נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 8:56 pm
דורך מצטמק ויפה
נאכ'ן אויסהערן דעם הערליכ'ן אלבוים, קען איך ענק זאגן איין זאך, יא! מיכאל האט אונז געוויזען נאכאמאל אז יא, ער קען!
אזא שטיקעל ארבעט אהער צושטעלן, דאס קען נאר אונזער באליבטען מיכאל, דאס איז א ריכטיגע סעמפעל פון א הערליכע אלבוים, ממש איינס און די וועלט, מיט מלא תוכן, מלא געפיהל, מלא ווארעמקייט, בקיצור א קנאק!.
לאמיר אייך געבן א קורצע שנעלע איבער בליק אויפן אלבוים ניגון ביי ניגון.
חמשה קולות
די ערשטע ניגון איז א הערליך שטיקעל ארבעט פונ'ם אלעמע'ן באקאנטען מלך הבדחנים ר' פנחס מרדכי וועבער, הנקרא בלשון חיבה פינקי, וואס ווי יעדער ווייסט, אז זייט די ערשטע נשמה פלאם, באזיצט פינקי דעם אויבנאן פון יעדען טעיפ וואס קומט ארויס פון מיכאל.
געווענדליך, (אויב איך מאך נישט קיין טעות איז דאס ביי אלע) מאכט פינקי די ערשטע צוויי ניגונים פונם אלבוים, קודם א שנעלע ניגון פון גאר א שיינע מעסידש, און דערנאך א שיינע שטאטע ווארעמע ניגון וואס צונעמט אלע ביינער, אזוי ווי, לעכטעלע, ישימך אלוקים, מיין קינד טרעף מיך, וכו '.
און כמעשהו בראשונה, האט פינקי אהער געשטעלט א הערליכע שנעלע ניגון אויף דעם ענין פון שמחת חתן וכלה, און אויף דעם וואס די גמרא זאגט און ברכות אז, "כל הנהנה מסעודת חתן ואינו משמחו עובר בחמשה קולות ", ער ברענגט אראפ א שיינע מעשה, אז א איד איז אמאל אריין געקומען צום סטייפלער גאון, און איהם געפרעגט, אז ער ווייסט נישט וואס צו טוען, ער קען נישט טאנצען, נישט זינגען, נישט גראמען, נו וואס זאל ער טוען ווען ער גייט צו חתונה? ער וויל דאך נישט עובר זיין אויף חמשה קולות, אבער ער האט נישט ווי אזוי משמח צו זיין דעם חתן. האט איהם דער סטייפלער געזאגט אז ער האט איהם זייער א פשוטע וועג, יעדע מאל וואס ער גייט צו א שמחה, זאל ער זיך אוועק שטעלן ביים מוזיק און קוקען אויפ'ן שפילער, זינגער, וכדו', און ווען מען קוקט אויף זיי געט עס זיי חשק צו שפילן בעסער און שענער, און מיט דעם וועט ער יוצא זיין דעם משמח חתן וכלה.
די ניגון איז זייער שיין אראפגעלייגט, מיט א שיינעם געשמאקען טעם, ספעציעל די פזמון "אוי כל כל הנהנה וכו ' איז זייער א שיינעם שטיקעל.
א הארץ פאר א צווייטען
די צווייטע ניגון, wow! וואו זאל איך אנהייבן? ביים שיינקייט פון די ניגון?, ביים תוכן?, ביי מיכאל'ס הארציגע תנועת? ביי פינקי'ס פלא'דיגע הארמעני וואס לעכערט דעם הארץ?.
וואס זאל איך ענק זאגן?, וויפיל איך זאל נאר שרייבן אויף דעם ניגון וועל איך נישט קענען ארויס ברענגען, וואס עס ליגט אלס און דעם ניגון, אנגעהויבן ביים תוכן, ווי פינקי האט אהער געשטעלט א הערליך שטיקעל ארבייט ער ברענגט ארויס אז מען זאל קיינמאל נישט זאגן ניין פאר א צווייטען וואס קומט בעטן א טובה, ווייל דו קענסט נישט וויסן וואס די טובה וועט נאך ברענגען פאר דיר, ער ברענגט א הארץ-ראסענדע מעשה פון נאך די מלחמה, ווי א אינגעל האט געדארפט באקומען א ניר פון א צווייטען, און ער האט דאס נאר געקענט באקומען פון זיין חבר ישעי'לע, און מען האט טאקע אפגעשמוסט א טאג וואס מען וועט מאכ'ן דעם אפעראציע. עס איז אנגעקומען יענעם טאג, און ישעי'לע קומט זאגן אז ער קען נישט געבן זיין ניר, ווייל זיין טאטע לאזט נישט. דערשראקנערהייט לויפט די טאטע פונ'ם קינד וואס ווארט פאר א ניר צו קענען ראטעווען זיין לעבן , צום שטוב פון ישעי'לע, און קלאפט אן, מען עפנט אויף, און גלייך ווערט דער טיר פארהאקט, אזוי איין מאל און נאכאמאל און מען עפנט נישט די טיר , ביז די טאטע שרייט אויס מיט געוויין,
"האב רחמנות אויף מיר,
פארקלאפ נישט אויף מיר דיין טיר,
מיין איינציגסטע האף פאר מיין קינד,
איז דיין ישעי'לעס ניר,"
ביז ישעי'לעס טאטע עפנט די טיר און הייבט אן שרייען " די מיינסט איך ווייס נישט ווער די ביסט?, דו ביסט דאך נתן דער קאפאו דער רשע פון ווארשע!", און הייבט אן פארציילן מיט א ביטער הארץ, אז ער האט געהאט א קינד וואס האט געהייסען אברהמ'לע, און ווען די רשעים האבן געהייסן צוזאם נעמען אלע קינדער, האסטו אוועק געריסען פון מיר מיין אברהמ'לע, און זייט דעמאלטס האב איך איהם נישט געזען.
ווי נאר נתן האט דאס געהערט איז ער אראפגעפאלן פאר'חלשט , ווי נאר ער איז צו זיך געקומען האט נתן פארציילט אז ער האט רחמנות באקומען אויף דעם אינגעל און איהם נישט איבער געגעבן צו די דייטשען, נאר איהם באהאלטען, און איהם יעדען טאג אוועק געלייגט פון זיין אפגעשפארטען שטיקעל ברויט, און אזוי האט ער איהם ערצויגען ווי א אייגען קינד, און געווארט נאך איין טאג צו טרעפען זיין טאטע'ן און איהם צירוק געבן, אבער יעצט פארשטייט ער שוין פארוואס נאר ישעי'לעס ניר שטומט מיט דיין קינד, ווייל ער איז זיין ברודער....!!
די ניגון האט הערליכע שיינע תנועות מלא חידושים, און מיכאל לייגט עס אראפ אייזן, און מקען אראפ גיין פון זינען צו הערן די הארמעני פון פינקי אויף דעם ניגון, עס איז נישט צום שילדערן, עס איז עפעס out of this world! עס איז געוואלדיג, די דרייען וואס ער באווייזט, דעם שטיקעל וואס ער זינגט אליין " און זכות פון אונזער טאטע'ן אברהם" אוי ווי עס רייסט שטיקער, עס דרונגט אריין אוןנגי טיפעניש פון הארץ, עס איז פלאי פלאים!
יום טוב אינדערוואכן
די דריטע ניגון איז זייער א שיינעם ניגון געמאכט דורך ליפא שמעלצער, עס איז א לעבעדיגע האָראַ ניגון זייער שיין.
יא, דו קענסט!
די פערדע ניגון איז פונם באקאנטען שטערן, מוטי אילאוויטש, א הערליך שטיקעל ארבייט ארויס צו ברענגען דעם ענין אז יעדער קען, דער עיקר איז די רצון, און אז מען האט א רצון האט מען אלעס, און ער ברענגט שייו ארויס ווי אזוי פיל מענטשען וואס מעו האט געמיינט אז עס וועט פון זיי גארנישט אויס-וואקסען, און למעשה זענען גאר זיי געווארן גרויסע דיינים און עשירים, ווייל דער עיקר איז די ווילען,
די ניגון איז זייער שיין און ווארעם כדרכו פון א ניגון פון מוטי ספעציעל די ווערטער, "דו קענסט, דו קענסט, איך זאג דיר אז די קענסט", איז זייער שיין מיט שיינע רייכע תניעות, און די ערענזשמענט אויף דעם ניגון איז אויך עפעס ספעציעל שיין .
מענדי סענדי
מיין אויסדריק אויף דעם ניגון איז: פלעין זיס!, א געשמאקע שנעלע ניגון פיל מיט טעם און געשמאק, זייער שיין אראפ געלייגט מיט מיכאל'ס געשמאקע שטימע.
די ניגון איז געבעיסט אויף א באקאנטע וועלט מעשה, מיט א אינגעל וואס האט גענומען א טייערען שטיין פון זיין טאטע'ס באנוץ, און נישט וויסענדיג איר טייערען ווערד איז ער דערמיט אריין קויפן א קענדי און מען האט חושד געווען דעם בעל האגראסערי, און האט דערפון געליטען צרות צרורות אזש ביז'ן פארמאכען דעם געשעפט, און געבן א גט, און עס האט זיך אוסגעלאזט מיט א הארץ אטאקע רח"ל.
ביז יאר'ן שפעטער איז מען געוואר געווארן אז איינער האט אויפגעטוישט דעם שטיין, נאך פאר די אינגעל איז אפילו אנגעקומען צום גראסערי, און פאר גארנישט און פאר נישט האט מען שופך דם געוען, פשוט ווייל מען טראכט נישט, מען הערט א האלבע מעשה און שוין מאכט מען החלטות אויף נישטיגע הוכחות.
אינמיטען די ניגון זינגט מיכאל מיט א אינגעל עס איז זייער גוט אראפגעלייגט.
ראקעפעלר
דעי ניגון איז א הערליכע ארבייט פון הערשל דייטש, א שטארק געלונגענע בדחן, ער האט אראפגעלייגט א הערליך תוכנ'דיגע ניגון מיט א מוראדיגע מעסידש.
די ניגון האט געמאכט אברהם יוסף שטעסל און עס איז זייער א געשמאקע שיינע ניגון,
די ניגון איז ארויס צוברענגען ביטחון אונ'ם טאטע'ן און הימעל, אז ווען א מענטש זאל ווען האבן א מיליאן דאללער אין לעדעל און וויסען אז ווען ער איז טייט, קען ער גיין נעמען די געלט וואלט ער אנגעקומען אסאך ווייטער און לעבן, אזוי דארף א מענטש שטענדיג וויסען אז ער האט א געטרייער טאטע און הימעל וואס וועט זיין אויף זיין זייט על כל צרה שלא תבאו.
דאס לעצטע דוכנ'ען
אוי! איז דאס א שיינע ווארימע ניגון, א הערליכע ארבייט פון מאטי אילאוויטש, זייער א שיינע שטאַטע ניגון, איבער א מעשה פון די צווייטע וועלט מלחמה אז מען האט שוין איינעם גענימען צום תליה רח"ל, ער האט זיך אבער געבעטן אז ער איז א כהן און ער וויל נאך איינמאל דוכנ'ען פאר'ן זיך געזעגנען פון די וועלט, אוי ווי הארציג די דוכנ'ען איז געווען מיט אזוי פיל אמונה און תמימות פון א אמת'ע איד, און איינע פון די באטייליגטע האט זינט דאן נישט געקענט הערן א צווייטע דוכנע'ן, ווייל ער האט נישט געוואלט פארגעסען די ווארעמע דוכנ'ען פון דעמאלטס.
די ניגון איז הערליך שיין מיט גאר רייכע שיינע תניעות , יא, מאטי האט געטוען א פיינעם דזאב.
ס'איז געווען גוט
א געשמאקע הערליכע ניגון, אראפ געלייגט א סיפור אין א רעבישע'ן הויף, אראפגעלייגט אויף זייער א געשמאקע וועג, די גראמען אויף די ניגון איז עפעס אויסער געווענדליך, עס איז מלא חידושים פארפאסט דורך נפתלי הירצקא ראזענבערג, די גראמען זענען זייער רייך און געשמאק, די ניגון האט געמאכט איציק שווארץ מיט זאב ברעכער, מיכאל לייגט מוראדיג גוטנאראפ דעם ניגון מיט זיין הערליכע'ן חיתוך הדיבור.
שמע ישראל
א הערליכע ניגון מיט אסאך טאלאנט, געמאכט דורך אברהם יוסף שטעסל, זייער געשמאק, שיין און סאליד, א ריכטיגע בחנ'טע ניגון, ארויסברענגענ'דיג זיך צו פארלאזן אייביג אויף אונזער באליבטען טאטע.
דער געלעכערטער אמפער
די ניגון איז געוואלדיג מיט א גאר טיפע מעסידש אז אלעס וואס פאסירט האט א סיבה און אפילו מען פארשטייט נישט אויפ'ן מינוט,
מיט א מוראדיגע משל פון איינעם וואס האט געשלעפט יעדען טאג וואסער פאר זיין בעה"ב און א שווערען אמפער, און אנקומענדיג ווי ער האט געדארפט איז אלעמאל זיין אמפער געווען האלב ליידיג, ווייל זיין אמפער האט געהאט פיל מיט לעכער, עס האט איהם זייער וויי געטוען נאך דערצו ווען זיין שותף האט געהאט א שיינעם אמפער אן לעכער.
ביז איין טאג האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן און געפרעגט זיין בעה"ב הלמאי? פארוואס געבסטו מיר א געלעכערטע אמפער, און פאר יענעם א שיינעם גאנצן אמפער? ,
זאגט איהם דער בעה"ב קוק א הער לאמיך דיר עפעס ווייזען, קוק אויף די גאנצע וועג דיינעם, קוק ווי עס וואקסט הערליכע שיינע בלומען, ווייל שוין יאר'ן וואס איך פלאנץ איין אויף דעם וועג שיינע בלומען און די באוואסערסט עס א יעדען טאג, און אזוי וואקסט אזעלכע שיינע בלומען.
די ניגון האט געמאכט דעם מלך פון ניגונים, יוסי גרין, עס איז א הערליכע שיינע ניגון, די גראמען האט געמאכט שימי בלומענבערג.
זארג נישט ר,' איד
און צום לעצט, א שיינע געשמאקע שנעלע ניגון זייער שיין אראפגעלייגט זיך נישט צו זארגען, די ניגון האט געמאכט ישראלי גרין, אויב מאך איך נישט קיין טעות איז ער גאר א נייע שטערן, אבער האט אהערגעשטעלט א הערליכע ניגון, די גראמען האט געמאכט ליפא שמעלצער.
מיכאל keep up, מיר קענען קוים ווארטען פאר נעקסט!
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:45 pm
דורך מצטמק ויפה
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:בקיצור דער סי די האט נישט קיין איין חסרון? איך קויף עס נישט אפ.
איך האב, יר געלייקט עניוועי פאר דיין עפפ, ט.
איך האב נישט געוואלט צומישען דעם עולם , האב איך אפגעמאכט צו לייגען מיינע הגהות און א עקסטערע תגובה , אבער נישט געזארגט איך האב הערות, יעצט אויף די מינוט באדערט מיר א נקודה, נישט אז מען דארף לערנען א ניגון ווי א קצות, אבער ליסטען, עס דארף שטימען.
איז אזוי : אויף די ניגון פון מענדי קענדי ווען דער קינד פארענטפערט זיך פארוואס ער האט גענומען די געלט צו קויפ'ן א קענדי זאגט ער " ווייל מענדי מענדי מענדי האט פאר זיין בייק מיר געגעבן א קענדי " האללא? וואס גייט דא פאר? ער האט באקומען? ער איז דאך דער וואס האט געגעבן די קענדי, ניין?, די גראמען דארף טאקע שטימען, אבער אויך די מעשה.
אויב איינער האט א ביאור זאל ער זיך אנריפען.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:58 am
דורך גיבור
וואס מיר באדערט דא איז אז די מעשה האט לעצטענס יוסף משה כהנא געהאט אויף זיין טעיפ לחיים טאטע , ירמי דאמען זינגט עס דארטן, טאקע אנדערע גראמען און אנדערע ניגון אבער פארט די זעלבע תוכן, איך פערזענליך האלט אז עס נישט אינטרעסאנט איבערצוניצן די זעלבע סחורה, עס איז דא געניג נייע !