בלאט 4 פון 11

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 8:19 am
דורך יאפטשיק
Breaking Bad
א tv show .
זייער גוט.
http://www.imdb.com/title/tt0903747/

א ליסטע פון גוטע פילמס

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 1:44 pm
דורך chaims
איך האלט אז עס וואלט געווען א גוטע פלאן צו צוזאמען נעמען אין איין אשכול אלע מאוויא רעקאמענדאציעס פון די חברים אין קאווע שטיבל אויב מעגליך מיט א קורצע דעסקריפציע


אזוי ווי עס איז אנגענומען פון רבותינו אז קריינא דאיגרתא איהו להוי פרוונקא וועל איך דא אנהייבן מיט מיין (טיילווייזע ) ליסטע פון וואס איך האב הנאה געהאט און איך האף אז אנגערע וועלן אויף הנאה האבן

1-פארשטייט זיך פון די ערשטע וואס קומט אריין אין געדאנק איז TITANIC איבער א ארימער קלאס בחור וואס האט געווינען א קארטע ארויפצוגיין אויפן שיף און זיך אנגעקניפט מיט א רייך מיידל וואס די מאמע צווינגט איהר אריין חתונה צו האבן מיט א רייכער יונג און זי לאזט זיך נישט און מיטן דעם אלעם הייבט די שיף אהן צו זינקען און וויאזוי עס לאזט זיך אויס וויטער וועט איר שוין אליין זעהן (אדער האט איר שוין געזעהן)
2-inherit the wind א אמת'דיגע געשיכטע איבער א געריכט וואס האט זיך אפגעשפילט פאר 100 יאר צוריק איבער א לעהרער וואס האט געלערענט מיט די קינדער אבולוציא וואס איז געווען אומלעגאל אין דעם שטאט עס איז אראפגעשפיעלט די געריכט סצענעס זייער דראמאטיש(נעמט אין אכט אז אסאך קריטיק וייזן אהן אז די פילם איז זייער איינזייטיג [איר קענט זיך אליין פארשטעלען און וועלכע ריכטונג]
3-into the wild א בחור מיט א שווערע יוגנט לאזט זיך ארויס וואנדערען אין די גרויסע אמעריקע ער זיכט צו אנטלויפן פון סאסייעטי ביז ער קומט אהן אויף א בארג אין אלאסקא און ער ווערט געשטראנדעט דארט (געבויט אויף א ריכטיגע געשיכטע)
4- TWELVE ANGRY MEN א דזורי קומט זיך צוזאם דן זיין אויף א באשולדיגטער מערדער אנהייב האלט כמעט יעדער אז ער איז די מערדער חוץ איינער וואס האט ספיקות און מיט די צייט ווערט דער עולם איבערגעצייגט אז עס איז נישט זיכער אז ער איז דאס(עס ליגט אסאך פערזענליכע נגיעות אין די מיינונגען )
5-GOODWILL HUNTING א פראבלעמאטישן יונג מיט גאר א גוטן קאפ און א שטארקע חוש צו מאטעמאטיק וואס א פראפעסאר פון דער אוניווערסיטי וואו ער וואשט די פאדלאגע לייגט אן אויג אויף איהם און ער פרובירט איהם אויסצומענטשלען דוירך איהם שיקן צו א פסיכאלאג

אקעי פאר יעצט מיין איך איז דאס גענוג ביטע פרובירט צוצולייגן נאך אסאך גוטע שטאף

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 1:45 pm
דורך יידל

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 2:19 pm
דורך שמעקעדיג
יידל, ייש"כ פארן לינק.

אפשר איז אויך כדאי דא אהערצולינקען אנדערע אשכולות אויכעט, ווי אידישע פילמס, מלחמה פילמס, א.א.וו.
די אלע האבן באזונדערע אשכולות.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 2:27 pm
דורך יידל

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 2:50 pm
דורך שמעקעדיג
יידל האט געשריבן:אה, נאך איינס: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?


:lol: :lol:
:גוווט: :לייק :לייק

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 2:59 pm
דורך שמעקעדיג
דא צווישן דעם ליסטע פון תגובות קען מען אויך טרעפן עטליכע פילמס:

viewtopic.php?f=4&t=125

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 4:07 pm
דורך chaims
שכויעח יידל
איך האב געזעהן דעם אשכול וואס דו האסט געלינקט פאר איך האב געפענט דעם אשכול מיין געדאנק דא איז אז מען זאל אראפ ברענגען דו פילמס וואס מען האט הנאה מיט א מינימאלע דעסקריפציע בייגעלייגט

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 11:41 pm
דורך sunbar
Chaim's, you have a point.

אגב, שלום עליכם. וואס ביסטו? חיים'ס זון, אייניקל?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 11:29 pm
דורך לעב און לאך
Anyone knows of a site where I can watch, not download, episodes of TV shows?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 11:36 pm
דורך געוואלד געשריגן
לעב און לאך האט געשריבן:Anyone knows of a site where I can watch, not download, episodes of TV shows?


I don't think there are any reliable streaming sites. However, if you have a jailbroken apple device, there are very good apps.

נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2013 12:46 am
דורך געפילטע פיש
קודם קעסטו זען אויב Hulu האט די שוי, דערנאך קענסטו פראבירן זען אויב די סטאנציע לאזט עס וואטשען אויף זייער וועבסייט, למשל ABC און CBS מיינעך אז זיי האבן געוויסע שויס אנליין.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2013 10:52 pm
דורך קאמפיאטער
אפשר שוין גערעד דא ערגץ.

וויאזוי הייסט די מאווי פין די ארעסטאנט (צוויי..? ) וואס איז אנטלאפען פין די אינזעל תפיסה? ווייסט איינער וואס איך מיין?

איז עס עוועילעבעל פאר א דאוינלאויעד? אדער קען איינער מיר עס מזכה זיין?

נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2013 11:09 pm
דורך [NAMELESS]
מיינסט The Shawshank Redemption??

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 1:24 am
דורך ונבנתה העיר

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 4:10 am
דורך נולד מאוחר
נישט פריזען ברעק?
אה סנישט קיין אינזעל.

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 9:41 am
דורך איך אויך
ער מיינט "Escape from Alcatraz"

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 11:31 am
דורך קאמפיאטער
איך אויך האט געשריבן:ער מיינט "Escape from Alcatraz"



יא דאס מיין איך, ווי קען איך עס וואטשען (דאוינלאדן בעסער...) ?

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 1:04 pm
דורך געפילטע פיש
אויף יו טוב פאר דריי טאלער.
טאמער האסטו א נעטפליקס קאנטע קענסטו דא.
קענסט פראבירן דא אויף דיין אייגענע אחריות.

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 5:22 pm
דורך קאמפיאטער
געפילטע פיש האט געשריבן:קענסט פראבירן דא אויף דיין אייגענע אחריות.



פארוואס זאגסטי דא אויף דיין אייגענע אחריות.? שיקן זיי מיט וויירעסעס?

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 5:51 pm
דורך געפילטע פיש
כ'ווייס נישט, אסאך פון די מיני סייטס שיקן מיט שאר ירקות, סוירטש די URL אין WOT (Web Of Trust) אדער McAfee site adviser אדער מאך א גוגל סוירטש פאר 1channel.ch safe און זע וואס די עולם זאגט.
דעי לינק זאגט גראדע אז ס'יא גוט.
www.webutation.net/go/review/1channel.ch
אבער מאך זיכער אז דו דאונלאודסט נישט קיין צום פייל, פלעיערס אד"ג, נאר flv, MP4, אדער AVI.

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:55 pm
דורך נולד מאוחר
איך האב אמאל געוואלט שפארן די פאר דאלער כהאב געזוכט אנליין סהאט מיר אנגעשטעקט מיט ווירוס.
נישט די פילם.
געפילטע, סאיז א נייע זאך, כהאב נישט געוויסט אז אויף יואטאב איז דא פילמס פאר געלט.

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 9:32 pm
דורך געפילטע פיש
נולד מאוחר האט געשריבן:געפילטע, סאיז א נייע זאך, כהאב נישט געוויסט אז אויף יואטאב איז דא פילמס פאר געלט.

ס'נישט קיין נייע זאך, הגם זיי האבן נישט זייער סאך אבער דאך עפעס א קאלעקציע פון אפאר טויזענט. נישט אלע קאסטן געלט.
www.youtube.com/movies