדעכיגער, ווערנדיג אויספארמירט דורך זייער פי הטבעת צו א רינדעכיגן פארעם.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 8:40 pm
דורך דעת תורה
@יידל, @קעניגרייך, שרייבט צו העכער אייערע תגובות א דיסקלעימער:

"נישט ליינען אינמיטן עסן"!

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 8:42 pm
דורך איך אויך
האסט רעכט.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 8:55 pm
דורך זר זהב
Febreze-Line-up.jpg

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 8:55 pm
דורך זר זהב
BB.jpg

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 9:03 pm
דורך מאטי
יידל די פוינט איז נישט וויאזוי פארעמט זיך די צואה פארשידנארטיג נאר פארוואס טאקע האט גאט מחליט געווען דאס צומאכן פארשידנארטיג,

איך בין מודה אז דאס פארענפערט טאקע נישט די קושיות פונעם חסיד.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 9:04 pm
דורך בן תמליון
יישר כוחכם יידל פארן אזוי שיין צונעמען נפלאות הגללים, עס רייסט זיך ארויס פון זיך דער מה רבו מעשיך כו'. אלזא יעצט אז מיר ווייסן שוין די ש*ט קענען מיר צוריקגיין צו די ערנסטע פיליזאפישע חקירות.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 9:07 pm
דורך שעפטל
ס'איז נאר אונטערסאנט צו זעהן אז פון די רבנים איז מען אריבערגעגאנגן צו די צואה....

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 9:21 pm
דורך ברסלבער
יידל האט געשריבן:ווארענונג: נישט לייענען אינמיטן עסן

איך האב מקיים פסק געווען און זיך איינגעהאלטן פון ליינען אינמיטן עסן, גלייך נאכן עסן ביניך געלאפן ליינען, אבער וואס זאל איך אייך זאגן, די מצב האט נישט געטויגט.
דו דארפסט צולייגן צו ווארטן כאטש א האלבע שעה נאכן עסן.

אגב, בין איך נייגעריג צו וואס עס כאפט א נפקא מינה יא קדוש צו נישט קדוש, איז עס נוגע למעשה, אדער בלויז לחידודא בעלמא?

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 9:41 pm
דורך בדחן
שעפטל האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:איך האב יעצט די ערשטע מאל געליינט די אשכול און איך וויל אראפשרייבען מיין סך הכל פינעם אשכול לויט ווי אזוי איך פארשטיי עס.

זר זהב, א זאלוני במקור אבער גלייבט נישט און אים, ער איז דא פארזיכערן אז דער אנדערע סאטמערער רבי באקימט אויך נישט קיין טיטלען,
גאלד, ער גלייבט יא און זיין רבי וואס איז די אנדערע זייט פון זר'ס רבי און ער פארגינט פאר ביידע רבי'ס טיטלען.
קעניגרייך, פראבירט - אן הצלחה - צו צוענדיגען די ארבייט וואס מען האט אנגעהויבן פאר א יאר ביים כינוס אז עס איז נאר דא דריי גדו"י.
שעפטיל שרייבער, ער גלייבט בכלל נישט אין קיין רבי'ס, און פון זייט זאל יעדער באקימען אלע טיטלען אדער זאל קיינער גארנישט באקימען.


האלסט אנדערשט? האסט אויך רבי'ס וואס קריגן דעם הגה"ק און דו האלסט אז זיי טארן נישט?


לעב איך דען אין עולם האמת אז איך האב נישט קיין אנדערע דאגות נאר וועלכע טיטלען מען זאל שרייבען?? פון מיין זייט קען מען שרייבען אויף אלע רבי'ס הגהוצצקקששג"קש... הו קעריס? ווערט איינער מער אדער ווייניגער פון א טיטעל??

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 9:50 pm
דורך שעפטל
ווען איך האב עס געזאגט האסטו מיך געקרוינט אלס נישט גלויביגער

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 9:55 pm
דורך בדחן
האסטע געשריבען אין די אשכול נאך זאכען... לאנגע תגובות,

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 10:14 pm
דורך שלשלת
atmybest האט געשריבן:אלע רבנים זענען צו אים געפארן, צווישן אנדערע, הרה"ק מפשעווארסק, הרה"ק מסאטמאר, הרה"ק מריבנוץ, הרה"ק מספינקא, הרה"ק רבי משה ארי' פריינד, הרה"ק מפאפא, הרה"ק מתולדות אהרן, און נאך.

סנישט אביסל מוגזם? אדרבה אויב איז עס אמת, וואלט איך געקענט באשטיין צו הערן מער דיטעילס פון די אלע נסיעות (קען זיין אין אישי אויך)

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 10:42 pm
דורך בדחן
אזלכע סארט סטעמעינט'ס איז א חלק פון די לעצטיגע סטייל איבערצושרייבען היסטאריע ווען דער צדיק לעבט נאך,
אמאל פלעגט מען ווארטען ביזען נאכן פטירה ארויס צוגעבן די גדלות אותות ומפותים פינעם צדיק, אבער היינט צוטאגס וויבאלד די מעדעצינישע וועלט איז אזוי פארגעשריטען במילא לעבן די צדיקים לענגער, און ווען זיי קימען אן צו א געוויסע עלטער הייבט מען שוין אן ארויס געבן די מופלא'דיגע מעשוית, אזוי האט מען געטיען ביי הרב אלישב ז"ל, אזוי טוט מען ביי רב שטיינמאן, און זעט אויס אז מען טוט עס אויך אין טאהש.

מין הסתם האט עס מיט די גבאים צוטיען אז זיי קענענן נישט אויסווארטען מיט זייערע מעשוית באהאלטן פאר אזוי לאנג.

__

בנוגע הגהק"צ אדמו"ר מטאהש שליט"א, ביז פאר בערך 15 יאר צירוק איז מען נישט קין סאך אהין געפארען, מין הסתם ווען ער וואלט ווען געווען דאהי אין אמעריקע וואלט ער געהאט א גרעסערע ציבור, בכלל איז עס זייער קינדיש און זייער נישט און פלאטץ אז אינטערנעט שרייבער זאלן בודק זיין ציצות און זאגען פאר וועם יא צו שרייבען הקדוש און פאר וועם נישט, כולי עלמא מודה אז מען רעדט דא פון ערליכע אידן עובדי השם וואס האבן געריסן שטיקער פון זיך אינעם היינטיגען דור שפל צו דינען השי"ת, מען רעדט פון מענטשן מורם מעם מיט אנדערע מחשבות ווי אונז, מיר זענענן נישט אזוי קארעקט און אינזער הלך ילך אז מען זאל פינקט דא טראכטען צו זיי פארדינענן יא אדער נישט סיי וועלכע טיטעל,